Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זונטאג יולי 27, 2014 9:50 am

די מדינה האט א פראבלעם, די בארימטע אייראן דאם קאסט דאך שווערע געלטער, די בעסטע זאך וואלט געווען ווען זיי קענען פארקויפן אפאר אייראן דאמס אין די וועלט, צוריק צו מאכן אפאר דאלער.

פארשטייט איר דאך אליין אז ווען אזא בארימטע פראדוקט ווערט ארויס געלייגט אויף די מארקעט, ווערט א בהלה, יעדער כאפט, קאנאדע באשטעלט צען שטיק, ענגלאנג 20 שטיק, וכו, סאיז זיכער דא ריזיגע בעק ארדערס, וכו׳ וכו׳.

ווייס עפעס נישט פארוואס, לכאורה צוליב אנטיסעמעטיזם, וויל קיינער נישט קוקן דערויף... סשטעלט זיך ארויס אז קיינער איז נישט אינעם זעלבן מצב, קיינער כאפט נישט קיין פעקלעך פונעם שכן, (דאס איז דאך נישט קיין מיסיל דעפענס סיסטעם, דאך נאר פאר ראקעטלעך) סא קיינער דארף עס נישט.

די איינציגע וואס קוקן דעראויף זענען די סאוט קאריער, זייער שכן איז דער קליינער פעשער קים זאנג און, זיי האבן מורא אז ביום מן הימים וועט זיך פאר דעם קליינעם צועפענען דעם אפעטיט, וועט ווערן גרעבער און גרעבער, זיין רעקל וועט אים פלאצן, און די ... קנעפלעך.. וועלן שיסן קיין סאוט קאריע..

די פראבלעם דערפון איז קודם זיי קוקן שוין דערויף א לאנגע צייט מיט זייערע שיפע אזיאנע אויגן, און.... דערווייל ווערט גארנישט דערפון.

צווייטנס פארבינדעט עס שטערקער דעם באלי דיקטאטור מיט חמאס (השנית זה סברת עצמי)

און אז קיינער קויפט נישט פאלן די פרייזן, קלער איך צו קויפן איינס פאר מיין שכן, זיין ווייב זאל זיין געזונט, אין א שוואכע מינוט, ווארפט חפצים ....

Advertisement

זונטאג יולי 27, 2014 10:33 am

צווייפעל האט געשריבן:די מדינה האט א פראבלעם, די בארימטע אייראן דאם קאסט דאך שווערע געלטער, די בעסטע זאך וואלט געווען ווען זיי קענען פארקויפן אפאר אייראן דאמס אין די וועלט, צוריק צו מאכן אפאר דאלער.


ביי דע וועי די אייראן דאם איז באצאלט געווארן דורך אונזערע טעקס.

זונטאג יולי 27, 2014 10:35 am

טעות, עס ווערט באצאלט דורך דער גוטהארציגער לוה כינה

זונטאג יולי 27, 2014 10:36 am

אינזערע טעקסעס צאלן נאר די צינזין

זונטאג יולי 27, 2014 10:43 am

צווייפל דיינע באריכטן זענען ווערט א באגריסונג. נאט אייך ;l;p-

זונטאג יולי 27, 2014 10:43 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:עס איז דא א באריכט אז כאמאס זיכט איינצוקויפן נייע סארט סאפיסטעקירטע וואפען ביי נארט קאריע, וואס זאל זיי העלפן אין די יעצטיגע אקציע, און אז איין דאון פעימענט איז שוין געגעבן געווארן.

איין זאך וואס איך קען בשום אופן נישט פארשטיין.

פאר מען האט אנגעהויבן די אינוואזיע האט מען גערעדט, אז חאמאס איז צושמעטערט, זיי האבן נישט קיין פרוטה צו די נשמה, אלעס איז באנקראט, מען באצאלט נישט די ארבעטער, און לויט שמועות האט איינע פון די סיספייער געזאלט ערהאלטן געלט פאר די ארבעטער, וכדומ'

פון די אנדערע זייט ווערט באריכטעט, אז חאמאס האט געספענדעט 5 ביליאן דאלער פאר די טונעלן, און יעצט קויפן זיי פרישע וואפן?

