נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5930
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך אפריל 24, 2019 5:49 pm

מיקא האט געשריבן:ווער קען דא ברענגן א ליסטע פון די חתונות אין לאנדאן אום חודש סיוון הבעל''ט


https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D

.

chasuna luach.JPG
chasuna luach.JPG (37.63 KiB) געזעהן 2220 מאל

מיקא
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » מיטוואך אפריל 24, 2019 11:01 pm

שקויעך!
אגב, וועלכע זאל איז p&p ?

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4553
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג אפריל 25, 2019 3:51 am

Prince & Princess Wedding Hall
4 Princes Rd, London N18 3PR, UK
+44 20 3538 9132
https://maps.app.goo.gl/Y21VCGBzjKK7b2uf9
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

תגובהדורך וואשינגטאן » דאנארשטאג אפריל 25, 2019 11:17 am

קען איינער אהער ברענגען די ספעציעלע גליון לפסח פון קול החינוך??
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!

אכטונג אכטונג
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

תגובהדורך אכטונג אכטונג » זונטאג אפריל 28, 2019 2:18 pm

ביי די כינוס כללי למען החינוך בטהרה בלונדון, וואס איז פארגעקומען מיטוואך ג' דחוה''מ פסח העעל''ט אין די פרדס זאל אויף קעזנאוו ראד, האבן זיך משתתף גדולי רבני עירנו שליט''א, אין א ריזן ציבור פון הונדערטע אידן בליעה''ר כ''י.

די אסיפה איז געווען גערופען אויף 9.45 אווענט, עטליכע מינוט שפעטער איז שוין נישט געווען א בענקל צו געפונען, רוב עולם האט געמיזט בלייבן אין די קארידארן אין מיטהאלטען פון דארט די פייערדיגע דרשות. (עס איז א גרויסע שאד אז די מארגנים האבן נישט ארויסגעדינגען א גרעסער זאל אדער סטעדיום צו קענען אקאמאדירן די ריזן ציבור).

דברי פתיחה האט אויפגעטרעטן הרה''ג רבי יצחק שלמה אלבוים שליט''א בעל אבני שי ראה''כ ברסלב ווי ער האט ארויס געברענגט די עת צרה וואס די ענגלישע ישוב איז מחמת די גזירות על החינוך וואס לויערט אויף אינזער קעפ. נאכדעם האט משמיע געווען די דבר החינוך בטהרתה הגה''צ רבי משה יצחק לונצער שליט''א ראש ישיבת מתיבתא וואס האט אויפגאפלאמט די עולם צו שטיין על המשמר יעדער איינער אין זיך נישט פארלאזען אויף דעם עסקן אדער יענער אם אין אני לי מי לי.

א שיינע דרשה איבער חובת החינוך עפ''י המסורה האט מען געהערט פון הגה''צ רבי ליפא ברוין שליט''א דומ''ץ נייטרא וואס האט שיין משלב געווען די אסיפה מיט די הייליגע טעג פון פסח וואס די חובת היום איז ''והגדת לבנך'' צו מחנך זיין אין איבערגעבן די תורה ריינערהייט כנתינתה מסיני.

אין נאכדעם האט די ציבור געהאט גי געלעגנהייט צו הערן פון הרה''ג ר' יחזקאל פריעדמאן שליט''א מו''צ בלונדון די לעגאלע אפטיילונג וואס איז נוגע פארן ציבור איבער די שעת שמד וואס לויערט אויף יהדות ענגלאנד ה''י אויב מוועט נישט שטיין כחומה בצורה נישט צו לאזן קיין שום שינויים ח''ו.

די ציבור איז זיך צוגאנגען פון די אסיפה אנטשלאסן צו שטיין צו הילף פאר די פייערדיגע עסקנים עסקני כל קהילות הקודש שבענגלאנד צו קענען אפהוטען די חינוך פון אינזער קומענדיגע דורות אויפן ערליכען שטייגער.

