נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
moishy56
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4586
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דאנארשטאג מאי 10, 2018 12:29 pm

לאנדאנער האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:קומט יעצט פאר וואלען אין לאנדאן איבער קאנסיל
מער דעטאלען וועט נאכפאלגען


ביטע נישט שרייבן פון דער נושא אויב ווילט איר נישט נאך א הייקינד יעגער אשכול

Elections Results

Stamford Hill London

london stamford hill.JPG
london stamford hill.JPG (56.49 KiB) געזעהן 2368 מאל

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דאנארשטאג מאי 10, 2018 12:39 pm

לאנדאנער האט געשריבן:Elections Results

Stamford Hill London

london stamford hill.JPG

הייסט איין וואוט האט געמאכט דעם דיפרענץ אין סטענפארד הילל
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4183
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג מאי 10, 2018 12:43 pm

אחת ואחת האט געשריבן:
לאנדאנער האט געשריבן:Elections Results

Stamford Hill London

london stamford hill.JPG

הייסט איין וואוט האט געמאכט דעם דיפרענץ אין סטענפארד הילל

ניין, קוק איבער. דאס איז די ליסט פון געווינערס.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דאנארשטאג מאי 10, 2018 12:44 pm

שכח
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

אוועטאר
קאץ און מויז
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » פרייטאג מאי 25, 2018 9:34 am

די עתיד פון די חינוך
צוגעלייגטע
1.JPG
1.JPG (54.86 KiB) געזעהן 2153 מאל
2.JPG
2.JPG (153.41 KiB) געזעהן 2153 מאל
3.JPG
3.JPG (163.27 KiB) געזעהן 2153 מאל

למדן וחסיד
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:07 am

די שוידערליכע גזירה! אינפארמאטיווע אינטערוויו מיט די 'וועד העסקנים לעניני חינוך – ענגלאנד' שרעקליכע גזירות החינוך הענג

תגובהדורך למדן וחסיד » מוצ"ש מאי 26, 2018 8:17 pm

קענט איר א ביסל מסביר זיין אין קורצע ווערטער וואס גייט אצינד פאר מיט OFSTED ,און וואס איז יעצט די פרישע טומל?
ווי ברייט באקאנט שוועבט שוין די לעצטע יארן שווערע גזירות איבער די חינוך פון אונזערע טייערע קינדער, און די מוסדות התורה אין שטאט פלאגן זיך גאר שווער צו באהאנדלען די אנגייענדע פראבלעמען, וועלכע ווערן כסדר שווערער און מער קאמפליצירט. לדאבוננו, דא אין ענגלאנד, שטייט יעצט די קיום פון אונזערע מוסדות החינוך און יהדות החרדית בכלל פאר זייער א ערנסטע געפאר. אין די טעג איז די "דעפארטמענט אוו עדיוקעשען" ארויס געקומען מיט א 'דראפט-געזעץ' וועגן נייע גזירות החינוך, מיט גזירות נוראות אויף גאר האקעלע און יסודות'דיגע ענינים פון אונזער אמונה, וד''ל. ואכמ''ל.

וואס וועט פאסירען אויב די נייע געזעץ גייט ח''ו אריין אין קראפט?
אויב וועלן אט די גזירות אריין גיין אין קראפט, וועט נישט מעגליך זיין צו האלטן א יודישע מוסד אין גאנץ ענגלאנד סיי יונגלעך סיי מיידלעך, פשוטו כמשמעו. נאך מער, ביז היינט, ווען א מוסד איז נישט געווען הונדערט פראצענט אויסגעהאלטען לויט זייערע סטאנדארטן, האט מען געקענט פראבירען זיי צופרידנצושטעלן און צייטווייליג אפשטופן וכדו'. אבער מיט די נייע געזעץ און קראפט, וועט OFSTED האבן די כח אפצושפארען א מוסד גלייך, און ברענגען קרימינאלע קלאגעס אנטקעגן די הנהלת המוסד אויב זיי פאלגן דאס נישט אויס.

