סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
אריבער 30 עסקנים האבן זיך פארזאמלט מאנטאג ביינאכט אין קאסאנער שטיבעל כעת ב27 ס. קילדעס ראד סטעמפארד הילל, דן צו זיין און מטכס עצה איבערן שרעקליכן מצב פון גזירת החינוך בכלל, ובפרט אין די לעצטערע וואכן ווען עס איז אנטוויקלט געווארן א פרישע גזירה פון לימודי נארישקייט בנוסף צו די אלע פאדערונגען פון די רעגירונג ביז יעצט ר"ל.
עס האבען זיך אנגעזעהן ביים אסיפה די קינדער פון מרן ראש הישיבה שליט''א, ה''ה הגאון הגדול רבי משה אורי שלעזינגער שליט''א ראה''כ סאטמאר, ואחיו הגאון רבי אברהם אבא שליט''א ראש ישיבת מחזיקי לומדי תורה דחסידי בעלזא, הגה''צ המקובל רבי מרדכי יודא בלייער שליט''א, הגה''צ הרב יצחק אלחנן עבד-לחק שליט''א רב דקהל אוהל שלום, הרה''ג הרב ראובן בצלאל ווייס שליט''א ראש ישיבת אהבת תורה, הרה''ג רבי אברהם בלייער שליט''א מו''צ בלונדון, הרה''ג רבי שמואל אהרן ניילענדער שליט''א דיין בקהילת סאטמאר, האחים הרבנים הגאונים רבי יחזקאל ורבי נפתלי פריעדמאן שליט''א בני הגאון רבי שלום שליט''א דומ''ץ לונדון. וכו' .
עס איז במהלך האסיפה ארויס געברענגט געווארן דעם ביטערן צושטאנד וואס משטייט ווען בנוסף צו די אלע פראבלעמען און גזירות ביז היינט שטייט מען יעצט פאר פרישע גזירה, און בעו"ה נאך די אלע "השיגים" און דערלייכטרונגען וואס איז געגעבן געווארן פאר חרדישע מוסדות ''בטוב לבם'' פונעם עדיוקיעשן דעפטרטמענט, איז נאך אלס גאר ביטער פאר חרדישע אידן ווען זיי פאדערן קליפ און קלאר אז א חלק פונעם סאבדזשעקט מוז געלערנט ווערן "ווייל מדארף מחנך יעדן קינד צום לעבן אין "מאדערן בריטן" און וויסן אין וואסערע וועלט ער לעבט אין" ה"י, און אזוי שטייט מען יעצט בעו"ה ווען גזירה רודפת גזירה, און די רעגירונג דערהערט נאך אלץ נישט דעם געשריי און געברויך פונעם ציבור, און דער המשך פון אזא מצב איז פשוט א "גזירת גירוש'' אויף היימישע אידן וואס ווילן מחנך זייער קינדער לתורה ואמונה בקדושה וטהרה אן פשרות. ה"י.