זונטאג יולי 27, 2014 10:46 am

י האט געשריבן:ביי דע וועי די אייראן דאם איז באצאלט געווארן דורך אונזערע טעקס.

וואלט געווען גרינגער פאר יעדן ווען איר קלאפט אריין אין וויקפידיא, אייראן דאום, פאנדינג.

זונטאג יולי 27, 2014 10:58 am

ISRAEL: Barrage of rockets flying from Gaza into Israel now including Beer Sheva and Ashkelon as Hamas supposedly begs Israel for ceasefire. According to IDF, vehicle stopped near Beitar was heading for a massive attack H'Y, had 6 gas tanks with over 200lbs of explosives.

זונטאג יולי 27, 2014 11:08 am

צווייפעל האט געשריבן:די מדינה האט א פראבלעם, די בארימטע אייראן דאם קאסט דאך שווערע געלטער, די בעסטע זאך וואלט געווען ווען זיי קענען פארקויפן אפאר אייראן דאמס אין די וועלט, צוריק צו מאכן אפאר דאלער.

און אז קיינער קויפט נישט פאלן די פרייזן, קלער איך צו קויפן איינס פאר מיין שכן, זיין ווייב זאל זיין געזונט, אין א שוואכע מינוט, ווארפט חפצים ....


אמעריקע וועט זיי דען לאזן פארקויפן די טעכנאלאגיע? אויב יא, אפשר טאקע נאר פאר דרום קארעא, וואו אמעריקע איז אויך אינוועסטירט מיט צענדליגע טויזענטער זעלנער.

בנוגע דיין שכנ'טע זז"ג, וואס ווארפט זי אין א שטארקע מינוט? :wink:

זונטאג יולי 27, 2014 11:09 am

קהת האסטו אויפגעשטורעמט מיינע געפילן פאר אחב"י הנתונים בצרה.

זונטאג יולי 27, 2014 11:11 am

אינדיע און פאקיסטאן קענען עס קויפן, פאר זייער קאנפליקט.

זונטאג יולי 27, 2014 11:15 am

צווייפעל האט געשריבן:אויף פאקס ניוז האט שאן העיניטי אינטערוויועד א פרא פאלסטינער רעדנער, נאכן לאזן יענעם פלאפלען וועגן די ליידן פון די עזה איינוואוינער, און פון די נישט פערפארשן מאכט וואס די מדינה נוצט (א אפט גענוצטע טענה), פרעגט ער אים, סא וואס איז יא די פערפארשן מאכט וואס מדארף נוצן ווען מווערט באווארפן מיט ראקעטן, אין דיינע אויגן?
יענער ענפערט נישט קלאר, פרעגט ער אים א דירעקטע שאלה, חמאס איז א טעראר גרופע ? יענער שטאמלט, שרייט ער אים ״דו פארשטאפטע קאפ וואס דו ביזט!״ און ער לאזט אים נישט פארזעצן די אינטערוויו, טייל רייסן אים אראפ פארן נישט לאזן יענעם צו ענדיגן.

פיינע נייעס קרעדיט קנאפער ידען
https://copy.com/Yw1RF8Lz0rM0

זונטאג יולי 27, 2014 12:02 pm

מי חכם האט געשריבן:
קהת האט געשריבן:מדנ"י איז מורדיג אויפגערעגט אויף קערי נאכדעים וואס ער האט גענומען די סיעס פייער פון חאמאס און מחליט געוועהן אז סאיז זיין און עס פארגעשלאגען פאר מדנ"י, שטייציך אז זיי האבען עס גלייך אפגעווארפען.
קערי האט זיך איינגעקויפט מפטיר יונה דעם פרייטאג... אפילו די וואס ווילן אים פארענטפערן זענען מודה אז דער מענטש לעבט אין א אנדערן פלאנעט.

