NYPD דערשטיקט מאן צום טויט בשעת ארעסטירען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » דינסטאג אוקטובער 25, 2016 8:48 pm

די פעדעראלע רעגירונג האט געמאלדן אז זיי גייען אנקלאגן די פאליציאנט וואס האט אים דערשטיקט.
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4190
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג מאי 14, 2019 9:57 pm

יא, און די קעיס גייט ווייטער אן..

א ריכטער האט באאויפטראגט די ניו יארק סיטי "CCRB" סעוויליען קאמפלעין רעוויא באורד, זאל איבערגיין נאכאמאל זייער פראצעס מיט'ן פאליציאנט וואס האט אראפגעלייגט עריק גארנער אויף דער ערד אים צו ארעסטירן אבער איז אנשטאט געשטארבן דורכן ווערן דערשטיקט פון די אקטן פון די אפיצירן. דער אפיציר ווערט געזען אויף'ן ווידעא ווי ער שלעפט אים אראפ דורך'ן ניצן אן אומלעגאלער מעטהאד גערופן טשאקהאלד, און בעת'ן אים אראפשלעפן האט דער געגיבן א היס וואס טוט אנדייטן אז ער האט זיך אנגעהויבן שטיקן וואס האט געפירט צום זיין טויט.

דער אפיציר טענה'ט אז ער איז נישט באגאנגען דעם אומלעגאלער אקט ווייל דעם מעטהאד וואס ער האט געניצט הייסט נישט טשאקהוילד, נאר סיעטבעלט מעטהאד.

מען האט אפיר געברענגט א הויך ראנקיגער אין די רעקרוטינג דעפט וואס האט טעסטיפייד אז דער מעטהאד וואס מען האט געניצט איז יא טשאקהוילד, און נישט נאר דעם נאר אז דער אפיציר איז קיינמאל טרענירט געווארן צו ניצן דעם אנדערן סיעטבעלד מעטהאד.

דער אפיציר ברענגט אויך ארויס אז נישט ער האט דעם גארנער'ן גע'הרג'ט, ווייל דער האט נאך 11 מאל געשריגן "איי קענט בריעד" וואס מיינט אז ער האט נאך יא געאטעמט. אזוי אויך צייגט ער אן אז די צייט פון די גסיסה האט ער שוין נישט געהאלטן זיינע לאפעס אויף אים און נישט זיין אים אראפברענגען האט אים גע'הרג'ט.

דער ריכטער גייט נאכאמאל שוקל זיין איבער די טענות און עווידענס און פסק'נען אויב דער איז שולדיג אדער נישט. טאמער יא דאן קען ער אדער פארלירן זיינע וואקאציע טעג אדער גאר ווערן ארויסגעווארפן פונעם סיסטעם.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5153
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג מאי 14, 2019 10:08 pm

ס׳איז אבער פאני אז טאקע פונקט ביפאר זיין פגירה האט ער אים אנגעטאן די סיעטבעלט מעטאד. [א מעשה רציחה מיט א fענסי נאמען, וואס טוצעך!]

כ׳דענק כ׳האב שוין געשוינט דעם גאַרנער נאך ביפאר ער איז געפאלן א טויטער. מ׳האט אים סאראונדעט מיט אפעצירן און אים באפאלן ווי כאילו ער איז עפעס א הויעכע גראבע שחור צו וואס.

#זיך לייגן אדער בייגן, אדער ביידע.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4190
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג מאי 14, 2019 10:44 pm

דאס בילד אויפן ערשטן בלעטל אין דעם אשכול צייגט וואס דער פאליציאנט רופט סיעטבעלט מעטהאד... כ'וואלט'ם געוואלט פרעגן דאן וואס איז א טשאקהוילד?...
נאט אייך א גרינע...



צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: shalsheles, אור, איד_איד, טעאריע וואס לעבט, יש ברירה, קרייסלער און 41 געסט