אזוי איז דערביי ווייטוגלעך ארויסגעברענגט געווארן דער רוח וואס הערשט בעו"ה בתוככי חלקים פונעם היימישן ציבור און סטעמפארד הילל ווען במקום עס זאל זיך אויפשטעלן א קול רעש גדול א קלא דמשתמע! וואס זאל געהערט ווערן מסוף העולם ועד סופו און אויפטרייסלען די רעגירונג און אלע געזעץ געבער אז היו לא תהי' און חרדישע מוסדות וועלן נישט אננעמען די זאכן אין קיין שום פארם און אופן חלילה נאר "בארעכטיגטערהייט" ווייטער אנגיין פאר יעדן פרייז מיט אונזער אור אלטן הייליגן תורהדיגן חינוך און נישט זיך צושטעלן צו קיין שום זאך ביז מסירות נפש ועד בכלל, הערט זיך בעו"ה א קול ענות חלושה פון די "חינוך פארזארגער" פון זיך אונטער געבן אין זיך פרייען מיט דערלייכטונגען בגדר רע במיעוטו וכו' באגלייט מיט פוסטע תנחומין של הבל פון הבטחות בע"פ פון די געמיינע חברה אז מוועט אוועק קוקען אביסעלע, און בשכר דעם הבטחה פולט מען אן א מויל מיט וואסער, און מיט א אויסרייד פון דרכי שלום.. פרובירט צו האלטן דער עולם שטיל און רואיג.. און בלי בושה שטעלט מען זיך ארויס מיט א הודאה שבשתיקה, און מאיז מעלים פונעם ציבור די אמתע ביטערע פאקטן, און מבלבל דעם ציבור מיט שקרנות און בלאפעריי אז אלעס וועט זיין בסדר! דאס איז א המשך פון דעם מהלך וואס מען האט אנגענומען די לעצטע יארן זינט סהאט זיך אנגעהויבן די רדיפות און פאדערונגען פון די ממשלה זיך אריינצומישן אין אונזער חינוך, אז ממוז זיך "אויסקומען"! און אויסארבעטן דעם צווישן וועג צווישן די צוויי צדדים... און טרעפן דעם מיטל וועג.. וואס איז אנגענומען אויף.. יעדן! ווי אזוי "חרדישע מוסדות קענען נאכקומען די רעגירונג פאדערונגען און אין די זעלבע צייט אנהאלטן דעם שטרענגען ארטדאקסישן חינוך" ווען יעדער בר דעת ווייסט דער ליצנות פון דעם אז דאס איז גענצליך נישט מעגליך, נאר פשוט א פאלשע ליגנערישע מהלך און אונטערגעבונג וואס תחלתו בפשרות וסופו מי ישורנו ר"ל, און איז אריינגעשטאכן א מעסער און אונזער הייליגן חינוך, און מסכן דעם גאנצן עתיד החינוך און דעם עתיד המערכה על חינוך הטהור.
סאיז געהערט געווארן איבערן מצב בכללות, אז בעו"ה האט זיך אריינגעכאפט א שוואכקייט ביים ציבור וווען מאיז גרייט זיך אונטער געבן אנצונעמען בלית ברירה א "כמו בדיעבדי'גן חינוך"! ר"ל, וואס דווקא אין דעם ענין פון חינוך וואס איז דאך דער יסוד היסודות און אוודאי איז נישט עולה על הדעת פון קיין ערליכער איד אז דער חינוך פון זיינע קינדער זאל נישט זיין לכתחלה שבלכתחלה בשלימות בלי שום וויתור כל שהוא אין קיין שום גדר וסייג חלילה אזוי ווי ביז היינט, און בעו"ה איז דא שינויים כסדר , און אלעס ווייל עס פעלט בעו"ה דעם קול ענות גבורה פונעם ציבור!, צווישן אנדערע איז ארויסגעברענגט געווארן דעם צוגאנאג וואס ווערט געפלאנט דורך אנדערע מנהלי מוסדות בנוגע די נייע נארישע געזעצן אז מוועט זיך נישט קלאר ארויסשטעלן און ארויס זאגן דעם אמת אז די גאצע "סאבדזשעקט" איז פארבאטען און אפגעפרעגט אינגאנצן, און מיר וועלן נישט צורירן צו דעם פאר קיין שום פרייז לא מיני' ולא מקצתי' נישט אויף אזא אופן אדער א אנדערע חלילה, אזוי ווי מען איז מחויב עפ"י תורה"ק, נאר מוועט זיך אונטער געבן און זיך באגענוגען מיט דעם חוק כמו שהיא, אז פון איין חלק קען מען דאך "אפטן אוט" און מיט די אנדערע חלקים וועט מען זיך בלית ברירה מוזן פארלאזן אויף די הוילע הבטחות און דמיונות אז .. סאיז נישט קיין אנדערע ברירה, ה"י, און ר"ל דערביי נאכאמאל עפענען א פתח אז ביי "חרדישע אידן קען מען אויכעט רעדן פון די זאכן ר"ל, און מיט דעם געבן דעם פאלשן מעסעדזש פאר די רעגירונג אז מיר מעגן און קענען זיך צושטעלן צו זייערע נידריגע פאדערונגען נגד התורה, נאר פשוט די עלטערן אפטן אוט.. ודי די סכנה וואס ליגט אין דעי מהלך.
