NYPD דערשטיקט מאן צום טויט בשעת ארעסטירען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מוצ"ש יולי 19, 2014 11:57 pm

א מאן איז געשטארבן אין סטעטן איילענד בשעת די פאליציי האט אים פרובירט צו ארעסטירן.

(זייטיגע נאטיץ, ער איז געווען א טינקעלער)

http://7online.com/news/nypd-takes-gun- ... ld/197357/
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2910
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » זונטאג יולי 20, 2014 12:02 am

זאכליך האט געשריבן:א מאן איז געשטארבן אין סטעטן איילענד בשעת די פאליציי האט אים פרובירט צו ארעסטירן.

(זייטיגע נאטיץ, ער איז געווען א טינקעלער)

http://7online.com/news/nypd-takes-gun- ... ld/197357/

ק:פ
א שחור איז געשטארבן זייענדיג געקייטעלט, סטעטן איילאנד דרייט זיך איבער...

אנדערקאווער פאליציי האבן אראפגעהאלטן א הויך ברייט ביינערדיגע שחור מיט די טענה אז ער פארקויפט אומ'טאקס'ירטע ציגרעטליך. ער האט גע'טענה'ט אז ער
האט פשוט אויפגעבראכן א געראנגען צווישן 3 פארשוינען, זיי האבן אים פארארדענט צי לייגן די הענט פון ארונטער אבער האט זיך גע'עקשנ'ט אז ער האט גארנישט געטאהן שלעכט און עס'ז נישטא פ"וו אים צי ארעסטירן, אז ער האט ניטש געפאלגט האבן זיי אנגעהויבן א געראנגעל, איינער האט געמאכט די "טשאוקהאלד" מענאווער בעת מען פרובירט אים אראפצואווארפן אויף דער ערד. דער האט גענומען שרייען אז ער קען נישט אטעמען! ער האט דאס געשריגן 6 מאל ביז ער האט אויפגעהערט, זיי האבן אים געקייטעלט, און ווען עס'ז געקומען אים אויפצושטעלן, איז נישט געווען צו וועמען צו רעדן, ער האט טאקע נישט
געאטעמט..

פאראמעדיקס זענען גערופן געווארן, און האבן אים אפגעפירט צום שפיטאל וואו ער איז דערקלערט געווארן טויט.. א בהלה איז אנטשטאנען אויף די גאס.

די גאנצע מעשה מהחל ועד כלה איז אפגעכאפט געווארן אויף ווידיאו דורך א פארבייגייער.

די פאליציי טענה'ט אז עס איז נישט די ערשטע ארעסט זיינער, ער איז שוין אנאלטער טראבל מעיקער, עס האט אים געווארט א קארט קעיס אין אקטאובער צוליב
זיינע אומלעגאלע אקטיוויטעטן.. ווען זיי האבן אים אפגעשטעלט האט ער געזאגט: זאגטס נאר; איעדעס מאל עטס טרעפטס מיר גייט'ס ארומפאטשקענען מיט
מיר? או נאו! היינט גייט זיך דאס אפשטעלן..

זיין ווייב טענה'ט אז וויבאלד ער האט געליטען אויף אסטמא, דייעבידיס, סליפ עפניע האט ער נישט געקענט געהעריג ארבייטן.

ווי געזאגט איז די גאנצע עפאכע אפגעכאפט געווארן לייוו, און ס'לעבעדיג אינדערוואכן אין די פאליציי קווארטירן, אן אויספארשונג איז געפענט געווארן,
צוגעלייגטע
image.jpg

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

NYPD דערשטיקט מאן צום טויט בשעת ארעסטירען

תגובהדורך מחותן » זונטאג יולי 20, 2014 12:05 am

לאמיר האפן אז די אפריקען אמערקענ׳ס זאלן עס נישט אויסניצען פאר ראיאטען,

עס זעט ווי די פאליציי האט געהאנדעלט ריכטיג, וויבאלד יענער האט רעזיזענט ארעסט, אבער אין די היינטיגע ליבעראלע עניוויירעמענט איז שווער צו זאגגן ווי אזוי עס וועט זיל אויסלאזען
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום זונטאג יולי 20, 2014 12:18 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

Elmo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 19, 2014 3:02 pm

תגובהדורך Elmo » זונטאג יולי 20, 2014 12:29 am

איך בלעים זיי נישט אויב זיי מאכן ראיטן, מען דארף באצאלן פאר זיין בלוט

אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 3:02 am

תגובהדורך והנה און נון » זונטאג יולי 20, 2014 12:36 am

מחותן האט געשריבן:לאמיר האפן אז די אפריקען אמערקענ׳ס זאלן עס נישט אויסניצען פאר ראיאטען,