אויב זיי וועלן פארמאכן מוסדות ח''ו, וואס איז זייער פלאן? זיי וועלן לאזן צענדליגע טויזענטער קינדער אן קיין מוסד?
די 'דיפארטמענט אוו עדיוקעישאן' שרייבט זעלבסט אין זייער אפשאצונג פון די נייע געזעץ אז די געזעץ וועט פאראורזאכן ''אויסטערלישע שווערע תוצאות אויף די אלטרע-ארטאדאקסישע מוסדות'' זיי שאצן אויך אז זיי ''ערווארטן שוועריגקייטן פאר קינדער צוליב דעם וואס די מוסדות פארמאכן זיך'' אבער ''עס וועט נאר זיין א צייטווייליגע פראבלעם, ביז די קינדער טוען זיך איינגלידערן אין פובליק סקולס''. רח''ל. אין א באזונדערע באריכט, שרייבט די UNHCR צו OFSTED ,און זיי באטאנען אז ''צו פארשפארן די היימישע מוסדות וועט זיין גאר א גינסטיגע זאך, און דאס טוט איבערוועגן די רעכטן פון עלטערן מחנך צו זיין זייערע קינדער אין זייער אייגענע רעליגיע'' וואס קען איך טוהן אלץ השתדלות אפצוראטעווען דער עתיד פון אונזער חינוך? קודם כל איז דא א פליכט אויף יעדע יחיד מרבה צו זיין בתפילה ובתחנונים, לבטל רוע גזר דינינו. צווייטנס, איידער נייע געזעצען גייען אריין אין קראפט, טוט די ענגלישע גאווערנמענט אויספירען אConsultation אנצופרעגן די דעת הקהל איבער לעגיסלאטיווע ענינים. די Consultations געבן א זעלטענע געלעגנהייט פאר די באפעלקערונג צו זאגן זייער מיינונג. אונטער נארמאלע אומשטענדן רעכנט זיך די גאווערנמענט- עכ''פ צו א געוויסע שטאנד- מיט די רעזולטאטן. אצינד טוט די רעגירונג דורכפירן א פובליק Consultation אונטערן נאמען’the Operating System Regulatory School Independent .’ די ציל פון די Consultation איז צו דערגיין די אמת'ע באדערפענישען און פונדאמענטן פון פריוואטע שולעס – און אונזער פאל אלע לאקאלע מוסדות – און דערגיין וויאזוי Ofsted דארף אפלערנען און אויסטייטשן די געזעץ, אנבאלאנגט אונזערע מוסדות. עס איז גאר קריטיש וויכטיג אז מיר זאלן אלע אויספילן און אריינשיקן די Consultation Forms און דערמיט טוען מיר א מינימאלע השתדלות וואס דאס קען בסייעתא דשמיא האבן א גאר פאזיטיווע השפעה אויף דינושא. דעריבער איז א פליכט פאר יעדער וואס וויל זיינע קינדערזאלן ווערן מחונך ע"ד ישראל סבא אויסצופילן דעם Consultation ,כי בנפשינו היא. וד''ל.

ווי קען איך באקומען א ConsultationForm?
אויב איר האט קינדער אין איינע פון די היימישע מוסדות, וועט די מוסד אהיימשיקן מיט אייער קינדער. ווי אויך וועלן די עסקנים ארומגיין אין די גרעסערע בתי מדרשים די וואך צו פארשפרייטן די Forms. אדער קענט איר שיקן אן אימעיל צו: vaadlondon@gmail.com און מיר וועלן צוריקשיקן א פארם מיט אלע דעטאלן. איר קענט אויך אויספילען די Consultation אנליין:
/https://consult.education.gov.uk/school-frameworks/operating-the-independent-school-regulatory-system

אויב איז וואר אז געוויסע רעגירונג אינסטאנצן זענען אזוי אויסגעשפראכן אנטקעגן אונזער חינוך, איז דען דא א מעגליכקייט פאר די עסקנים צו באקעמפפן די גזירה בס''ד?
עס דארף ארויסגעברענגט ווערן אז אפילו אין די ראנגען פון די רעגירונג, זענען דא פריינטליכע חסידי אומות העולם וועלכע האבן מער סימפאטיע צו אונז, און פארשטייען מער אונזערע געברויכען. אויב וועלן מיר - דורך די Consultation– ווייזן, אז מיר זענען ערנסטע און אחריות'דיגע עלטערן וועלכע זארגן פאר אונזערע קינדער און זייער וואוילזיין, אבער פארט וועלן מיר נישט קאמפרימיזירען אויף יסודות'דיגע עניני יהדות, וועט עס פיל פארלייכטערן און פארבעסערן די שאנסען אז די חסידי אומות העולם אינערהאלב די רעגירונג וועלן ארבעטן לטובתינו צו טוישן די 'דראפט-געזעץ' איידער עס גייט אריין אין קראפט קומענדיגע September.