ויה''ר שחפץ ד' בידם יצליח.
צוגעלייגטע
ADB_0261=.jpg
ADB_0261=.jpg (682.63 KiB) געזעהן 1718 מאל
ADB_0228=.jpg
ADB_0228=.jpg (741.82 KiB) געזעהן 1718 מאל
ADB_0261=.jpg
ADB_0261=.jpg (682.63 KiB) געזעהן 1718 מאל

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5930
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג אפריל 28, 2019 3:36 pm

אכטונג אכטונג האט געשריבן:ביי די כינוס כללי למען החינוך בטהרה בלונדון, וואס איז פארגעקומען מיטוואך ג' דחוה''מ פסח העעל''ט אין די פרדס זאל אויף קעזנאוו ראד, האבן זיך משתתף גדולי רבני עירנו שליט''א, אין א ריזן ציבור פון הונדערטע אידן בליעה''ר כ''י.

די אסיפה איז געווען גערופען אויף 9.45 אווענט, עטליכע מינוט שפעטער איז שוין נישט געווען א בענקל צו געפונען, רוב עולם האט געמיזט בלייבן אין די קארידארן אין מיטהאלטען פון דארט די פייערדיגע דרשות. (עס איז א גרויסע שאד אז די מארגנים האבן נישט ארויסגעדינגען א גרעסער זאל אדער סטעדיום צו קענען אקאמאדירן די ריזן ציבור).

דברי פתיחה האט אויפגעטרעטן הרה''ג רבי יצחק שלמה אלבוים שליט''א בעל אבני שי ראה''כ ברסלב ווי ער האט ארויס געברענגט די עת צרה וואס די ענגלישע ישוב איז מחמת די גזירות על החינוך וואס לויערט אויף אינזער קעפ. נאכדעם האט משמיע געווען די דבר החינוך בטהרתה הגה''צ רבי משה יצחק לונצער שליט''א ראש ישיבת מתיבתא וואס האט אויפגאפלאמט די עולם צו שטיין על המשמר יעדער איינער אין זיך נישט פארלאזען אויף דעם עסקן אדער יענער אם אין אני לי מי לי.

א שיינע דרשה איבער חובת החינוך עפ''י המסורה האט מען געהערט פון הגה''צ רבי ליפא ברוין שליט''א דומ''ץ נייטרא וואס האט שיין משלב געווען די אסיפה מיט די הייליגע טעג פון פסח וואס די חובת היום איז ''והגדת לבנך'' צו מחנך זיין אין איבערגעבן די תורה ריינערהייט כנתינתה מסיני.

אין נאכדעם האט די ציבור געהאט גי געלעגנהייט צו הערן פון הרה''ג ר' יחזקאל פריעדמאן שליט''א מו''צ בלונדון די לעגאלע אפטיילונג וואס איז נוגע פארן ציבור איבער די שעת שמד וואס לויערט אויף יהדות ענגלאנד ה''י אויב מוועט נישט שטיין כחומה בצורה נישט צו לאזן קיין שום שינויים ח''ו.

די ציבור איז זיך צוגאנגען פון די אסיפה אנטשלאסן צו שטיין צו הילף פאר די פייערדיגע עסקנים עסקני כל קהילות הקודש שבענגלאנד צו קענען אפהוטען די חינוך פון אינזער קומענדיגע דורות אויפן ערליכען שטייגער.

ויה''ר שחפץ ד' בידם יצליח.

ווי איז פארגעקומען די ''כינוס כללי''?
אין Golders Green? קענווי איילענד? מאנשעסטער? וועסטקליפ? אדער Stamford Hill?

מיקא
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » זונטאג אפריל 28, 2019 3:43 pm

האט דאס שייכות מיט המחנך הדגול ר' שלמה ט''ב שליט''א?

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4553
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג אפריל 28, 2019 3:46 pm

moishy56 האט געשריבן:ווי איז פארגעקומען די ''כינוס כללי''?
אין Golders Green? קענווי איילענד? מאנשעסטער? וועסטקליפ? אדער Stamford Hill?

