איבאלע וויירוס ר"ל פארשפרייט זיך אין אמעריקע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 12:02 pm

פובליק געזונטהייט באאמטע האבן נעכטן געמאלדן, אז זיי האבן געזאמלט גענוג באווייזן צו זאגן מיט קאנפידענץ, אז צוויי פון די 4 טריעטמענטס וואס זיי האבן אויספרובירט אין דער לעצטער שטיק צייט צו באהאנדלען עבאלע, ארבעט זייער גוט.

די טעסטס אויף די טריעטמענטס זענען דורכגעפירט געווארן אין קאנגא, וועלכע פלאגט זיך יעצט מיט אן עבאלע עפידעמיע פון הונדערטער טויטפעלער, און די וועלט ציטערט פון א פרישן גלאבאלן אויסברוך, צוליב וואס ס'איז דערווייל נישטא קיין שום אפיציעלע באשטעטיגטע מעדיצין עס צו באהאנדלען.
די צוויי נייע טריעטמענטס ברענגט האפענונג אז דאס וועט זיך טוישן.

איד דעילי
'קאנספיראציע' אין לשה"ק ווערט אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 1:21 pm

וויאזוי כאפט זיך איבאלע איבער פון איינעם צום אנדערן?

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1704
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 1:40 pm

שואלכענין האט געשריבן:וויאזוי כאפט זיך איבאלע איבער פון איינעם צום אנדערן?
צוגעלייגטע
ebola-transmission.png
ebola-transmission.png (180.02 KiB) געזעהן 1061 מאל
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » דאנארשטאג מארטש 05, 2020 5:30 pm

זאכליך האט געשריבן:ס'נאריש און עקל'דיג צו זעהן ווי יעדע געשעעניש מיז ווערן פארוואנדעלט און פאליטיק, קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס יא קווארטין האט מיט קאנסערוואטיוו און נישט קווארטין האט מיט ליבעראל?

נאר פשט איז יעדע צרה וואס באטרעפט אמעריקע באשולדיגט מען די פרעזידענט עיין ערך קאטרינע. ממילא פרובירן די ריפאבליקאנע צו פארגרעסערן די פראבלעם, און די דעמאקראטן ובראשם ירום הודו זיכן צו פארקלענערן די פראבלעם.

פארוואס קען מען נישט זיין אביסל אביעקטיוו???

אלע באריכטן איבער די אויסברויך ביז פאריגע וואך האבן נאר געזיכט צו פארגרעסערן די פראבלעם יעדער האט גערודערט יעדער האט מסביר געווען ווי ווייט ס'קען ח"ו גיין, וואס מ'וואלט אלס געדארפט איינפירן ס'זאל זיך נישט פארשפרייטן. ס'איז ארויסגעקומען פאלשע נומבערס וויפל טויטע ס'האלט, פארדרייטע טשארטס ס'זאל אויסזעהן ווי די מצב איז געפערליך (פארלאנגט אן עקסטערע אפהאנדלונג). מ'האט פארגעשאצט אז ס'קען צוקומען 10,000 פרישע פעלער יעדע וואך. וכו' וכו'

פלוצלונג, האט זיך אלעס אפגעשטעלט. א גאנצע רייע נייעס-זייטלעך זענען נאר פארנומען מסביר זיין אז ס'איז נישט שעדליך, ס'קען זיך נישט פארשפרייטן, מ'מאכט גאנצעטע אינטערוויוס מיטן די אויסגעהיילטע נוירס ווי ארויסצוברענגען "ס'איז נישט דא וואס מורא צו האבן". וואס איז געשעהן פלוצלינג?

פריער האב איך געזעהן אן ארטיקל וואס רייסט אראפ ראן פאול אויף יעדע ווארט וואס ער האט געזאגט און זענען מסביר אז ס'איז בכלל נישט דא וואס מורא צו האבן אויף די גאנצע מעשה.
כ'מיין קאם אן, וואס האט זיך געטוישט פאריגע וואך אז די גאנצע טאן האט זיך געטוישט? אויב עפעס וואלט מען נאר געדארפט ווערן מער באזארגט זייט מר. ספענסער איז קראנק.

עניוועי גענוג מיט די אנאליזן, איינער האט עפעס נייעס?

