בלאט 1 פון 20

איבאלע וויירוס ר"ל פארשפרייט זיך אין אמעריקע

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 10:43 pm
דורך געלעגער
אינטערעסאנט אז דא האט מען נאכנישט גערעדט דערפון, אבער די וועלט קוקט זיך צו מיט שרעק ווי די נייע 'איבאלע' קרענק פארשפרייט זיך שנעל און ס'האט שוין אוועק געלייגט איבער זיבן הונדערט מענטשען אינעם דרום אפריקאנע ראיאן.

די קרענק איז א שרעקליכע סארט וויירוס וואס מ'האט דערווייל נישט קיין רפואה דערפאר, ווער עס ווערט אנגעשטעקט דערפון ווערן זיינע אינערליכע ארגאנען פארלאשן און די מענטש שטארבט א ביטערע טויט. די קרענק פארשפרייט זיך בעיקר דורכן קומען אין בארירונג מיט סיי וואספארא נאסקייט פון אן אנגעשטעקטער. די גרעסטע דאקטאר וואס האט געהאלפן אין דעם ענין איז פארגאנגענע וואך געשטארבן נאכן זעלבסט ווערן אנגעשטעקט. צוויי אמעריקאנע דאקטוירים זענען שוין אויך אנגעשטעקט און מ'האט זיי אהערגעברענגט אין אמעריקא היילן, וואס דאס האט אויסגערופן א שטורעם ביי אסאך מענטשען וואס האבן מורא אז דאס גייט מאכן אז די מחלה זאל זיך חלילה דא אנפאנגן צו פארשפרייטן.

דערווייל קוקט די וועלט צו מיט שרעק און מ'ווייסט נישט וויאזוי זיך אן עצה צו געבן מיט דעם אויסברוך. דער באשעפער זאל אונז היטן פון אלעם

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 10:47 pm
דורך נשמה
דער באשעפער זאל אפהיטן. אפשר דארף מען מאכן א יום תפילה?

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 10:51 pm
דורך בשבילי
ס'נישט א נייע וויירעס, מ'האט צום ערשט געהערט דערפון אין 1976. ווי אויך איז עס מעגליך צו ווערן באהאנדעלט אויב כאפט מען עס גענוג פרי.

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 10:55 pm
דורך נשמה
ebola virus

דער אייבערשטער זאל אפהיטן.
נאר וואס דען זענען די דאקטוירים געווארן אנגעביטערט. און איין אפילו געשטארבן? שומר ישראל שמור.
אין וויקי איז דא אגאנצע שמועס דערוועגן. אז ס'קומט פון עסן מאנקיס, און נאך אזוינע, ווערט עס אריבערגעכאפט צו די מענטש, און מענטשהייט. והשם ישמור

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 11:24 pm
דורך Iphone
אסאך דוקטורים וואס זענען געפארן אהין פארשן זענען געווען אויף די פליגער וואס מען האט אראפגעשאסן אקריינע

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 11:35 pm
דורך נשמה
Iphone האט געשריבן:אסאך דוקטורים וואס זענען געפארן אהין פארשן זענען געווען אויף די פליגער וואס מען האט אראפגעשאסן אקריינע


ממש אזוי? וואס פשט?
פארוואס טאקע איז דארט אין אפריקא נאך אלץ אזוי צוריקגעשטאנען? גיי ווייס?

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 11:36 pm
דורך פער בריסטאו
וואס איז די פלאן אויף ווייטער???!

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 11:38 pm
דורך לכתחילה אריבער
בשבילי האט געשריבן:ס'נישט א נייע וויירעס, מ'האט צום ערשט געהערט דערפון אין 1976. ווי אויך איז עס מעגליך צו ווערן באהאנדעלט אויב כאפט מען עס גענוג פרי.

עס איז נישטא קיין רפואה, אבער די גוף אליין קען עס צומאל פייטן, אויב זענען די אומשטענדען איידיאל. איבערדעם האט מען צוריק געברענגט די צוויי דוקטוירים, אין א שפיטאל אין אמעריקע מיט א ספעציעלע אפטיילונג, וואס קען צושטעלן די בעסטע אומשטענדען און סערוויסעס, צו געבן דעם גוף די געלעגענהייט צוריק צו פייטן.

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 11:45 pm
דורך נשמה
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
בשבילי האט געשריבן:ס'נישט א נייע וויירעס, מ'האט צום ערשט געהערט דערפון אין 1976. ווי אויך איז עס מעגליך צו ווערן באהאנדעלט אויב כאפט מען עס גענוג פרי.

עס איז נישטא קיין רפואה, אבער די גוף אליין קען עס צומאל פייטן, אויב זענען די אומשטענדען איידיאל. איבערדעם האט מען צוריק געברענגט די צוויי דוקטוירים, אין א שפיטאל אין אמעריקע מיט א ספעציעלע אפטיילונג, וואס קען צושטעלן די בעסטע אומשטענדען און סערוויסעס, צו געבן דעם גוף די געלעגענהייט צוריק צו פייטן.


צוריקגעברענגט משמע זענען דא געווען.

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 11:58 pm
דורך מחותן
נאך א פרט, געווענליך קען מען נישט איבערנמען קיין וויירוס פון קיין טויטן מענטש.. די וויירוס איז אזוי סכנה׳דיג אז מען קען עס איבערנעמען אפילו פון א טויטען מענטש...

געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2014 12:02 am
דורך נשמה
מחותן האט געשריבן:נאך א פרט, געווענליך קען מען נישט איבערנמען קיין וויירוס פון קיין טויטן מענטש.. די וויירוס איז אזוי סכנה׳דיג אז מען קען עס איבערנעמען אפילו פון א טויטען מענטש...