וועלן די עסקנים נאכגעבן אויף פארשידענע פארלאנגען, כדאי צו פארהאנדלען מיט OFSTED?
ח''ו, הי' לא תהי'! מיר וועלן נישט נאכגעבן קיין כי הוא זה אויף קיין שום ענין וואס איז נוגע צו אונזער יסודות הדת. אבער מיר האפן בסייעתא דשמיא אז מיר וועלן באווייזן צו טוישן די געזעץ, אנשטאט צו זיין געצווינגען עובר צו זיין אויפ'ן געזעץ. אבער מ'וועט נישט צוריקטרעטן קיין פסיעה קטנה מדרך התורה המסורה לנו מדור דור, אויף וואס אונזערע עלטערן און אור-עלטערן האבן זיך מוסר נפש געווען באש ובמים.

וויאזוי זענען מיר אנגעקומען צו די מצב אז די געוויסע עלעמענטן אין די גאווערנמענט זענען אזוי אויסגעשפראכן קעגן אונז?
עס זענען דא אסאך דרויסענדיגע עלעמענטען, וועלכע טוען כסדר אינטערהעצן די רעגירונג אנטקעגן אונזער קהילה בכלל, און מוסדות בפרט, און פארלאנגן אז די רעגירונג זאל נעמען מער אגרעסיווע שריט צו ענפארסירען און פארשווערן די געזעץ אויף אונז. דאס לייגט געוואלדיגע דרוק אויף די רעגירונג צו נעמען שריט אנטקעגן אונז. דערפאר איז גאר ראטזאם אז מיר זאלן ענטפערן אויף די Consultation און צייגן אז מיר זענען אויך א קול און א גרופע וועלכע וועלן קעמפפן פאר אונזערע רעכטן בס''ד.

וואס זענען די ווייטערדיגע פלענער פון די עסקנים צו באקעמפפן די גזירה?
די Consultation איז בלויז די אנפאנג בס''ד. און די גאר נאנטע צוקונפט וועלן מיר פארמירען א גרופע אפיציעל צו שתדל'ן און אנהאלטן נאנטע באציאונגען מיט פאליטישע באאמטע, אזוי צו קענען באקעמפפן גזירות איידער זיי קומען ארויס בסייעתא דשמיא.

אוועטאר
moishy56
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4586
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג מאי 28, 2018 7:37 am

קאץ און מויז האט געשריבן:די עתיד פון די חינוך

Gateshead ad

די זעלבע בילד פון א יונגעל
אבער מיט פאות אונטער די אויער


GATESHEAD YINGEL.JPG
GATESHEAD YINGEL.JPG (75.5 KiB) געזעהן 1903 מאל

וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

נייע ראנוועי אין היטרו עירפארט!!

תגובהדורך וואשינגטאן » דינסטאג יוני 05, 2018 8:34 am

Heathrow Airport: Cabinet approves new runway plan - BBC News
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » דאנארשטאג יוני 07, 2018 10:22 pm

איז דא א האט-ליין און לאנדאן
וואס מעלדט רעבישע נייעס?

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דאנארשטאג יוני 07, 2018 10:31 pm

וואס איז די פראצעדור נאך די קאנסולטעישאן, אויב מען געווינט גענוג שטימען קעגן די נייע געזעץ מיינט דאס אז עס קען נישט אריינגיין אין קראפט? ווי שטארק פונקטליך איז די אויפטוה פון די קאנסולטעישאן און ווי שנעל דארף מען צו זעהן רעזולטאטן דערפון?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
קאץ און מויז
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » פרייטאג יוני 08, 2018 10:16 am

טאהשער רבי אין לאנדאן
צוגעלייגטע
1.JPG
1.JPG (97.74 KiB) געזעהן 1518 מאל
2.JPG
2.JPG (81.03 KiB) געזעהן 1518 מאל
3.JPG
3.JPG (127.22 KiB) געזעהן 1518 מאל

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » פרייטאג יוני 08, 2018 3:11 pm

סידיראם האט געשריבן:וואס איז די פראצעדור נאך די קאנסולטעישאן, אויב מען געווינט גענוג שטימען קעגן די נייע געזעץ מיינט דאס אז עס קען נישט אריינגיין אין קראפט? ווי שטארק פונקטליך איז די אויפטוה פון די קאנסולטעישאן און ווי שנעל דארף מען צו זעהן רעזולטאטן דערפון?


