נייעס און קרישקעלעך פון לאנדאן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3000
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » דינסטאג יולי 28, 2015 10:39 am

היינט איז גורלדיגע טאג אין לאנדאן וועגן חילול המת
צוגעלייגטע
unnamed (1).jpg
unnamed.jpg
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » דינסטאג יולי 28, 2015 2:52 pm

באקומען היינט:

בשבח והודאה להשי"ת ובשמחה רבה טוהן מיר מיטטיילן פאר'ן חשוב'ן ציבור אז בזכות תפלת הרבים איז היינט ב"ה ארויס געקומען א קלארע פסק פונעם שופט אז די קאראנער האט נישט ריכטיג געהאנדעלט ווען זי האט געארדענט צו שניידן און נישט געלאזט קודם מאכן א סקען.

דער שופט האט אויך גע'פסק'ענט אז זי דארף באצאלן 90% פון אונזערע לעגאלע קאסטן.

די תוצאה פון דעם פסק איז א יסודות'דיגע קלארקייט אינעם געזעץ אז א קאראנער מוז נעמען אין באטראכט די רעליגיעזע רעכטן פון אידן און מהיום והלאה טאמער וועט די משפחה פארלאנגן א סקען צוליב רעליגיעזע סיבות וועט קיין שום קאראנער אין ענגלאנד נישט טארן שניידן איידער מ'פראבירט נישט קודם מיט א סקען, וואס בדרך כלל ווייזט א סקען די סיבה פון די פטירה.

די שרעקליכע גזירה פון ניתוחי מתים וואס האט רח"ל געשוועבט אויף די ענגלישע יודענטום איז בעזהי"ת היינט פארמיטן געווארן.

די היינטיגע פסק וועט אי"ה אויך האבן א אומדירעקטע השפעה אויף די וויקענ"ד שעות, אזוי ווי דער דזשאסטיסט מיניסטער האט געזאגט ווען מיר האבן זיך מיט אים געטראפן אין פארלימענט פאריג'ן חודש אז די רעגירונג ווארט אויף די אויסגאנג פונעם היינטיגן משפט.

הודו לד' כי טוב כי לעולם חסדו

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3000
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » דינסטאג יולי 28, 2015 3:01 pm

הודו לד' כי טוב כי לעולם חסדו
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

אוועטאר
לכאורה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9826
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג יולי 28, 2015 3:11 pm

ברוך הטוב והמטיב (די ברכה פון הטוב והמטיב פון ברכת המזון האט מען קובע געווען אויף די הרוגי ביתר שניתנו לקבורה)
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 10575
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך יולי 29, 2015 12:25 pm

לכאורה האט געשריבן:ברוך הטוב והמטיב (די ברכה פון הטוב והמטיב פון ברכת המזון האט מען קובע געווען אויף די הרוגי ביתר שניתנו לקבורה)

3 טעג פאר חמשה עשר באב יום שניתנו הרוגי ביתר לקבורה
איך האב ארויסגעשטעלט א פאר הצעות פאר די וואס שרייבען
אדער ק\פ ענגליש

אוועטאר
בענקעל
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג ינואר 12, 2016 9:11 am

אזויפיל ווי פופציג טויזנט דאקטוירים לענגאויס ענגלאנד זענען געגאנגען היינט אויף א 24 שטונדיגע סטרייק - די ערשטע דאקטוירים סטרייק אין לאנד זינט 40 יאר צוריק - וויבאלד זיי ווילן אז די רעגירונג זאל פארגרעסערן זייערע געהאלטן און אויך זאלן זיי באקומען מער נארמאלע ארבעטס שעה'ן. דערווייל זענען שוין 4 טויזנט געסקעדזשולטע אפעראציעס געקענסלט געווארן צוליב'ן סטרייק.

קרעדיט נא"א

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15072
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג ינואר 12, 2016 11:09 am

אין לאנדאן קומט פאר היינט אן הכנסת כלה אקציע און פאר 10 פונט באקומט מען א אמעריקאנעם לאטערי צעטעלע

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3000
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » דינסטאג ינואר 12, 2016 11:16 am

יוראפ האט געשריבן:אין לאנדאן קומט פאר היינט אן הכנסת כלה אקציע און פאר 10 פונט באקומט מען א אמעריקאנעם לאטערי צעטעלע
צוגעלייגטע
lotto.JPG
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג ינואר 12, 2016 11:26 am

יוראפ האט געשריבן:אין לאנדאן קומט פאר היינט אן הכנסת כלה אקציע און פאר 10 פונט באקומט מען א אמעריקאנעם לאטערי צעטעלע

איך האף אז זיי ווייסן אז עס איז אומלעגאל (פעדעראלע קריים) אריבערצוטראגן לאטערי צעטלעך איבער די גרעניץ
לייק                    קאנטאקט | צדקה קאסע | סטאטיסטיקס                    דיסלייק

מיר שטעלן צו קאמפיוטער און טעכנאלאגיע הילף, טעק סופארט, וועב דיזיין, פראגראמינג, גראפיקס אדער סיי וואס איר ווילט פאר די בעסטע פרייזן.

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דינסטאג ינואר 12, 2016 11:34 am

פון וואו זאל זיי עס וויסן? מ'לערנט עס אין ישיבה?

האסט פייער?
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2016 5:15 pm

תגובהדורך האסט פייער? » דינסטאג ינואר 12, 2016 11:37 am

א טענצל! האט געשריבן:פון וואו זאל זיי עס וויסן? מ'לערנט עס אין ישיבה?