ליין איבער די ערשטע פאראגראף. ווי אויך די קעפל פונעם אשכול..
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

yoel2124441100
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

תגובהדורך yoel2124441100 » זונטאג אפריל 28, 2019 3:50 pm

האבּיך ליבּ די נארמאלע שטרײמליך פונעם עולם

אכטונג אכטונג
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

תגובהדורך אכטונג אכטונג » זונטאג אפריל 28, 2019 7:44 pm

נאך בילדער פון די כינוס כללי למען החינוך בטהרתה בלונדון
צוגעלייגטע
ADB_0266==.jpg
ADB_0266==.jpg (663.15 KiB) געזעהן 1523 מאל
ADB_0166-.jpg
ADB_0166-.jpg (353.11 KiB) געזעהן 1523 מאל
ADB_0188=.jpg
ADB_0188=.jpg (567.72 KiB) געזעהן 1523 מאל

אכטונג אכטונג
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

תגובהדורך אכטונג אכטונג » זונטאג אפריל 28, 2019 8:08 pm

כהאב אין אין באזיץ נאך צענדליגע שיינע בילדער פון די כינוס כללי, ווי מען זעהט די שטיפעניש אין די דארשטיגקייט לדבר ד' פון די הונדערטע אידן וואס שטייען אין די קארידארן נישט האבענדיג קיין פלאץ אין זאל, צווישען אנדערע ווערט געזעהן חשובע מורי הוראה שליט''א, מנהלי מוסדות הקדושים שליט''א, ועסקנים ובעלי בתים חשובים.

אזוי ווי עס איז צו גרויס אין MB קען עס ביזדערוויל נישט ארויפגעשטעלט ווערן.

לויט ווי כהאב געהערט גייט אין די קומענדיגע ''קול החינוך'' זיין אן אינהאלטסרייכע אינטערוויא וואס איז אפגעהאלטן געווארן מיט מרן הגאב''ד ומרא דאתרא בעל מנחת אפרים שליט''א.

חצקאל דער לאצי
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 4:29 pm
לאקאציע: לאנדאן

תגובהדורך חצקאל דער לאצי » מאנטאג אפריל 29, 2019 11:26 am

וועלכע מנהלי המוסדות האבן זיך באטייליגט?

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5930
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דינסטאג אפריל 30, 2019 6:56 pm

אידישע פרוי לייכט פארוואנדערט נאך א הוט-ען-ראן אטאקע אין טאטענהאם געגנט אין לאנדאן

סטעמפורד הילל – דינסטאג נאכמיטאג האט א גנב גע'גנב'עט א קאר, נאכן אראפקלאפן א מענטש אויפן הויפט גאס אין סטעמפורד הילל/טאטענהאם געגנט איז ער אריין געפארן צו די אידישע טאטענהאם געגנט אנטלויפענדיג פונעם טצענע מיט'ן קאר, ווי ער האט אריין געקלאפט אין א מיני-קעב קאר אויף עלעם-פארק עוועניו וואס אינדעם איז געזעצן א אידישע פרוי וואס איז גאנץ לייכט פארוואנדערט געווארן, הצלה איז גערופן געווארן ווי אויך פייערלעשער, כדי ארויס צו נעמען די פרוי, נאכדעם וואס די טיהר איז געווארן צוקראכט, אבער די גנב נאכן זעהן אז ער קען נישט ווייטער פאר'ן איז ער ארויסגעשפרינגען אין אנטלויפן צוריק ארויס אויפן הויפט גאס ריכטונג סטעמפורד הילל, עטליכע שומרים מעמבערס זענען אים נאך געלאפן, אנקומענדיג אויפן דזאנקשן פון סטעמפורד הילל אין עמהערסט פארק איז ער אפגעהאלטן געווארן ביז פאליציי איז געקומען אין האבן אים ארעסטירט.


unnamed.jpg
unnamed.jpg (187.54 KiB) געזעהן 989 מאל
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (176.06 KiB) געזעהן 989 מאל
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (188.17 KiB) געזעהן 989 מאל