הרה"ג ר יחזקאל פרידמאן שליט"א מו''צ האט בשליחות אביו הגדול הגאון רבי שלום שליט''א דומ''ץ דמתא, ארויסגעברענגט אז מיר דארפן וויסן א זיי וועלן זיך נישט אפשטעלן ביים דעם און היום אומר לו עשה כך ומחר וכו' און מיר דארפן קלאר וויסן אז זייער כוונה איז קלאר עוקר זיין אלעס מן השורש נישט איבעלאזן א זכר פון אמונה און קדושה ביי אונז ה' ישמרנו און ממילא מוזן יעצט זיך צאמנעמען און אנגארטלען מיט שטארקייט אויף יעדן קוצו של יוד וויל דער גאנצער אידישקייט שטייט יעצט על כף המאזנים ה''י. ער האט ארויסגעברענגט אז כעת איז אונזער חיוב פשוט זאגן פאר די רעגירונג וואס די תורה פארלאנגט און וואס איז אסור עפ"י תורה, און מיר האבן דאך אוודאי די רעכט אויף דעם! און קיינער קען נישט אונז צונעמען דעם זכות אויף דעם, און דער רעגירונג וועט גוט פארשטיין אז מקען אונז נישט צווינגען לעבן און טוען אין געגזאץ צו די תורה און שו"ע, נאר דאס דארף מען מאכן זאגן קלאר אין דייטליך באופן דלא משתמע לתרי אנפין, און דערביי ווייטאגליך ארויסגעברענגט ווי החלטות אין ענינים שבחמורי חמורות ווערן בעו"ה געמאכט דורך אנשים פשוטים [ואפי' פחות מזה ודי, וע''י נשים שדעתן קלות] און דעת בעלי בתים אויפן חשבון פונעם גאנצן ציבור.
דערנאך האט הרה"ג ר' אברהם אבא שלזינגער שליט"א ראש ישיבת לומדי תורה בעלזא, ארויסגעברענגט אז יעדער טאטע איז מחוייב משגיח זיין בעינא פקיחא וואס טוט זיך ביי די מוסדות און מקען זיך און מטאר זיך נישט פארלאזן אויף קיינעם, און אז אזוי אויך דעם זעהן אז די געשריי און ווערטער פון דעם אסיפה זאל נתפרסם ווערן אין די גאנצע שטאט און אז מדארף ווייטער ממשיך מעורר זיין אין די כוללים די אברכים חשובים שליט"א איבערן חומר המצב.
צום שלוס האט הגאון הגדול ר' משה אורי שלזינגער שליט"א ראה''כ סאטמאר מעורר איבער דעם חיוב תפילה וואס ליגט אויף יעדן אין דעי מצב און אז יעדער טאטע דארף איינרייסן מיט טרערן איבער דעם שרעקליכן מצב ומן השמים ירחמו, און דערביי צוגעלייגט אז טאטעס דארפן מעורר זיין די מנהלים און פאדערן ביי זיי לעמוד על המשמר בכל עוז.