עס זעט ווי די פאליציי האט געהאנדעלט ריכטיג, וויבאלד יענער האט רעזיזענט ארעסט, אבער אין די היינטיגע ליבעראלע עניוויירעמענט איז שווער צו זאגגן ווי אזוי עס וועט זיל אויסלאזען

געהאנדלט ריכטיג?? הא. ווי טעראריסטן האבן זיי געהנדלט! ער האט געשריגן ער קען נישט אטעמען! א צווייטע ווידיע פון היינט ווייזט אז זיי האבן אפילו נישט זיך געיאגט צו ריפען פאר מעדיקל הילף ווען זיי האבן שוין געזען אז ער איז באוויסטלאז.
און אלעס פארוואס? ווייל ער האט אפשר פארקויפט ציגארטן?
ראיאטן זאל זיין

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3979
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג יולי 20, 2014 12:37 am

מחותן האט געשריבן:לאמיר האפן אז די אפריקען אמערקענ׳ס זאלן עס נישט אויסניצען פאר ראיאטען,

עס זעט ווי די פאליציי האט געהאנדעלט ריכטיג, וויבאלד יענער האט רעזיזענט ארעסט, אבער אין די היינטיגע ליבעראלע עניוויירעמענט איז שווער צו זאגגן ווי אזוי עס וועט זיל אויסלאזען

קאמישינאר ברעטאן האט מודה געווען אז די "טשאוקהאלד" מענאווער איז אומלעגאל און האט נישט געזאלט באניצט ווערן.

ער האט אבער גע'טענה'ט אז "וואס האט עטס געוואלט זאלן זיי טאהן? סתם אוועקשפאצירן ווייל ער טענה'ט אזוי?".

הקיצור; הנה ימים באים.

_____
מר. פריוואט; פון וואנעט קומט דער ק/פ? כ'פרעג פאר אינטרעסאנטקייט.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג יולי 20, 2014 12:41 am

פליגל האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:לאמיר האפן אז די אפריקען אמערקענ׳ס זאלן עס נישט אויסניצען פאר ראיאטען,
עס זעט ווי די פאליציי האט געהאנדעלט ריכטיג, וויבאלד יענער האט רעזיזענט ארעסט, אבער אין די היינטיגע ליבעראלע עניוויירעמענט איז שווער צו זאגגן ווי אזוי עס וועט זיל אויסלאזען


קאמישינאר ברעטאן האט מודה געווען אז די "טשאוקהאלד" מענאווער איז אומלעגאל און האט נישט געזאלט באניצט ווערן.

ער האט אבער גע'טענה'ט אז "וואס האט עטס געוואלט זאלן זיי טאהן? סתם אוועקשפאצירן ווייל ער טענה'ט אזוי?".


וואס הייסט עס איז אומלעגאל? מען ניצט עס אין גאנץ אמעריקע.. די פאליס ניצט עס טעגליך פאר איינעם וואס רעזיסט ארעסט.

מען קען זיך דינגען צו די פאלציי האט אים געזאלט טשעפן און אויספרעגן אין פורסט פלעיס, אבער איינמאל זיי זאגען אז זיי גייען אים ארעסטירען, וואס פאר רעכטן האט ער נישט זיך צו לאזען ארעסטירען?

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » זונטאג יולי 20, 2014 12:45 am

אבער ווען די פאליציי זעהן אז א מענטש קען נישט אטעמען! וואס דערשטיקסטע ווייטער???
My Life Has Become More And More Colorful

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10813
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג יולי 20, 2014 12:47 am

פליגל האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:לאמיר האפן אז די אפריקען אמערקענ׳ס זאלן עס נישט אויסניצען פאר ראיאטען,

עס זעט ווי די פאליציי האט געהאנדעלט ריכטיג, וויבאלד יענער האט רעזיזענט ארעסט, אבער אין די היינטיגע ליבעראלע עניוויירעמענט איז שווער צו זאגגן ווי אזוי עס וועט זיל אויסלאזען

קאמישינאר ברעטאן האט מודה געווען אז די "טשאוקהאלד" מענאווער איז אומלעגאל און האט נישט געזאלט באניצט ווערן.

ער האט אבער גע'טענה'ט אז "וואס האט עטס געוואלט זאלן זיי טאהן? סתם אוועקשפאצירן ווייל ער טענה'ט אזוי?".

הקיצור; הנה ימים באים.

