בלאט 3 פון 14

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:18 pm
דורך private
שלום אויש האט געשריבן:פרייוועט איהר פארט אויך ?

אין פלאן צי פארן מארגען אי״ה

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:33 pm
דורך שלום אויש
אוהא זאלסט הנאה האבן פין יעדן מינוט דארט זייענדיג
פארסט דאס ערשטע מאל ?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:35 pm
דורך private
בכלל נישט, שוין געווען אסאך מאל. עניווע שכוח.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 3:15 pm
דורך צווייפעל
שוין דא לעקטער אין טאהש ?

וואס וועט זיין מיט די היינטיגע חתונה ?

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 3:20 pm
דורך חיים ושלום
צווייפעל האט געשריבן:שוין דא לעקטער אין טאהש ?

וואס וועט זיין מיט די היינטיגע חתונה ?

??

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 3:22 pm
דורך צווייפעל
בין אויפן טעלעפאן מיט איינעם, זאגט ער אז סידא א בלעקאוט

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 3:24 pm
דורך יוראפ
ס'מאכצעך אמאל אז ס'איז יא דא לעקטער דארט?

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 10:30 pm
דורך שלום אויש
אייביג דא דארט עלעקטעריק, וואס ווילסטו אין יוראפ איז דא ברויט ? כמיין עס געשעהט אמאל אין בפרט יעצט וואס קאנסטרוקציע ווירבלט דארט אויף א שטארקע פארנעם מיט בויען נייע בנינים
אין סקילמאן אין וויליאמסבורג זענען עטליכע הינדערט משפחות געזיצן אין די טונקל משך שבת צופרוה צוליב א קורצשלוס...
אין טאהש איז עס בכלל נישט קיין אפטע זאך

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 10:58 pm
דורך אורייתא
איז דא א ריקארדינג פון די חרוזים.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 11:04 pm
דורך שלום אויש
מן הסתם האלט מען נאכנישט דארט...
גלייכצייטיג ווערן אלע באטייליגטע מכובד אונז צו אינפארמירן מיט שיינע בילדער אדער אפדעיטס

נייע קינדער פארק ווערט געבויעט און צענטער פון שטעטל

געשריבן: מוצ"ש אוקטובער 18, 2014 11:59 pm
דורך שלום אויש
און סאמע צענטער פון שטעטל ווערט געבויעט א גאר שיינע שפיל ארט ווי מען שטעלט אהער דעם פלאץ מיט די שענסטע נייע איינריכטונגען פאר די פולע משפחות וואס ווילן הנאה האבן צו זעהן ווי די קינדער פארברענגען מיט א געשמאק
עס איז פינאנצירט געווארן דורך א נגיד וואס האט נישט זוכה געווען אויפצושטעלן קיין דורות ליידער, און פאררופט די קינדער פון שטעטל אלץ זיינע קינדער...
דעם חול המועד איז דער נגיד אריבערגעקומען און שטעטל ווי די קינדער האבן אים אנטפאנגען מיט הכרת הטוב און א ספעציעלע שאטער נעבן דעם הערליך אומפארענדיגטן שפיל ארט ווי ער האט פארטיילט זיסווארג מיט א גרויסן שמייכל,
אויך האט א קונצלער באוויזן אויג פארכאפענדע אינטערסאנטע קונצען וואס האבן געהאלטן געשפאנט די קינדער

געשריבן: זונטאג אוקטובער 19, 2014 11:06 am
דורך שלום אויש
בויענדיג דעם שפיל ארט האבן ארבעטער בטעות אריינגעשניטן און אן אונטערערדישער גאז פייפ צוברענגענדיג אז מען זאל דארפן אפשפארן דעם גאנצן ארום און עוואקואירן אלע ארומיגע געביידעס
א דיקער פארע פון גאז וואס שיסט האט געצווינגען די פייערלעשער און זיכערהייט באאמטע אויפצוגראבן דעם פלאץ און פארעכטן דעם שאדן

געשריבן: זונטאג ינואר 25, 2015 6:58 pm
דורך שלום אויש
באקומען א בילד אבער איך קען עס נישט לייגן.
הגודל המירבי המורשה הוא 256 kib.

געשריבן: זונטאג ינואר 25, 2015 7:14 pm
דורך כאפצעם
שלום אויש האט געשריבן:באקומען א בילד אבער איך קען עס נישט לייגן.
הגודל המירבי המורשה הוא 256 kib.

א בילד פון וואס?

געשריבן: זונטאג ינואר 25, 2015 7:20 pm
דורך שלום אויש
א פאסירונג צווישן א גרופע פון פיפציג טאהשע אינגעלייט וועלכע איז שיין באשריבן.

געשריבן: זונטאג ינואר 25, 2015 8:11 pm
דורך ווישוואש
שלום אויש האט געשריבן:באקומען א בילד אבער איך קען עס נישט לייגן.
הגודל המירבי המורשה הוא 256 kib.

http://www.picresize.com/ at the bottom enter 256 in the 'Max Filesize' box

געשריבן: דינסטאג ינואר 27, 2015 3:47 pm
דורך געב_מיר_כח
כאפצעם האט געשריבן:
שלום אויש האט געשריבן:באקומען א בילד אבער איך קען עס נישט לייגן.
הגודל המירבי המורשה הוא 256 kib.

א בילד פון וואס?

דאס מיינסטו?

געשריבן: דינסטאג ינואר 27, 2015 3:49 pm
דורך שלום אויש
יא אדאנק!

געשריבן: דינסטאג ינואר 27, 2015 3:58 pm
דורך יאנקעלע קליגער
זייער אינטערעסאנט!!
ייש"כ פארן ברענגן!

געשריבן: מיטוואך ינואר 28, 2015 12:08 am
דורך טהור-עיניים
א גרויסן ריזיגן יישר כח, גאר א הערליכע מעשה.

געשריבן: מיטוואך ינואר 28, 2015 12:10 am
דורך מחותן
טהור-עיניים האט געשריבן:א גרויסן ריזיגן יישר כח, גאר א הערליכע מעשה.

געשריבן: מיטוואך ינואר 28, 2015 12:13 am
דורך בילדער
זייער אינטרעסאנט, אבער עס איז מיר גאנץ זיכער אז די פיקטשער איז נישט פון די בית המדרש אין סאריטאגא.

געשריבן: מיטוואך ינואר 28, 2015 12:15 am
דורך מיללער
איז נישט די רעדע פונעם טייערן מלמד ר' יונה גלויבער ז"ל?

געשריבן: מיטוואך ינואר 28, 2015 12:24 am
דורך סעלצער
מיללער האט געשריבן:איז נישט די רעדע פונעם טייערן מלמד ר' יונה גלויבער ז"ל?

אין מיין אז ער איז דאס.

שריפה אין בית המדרש אבריכם

געשריבן: דינסטאג פאברואר 03, 2015 11:21 pm
דורך שלום אויש
א שריפה האט אויסגעבראכן אין בית המדרש אבריכם און מען איז אפגעקימען מיט מילדע שאדן.