באמת גארנישט נאר כדי קענען שפעטער טענה'ן אין קאורט אז 10000 מענטשען האבן זיך באקגלאגט אין דער רעגירונג האט זיי איגנארירט

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2442
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג יוני 19, 2018 11:56 am

איך פארשטיי נישט די גאנצע גראטשקע אין גזירת החינוך פון לאנדאן, ס"ה איז דאס די זעלבע גזירה ווי אין ארץ ישראל

זאל מען אויפהערן נעמען געלט, וועט אלעס על מקומו יבוא בשלום, ס"ה וויל מען נעמען געלט פון די רעגירונג, און די רעגירונג זאל נישט האבן קיין מיינונג אין די חינוך, דאס ארבעט נישט
והיינו טעמא אין ארץ ישראל, והיינו טעמא אין לאנדאן, והיינו טעמא אין אמעריקא, שוין צייט צו איינזען, אז דאס נישט נעמען געלט פון די רעגירונגען איז נישט קיין מצוות התלויות בארץ, נאר איבעראל ווי מ'נעמט געלט פון די רעגירונגען קענען זיי האבן א מיינונג, און מ'קען זיך נישט קעגן שטעלן

און מאכן א אסיפה אז ס'איז א גזירת הדת, איז א ערנסטע שאלה פון חילול ה' און התגרות באומות, פארוואס אלע וואס באקומען געלט קענען זיך צושטעלן, און נאר די אידעלעך, זיי דארפן נאר באקומען געלט און זיך נישט צושטעלן, דאס איז דער חורבן, ועל זאת דווה לבינו
כשמ"ו כן הוא

שלום עליכם אייך
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 29, 2015 12:28 pm

תגובהדורך שלום עליכם אייך » דינסטאג יוני 19, 2018 12:01 pm

געוועהן א כינוס היינט

אוועטאר
חסיד - אשכנזי
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 10:44 pm

תגובהדורך חסיד - אשכנזי » דינסטאג יוני 19, 2018 12:06 pm

שמו האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די גאנצע גראטשקע אין גזירת החינוך פון לאנדאן, ס"ה איז דאס די זעלבע גזירה ווי אין ארץ ישראל

זאל מען אויפהערן נעמען געלט, וועט אלעס על מקומו יבוא בשלום, ס"ה וויל מען נעמען געלט פון די רעגירונג, און די רעגירונג זאל נישט האבן קיין מיינונג אין די חינוך, דאס ארבעט נישט
והיינו טעמא אין ארץ ישראל, והיינו טעמא אין לאנדאן, והיינו טעמא אין אמעריקא, שוין צייט צו איינזען, אז דאס נישט נעמען געלט פון די רעגירונגען איז נישט קיין מצוות התלויות בארץ, נאר איבעראל ווי מ'נעמט געלט פון די רעגירונגען קענען זיי האבן א מיינונג, און מ'קען זיך נישט קעגן שטעלן

און מאכן א אסיפה אז ס'איז א גזירת הדת, איז א ערנסטע שאלה פון חילול ה' און התגרות באומות, פארוואס אלע וואס באקומען געלט קענען זיך צושטעלן, און נאר די אידעלעך, זיי דארפן נאר באקומען געלט און זיך נישט צושטעלן, דאס איז דער חורבן, ועל זאת דווה לבינו


במחילת כבודכם הרמה, אז איר ווייסט נישט די אמת'ע פאקטן דאן רעדט נישט אריין, גייט און מאכט אייער היים ארבייט, זייט נישט מדמה (אין באמת איז אזוי איבעראל)

די רעגירונג האט/וויל האט א דעה אין חינוך אפילו אויב זיי נעמען נישט קיין איין פעני.