_____
מר. פריוואט; פון וואנעט קומט דער ק/פ? כ'פרעג פאר אינטרעסאנטקייט.

די ק/פ קומט פון אמ"ג, געשריבן דורך ידידינו "פליגל"
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג יולי 20, 2014 12:48 am

פער בריסטאו האט געשריבן:אבער ווען די פאליציי זעהן אז א מענטש קען נישט אטעמען! וואס דערשטיקסטע ווייטער???


מען זעט אויף די ווידיאו אז די פאליציי האט נישט געזען, דאס גאנצע דערשטיקען האט גענימען גאר א קרוצע צייט, עס זעט אויס ווי סטאנדערט מאנאווער וואס די פאליציי טוט געווענליך.

איך בארעכטיג נישט די פאליציי, אבער לויט די ווידיאו זעט מען נישט ווי זיי האבן געטיען עפעס אויסערגעווענליך.

אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 3:02 am

תגובהדורך והנה און נון » זונטאג יולי 20, 2014 12:49 am

NYPD protocol prohibits the use of chokeholds

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3348
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » זונטאג יולי 20, 2014 12:49 am

פארשטיי נישט, זיי מעגן ארעסטירן, אבער יענער שרייט אז ער שטארבט, סזעט נישט אויס ווי ער איז געווען א געפאר פאר די פאליציי, ווער ער ליגט אויף דער ערד זיכער נישט, דער פאליציאנט איז א פשוט׳ע רוצח.
ווי אויך ווייזן זיי אן אז די פאליציי וואלט געברויכט מאכן סי פי אר, דערווייל האבן זיי גארנישט געטון.
מהאקט

אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 3:02 am

תגובהדורך והנה און נון » זונטאג יולי 20, 2014 12:50 am

יעצט קומט אריין פרישע נייעס פון מעדיקעל עקזעמינער
The forbidden chokehold used by a cop to take down a Staten Island man in a deadly encounter did not damage his windpipe or neck bones, sources said.
The preliminary autopsy findings could be welcome news for Police Officer Daniel Pantaleo, now named as the cop who wrapped his arm around Eric Garner’s throat while trying to ­arrest him Thursday.

But a source close to the ME investigation said coroners are also investigating whether the chokehold still contributed to Garner’s death by aggravating his pre-existing conditions of obesity, asthma, and possible heart disease.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10813
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג יולי 20, 2014 12:51 am

פליגל האט פרייטאג געשריבן אויף אמ"ג אז דער מעיאר האט זיך אנגענומען פארן גע'הרג'טן. דאס איז נישט קיין חידוש, זינט זיין פאמיליע איז שווארץ.

אגב, איך האלט אויך אז די פאליציי האט געהאנדלט צו ברוטאל.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

Elmo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 19, 2014 3:02 pm

תגובהדורך Elmo » זונטאג יולי 20, 2014 12:51 am

רענט ארויף רעכט אראפ, די פאליס דארף מען מסדר זיין אים פייערן איטערוועי אין איעווסטיגעטן, סע הארגעט זיך עפעס אזוי אונז זעמער א דריטע וועלט לאנד מענטשן האבן נישט קיין ווערט, מען קען זיך נישט אנטשולדיגן סתם מיט א סארי, סע דא א משפחה וואס וויינט פאר אים, און קינדער וואס בענקען זיך צו זייער טאטע, רוצחים

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » זונטאג יולי 20, 2014 12:52 am

דו הערסט נישט! אז א מענטש שרייט קוים מיט זיין לעצטען אטעם איך קען נישט אטעמען!! וואס מיינט עס???
אז די פאליציי הערט א מענטש קען נישט אטעמען מעגן זיי אראפ נעמען די הענט פונעם האלטץ, מען קען ארעסטירען מיט אנדערע וועגן אויך!
My Life Has Become More And More Colorful

אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 3:02 am

תגובהדורך והנה און נון » זונטאג יולי 20, 2014 12:53 am

די מוזיק איז צו הויעך, דער מחותן פארשטייט נישט

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג יולי 20, 2014 12:53 am

נאר געזען א קורצע קליפ דערפון, און געליינט די באריכטען בעפאר שבת. אויף די קליפ וואס מען האט פארשפרייט תיכף נאך די ארעסט זעט עס נישט אויס ווי די פאליציי האט געהאנדעלט אנדערש ווי אנגענימען, מען זעט ווי זיי ווילן ארעסטירען און ער לאזט זיך נישט, אויפן קליפ הערט מען נישט ווי ער שרייט אז ער קען נישט אטעמען.