אכטונג אכטונג
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

עצרת תפילה והתעוררות ערב ר''ח אייר מוקדם

תגובהדורך אכטונג אכטונג » מיטוואך מאי 01, 2019 2:48 pm

ווי עס ווערט באריכטעט וועט אי''ה פארקומען מארגן דאנערשטאג אחרי אין די נאכמיטאג שטונדען אן ''עצרת תפילה ודרשות התעוררות'' צוליב די שרעקליכע גזירות שמד וואס לויערט אויף יהדות ענגלאנד מיט די נייע עדיוקעשען גייד-ליינס פון די ממשלה, וואס צווינגט ארויף לימודי מינות ותועבה רח''ל אויף די תלמודי תורה ובתי חינוך לבנות.

די עצרת וועטאפגעהאלטען ווערן אי''ה אין ביהמ''ד הגדול תורת חיים דליעזש (מלפנים ראדוואן) אויף פיילי קארנער קלעפטאן, עס וועט זיך אנהייבען אי''ה בשעה 6 ווי מוועט אויסזאגן גאנץ ספר תהילים.

בשעה 8 וועט מען הערן דברי כיבושין והתעוררות דורך גדולי הרבנים והמגידים שליט''א.

מנחה נאך די דרשות.

אזוי ווי ביי די גרויסע עצרת תפילה ער''ח ניסן העעל''ט אין ביהמ''ד באבוב אויף עגערטען ראד, וועט די עזרת נשים זיין געפענט.

והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים.

אלס הכנה צום גרויסן עצרת תפילה וועט אי''ה היינט מיטוואך אחרי נאכט בשעה 10.40 פארקומען אן אסיפה חירום אין סאטמאר ביהמ''ד אויף 57 בעטיאן ראד ווי הרה''ג רבי אשר ישעיה בינדיגער שליט''א מגי''ש בביהמ''ד סאטמאר - 57 וועט אי''ה אויפטרעטען אין איבערזעצען אויף אידיש די נייע גייד-ליינס, כדי די עולם זאל זיין קלאר מיט די שרעקליכע מצב וואס מיר געפינען זיך ליידער.

שמעו את דבר ד' החרדים על דברו.

נארגוטס
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 22, 2018 11:05 am

תגובהדורך נארגוטס » מיטוואך מאי 01, 2019 3:28 pm

אכטונג אכטונג האט געשריבן:ווי עס ווערט באריכטעט וועט אי''ה פארקומען מארגן דאנערשטאג אחרי אין די נאכמיטאג שטונדען אן ''עצרת תפילה ודרשות התעוררות'' צוליב די שרעקליכע גזירות שמד וואס לויערט אויף יהדות ענגלאנד מיט די נייע עדיוקעשען גייד-ליינס פון די ממשלה, וואס צווינגט ארויף לימודי מינות ותועבה רח''ל אויף די תלמודי תורה ובתי חינוך לבנות.

די עצרת וועטאפגעהאלטען ווערן אי''ה אין ביהמ''ד הגדול תורת חיים דליעזש (מלפנים ראדוואן) אויף פיילי קארנער קלעפטאן, עס וועט זיך אנהייבען אי''ה בשעה 6 ווי מוועט אויסזאגן גאנץ ספר תהילים.

בשעה 8 וועט מען הערן דברי כיבושין והתעוררות דורך גדולי הרבנים והמגידים שליט''א.

מנחה נאך די דרשות.

אזוי ווי ביי די גרויסע עצרת תפילה ער''ח ניסן העעל''ט אין ביהמ''ד באבוב אויף עגערטען ראד, וועט די עזרת נשים זיין געפענט.

והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים.

אלס הכנה צום גרויסן עצרת תפילה וועט אי''ה היינט מיטוואך אחרי נאכט בשעה 10.40 פארקומען אן אסיפה חירום אין סאטמאר ביהמ''ד אויף 57 בעטיאן ראד ווי הרה''ג רבי אשר ישעיה בינדיגער שליט''א מגי''ש בביהמ''ד סאטמאר - 57 וועט אי''ה אויפטרעטען אין איבערזעצען אויף אידיש די נייע גייד-ליינס, כדי די עולם זאל זיין קלאר מיט די שרעקליכע מצב וואס מיר געפינען זיך ליידער.