ואתכם הסליחה
רבש"ע זיי בעסער צופרידן - לייז אונז אויס אלץ אידן - ווי איידער אלץ גוים חלילה - ר"ר בונם מפשיסחא זי"ע

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2442
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג יוני 19, 2018 12:13 pm

איך האב געשריבן נאכן רעדן מיט אפאר לאנדענע אידן (מתוכם עסקנים, ורבנים)
און זיי זאגן, אז ווען מ'נעמט ווען נישט קיין געלט, קען מען אלעס מסדר זיין!!!! נאר אז מ'וויל געלט, אבער נישט קיין דעות, דאס שוין נישט
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג יוני 19, 2018 12:18 pm

הרב שמו, במחילת כבודכם האט איר א ריזיגען טעות.

אפילו אן נעמען קיין געלט מאכן זיי דאס גיהנום אויב ביסטו א אפציעלע חדר און אויב ביסטו נישט אפציעל מאכען זיי דאס גיהנום פאר די עלטערן
לאז מיך פיהרן ס'לאנד און דו פיר CNN...

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2442
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג יוני 19, 2018 12:21 pm

יא יא, אן נעמען געלט וואלט מען זיך געקענט מסדר זיין מיט זיי, נאר אז מ'נעמט נאך אלץ געלט, איז מען געבונדן צו זיי, און זיי פילן זיך (מיט רעכט) בעלי בתים.
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג יוני 19, 2018 12:45 pm

געטערס חדר נעמט קיין געלט נישט און האבן צרות פון זיי ועוד ועוד, מען קען זיך נישט קיין עצה געבן אזוי פשוט ווי די שטופסט עס ארויס פון ארבעל. ביודעי ובמכירי קאמינא
לאז מיך פיהרן ס'לאנד און דו פיר CNN...

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2442
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג יוני 19, 2018 1:22 pm

shimon7323 האט געשריבן:געטערס חדר נעמט קיין געלט נישט און האבן צרות פון זיי ועוד ועוד, מען קען זיך נישט קיין עצה געבן אזוי פשוט ווי די שטופסט עס ארויס פון ארבעל. ביודעי ובמכירי קאמינא

קיינער רעדט נישט פון פשוט, נישט פארגעסן מיר זענען אין גלות, אבער ווען נישט דאס געלט וואס מ'נעמט וואלט מען אסאך גרינגער דורך געגאנגען (און בפרט ווען רוב נעמען, העלפט שוין ווייניגער פאר די פאר וואס נעמען נישט)
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג יוני 19, 2018 1:35 pm

ס'איז אשאד צי גיין אהין אין צירוק , איר האט פשוט נישט קיין אינפארמאציע פון איינער וואס דיעלט מיט די זאכען, מיין אינפארמאציע איז פון איינער וואס טיט שוין דערין יארן און איז בקי בכל המסובך פון אלע זייטן מיט עסקנים לויערס און דער שטאט אויף יעדן פרט.


עס האט נישט מיט געלט.......
דער וואס נעמען האבן מער פראבלעמען, דאס יא
לאז מיך פיהרן ס'לאנד און דו פיר CNN...

אוועטאר
חסיד - אשכנזי
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 10:44 pm

תגובהדורך חסיד - אשכנזי » דינסטאג יוני 19, 2018 1:39 pm

שמו האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:געטערס חדר נעמט קיין געלט נישט און האבן צרות פון זיי ועוד ועוד, מען קען זיך נישט קיין עצה געבן אזוי פשוט ווי די שטופסט עס ארויס פון ארבעל. ביודעי ובמכירי קאמינא

קיינער רעדט נישט פון פשוט, נישט פארגעסן מיר זענען אין גלות, אבער ווען נישט דאס געלט וואס מ'נעמט וואלט מען אסאך גרינגער דורך געגאנגען (און בפרט ווען רוב נעמען, העלפט שוין ווייניגער פאר די פאר וואס נעמען נישט)


זיצט זיך א איד אין אמעריקע אין טיילט דעות וועגען לאנדאן יא נעמען נישט נעמען!!