נישט געזען אין די באריכטען אז ער האט געשריגען אז ער קען נישט אטעמען, און נישט געוויסט אז די מאנאווער איז נישט לויט פראטאקאל..

אויב אזוי.. זענענן זיי דאך מעגליך טאקע רוצחים, אז ער האט געשריגען ער קען נישט אטעמען..
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום זונטאג יולי 20, 2014 12:58 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 3:02 am

תגובהדורך והנה און נון » זונטאג יולי 20, 2014 12:53 am

לכאורה האט געשריבן:פליגל האט פרייטאג געשריבן אויף אמ"ג אז דער מעיאר האט זיך אנגענומען פארן גע'הרג'טן. דאס איז נישט קיין חידוש, זינט זיין פאמיליע איז שווארץ.

א חידוש איינער וואס נעמט זיך נישט אן פארן געהרגעטן!
קוק ביידע קליפס

יוחנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 7:22 pm

תגובהדורך יוחנן » זונטאג יולי 20, 2014 12:54 am

??can someone please put on copy or dropbox the video

thanks much

mini van
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

תגובהדורך mini van » זונטאג יולי 20, 2014 12:55 am

געזעהן די ווידיא, זיי זענען אלטע רוצחים וואס האלטען זוך העכערען געזעטץ.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10813
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג יולי 20, 2014 12:57 am

קרעדיט: פליגל אויף אמ"ג

א פרעסס קאנפרענץ איז אפגעהאלטן געווארן פריער מיטן מעיאר און פאליס
קאמישאנער, דער מעיאר האט מודה געווען מער ווייניגער אז ס'יז געווען א
שרעקליכע טראגעדיע און האט נישט געזאלט פאסירן.

דער קאמישאנער האט מגלה געווען אז די "טשאוקהאלד" מענאווער איז נישט
אויסגעהאלטן, און די פאליציי טאר זיך נישט באניצן דערמיט, א פולשטענדיגער
אינוועסטיגאציע איז אונטערגענומען געווארן און אז דער סטעטן איילאנד
די.עי. קוקט אריין אין די קעיס וואספארא געזעץ פארלעצונגען זענען
באגאנגען געווארן, און באשטראפן די באשולדיגטע. א דעפארטמענט דיסציפלין
וועט אויסגעפירט ווערן פארן באגיין אומרעכטן און פארלעצונגען פון
דעפארטמענט פראטאקאלען.
ער טענה'ט אבער אז זיי זענען געווען אויף א מיסיע אים צי ארעסטירן צוליב
אנגעבליך באגיין א פארברעך מיטן פארקויפן איינצעלנע אומטאקסירטע
ציגערעטלעך אויפן גאס, דער האט נישט געלאזט זיך ארעסטירן און "מיר קענען
נישט לאזן איינעם גיין סתם אזוי", מ'קען נישט אים דארט איבערלאזן, אויב
ברויך ארעסטירט ווערן און ער לאזט זיך נישט קען מען נישט אויפגיבן...

די 2 פאליציאנטען זענען אראפגענומען געווארן פון די גאסן און זענען
געשטעלט געווארן אויף 'דעסק דוטי" ווענדנדיג די אויסקום פון די
אינוועסטיגאציע.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10813
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג יולי 20, 2014 12:57 am

והנה און נון האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:פליגל האט פרייטאג געשריבן אויף אמ"ג אז דער מעיאר האט זיך אנגענומען פארן גע'הרג'טן. דאס איז נישט קיין חידוש, זינט זיין פאמיליע איז שווארץ.

א חידוש איינער וואס נעמט זיך נישט אן פארן געהרגעטן!
קוק ביידע קליפס

אבער א מעיאר נעמט זיך נאטורליך אן פאר זיינע ארבייטער.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג יולי 20, 2014 1:00 am

גאנץ לעצטענס געווען אין די נייעס די בחור אין קרוין הייטס וואס די פאליציי האט אים צאמגעשלאגן ווייל ער האט זיך נישט געלאזט ארעסטירן.

שוין העכסט צייט איבערצומאכן די NYPD.

א פאליציי אגענטור דארף זיין אן אגענטור וואס איז דא צו העלפען די איינוואונער, נישט אן אגענטור וואס די איינוואונער האבן פיינט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » זונטאג יולי 20, 2014 1:02 am

למעשה ביי דער בחור פון קראון הייטס האבן די פאליציי באצאלט פארן בחור
לעצט פאראכטן דורך פער בריסטאו אום זונטאג יולי 20, 2014 1:02 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
My Life Has Become More And More Colorful


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישקשה, פארקלאצט און 29 געסט