נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

תגובהדורך א טענצל! » מאנטאג מאי 11, 2020 4:37 am

אוהב ספרים האט געשריבן:
 פיש כאפער האט געשריבן:
יקר מציאות האט געשריבן:
פאנדרעיזער האט געשריבן:א כדתיא דעלעגאציע ביים ארומגיין איבערקוקן די עירוב.

דיין דונר מטעם כדתיא אדער פון זיך אליין?
איז עס אמת אז כדתיא האט אפראווד די עירוב אויף עפעס אן אימעיל? אפשר ברענגט עס איינער דא?


הרב דוננער'ס מיינונג (און אזוי אלע רבנים אפי' אינערהאלב כדתיא) האלטן אז מען קען מאכן א עירוב, נאר וויבאלד די רב'ס טאטע ז"ל איז שטארק געווען דערקעגן ווי באקאנט, ווארט מען יעצט צו הערן חוות דעם פונעם רב שליט"א צוזאמען מיט דעם חשובן דיין ר' שלום פריעדמאן שליט"א.

אגב, טאטענהעם געגנט איז מער אויסגעהאלטן צו מאכן א עירוב ע"פ הלכה זייענדיג מער א פארמאכטע געגנט, און בשעת ווען די אלטע רב האט געלעבט האט נאך כמעט קיינער נישט געוואוינט דארטן. ממילא איז יתכן אז אפי' לשיטתו פונעם אלטן רב האט מען נישט געמיינט די געגנט. (געהערט פון די עסקנים וואס טוען אינעם עירוב).


בני ר' שלום זענען קעגען.

וד"ל

אוועטאר
ראסיל
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 10, 2019 1:34 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

תגובהדורך ראסיל » מאנטאג מאי 11, 2020 6:24 am

אוהב ספרים האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:פון רעכט אויף לינקס
בחור לאם

?
בן גבריאל לאם? קען זיך אויס אדער סתם?


בן גבריאל [נישטא קיין ישיבה, פארוואס נישט]

וואס זוכט גבריאל דארט?


א צייטונג שרייבער, לא?

לבהירות הענין: רבי גבריאל לאם שליט''א איז היינט פון די נענטסטע אידן ביי הרב דוננער שליט''א, און האט א טעגליכע חברותא מיט'ן דיין שליט''א שוין א שיינע פאר יאר

 פיש כאפער
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 10:10 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

תגובהדורך  פיש כאפער » מאנטאג מאי 11, 2020 8:30 am

בייגעלייגט פון א תלמיד הרב פאדווא ז"ל ווי ער ברענגט אונטן צוויי מכתבים איבער זיין קעגנערשאפט צום עירוב בטעם כמוס.
צוגעלייגטע
Capture.PNG
Capture.PNG (738.88 KiB) געזעהן 1898 מאל

פארווייטאגט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

תגובהדורך פארווייטאגט » מאנטאג מאי 11, 2020 10:50 am

טראק דרייווער האט געשריבן:פארוואס האט דער פריערדיגער רב נישט געהאלטן פון אן עירוב? אלס רשות הרבים?


וואס קלערט איהר אז מ'וועט אייך ענטפערן?
אודאי. נאר ווייל עס איז א רה"ר דאורייתא.....

אן אייניקל האט מיר פארציילט וואס ער האט געהערט פון זיין זיידע, אבער עס איז נישט גוט פאליטיש, וועט מען עס מיזן לייקענען.

צופיל גערעדט.

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

תגובהדורך אוהב ספרים » מאנטאג מאי 11, 2020 11:12 am

קיין שייכות מיט רשות הרבים כמבואר בב' המכתבים בהליכות חנוך

ר' איד
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

תגובהדורך ר' איד » מאנטאג מאי 11, 2020 11:17 am

אוהב ספרים האט געשריבן:קיין שייכות מיט רשות הרבים כמבואר בב' המכתבים בהליכות חנוך

האסט געליינט די "שולחן ערוך" אויבן?

ווי האסטו געזען און די מכתבים אז ס'קיין שייכות נישט, דארטן שרייבט ער בכלל נישט קיין טעם?