שמעו את דבר ד' החרדים על דברו.


איך מיין אז די האסט זיך פשוט טועה געווען מיט א חודש
מען האלט יעצט חודש ניסן נישט אדר

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » דאנארשטאג מאי 02, 2019 8:03 am

אכטונג אכטונג האט געשריבן:
אלס הכנה צום גרויסן עצרת תפילה וועט אי''ה היינט מיטוואך אחרי נאכט בשעה 10.40 פארקומען אן אסיפה חירום אין סאטמאר ביהמ''ד אויף 57 בעטיאן ראד ווי הרה''ג רבי אשר ישעיה בינדיגער שליט''א מגי''ש בביהמ''ד סאטמאר - 57 וועט אי''ה אויפטרעטען אין איבערזעצען אויף אידיש די נייע גייד-ליינס, כדי די עולם זאל זיין קלאר מיט די שרעקליכע מצב וואס מיר געפינען זיך ליידער.

שמעו את דבר ד' החרדים על דברו.


די אסיפה איז געווארן געקענסלט נעכטן נאכדעם וואס ר' בעריש בערגער ראה"ק דקהל ייטב לב ד'סאטמאר האט געזאגט אז ער לאזט עס נישט מאכן און קיין איינס פון זיינע בתי מדרשים.

גייט די היינטיגע אסיפה גיין עהעד אין ליעזש, אדער וועט די אב"ד ליעזש עס אויך קענסעלן צוליב עס האט נישט קיין רבני'שע שטיצע?

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5930
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דאנארשטאג מאי 02, 2019 8:20 am

לאנדאנער האט געשריבן:
אכטונג אכטונג האט געשריבן:
אלס הכנה צום גרויסן עצרת תפילה וועט אי''ה היינט מיטוואך אחרי נאכט בשעה 10.40 פארקומען אן אסיפה חירום אין סאטמאר ביהמ''ד אויף 57 בעטיאן ראד ווי הרה''ג רבי אשר ישעיה בינדיגער שליט''א מגי''ש בביהמ''ד סאטמאר - 57 וועט אי''ה אויפטרעטען אין איבערזעצען אויף אידיש די נייע גייד-ליינס, כדי די עולם זאל זיין קלאר מיט די שרעקליכע מצב וואס מיר געפינען זיך ליידער.

שמעו את דבר ד' החרדים על דברו.


די אסיפה איז געווארן געקענסלט נעכטן נאכדעם וואס ר' בעריש בערגער ראה"ק דקהל ייטב לב ד'סאטמאר האט געזאגט אז ער לאזט עס נישט מאכן און קיין איינס פון זיינע בתי מדרשים.

גייט די היינטיגע אסיפה גיין עהעד אין ליעזש, אדער וועט די אב"ד ליעזש עס אויך קענסעלן צוליב עס האט נישט קיין רבני'שע שטיצע?

איך האב געהערט אז דעהר אסיפה איז נישט געצילט קעגן Chinuch UK

אכטונג אכטונג
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

תגובהדורך אכטונג אכטונג » דאנארשטאג מאי 02, 2019 11:59 am

צו באקומען די גליון קול החינוך אויף אימעיל
chinuchkh@gmail.com

שפאניע
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 24, 2018 10:22 pm

תגובהדורך שפאניע » דאנארשטאג מאי 02, 2019 12:26 pm

ויזשניץ רבי פון מונסי צוגאסט אין שטאט לטובת מוסדותיו

אכטונג אכטונג
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

עצרת תפילה והתעוררות ער''ח מוקדם ה' אחרי

תגובהדורך אכטונג אכטונג » דאנארשטאג מאי 02, 2019 6:11 pm

א קורצע באריכט פון די געהויבענע ''עצרת תפילה והתעוררות''' ערב ר''ח מוקדם ה' לסדר אחרי תשע''ט.

