בלאט 1 פון 14

נייעס און אלעס ארום קרית טאהש

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 9:02 pm
דורך שלום אויש
לאנגע וועגן טיילן זיי אפ...ווייטע מיילן פון וואו מיר זענען, אינעם שויס פון בויסבריאנד א געגנט און קוויבעק קאנאדע, איז פלאצירט אן אייגנארטיגן און באחנטער אידישער ישוב וואו הינדערטער אידישע פאמיליעס וואוינען און גייען אהן מיט זייערע ווירטשאפטן אויף א נאבעלע שטייגער פונקט וואו יעדן אידישן ישוב די שטעטל ברייטערט זיך אויס און כהיום וואוינען שוין דארט קרוב צו פינעף הינדערט פאמיליעס כן ירבו וכן יפרוץ,
עס וואוינט דארט אויך דער שריד דור הישן זקן האדמורים. הרב הקדוש מטאהש שליט"א די גרינדער פונעם קרי' נאמנה וואס פארשיינט דעם שטעטל מיט זיין אנוועזנהייט און עס יאווענען זיך אהין טויזענטער אידן מארבע כנפות הארץ טעגליך,מקבל צוזיין ברכתו הק' און צו זעהן זיין פניו פון אזא אויסגעארבעטע איד
דארט קומען כסדר פאר נייעסלעך צו אינעם שטעטל, צו און שטוב פון רבין און אסאך פון זיי קומען נישט אהן ביז אהער און איז ווערד צו וויסן און פאראייביגט ווערן
דער וואונקל וועט איה כסדר ווערן געאפדעיט, און וועט זיין דער פלאץ וואו צו באזיכן בעפאר איינער פלאנירט צו אהינפארן. אויסציגעפינען ניצליכע אינפארמאציע אויף די שטעטל, אויף באזיכן,און אויף די וועגן אהין,
איך וועל זיין גרייט ארויסצוהעלפן אויב איינער האט פראגעס איבערן שטעטל אדער אויף אהינצופארן און איך וועל אויך אי"ה שרייבן נומערן אויב עס וועט זיין א געברויך(וואו למשל פון די ארטיגן אש"ל)
אלזא בעטן מיר סיעתא דשמיא פון אויבן

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 6:05 pm
דורך נישט
זייער א גוטע איידיע,
כ'בין שוין נישט דארט געווען א צוויי דריי יאר, אבער ס'בענקט זיך...

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 12:54 am
דורך dim
איך בין פאריגע וואך דארט געווען, די רבי איז יעצט ב"ה זייער פיין,(וויפיל ס'שייך)

ער איז אריינגעקומען צו אלע טישן, און זיך ארומגעקוקט א.ד.ג.,
ב"ה זייער שיין געווען.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 12:56 am
דורך גוגל
@דים, אינטרעסאנט כאניש געוויסט אז ער קען נאך דאס טוהן

יאריך ימים על ממלכתו

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 1:01 am
דורך ולא מיין
וויל איך פארן מיט קליינע קינדער, אויף שבת גלייב איך איז זייער שווער, זאלאיך מיך פשוט אויפהייבן פאר'ן א גרינעם דינסטאג אהין און צוריק?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 2:40 am
דורך שלום אויש
זיי שטעלן זייער שיין צו פארן פרייז פון דרייסיג דאלער באקימט מען אכילה שתיה לינה זייער פארנעמליך און בעטעמט
אפציע צוויי איז די ראש חודש סעודה וואס ווערט חודשליך געפראוועט אויף א הערליכן פארנעם ברייטע סעודות מוזיק און קאפעליע
מען קען דערנאך אריין צום רבין פאר א קוויטל

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:30 am
דורך גליטשעדיג
ולא מיין האט געשריבן:וויל איך פארן מיט קליינע קינדער, אויף שבת גלייב איך איז זייער שווער, זאלאיך מיך פשוט אויפהייבן פאר'ן א גרינעם דינסטאג אהין און צוריק?


עס איז נישט אזוי שווער צו פארן אויף א שבת. קאסט נאר אפאר גראשן. און ס׳איז ווערד. אבער אפילו פאר אינדערוואכן לוינט אויך די קינדער וועלן דאנקבאר זיין
דער עיקר איז צו זען די צורה. די אנדערע זאכן איז שוין נאר פלאס.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 1:42 pm
דורך שלום אויש
א כוואליע פון קלאג האט זיך אראפגעלאזט העכער די טאהשע געסלעך ווען א יונגע פרוי מרס צירל יוכבד זוסמאן ע"ה איז ליידער אוועק און עלטער פון 23 זי איז א טאכטער פון הרב אלימלך זוסמאן שליט"א איינע פון די פראמינענטע און חשובע פאמיליעס און טאהש וואס האבן אלע יארן געהאלפן דעם טאהשע רבין שליט"א מיט בויען דעם קרי' נאמנה און מיט אלע זיינע געברויכן
פאר בערך פיר יאר צוריק האט זי חתונה געהאט מיט א חשובע אינגערמאן ר'אהרן אלעזר יונגרייז, א זוהן פון הרב יעקב שמואל יונגרייז וועלכע איז א ברודער מיט האדמורים מגארליץ וניקלשבורג ב"פ שליט"א קוים נאכן האבן דעם ערשטן קינד איז און איהר געפונען געווארן די ביטערע מחלה אויף עטליכע פלעצער רח"ל, די משפחה האט געגאסן אסטראנאמישע געלטער רייזנדיג איבערן גאנצן וועלט צו דאקטוירים
לעטצענס איז איהר מצב פארערגערט געווארן און זי איז נפטר געווארן די נאכט אויסגעלייטערט פון אזויפיל מיטמאכעניש, כלל ישראל שיקט טרייסט וואונטשן צי די פאמיליע מיט די אויגן געוואנדן אויף ארויף בעטנדיג רחם נא
זי האט איבערגעלאזט צוויי יתומים