במשך די וואך האט ער גערעדט מיט מד"י איבער א פייער אפשטעל נוסח עגיפטן, און פארהאנדלען וועט מען איבער וואס און וויפיל מען זאל צואווארפן פאר חאמאס. למעשה האט ער צוגעשיקט פרייטיג א דרעפט פאר א פייער אפשטעל, ווארט ביי ווארט פון חמאס און קאטאר און טערקיי. פארשטייט זיך אז דער קאבינעט האט עס תיכף אפגעווארפן. שפעטער ווען די נייעס האט ארויסגעליעקט האט קערי אפגעלייקנט די גאנצע זאך און באשולדיגט די איזראעלי מידיא אז זיי זאגן ליגנט...


איך ווייס אז קערי האט שוין דריי מאל געלייקענט אז מדנ"י זאל האבן אפגעווארפן זיין פארשלאג..
אבער איז דא סיי וועלכע אויפקלערנוג פינעם סטעטיט דיפארטמענט אויף די קערי מהלך? אדער עס פעלט נישט אויס קיין הסבר וויבאלד עס איז חלק פון די אבאמא דאקטערין אז אמעריקע שטעלט זיך קודם אויף די זייט פון די טעראריסטען [און נאכדעם ציעט זי צירוק..}

זונטאג יולי 27, 2014 12:32 pm

צווייפעל האט געשריבן:סווערט באריכטעט אז די ארגאנאזירער פון די מאמארע שיף נמ. איינס, וועלעכע איז פארכאפט געווארן ביי מדינת ישראל, פלאנט איצט צוזאמען צו שטעלן נאך א שיף קיין עזה, זיי זאגן א סגייט ווערן באגלייט מיט טערקישע קריגס שיפן צו פארהיטן פון א מדינת ישראל אנפאל.

טערקיי האלט באמת אז זיי קענען זיך שלאגן מיט אמעריקאנע/ישראלישע מיליטער???

זונטאג יולי 27, 2014 12:41 pm

די ארגאניזאציע וואס האט ארגאניזירט די פריערדיגע פלאטילע, איז אן ארגאניזאציע אפיליאירט מיט עטליכע טעראר גרופעס, ווי חאמאס און על-קעידא.


The U.S. government has verified that IHH, the Turkish-based organization that launched the Mavi Marmara ship raided by Israel on Monday, has ties to Hamas.

Assistant Secretary of State P.J. Crowley told reporters Wednesday: "'We know that IHH representatives have met with senior Hamas officials in Turkey, Syria and Gaza over the past three years,'" and "'That is obviously of great concern to us.'"

In addition, French intelligence expert Jean Louis-Bruguiere stated in an interview with the Associated Press that IHH leaders "were basically helping al-Qaida when (Osama) bin Laden started to want to target U.S. soil."

In 2002, Bruguiere was cited in U.S. federal court documents during the prosecution of Abdurahman Alamoudi stating that IHH played an "important role" in the Al-Qaeda planned Millennium bomb plot.

ס'נישט נאר אמעריקע וואס זאגט אז דאס זענען טעראריסטן אונטער א הומאניטארע שלייער. טערקיי זעלבסט אנערקענט דאס אויך.
Turkish police arrested at least 23 people on Tuesday as part of raids against al-Qaida targets, including the offices of the Humanitarian Relief Foundation (IHH).

Police raided IHH offices in the southern city of Kilis, which borders Syria, and detained one person.

IHH was behind the Mavi Marmara flotilla that sought to break Israel’s blockade of the Gaza Strip in May 2010.
“Recent reports of the Turkish military intercepting an alleged IHH weapons truck on the Syrian border was an indication that the flotilla charity was being targeted,” Jonathan Schanzer, vice president for research at the Foundation for Defense of Democracies, told The Jerusalem Post on Tuesday.


אבער ווען מ'ברויך דעם גנב, נעמט מען אים אראפ פון די תלי'. און ווען "מעסיגע מוסלעמענער" דארפן ערלעדיגן א דזשאב, נוצן זיי די עטוואס ווייניגער "מעסיגע מוסלעמענער" צו טוהן די שמוציגע ארבעט.