א שיינע ציבור פון קרוב צו 100 אידן, האבן זיך צאמגענומען אין ביהמ''ד הגדול תורת חיים ליעזש [מלפנים ראדוואן] אויף פיילי קארנער קלעפטאן, מהאט אנגעהויבן ספר תהילים בשעה 6 נאכמיטאג ווען לפני התיבה בקול ובהשתפכות הנפש איז יורד הרה''ג רבי ישראל פלאהר שליט''א מנהל חברת ''שומרי ילדינו'', בשעה 8.10 האט מען מסיים געווען תהילים, אין ביי די יה''ר האט יורד געווען לפני התיבה הרה''ג רבי חיים יעקב קלאפהאלץ שליט''א ממנהיגי ברסלב בעירנו וואס בקול רעש גדול אויפגעוועקט די עולם לעורר רחמים לפני כסא הכבוד על עוללינו וטפינו.

נאכדעם איז געווען מנחה.

נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הגה''צ רבי יצחק אלחנן עבד-לחק שליט''א רב דקהל אוהל שלום, וואס האט ארויס געברענגט בשם הגה''ק רבי אלחנן ווסרמן זי''ע די חילוק ציווישען פורים אין חנוכה, אז פורים ווען עס איז געווען א גזירה להשמיד להרוג ולאבד, האט מרדכי הצדיק צאמגענומען בלל ישראל בשק ואפר ולתפילה להעביר את רוע הגזירה, אבער חנוכה ווען די גזירה פון די יוונים איז געווען אויף חכמות חיצוניות ולהעביר על הדת, זענען די חשמונאים ארויסגעגאנגען אין א מלחמה בפועל ממש בחרב ובחנית קעגן די יוונים, ווייל ווען די גזירות האומות זענען אויפן גוף דארף מען דאווענען אין בעטען פון בוכ''ע, אבער ווען די גזירות זענען אויפן דת איז עס ''מעשה שטן'' אין מען דארף ארויסגיין מיט א מלחמה ממש. לעניננו האט די חשובע רב שליט''א ארויס געברענגט אז עס זייער שיין אז די ציבור נעמט זיך צוזאם לתילה ולתחנונים לפני שוכן מעונים שוין די צוויטע מאל ער''ח ניסן העעל''ט בהשתתפות מרן הגאב''ד שליט''א וכל תושבי עירנו, אין יעצט צום צווייטען מאל א שיינע ציבור בני תורה, אבער די עיקר דארף מען געדענקען אז יעצט ווען אפסטעד קומט צו אינז אז מזאל לערנען חכמות חיצוניות אין נאך ערגער לימודי מינות ותועבה רח''ל דארף מען ארויסגיין קעגן זיי בחרב ובחנית, ווען מען הערט אז זיי קומען צו א מוסד אין שטאט זאל מען זיך ספאנטאן צאמנעמען אין פארטרייבען טמא טמא יקרא מחוץ למחנה מושבם.

מיט א שטארקע הנאה האט די ציבור אויפגענומען די נייע בלעטעל ''בולעטין'' מיט די אינפערמאציע וואס די ציבור דארף וויסן איבער די גזירות שמד וואס הערשט רח''ל אויף די ענגלישע אידנטוהם,

די גליון קול החינוך וועט אי''ה ווייטער ערשיינען יעדן חודש. (וואס ווי ערווארטעט וועט אי''ה געדרוקט ווערן אן איהאלטסרייכע אינטעוויא ווס די עסקני קהילות הקודש האבן אפגעהאלטען מיט מרן הגאב''ד בעל מנחת אפרים שליט''א).