דער ציבור איז ארויס מיט א שטארקע החלטה זיך האלטן פעסט און שטארק סיי כלפי חוץ און סיי כלפי פנים, און אנווענדן אלע מיטלען שבידינו אז אונזער מעסעדזש זאל אנקומען זייער קלאר צו דארט ווי סדארף אנקומען, אז מיר וועלן "זיך נישט אונטערגעבן צו קיין שום פאדערונגען וואס זענען נגד התורה והמסורה" און מיר נעמען נישט אן ח"ו קיין שום זאך וואס איז נישט אויסגעהאלטן עפ"י אונזער מסורה בשום אופן, און מיר וועלן בס"ד געבן צו פארשטיין קלאר פאר די אלע וואס דאגה'ן פאר אונזער וואויל זיין דורכן אונז פרובירן העלפן מחנך אונזערע קינדער... אז מקען זיך נישט אויסקומען מט די פאדערונגן בשום אופן און אז סאיז נישט דא קיין וועג אינמיטן וואס זאל זיין איינשטמיג מיט יעדן... נאר מיר וועלן באמת ממשיך זיין בדרך התורה, און מיר וועלן במסירת נפש אנהאלטן דעם אמתן ריינעם חינוך דא אין ענגלאנד און נישט זיך אוועק רירן א קוצו של יוד פון דרך התורה והמסורה בקדושה ובטהרה, און מיר פאדערן אז די רעגירונג זאל אונז פארשטיין און דאס לאזן אזוי ווי ביז היינט!!, און אונז נישט פארטרייבן פון די מדינה, וואס איז נישט קין כבוד און טובה פאר זיי, און אין שכר דעם וועט הש"י זיך מרחם זיין און סוועט בטל ווערן אלע גזירות רעות מעלינו ומעל כל בית ישראל.
לויט ווי איך האב געהערט זענען עטליכע פון די עסקנים וואס האבן זיך באטייליגט ביי די אסיפה נעכטען, געזיצען היינט כמה שעות אין שטוב פון הגאון רבי זאב פעלדמאן שליט''א אבד''ק תורה עץ חיים, אין עס קומט גרויסע נייעס.....ודי.
אכטונג אכטונג האט געשריבן:כ'פארביר ארויף לייגן בילדער פון די שטורמישע אסיפה נעכטען אין עס לאזט נישט וויבאלד די עס איז צו גרויס 3 MB וואס אזוי קען מען?
דא איז די בילדער וואס 'אכטונג אכטונג' האט מיר געשיקט, צו קלענער מאכן און ארויף לייגן
01.jpg (114.8 KiB) געזען 1961 מאל
02.jpg (92.54 KiB) געזען 1961 מאל
03.jpg (93.17 KiB) געזען 1961 מאל
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
אכטונג אכטונג האט געשריבן:לויט ווי איך האב געהערט זענען עטליכע פון די עסקנים וואס האבן זיך באטייליגט ביי די אסיפה נעכטען, געזיצען היינט כמה שעות אין שטוב פון הגאון רבי זאב פעלדמאן שליט''א אבד''ק תורה עץ חיים, אין עס קומט גרויסע נייעס.....ודי.
הגאון רבי זאב פעלדמאן שליט''א אבד''ק תורה עץ חיים, האט זיך נישט באטייליגט ביי די אסיפה נעכטען?
.
טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:זייט גוט מברר פאר איר שרייבט... ווער פונקטליך האט אהנגעפירט א משלחת צו די פארלאמענט?? ער איז ניטאמאהל געווארן אריינגעלאזט צו די אסיפה אין ארלאמענט...
בענין זיינע פעולות, איז זייער נישט כדאי אריין צו גיין, ווייל לכו"ע טוהט ער אסאך! און ס'איז ליידער דא א גרויסע ויכוח צו ער טוהט אסאך 'אויף', אדער אדער אסאך 'קאליע'... פארשטייט זיך אז דא אינעם ריינעם וועלטל איז נישט דער מקום דאס דורך צו טוהן.
היינט מיטוואך שמיני איז אפסטעד ערשינען אין בנות ירושלים שולע אויף עמעס פארק, עס איז ארום געשיקט געווארן א הודעה צו אלע עלטערן וואס האבן זיך איינגעשריבן אז מען זאל זיי מעלדן ''ווען די יוונים קומען'', כדי זיי זאלן ארויסנעמן די קינדער אויף די גאנצע צייט ווען זיי זענען דארט, כדי די קינדער זאלן נישט געפרעגט ווערן איבער די לימודי נארישקייט וכפירה ר''ל, וואס מען דארף ''אפיציעל'' שטודירן.