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

תגובהדורך געשיקטער » מאנטאג מאי 11, 2020 11:36 am

נישט קיין נייעס נור למען האינטערסאנטקייט
אין ה' תל"ב איז ששוין געווען א הוה אמינא פון אן עירוב אין "לונדריוס" לאנדאן
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... 14&hilite=

וויפיל פון יענע חומות שטייען נאך היינט?

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1732
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג מאי 11, 2020 11:42 am

 פיש כאפער האט געשריבן:
יקר מציאות האט געשריבן:
פאנדרעיזער האט געשריבן:א כדתיא דעלעגאציע ביים ארומגיין איבערקוקן די עירוב.

דיין דונר מטעם כדתיא אדער פון זיך אליין?
איז עס אמת אז כדתיא האט אפראווד די עירוב אויף עפעס אן אימעיל? אפשר ברענגט עס איינער דא?


הרב דוננער'ס מיינונג (און אזוי אלע רבנים אפי' אינערהאלב כדתיא) האלטן אז מען קען מאכן א עירוב, נאר וויבאלד די רב'ס טאטע ז"ל איז שטארק געווען דערקעגן ווי באקאנט, ווארט מען יעצט צו הערן חוות דעם פונעם רב שליט"א צוזאמען מיט דעם חשובן דיין ר' שלום פריעדמאן שליט"א.

אגב, טאטענהעם געגנט איז מער אויסגעהאלטן צו מאכן א עירוב ע"פ הלכה זייענדיג מער א פארמאכטע געגנט, און בשעת ווען די אלטע רב האט געלעבט האט נאך כמעט קיינער נישט געוואוינט דארטן. ממילא איז יתכן אז אפי' לשיטתו פונעם אלטן רב האט מען נישט געמיינט די געגנט. (געהערט פון די עסקנים וואס טוען אינעם עירוב).


דאס האב איך גראדע אויך געטראכט, אבער אזוי ווי איך קען מיך נישט אויס אין יענעם געגענט קען איך נישט זאגן.

און צווייטנס, דאס איז נאר אויב זיין טעם איז נאר געווען וועגן רשות הרבים, אויב האט ער אבער געהאט נאך טעמים אויך איז א אנדערע מעשה.

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

תגובהדורך טראק דרייווער » מאנטאג מאי 11, 2020 12:22 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
אגב, טאטענהעם געגנט איז מער אויסגעהאלטן צו מאכן א עירוב ע"פ הלכה זייענדיג מער א פארמאכטע געגנט, און בשעת ווען די אלטע רב האט געלעבט האט נאך כמעט קיינער נישט געוואוינט דארטן. ממילא איז יתכן אז אפי' לשיטתו פונעם אלטן רב האט מען נישט געמיינט די געגנט. (געהערט פון די עסקנים וואס טוען אינעם עירוב).


דאס האב איך גראדע אויך געטראכט, אבער אזוי ווי איך קען מיך נישט אויס אין יענעם געגענט קען איך נישט זאגן.

און צווייטנס, דאס איז נאר אויב זיין טעם איז נאר געווען וועגן רשות הרבים, אויב האט ער אבער געהאט נאך טעמים אויך איז א אנדערע מעשה.[/quote]

פונקט פארקערט. אויב איז זיין טעם אלס רשות הרבים דאן איז די טענה נאך אלס נוגע. משא"כ אויב איז געווען אנדערע השקפה טעמים איז יתכן אז היינט האט זיך געוויסע מציאות'ן געטוישט און אין לדיין אלא מה שעיניו רואות אז היינט קען מען יא אפשר מאכן אן עירוב לפי די היינטיגע מציאות.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

תגובהדורך אוהב ספרים » מאנטאג מאי 11, 2020 12:27 pm

ברור אם טעמו היה כי יש בלונדון רשות הרבים, אינו נפק"מ אם גרו אז בטוטנהיים אז או לא, כל זמן שלא השתנה מציאות הרה"ר בלונדון. אבל כפי הנראה היה לו טעמים אחרים, ולזה אין לו אלא מה שדיין רואה וכאמור לעיל.