שרעקיג, זאל דער אייבערשטער העלפן אז מ'זאל נישט באקומען איינרעדענישן פון דעם, זאל דער זיסער באשעפער האלטן זיין רעכטער האנט אויף אונז. און אויף יעדעם.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2014 12:03 am
דורך לכתחילה אריבער
מחותן האט געשריבן:נאך א פרט, געווענליך קען מען נישט איבערנמען קיין וויירוס פון קיין טויטן מענטש.. די וויירוס איז אזוי סכנה׳דיג אז מען קען עס איבערנעמען אפילו פון א טויטען מענטש...

אבער - ווי שוין דערמאנט בקיצור - נאר מיט פליסיקייטן ווי בלוט, שפייאכטס וכדו', נישט פון סתם אנרירען.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2014 12:04 am
דורך פער בריסטאו
:cry:

געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2014 12:50 am
דורך שוועמל
געליינט אז דאס שטאמט אריגינעל פון מאנקיס און טשימפס. קוקט אויס אפשר ענליך צו HIV אין דעם פרט.
נישט אומזיסט שטאמען די אלע דיזיעזעס פון אפריקאנע שמוציגע מופקרים.

סימפטאמען:
קאפוויי
הויך פיבער
אומאפעטיט
בלוט שטורץ ה"י
בלוט אין די אויגן
בלוט אין אנדערע פליסיגקייטן

אויך געזען אז עירליין סטעף זענען ספעציעל טרענירט צו דערקענען די סארט וויירוסן ביי פאסאנזשירן.


והשם ישמור את עמו ישראל לעד

געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2014 12:56 am
דורך מחותן
שוועמל האט געשריבן:געליינט אז דאס שטאמט אריגינעל פון מאנקיס און טשימפס. קוקט אויס אפשר ענליך צו HIV אין דעם פרט.
נישט אומזיסט שטאמען די אלע דיזיעזעס פון אפריקאנע מופקרדיגע נעגערס


יאפס.. לויט ווי אזוי איך האב פארשטאנען פון די נייעס איז עס איז א משפחה פון HiV, און מען נעמט עס איבער פון בהמות.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2014 1:44 am
דורך וואלוועלע-קרעטשמע
פאר אונז אידישע קינדער בלייבט איבער צו בעטן פון קוב"ה אז ער זאל זיין פאלק באהיטן פון דעם קרענק און פון אלע קרענק, און שיקן די גאולה שלימה בקרוב בב"א.

אפשר איז כדאי אז יעדער זאל מער אינזין האבן ביי אשר יצר דאס וועט זיכער זיין א שטארקע ישועה אפצוהיטן קרענק פון אידישע קינדער.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2014 12:40 pm
דורך מאגר
הערליכע באשרייבונג אין די בלאט ואתחנן איבער אבאלע

געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2014 1:14 pm
דורך בשבילי
אויך אין דער איד, פון שרייבער 'שלום ישראל'

געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2014 9:36 pm
דורך נשמה
בשבילי האט געשריבן:אויך אין דער איד, פון שרייבער 'שלום ישראל'

אויך אויף אייוועלט פון א סך שרייבער.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2014 11:18 pm
דורך דער תהילים איד
השם ישמרנו.

שוועמל, איך וואלט געראטן אראפצונעמען די סימפטאמען-ליסטע פון דא, ס'איז פארהאן מענטשן וואס זענען אויסן צו זאגן ווידוי יעדע פאר טאג פון דוכטענישן.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2014 11:25 pm
דורך שוועמל
די הויפט מחלה פון דעם וויירוס איז די בלוט שטירצונג ל"ע. עס לייגט זיך אן אין די ורידים און איז גורם בלוט אין די פליסיגקייטן פונעם מענטש.

אויב האט מען נישט עפעס באזונדערע פיבער/שוואכקייטן דארף מען נישט זיין איבערגעשראקן.

בא"י שומר עמו ישראל לעד
כי אני ה' רופאיך

געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2014 11:56 pm
דורך געלעגער
מ'האט נאכנישט געהערט פון קיין פאל אין אמעריקא דערווייל ב"ה. געווען א פחד אז איינער אין NYU איז אויפגעקומען מיט ענליכע סימפאטן אבער למעשה מיין איך האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'איז נישט דאס

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 4:29 pm
דורך פאליש'ל
וואס איז Hiv?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 4:43 pm
דורך קנאפער ידען
פאליש'ל האט געשריבן:וואס איז Hiv?

עס איז א סארט פאמיליע פון וויירוסן, נוט' H'uman I'mmunodeficiency V'irus.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 7:01 pm
דורך לכתחילה אריבער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
בשבילי האט געשריבן:ס'נישט א נייע וויירעס, מ'האט צום ערשט געהערט דערפון אין 1976. ווי אויך איז עס מעגליך צו ווערן באהאנדעלט אויב כאפט מען עס גענוג פרי.

עס איז נישטא קיין רפואה, אבער די גוף אליין קען עס צומאל פייטן, אויב זענען די אומשטענדען איידיאל. איבערדעם האט מען צוריק געברענגט די צוויי דוקטוירים, אין א שפיטאל אין אמעריקע מיט א ספעציעלע אפטיילונג, וואס קען צושטעלן די בעסטע אומשטענדען און סערוויסעס, צו געבן דעם גוף די געלעגענהייט צוריק צו פייטן.

זיי האבן היינט פארלאזט די שפיטאל געזונטערהייט ב"ה.

איך זאג ב"ה ווייל עס איז א בשורה טובה אז מען קען עס איבערלעבן מיטן אויבערשטענס הילף.