דער טשערמאן פון די IHH ארגאניזאציע זאגט אז טערקישע טרופן וועלן באגלייטן די שיפן.

The chairman of IHH, a major organiser of the Gaza Freedom Flotilla I, said that Turkish army troops will accompany the ships to protect it from any potential attack, pointing out that his organisation demanded the government to provide protection for them as Turkish citizens.

נאכאמאל, נישט טערקיי זאגט עס, נאר די א.ג. "הומאניטארע" טעראר גרופע זאגט עס.

עס קען זיין אז זיי האבן באקומען אזא פארפליכטונג פון דער מוסלעמענער ערדואן. אבער אפילו אויב ער מיטשיקן מיליטערישע באגלייטונג, אפשר נאר אין אינטערנאציאנאלע וואסערן. אין מד"י וואסערן וועלן די טערקן נישט איינטונקען זייערע פיס. ערדואן שפילט משוגע, אבער פאר זיין אייגן וואוילזיין, לאמיר האפן אז ער איז נישט אינגאנצן...
פון די אנדערע זייט, ער איז אזוי אויף צרות מיט די בעפארשטייענדע וואלן און מאסיווע קארופציע אויפדעקונגען, אפשר שפירט ער אז ער מוז טוהן אזא פארצווייפלטע שריט צו ראטעווען זיין הויט.

זונטאג יולי 27, 2014 12:49 pm

אן אנאנימע באריכט זאגט אז עגיפטען וועט צייטווייליג אראפנעמען די עזה בלאקאדע פאר פארוואונדעטע און אריינצושיקן הילף און ברענשטאף, לכבוד די ענדע פון ראמאדן חגא, עיד אל פאטיר.
Egypt will open the Rafah border crossing with the embattled Gaza Strip during the upcoming Eid al-Fitr holiday, which marks the end of the holy Muslim month of Ramadan.

The crossing would be opened as of Monday until Thursday to receive Palestinians wounded during the ongoing Israeli onslaught against the blockaded Palestinian enclave and for the access of relief assistance and fuel into the strip.

Since last summer's ouster of Mohamed Morsi – Egypt's first freely elected president – by the army, Egypt has kept the Rafah border crossing closed for the most part.

זונטאג יולי 27, 2014 12:50 pm

ISRAEL: 1,062 Palestinians killed and 6,037 injured since beginning of Op Protective Edge. Hamas rejects 3rd ceasefire proposal in one day. INDIA: Mumbai PD receives letter allegedly from terror operatives threatening to carry out bombings in retaliation for Israeli op in Gaza

זונטאג יולי 27, 2014 1:18 pm

SPUSMN האט געשריבן:
דער תהילים איד האט געשריבן:בעצם רעדט מען שוין יארן וועגן טונעלן. פארוואס האט מען זיך הערשט יעצט דערמאנט אז ס'איז א געפאר וואס דארף באהאנדלט ווערן פונקט ווי ראקעטן?

ווייל דער נאטור פון א מענטש איז נישט צו נעמען אין געפאר א זאך וואס ער זעהט נישט מיט די אייגענע אויגען. יעצט זעהט מען אז די טאנאלען קענען נאך זיין מער מסוכן ווי ראקעטען, און א פשוטע וואך (מיט א פת"ח) איז נישט גענוג.

צו ווייסטו וויאזוי מען האט פארכאפט גלעד שאליט מיט גאנצע 7 יאר צוריק?

7 טעראריסטן זענען אריינגעקומען דורך א.... טונעל! וואס האט זיך אריינגעצויגן 100 מעטער אריין אין די גרעניצן פון מדינת ישראל.

כאנישט קיין אנונג וואס עס מאכט מענטשן טראכטן אז די טונעלן איז א נייע זאך, מענטשן האבן זייער קורצע זכרונות.