לכתחילה אריבער האט געשריבן:זאכליך האסט א גערעכטע פוינט.

אבער.... די "אויפטרייבן" די שרעק, און "דערשטיקען" די שרעק, איז ביידע מאל געמאכט געווארן דורך די ווייסע הויז. אנהייב האבן זיי געהאלטן אז אבאמא גייט זיין א הירא, ער האט געקענסעלט וויקאציע, געמאכט פרעס קאנפרענצען וכו'. פליצלינג האט די ווייסע הויז געזעהן אז דער עולם זעהט עס פארקערט, אז מען האלט אבאמא הענדעלט עס נישט גוט, פלוצלינג האט די ווייסע הויז אנגעהויבן זינגען פארקערט.
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12359
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 12:33 am

ניידזשיריע איז איבאלא פריי, און דא אין אמעריקע איז נישט געווען קיין נייע קעיסעס די לעצטע פאר טאג, עס קוקט אויס ווי עס איז דא א שינו לטובה ב"ה.

עס איז נאכנישט ארביער די געפאר, אבער עס איז א טראפעלע ווייניגער אנגעצויגן.

למעשה האט אבאמא אריינגעכאפט זיך גוט צו פארפאטשקענען אין די לעצטע פאר טאג מיטן איבאלע שרעק. קודם איז זיין מיניסטער פרידן (ימ"ש) ארויסגעקומען מיט באמבאסטישע סטעטמענטס וואס האבן נישט געקלעפט איין ווארט צום צווייטן, און האט נאר אזויפיל אויפגעטאן אז די חברה אין דאלאס האבן זיך באליידיגט, און מען האט אים אונטערגעריסן פארן באשולדיגען די נורס זעלבסט אינעם כאפן די וויירוס. גראדע קוקט אויס ווי ער איז געווען גערעכט, ווייל די שפיטאל האט נישט געטאן וואס זיי האבן געדארפט, אבער גיי פארענטפער זיך.

איז אבאמא געווען אונטער גרויס דרוק, אז ער זאל אויפנעמען איינער וואס זאל זיין "אן טאפ" פון די אויסברוך. האט ער גענומען איינער ווואס ליגט אין פאליטיק, מיט קיינע מעדעצינישע ערפארונג! די העדליינס האבן געשריגן, דער עולם האט געלאכט!

דערנאך האט אבאמא אין אזא וויכטיגע צייט פאליטיש, פראבירט צו טאן עפעס דראמאטיש צו ווייזן פירערשאפט, און האט "געקענסעלט" עטליכע געפלאנטע פאליטישע אויפטריטן. האט עס אויסגעזען ווי ווען מעקין האט "סוספענדעט" די קאמפיין אין 08' צו "קונצעטרירן" אויף די עקענאמישע בראך!! און אויב איז דאס נישט געווען גענוג, האט ער געמוזט כאפן א "גאלף שפיל" און דאס האט געגעבן די פולקאמע "באבל" אימעדזש.

און דאס איז אלס נאכדעם ווי ער האט געזאגט אז "איבאלע קומט נישט אויף אמעריקע".

עניוועי, יעצט פאר די וואלען, קוקט אויס ווי ער האט אריינגעכאפט נאך א געלעגענהייט, צו ווייזען אינקאנפידענטס.

עידזש וועל

חוץ מזה וואס עס איז למעשה בלויז געווען געציילטע פעלער אין אמעריקע.

פאני צו זעהן ווי מען שעלט דא בלינדערהייט אבאמע'ן אויף אלעם, אריינגערעכנט שטעלן נישט קיין דאקטאר קעירצונעמען, און

למעשה האט קיינער נישט איבערגעגעבן די מחלה פאר א צווייטן אין אמעריקע.

נאכאמאל, די רעכטע דא רייסן אראפ אבאמע'ס מעכטיגע סוקסעס מיט איבאלע, נאך מער ווי די לינקע רייסן אראפ טראמפס דורכפאל מיט קאראנעוויירוס.

מען דארף ליינען דעם אשכול פון אנהויב, סטאנינג.
כל מה דעביד רחמנא, לטב עביד.
אלעס וואס דער דערבארומדיגער טוט, טוט ער צום גוטן.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אבן יקרה, סטיטשינער און 31 געסט