אין לאנדאן ווי לאנג איך געדענק האבען די היימישע מוסדות כמעט גארנישט באקומען (אולי יסודי התורה אביסל מער) ווען אין אמעריקע האט מען יארן לאנג געדרייט מיט אלע מינע פראגראמען ווי ארויס צושלעפען נאך א דאלאר פון פעטער שמואל, אזוי ווייט אז מ'קען האלטן א מוסד אפען כמעט א גאנץ יאר אויף פראגראמען פון זומער קעמפ'ס און לאנטש פראגראמען.

קשוט........... ואח"כ
רבש"ע זיי בעסער צופרידן - לייז אונז אויס אלץ אידן - ווי איידער אלץ גוים חלילה - ר"ר בונם מפשיסחא זי"ע

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » דינסטאג יוני 19, 2018 3:14 pm

טויזענטער היינט ביים עצרת
צוגעלייגטע
844d1c4636ab13ca979115bb526d433a.jpg
844d1c4636ab13ca979115bb526d433a.jpg (474.52 KiB) געזעהן 1073 מאל

זיסקינד
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

תגובהדורך זיסקינד » דינסטאג יוני 19, 2018 6:38 pm

shimon7323 האט געשריבן:געטערס חדר נעמט קיין געלט נישט און האבן צרות פון זיי ועוד ועוד, מען קען זיך נישט קיין עצה געבן אזוי פשוט ווי די שטופסט עס ארויס פון ארבעל. ביודעי ובמכירי קאמינא


איז לידיעתך הר' ראטטענבערג מנהל פון געטער'ס חיידר שרייט אז מ'זאל אויף הערן נעמען געלד וועט מען זיך קענען ארויס דרייען פון די גזירות,
איך ווייס נישט פון וועמען הר' שמו זאגט זיינע ווערטער דא, אבער איך האב עס געהערט פון הר' ראטטענבערג

זיסקינד
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

תגובהדורך זיסקינד » דינסטאג יוני 19, 2018 6:42 pm

חסיד - אשכנזי האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:געטערס חדר נעמט קיין געלט נישט און האבן צרות פון זיי ועוד ועוד, מען קען זיך נישט קיין עצה געבן אזוי פשוט ווי די שטופסט עס ארויס פון ארבעל. ביודעי ובמכירי קאמינא

קיינער רעדט נישט פון פשוט, נישט פארגעסן מיר זענען אין גלות, אבער ווען נישט דאס געלט וואס מ'נעמט וואלט מען אסאך גרינגער דורך געגאנגען (און בפרט ווען רוב נעמען, העלפט שוין ווייניגער פאר די פאר וואס נעמען נישט)


זיצט זיך א איד אין אמעריקע אין טיילט דעות וועגען לאנדאן יא נעמען נישט נעמען!!

אין לאנדאן ווי לאנג איך געדענק האבען די היימישע מוסדות כמעט גארנישט באקומען (אולי יסודי התורה אביסל מער) ווען אין אמעריקע האט מען יארן לאנג געדרייט מיט אלע מינע פראגראמען ווי ארויס צושלעפען נאך א דאלאר פון פעטער שמואל, אזוי ווייט אז מ'קען האלטן א מוסד אפען כמעט א גאנץ יאר אויף פראגראמען פון זומער קעמפ'ס און לאנטש פראגראמען.

קשוט........... ואח"כ



איך בין נישט קיין איד אין אמעריקע און איך ווייס נישט וויפל געלד מ'באקומט דארט, אבער מאך נישט אזוי אוועק די געלד וואס מ'באקומט אין לאנדאן, איך דארף נישט דא ארויס ברענגען וואס ס'איז לעצטנ'ס מפורסם געווארן אויף א געוויסע חיידר וואס נעמט פון די העכסטע שכר לימוד אין שטאט, און באקומט א יאהר 1.5 מליון פאונד, בו בשעה וואס געטער'ס מיט תשב"ר וואס נעמען בכלל ניששט קיין געלד נעמען פון די ביליגסטע שכר לימוד,
עכ"פ 1.5 מליון פאונד איז גאר נישט קיין קליין געלד


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אבן יקרה, אזוי וויל איך, אני מבין, בארג, יישר כח, ליבלעך, נאך פונדערהיים, שתקן און 70 געסט