עס איז אנגעקומען איבער 20 עלטערן צום טיר, פון שולע אהיים צונעמן די קינדער, אין אזוי ווי עס סאיז געווארן א שטיקל איבעקערניש, האט איינע פון די חשובע טאטעס געמאכט א קול צעקה אויף די ענספעקטער'ס אז זיי זענען גוט אויף ''העלט ענד סעפטי'', נישט אויף וואס צו לערנען מיט אידישע קינדער.
סאי'ז אינטערסאנט צו זעהן ווי אזוי עס וועט זיך אויסקאכן. ווייל זיי פלאנען צו קומען מארגען נאכאמאל.
אויף היינט נאכט איז פאררופן אן אסיפה פאר אלע ''הורי תלמידות בנות ירושלים'', לטכס עצה ותשויה אין אוועקשטעלן א ''ועד ההורים''.
ווער עס וויל זיך איינשרייבן פון וועלכער מוסד ס'איז נאר אין לונדון, אז מ'זאל אים מודיע זיין ''ווען די יוונים קומען'', כדי צו קענען קומען אהיים נעמען די קינדער עד יעבור זעם, קען רופען צו 0743-543-9808 אין איבער לאזען א הודעה.
אכטונג אכטונג האט געשריבן:לויט ווי איך האב געהערט זענען עטליכע פון די עסקנים וואס האבן זיך באטייליגט ביי די אסיפה נעכטען, געזיצען היינט כמה שעות אין שטוב פון הגאון רבי זאב פעלדמאן שליט''א אבד''ק תורה עץ חיים, אין עס קומט גרויסע נייעס.....ודי.
הגאון ר' זאב פעלדמאן האט געזאגט היינט, אז ער שטיצט ווייטער חינוך יו קעי, און ער איז ווייטער פון די וועד רבנים, און ווייסט נישט פון די גרויסע נייעס וואס קומט ודי.
צו די גאר וויכטיגע אסיפה אין ליעזשער ביהמ''ד (מ. ראדוואן) אויף פיילי עוועניא, וואס איז געווען ספיציעל נאר פאר א געקליבענע צאל געלאדענטע עלטערן וואס זייער הארץ איז ווארעם אין גרייט צו העלפן למען עתיד חינוך הטהור בלונדון אין זייערע טעכטער לערנען אין בנות ירושלים. לויט ווי כ'האב געהערט זענען געווען איבער 50 טאטע'ס כ''י.
עס האט אויפגעטרעטן הגה''צ רבי יצחק אלחנן עבד-לחק שליט''א רב דקהל אהל שלום מחשובי הורי התלמידות, אין הרה''ח העסקן הנלהב רבי אביגדור גאלאנדויער שליט''א מנהל הסעמינאר ''בנות חיל'' מחשובי הורי התלמידות, אין ווי אויך איז געהערט געווארן די דעות שונות פון אסאך עלטערן ווי אזוי מען זאל אוועק שטעלן א ''וועד ההורים'' וואס זאל צוהעלפן די הנהלה רוחנית אין הנהלה גשמית צו שטיין פעלזן פעסט אקעגן אלע פאדערונגן פון די ''אפסטעד''.
אויך איז ארויס געברענגט געווארן פארשידענע פלענער, ווי א ''מאסן פארטעסט'', פון זיך ספאנטאן צאמנעמען אויב די יוונים וועלען קומען ח''ו אין שולע להעביר על הדת, אין ווי אזוי מען קען זיי לעגאל פיזיש אפהאלטן פון אריינגיין אין די מוסד, צו רעדן איבער די לימודי כפירה נארישקייט רח''ל מיט די לערערניס, דאס הייסט סיי די נשים צדקניות אין סיי די מיידלעך, אין ווי אויך די טעכטער די שילערינס.
עס איז געווען א נאכט פון אויסטערלישע חיזוק פאר אלע וואס פארשטייען די חורבן וואס גייט פאר אבער האבן זיך נישט געטראפען בפונדק אחד לטכס עצה.