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 1:57 pm
דורך דובי
אוי וויי
ולא ישמע עוד שוד ושבר

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 2:19 pm
דורך גדול מרבן
שרעקליך!! מ'קען שוין נישט הערן אזויפיל צרות ה"י

שמחה און שטוב פון האדמו"ר מטאהש שליט"א

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:48 pm
דורך שלום אויש
אויך קימט פאר היינט און שטעטל א שמחה און שטוב פון טאהשע רבי עס האט חתונה די טאכטער פון הרב הערשל פיש שליט"א, אייניקל פון טאהשע רבי מיט הב' הח' הרב משולם פייש כהנא, זוהן פון הרב ר' יעקב יוסף כהנא שליט"א, די חתונה קימט פאר און גרויסן ביהמ"ד

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 9:27 am
דורך דובי
שלום אויש האט געשריבן:אויך קימט פאר היינט און שטעטל א שמחה און שטוב פון טאהשע רבי עס האט חתונה די טאכטער פון הרב הערשל פיש שליט"א, אייניקל פון טאהשע רבי מיט הב' הח' הרב משולם פייש כהנא, זוהן פון הרב ר' יעקב יוסף כהנא שליט"א, די חתונה קימט פאר און גרויסן ביהמ"ד

דרייט זיך נעכטן נאכט ארום א יונגערמאן אין מאנטריאל מיט שטריימעל בעקיטשע אזוי ווי א חתן אין די שבעת ימי המשתה, פרעג איך איהם מה הפשט? זאגט ער די רבי פון טאהש מאכט היינט חתונה א אייניקעל... לכאורה האט תחנון אויכעט נישט געזאגט... חמשה עשר באב?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 12:15 pm
דורך בוידעם
יעצט באקומען אויף אימעיל די חרוזים ביי די מצוה טאנץ.

געשריבן דורך הרב שמעון עזריאל לעווי שליט"א, אפגעזונגען דורך איינער הערשקאוויטש מבאי ביתו פון הרה"ק מטאהש שליט"א.
גאונות פון גראמען !!!

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 12:21 pm
דורך גליטשעדיג
זיי מזכה דעם עולם דערמיט

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 12:22 pm
דורך ארטסקרול
גראמען - (באקומען צופעליג פון א חבר)

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 12:44 pm
דורך שלום אויש
למען דעת ער הייסט ר'יוסף מאיר הערשקאוויטש

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 12:49 pm
דורך farshlufen
בן?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 12:50 pm
דורך farshlufen
ארטסקרול האט געשריבן:גראמען - (באקומען צופעליג פון א חבר)

ישר כחכם

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 1:19 pm
דורך שלום אויש
דער הערשקאוויטש איז א יתום ער קימט פון ארץ ישראל און געפונען א זיווג און טאהש זיך אריינדרייענדיג און טאהשע רעבינס שטוב

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 1:30 pm
דורך טהור-עיניים
שלום אויש האט געשריבן:דער הערשקאוויטש איז א יתום ער קימט פון ארץ ישראל און געפונען א זיווג און טאהש זיך אריינדרייענדיג און טאהשע רעבינס שטוב


ער איז אן אייניקל פון דעם ספינקא'ר רבי פון ירושלים, הרה"צ ר' מרדכי דוד כהנא זצוק"ל, ער האט א ברודער אין וויליאמסבורג, ער איז מענידשער אין סאטמאר מצה בעקעריי אויף ראטלידש. (א יתום גאר? איך האב נישט געדענקט אז זיין פאטער איז אוועק, איך האב אים גוט געקענט)

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 1:32 pm
דורך farshlufen
אלי'ס ברודער? הער איך, שטימט דער נאמען מיט ספינקא.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 1:46 pm
דורך טהור-עיניים
נו וואדען

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 4:05 pm
דורך טהור-עיניים
שלום אויש האט געשריבן:אויך קימט פאר היינט און שטעטל א שמחה און שטוב פון טאהשע רבי עס האט חתונה די טאכטער פון הרב הערשל פיש שליט"א, אייניקל פון טאהשע רבי מיט הב' הח' הרב משולם פייש כהנא, זוהן פון הרב ר' יעקב יוסף כהנא שליט"א, די חתונה קימט פאר און גרויסן ביהמ"ד


ר' הערשל איז דער בעל קורא? וועמענס איידעם איז ער?

ווער איז דער מחותן ר' יעקב יוסף כהנא? וועמענס זון, וועמענס איידעם?

יישר כח.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 4:12 pm
דורך farshlufen
הרב הטהור, זעהט דא פאר אן ענטפער אויף רוב פון אייערע פראגן:
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 09&gil=389

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 6:34 pm
דורך שנאפס
הרב כהנא דער איידעם פון ר' אביש ספינקער?