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

תגובהדורך קרעטשמער » מאנטאג מאי 11, 2020 12:35 pm

טייערע אידן, דער טעמע פון עירוב אין ברוקלין איז שנוי במחלוקת ותלוי באשלי רברבי, און דערפאר איז אונזער פאלעסי מעולם געווען נישט צו ערלויבן דאס געשפרעך דערוועגן.

ווי עס קוקט אויס קומט יעצט די שערוריא קיין לאנדאן, און דערפאר טוען מיר מעלדן אונזער פאלעסי אז אייוועלט איז נישט דער פלאץ אויסצושמועסן די ענינים.

דאס זאל דינען אלס כלליות'דיגע ווארנונג פאר אלע ניקס, מיר וועלן אי"ה חוסם זיין די וואס איגנארירן די תקנות.

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

תגובהדורך אוהב ספרים » מאנטאג מאי 11, 2020 7:06 pm

שוין דאס מעג מען זיכער לכאורה שרייבען

From Official sources from the UOHC (given over with permission from the Rabbinate to publicise).
Re; Tottenham Eiruv, a conference call meeting took place tonight leil Lag B'Omer, between the UOHC Rabbinate and the Vaad Eruvei Chatzeiros and the Rosh Hakohol Rabbi Dovid Frand.
The Rabbinate requested the Rabbonim Rabbi Hershel Schneck Rabbi Mordche Eisner and Rabbi Paltiel Schwartz of the Vaad Eruvi Chatzeiros to officially Kasher the Eiruv in Tottenham according to Halachic rules and guidance of the UOHC.
A Public notice will be issued later this week with further details.
The Eiruv is expected to be Kosher from next Shabbos Parshas Bamidbor.

פאנדרעיזער
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 19, 2014 2:46 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

תגובהדורך פאנדרעיזער » מיטוואך מאי 13, 2020 3:51 pm

WhatsApp Image 2020-05-13 at 3.45.01 PM.jpeg
WhatsApp Image 2020-05-13 at 3.45.01 PM.jpeg (621.83 KiB) געזעהן 1215 מאל

אוועטאר
moishy56
שר שמונת אלפים
תגובות: 8242
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך מאי 13, 2020 4:25 pm

פאנדרעיזער האט געשריבן:
WhatsApp Image 2020-05-13 at 3.45.01 PM.jpeg

Wow

אוועטאר
סטיטשינער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך מאי 13, 2020 5:47 pm

moishy56 האט געשריבן:
פאנדרעיזער האט געשריבן:
WhatsApp Image 2020-05-13 at 3.45.01 PM.jpeg

Wow

דער עולם דא כאפט נישט וואס דעס מיינט. היסטאריע איז געבראכען געווארען!
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

 פיש כאפער
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 10:10 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

תגובהדורך  פיש כאפער » מיטוואך מאי 13, 2020 6:45 pm

יא!!! דאס גייט אריין אין גלארייכע אידישע היסטאריע פון די שטאט לאנדאן!!!

די שאלה איז ווילאנג וועט נעמען אז גאנץ סטעמפארד היל וועט האבן אן עירוב?

 פיש כאפער
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 10:10 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

תגובהדורך  פיש כאפער » מיטוואך מאי 13, 2020 6:49 pm

הרב פלטיאל שווארץ, מיט הרב משה שלעזינגער, מיט הרב בעריש ראפעפורט. ביים קוקן דעם עירוב אין טאטענהעם פארגאנגענע וואך
צוגעלייגטע
Capture.PNG
Capture.PNG (346.12 KiB) געזעהן 1035 מאל

אכטונג אכטונג
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

תגובהדורך אכטונג אכטונג » מיטוואך מאי 13, 2020 7:22 pm

דער מונקאטשער חסידים וועלן עס נישט קענען ניצן די הייליגע מנחת אלעזר שרייבט אין תשובות אז לונדון איז א רשות הרבים דאורייתא

אוועטאר
סטיטשינער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך מאי 13, 2020 7:30 pm