איך האף שפעטער אין טאג צו באקומען בילדער פון איינער פון די משתתפים וואס האט געמאכט בילדער ביים אסיפה לשם שמים.
אכטונג אכטונג האט געשריבן:צו די גאר וויכטיגע אסיפה אין ליעזשער ביהמ''ד (מ. ראדוואן) אויף פיילי עוועניא, וואס איז געווען ספיציעל נאר פאר א געקליבענע צאל געלאדענטע עלטערן וואס זייער הארץ איז ווארעם אין גרייט צו העלפן למען עתיד חינוך הטהור בלונדון אין זייערע טעכטער לערנען אין בנות ירושלים. לויט ווי כ'האב געהערט זענען געווען איבער 50 טאטע'ס כ''י.

אהא! פון ווי ווייסט מען וועם עס טוט אמתדי'ג וויי און וועם נישט פארקויף נישט אז דאס איז א אסיפה פאר די עלטערן פון בנות ירושלים ווי געזאגט האב איך גערעדט צי א שיינע צאל עלטערן, וואס שיקן דארט אלע זייערע טעכטער צענדליגע יארן און זייערע ווייבער זענען אליינס געוועזענע תלמידות, און קיינעם פון זיי האט מען נישט גערופן הייסט עס, די 50 עלטערן (אויב איז געווען 50) רעפרעזענטירן אלע עלטערן? און וואס זיי זענען מחליט דארף מען מיטטאנצן? און ניטאמאל פרעגט מען זיי

איך בין א לאנדאנער געבוירענע, ווי איז קהל אהל שלום, איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון דעם פלאץ!
פון די בילדער זעה איך אויך ווי הרה''ח העסקן הנלהב רבי משה שווימער שליט''א מנהל ת''ת דרכי חיים, מחשובי הורי התלמידות טרעט אויף מיט פייערדיגע דיבורים. אין נאך עטליכע בארימטע חשובע עסקנים מחשובי הורי התלמידות טרעטן אויף, וואס מפני אי ידיעתי האב איך פריער נישט דערמאנט.
אכטונג אכטונג האט געשריבן:די פירות פון די לעצטע וואכ'דיגע אסיפה אין קאסאנער ביהמ''ד זעהט זיך ב''ה אן אין אלע ווינקלען.
היינט זונטאג נאכט וועט אי''ה פארקומען אן אסיפת רבנים ועסקנים חשובים שליט''א דן צו זיין איבער א ''יום תפילה'' אויפן קומענדיגן דאנערשטאג.
והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים
וועלעכע רבנים? וועלעכע עסקנים?
ביים ריזיגען אסיפה פאריגע וואך זענען געווען: די קינדער פון מרן ראש הישיבה שליט''א, ה''ה הגאון הגדול רבי משה אורי שלעזינגער שליט''א ראה''כ סאטמאר, ואחיו הגאון רבי אברהם אבא שליט''א ראש ישיבת מחזיקי לומדי תורה דחסידי בעלזא, הגה''צ המקובל רבי מרדכי יודא בלייער שליט''א, הגה''צ הרב יצחק אלחנן עבד-לחק שליט''א רב דקהל אוהל שלום, הרה''ג הרב ראובן בצלאל ווייס שליט''א ראש ישיבת אהבת תורה, הרה''ג רבי אברהם בלייער שליט''א מו''צ בלונדון, הרה''ג רבי שמואל אהרן ניילענדער שליט''א דיין בקהילת סאטמאר, האחים הרבנים הגאונים רבי יחזקאל ורבי נפתלי פריעדמאן שליט''א בני הגאון רבי שלום שליט''א דומ''ץ לונדון, הגאון רבי יחזקאל שלעזינגער שליט''א ראש ישיבת שערי אורה וכו' .
די נעמען פון די עסקנים ווייס איך נישט, אבער ווי עס שיינט, זענען אויך דא אין די אויבענדערמאנטע ליסטע פון די רבנים וואס זענען גאר אקטיווע עסקנים.