רבי לעבן וואס זיי ווילן וויסן ווייסן זיי

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דינסטאג ינואר 12, 2016 11:39 am

אמין בהיימישקייט, און אויב זיי וועלן עס שוין יא געווינען, ווי אזוי גייט דעי געלט אנקומען קיין לאנדאן

אוועטאר
ווישוואש
שר האלפיים
תגובות: 2899
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג ינואר 12, 2016 11:50 am

דרךהמלך האט געשריבן:אמין בהיימישקייט, און אויב זיי וועלן עס שוין יא געווינען, ווי אזוי גייט דעי געלט אנקומען קיין לאנדאן

:roll:
Once the game is over, the king and the pawn go back in the same box

הרב_שלום
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » דינסטאג ינואר 12, 2016 11:56 am

אין לאנדאן מיינט א ביליאן 1000,000,000,000
אין USA מיינט א ביליאן 1,000,000,000
http://www.plainenglish.co.uk/campaigni ... llion.html
נעמט א חלק אין די גרעסטע מדריגה פון צדקה
https://www.gofundme.com/help-people-finding-a-job

looking for a deal? Vist http://www.ezshop212.com

גרינע בוים
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

תגובהדורך גרינע בוים » דינסטאג ינואר 12, 2016 1:27 pm

אדער דער לאטערי קויפער וועט זאגן פאר די אלע הכנסת כלה שטיצער נאכן געווינס! אז באמת האט ער נישט געמיינט, ער האט נישט געזאגט וכו'

#נאט פערסענאל
עץ חיים הוא למחזיקים בה

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דינסטאג ינואר 12, 2016 2:23 pm

מיר קוקט ענדערש אויס ווי זיי ווייסן אז זיי גייען סייווי נישט געווינען.
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

הרב_שלום
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » דינסטאג ינואר 12, 2016 2:58 pm

ווען פוער באל איז נישט געוועהן אין ניו יארק פלעגט מען עס פארקויפען אין די בתי מדרשים פאר א פינעווער
נעמט א חלק אין די גרעסטע מדריגה פון צדקה
https://www.gofundme.com/help-people-finding-a-job

looking for a deal? Vist http://www.ezshop212.com

הרב_שלום
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » דאנארשטאג ינואר 28, 2016 2:37 pm

א חבר מיינע דערציילט מיר אז אין לאנדאן איז שניי א זעלטענהייט און עס שניי איינמאל אין דריי יאהר צוויי אינטשעס, עס איז גאר אינטערסאנט ווייל ווי העכער איז געווענדליך קעלטער און לאנדאן איז העכער פון ניו יארק
נעמט א חלק אין די גרעסטע מדריגה פון צדקה
https://www.gofundme.com/help-people-finding-a-job

looking for a deal? Vist http://www.ezshop212.com

אוועטאר
לאנדאן שטופער
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 06, 2014 3:01 pm

תגובהדורך לאנדאן שטופער » דאנארשטאג ינואר 28, 2016 4:16 pm

הרב_שלום האט געשריבן:א חבר מיינע דערציילט מיר אז אין לאנדאן איז שניי א זעלטענהייט און עס שניי איינמאל אין דריי יאהר צוויי אינטשעס, עס איז גאר אינטערסאנט ווייל ווי העכער איז געווענדליך קעלטער און לאנדאן איז העכער פון ניו יארק

אין די אידישע געגענט איז נישט דא קיין שום שניי
שוין גארנישט קיין שטופער...
קרעדיט: משהזוךמיר

הרב_שלום
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » דאנארשטאג ינואר 28, 2016 5:14 pm

מיין קשיא ווערט יעצט נאך שטערקע
נעמט א חלק אין די גרעסטע מדריגה פון צדקה
https://www.gofundme.com/help-people-finding-a-job

looking for a deal? Vist http://www.ezshop212.com

אוועטאר
לאנגעפאות
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2016 5:28 pm

תגובהדורך לאנגעפאות » דאנארשטאג ינואר 28, 2016 5:23 pm

הרב_שלום האט געשריבן:מיין קשיא ווערט יעצט נאך שטערקע

https://en.wikipedia.org/wiki/Gulf_Stream

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דאנארשטאג ינואר 28, 2016 5:33 pm

ס' האט א פשוטע סיבה, מיט די ווינט וואס קומט דורך די וואסער
זאלן קומען די ווייסערס און מסביר זיין

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5541
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג מאי 06, 2016 1:49 pm

לאנדאן האט ערוויילט א נייער מאיאר, א מוסלעמענער.
קול/כל העולם זאגט אז עס איז דער ערשטער מוסלעמענר מאיאר אין א לאנד וואס איז אין די אייראפעישער פאראיין.
וואו איז דָוִי?

חאצאצקע רבי
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 21, 2015 9:16 pm

תגובהדורך חאצאצקע רבי » פרייטאג מאי 06, 2016 1:54 pm

וואס טוט זיך דארט מיט די בעלזא/מחנובקה ת״ת?

חיימ'ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 471
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: נישט דאס פלאץ

תגובהדורך חיימ'ל » פרייטאג מאי 06, 2016 2:44 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:לאנדאן האט ערוויילט א נייער מאיאר, א מוסלעמענער.
קול/כל העולם זאגט אז עס איז דער ערשטער מוסלעמענר מאיאר אין א לאנד וואס איז אין די אייראפעישער פאראיין.

ווער האט עם ערוויילט?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: abeg, ?אפשרטאקע, אורח הכבוד, בעריש'ל, יש ברירה, מאנטריאלער אינגערמאן, סידיראם און 37 געסט