אכטונג אכטונג האט געשריבן:דער מונקאטשער חסידים וועלן עס נישט קענען ניצן די הייליגע מנחת אלעזר שרייבט אין תשובות אז לונדון איז א רשות הרבים דאורייתא

זאגסט וואס דו טראכסט?
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

אוועטאר
חמרא טבא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7136
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג מאי 14, 2020 2:24 am

אכטונג אכטונג האט געשריבן:דער מונקאטשער חסידים וועלן עס נישט קענען ניצן די הייליגע מנחת אלעזר שרייבט אין תשובות אז לונדון איז א רשות הרבים דאורייתא

טשעבינער רב שרייבט אז ברוקלין איז א רה״ר דאורייתא און?
דביה תחדי נפשא

ר' איד
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

תגובהדורך ר' איד » דאנארשטאג מאי 14, 2020 3:23 am

 פיש כאפער האט געשריבן:יא!!! דאס גייט אריין אין גלארייכע אידישע היסטאריע פון די שטאט לאנדאן!!!

די שאלה איז ווילאנג וועט נעמען אז גאנץ סטעמפארד היל וועט האבן אן עירוב?

ווי עס קוקט אויס,
נישט צו לאנג

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

תגובהדורך א טענצל! » דאנארשטאג מאי 14, 2020 7:02 am

ר' איד האט געשריבן:
 פיש כאפער האט געשריבן:יא!!! דאס גייט אריין אין גלארייכע אידישע היסטאריע פון די שטאט לאנדאן!!!

די שאלה איז ווילאנג וועט נעמען אז גאנץ סטעמפארד היל וועט האבן אן עירוב?

ווי עס קוקט אויס,
נישט צו לאנג

כדתיא האט זיך באווארנט שרייבנדיג אין זייער בריוו 'במקומות שאין שם חשש רה"ר דאורייתא', די שאלה איז ווער ס'וועט דאס מחליט זיין (צי ס'איז דא א חשש רה"ר אדער נישט)

אוועטאר
moishy56
שר שמונת אלפים
תגובות: 8242
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

תגובהדורך moishy56 » דאנארשטאג מאי 14, 2020 8:45 am

לאנדאן עירוב:

לפי מה ששמעתי, איז אזוי:

1]
כדתיא האפט צו מאכן 4-5 עירובין אין סטעמפארד היל געגענט, און כמעט יעדער גאס וועט זיין אין א עירוב.
אבער מוועט נישט קענען טראגען פון 1 עירוב אריין אין א צווייטע עירוב.

2]
דאס וועט קאסטען גאר אסאך געלט צו אוועקשטעלן.
מ׳דארף בויען גאר הויעכע און גאר שטארקע שטאנגען.

3]
ס׳וועט נעמען 12-18 חדשים. ווייל מדארף באקומען רשות פון עטליכע לאקאלע Councils.

4]
איינמאל עס איז געבויעט וועט זיין גאר קליינע וועכנטליכע׳ליכע הוצאות.

יקר מציאות
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 3:02 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

תגובהדורך יקר מציאות » פרייטאג מאי 15, 2020 10:38 am

זע איך אז מען שרייבט אויבן אז פון קומענדיגע וואך וועט די עירוב זיין כשר.
איז עס נאר אויף די זעלבע פאר געסער אדער אויך אויף מער ווי דעם? (שטטיצטעך איך וואוין פונקט א גאס אוועק...)

 פיש כאפער
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 10:10 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

תגובהדורך  פיש כאפער » זונטאג מאי 17, 2020 9:31 am

יקר מציאות האט געשריבן:זע איך אז מען שרייבט אויבן אז פון קומענדיגע וואך וועט די עירוב זיין כשר.
איז עס נאר אויף די זעלבע פאר געסער אדער אויך אויף מער ווי דעם? (שטטיצטעך איך וואוין פונקט א גאס אוועק...)


מ'ארבעט אויף א מאפע אז די עירוב זאל ארומנעמען גאנץ טאטטענהעם געגנט.
פון ספרינג היל ביז היי ראוד.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], Lion, בשבילי נברא, דובי'ס א פען און 57 געסט