צום סוף פון די מעמד האט מען דעהאט די כבוד צום ערשיינונג פונעם מרא דאתרא כ''ק אדמו''ר מליעזש שליט''א וואס האט געווינטשען די פארזאמלטע אז חפץ ד' בידם יצליח לרומם קרן החינוך בטהרתה בעירנו ולא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי עד ביאת גו''צ בב''א.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4553
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג מאי 02, 2019 6:16 pm

וואס איז דאס חברת ''שומרי ילדינו''? קענסט ארויפלייגן א בילד פון הרב עבד-לחק?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

משהלע דער נער
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 7:44 am

תגובהדורך משהלע דער נער » דאנארשטאג מאי 02, 2019 6:32 pm

קען איינער קלארשעלן?
בולעטין איז די זעלבע ארויסגעבער ווי קול החינוך?
אויך ווי איך געדענק פלעג קול החינוך אסאך שטיצן רבי בעריש בערגער פון טי עי סי
איז יעצט געשעהן א רוס צווישן זיי ווייל מען זאגט ער האט עס נישט געלאזט פארקומען אין זיינע בתי מדרשים
אויך הער איך ר' בעריש טי עי סי ארבעט יא מיט חינוך יו קעי? אמת?

קען איינער אויפקלערן טרוקענע פאקטן (כמיין נישט קיין פאליטיק)

משהלע דער נער
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 7:44 am

תגובהדורך משהלע דער נער » דאנארשטאג מאי 02, 2019 6:35 pm

הגה''צ רבי יצחק אלחנן עבד-לחק שליט''א רב דקהל אוהל שלום
אויך זייער אינטערסירט צו זעהן ווער דער איד איז אויב איינער האט א בילד? וועמענס זוהן? איידעם ביי?
ער האט א מוסד? אדער סתם אקטיוו אין חינוך?

אכטונג אכטונג
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

תגובהדורך אכטונג אכטונג » דאנארשטאג מאי 02, 2019 6:50 pm

''שומרי ילדינו'' רופט אן די עלטערן מודיע זיין ווען די יוונים קומען, נאר צו די עלטערן וואס שרייבען זיך איין. כדי עס זאל ח''ו נישט געפרעגט ווערן פון זיי דברי ניבול פה או כפירה רח''ל ווי עס איז שוין דעווען אין די פארגאנגענהייט ה''י.

יעדער איינער וואס האט א קינד אין א מוסד אין לונדון קען ניצן די סערוויס בחינם אין כסף, די נאמבער איז 0734-543-9808

אויך ווער עס האט א עלטערע טאכטער א מיידל א לערערין אין וויל נישט אז זיין טאכטער זאל ח''ו געפרעגט ווערן צו זי לערנט מיט די תלמידות ...... ה''י, דברים שאסור להעלותן על הכתב, אזוי ווי עס איז שוין רח''ל געשעהן בעבר, קען זיך איינשרייבן אין דעם חבורה קדושה. עס האט די שטיצע פון אסאך הנהלות המוסדות אין גדולי הרבנים שליט''א.

הרב עבד-לחק שליט''א זיצט ביי די חוהמ''פ אסיפה צווישען הרב אלעזר מרדכי שטאלצבערג אין רבי אבא שלעזינגער

כ'האב שיינע בילדער פון די היינטיגע ''עצרת תפילה'' אזוי ווי עס איז צו גרויס אין MG קען עס ביזדערוויל נישט ארויפגעשטעלט ווערן.

לפי ידיעתי איז די אסיפה אין סאטמאר 57 נישט בטל, מהאט עס נאר אפגעשטיפט וויבאלד דער ראש הקהל רבי בעריש שליט''א וויל זיצן מיט אדוואקאטען אין עסקנים צו זעהן די גייד ליינס פאר מען מאכט אסיפות אין זיינע בתי מדרשים. ווי עס הייסט גייט מען זיצען זונטאג קדושים הבעל''ט בבית רבי בעריש שליט''א
ולד' הישועה.

גבר ישראל
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

תגובהדורך גבר ישראל » דאנארשטאג מאי 02, 2019 7:30 pm

וויפיהל שטותים קען די זעלבע ניק שרייבן נאך יעדע אזוי געריפענע אסיפה........


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: וימאןX3, כאפצעם, קליינקעפיק, קנעטענע קיגעל און 41 געסט