זונטאג יולי 27, 2014 1:19 pm

להודיע האט געשריבן:צווייפל דיינע באריכטן זענען ווערט א באגריסונג. נאט אייך ;l;p-

זונטאג יולי 27, 2014 1:22 pm

SPUSMN האט געשריבן:
דער תהילים איד האט געשריבן:א פחד און א שרעק.

עלען הארט, א לאנדאנער רעפארטער צו מיטל-מזרח אישו'ס, זאגט אין א ענגלישע אינטערוויו צו "פרעס טיווי" אז טראץ וואס רוב אראבער שרייען און זענען אין כעס ספעציפיש קעגן ציוניזם, האלט ער אז ס'גייט ווערן פארמירט צו א "האלאקאסט 2" אויף די 'אידן' בכלל (רחמנא ליצלן), ווייל ביי איין פוינט אין די נאנטע צוקונפט גייט אנטי-זייאניזם ווערן גענצליך טראנספארמירט צו אנטי-סעמיטיזם, א חוץ אויב אידן אין אמעריקא און יוראפ וועלן זיך עפענטליך אפשאקלען פון זייאניזם.

דער אינטערוויוער פרעגט אים אז למעשה הערט מען פון אידישע ארגאניזאציעס און אפילו פון ראבייס סיי אין אמעריקא און אפילו דארט אין לאנדאן, וועלכע פראטעסטירן קעגן זייאניזם. ענטפערט ער אז ס'איז נאכאלס צו ווייניג אין נומערן, און אויב די מערהייט שטיצן ציונות וועט אנטיסעמיטיזן ארויפגיין זייער שנעל צו די העכסטע שטאפלען.

מאכען די אנטיסעמיטען א פאול וויפיל אידען זענען ציונים און וויפיל זענען נישט? רעכענען זיי אויך אלע אסימילירטע אידען וואס רוב רובם זענען נישט קיין ציונים און א גרויסע חלק אנטי ציונים? וויאזוי מעסטען זיי אידען? און צו מעסטען זיי בכלל?

זיי מעסטן עס לויט די "גערודער".

דער רעפארטער זעהט בכלל נישט אויס צו זיין א ספעציעלע אנטיסעמיט, און ער זאגט וואס ס'זעהט אים אויס פון די לופט אין די גאס. ווער עס האלט אביסל מיט די נייעסן אין די לעצטע טעג פון פאריז ביז אינדיע און אלעס אינדערמיט, דער פארשטייט אז ס'איז בכלל נישט קיין וויץ.

זונטאג יולי 27, 2014 1:26 pm

SPUSMN האט געשריבן:קלערסט אז אויב מד"י וואלט אנגענומען דער סיספייער וואלט כאמאס נישט גענוצט די טאנעלס? צו וואס האבען זיי עס געבויעט אויב עס נישט צו נוצען? (געהערט אז זיי האבען אויסגעגעבן דעראויף 5 ביליאן דאלער!)

פארוואס האבן זיי עס נישט גענוצט די לעצטע פאר יאר? מיינסט טאקע ס'איז היי יאר פארטיג געווארן?

ענטפער: ווייל ס'איז געווען א סיספייער.

(כהאב עס שוין געשריבן דא עטליכע מאל: טעראר ביי חאמאס איז זייער "מיליטער", זינט זיי האבן נישט קיין מיליטער מיט ערעפלאנען ווי א ציוויליזירטע לאנד. דאס מיליטער בויעט מען צו נוצן בשעת מלחמה. די איינציגע זאך וואס זיי האבן יא אפיציעל פרובירט אפילו שלא בשעת מלחמה [לעצטע 2 יאר] איז כאפן משכונות)

זונטאג יולי 27, 2014 1:38 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:קלערסט אז אויב מד"י וואלט אנגענומען דער סיספייער וואלט כאמאס נישט גענוצט די טאנעלס? צו וואס האבען זיי עס געבויעט אויב עס נישט צו נוצען? (געהערט אז זיי האבען אויסגעגעבן דעראויף 5 ביליאן דאלער!)

די איינציגע זאך וואס זיי האבן יא אפיציעל פרובירט אפילו שלא בשעת מלחמה [לעצטע 2 יאר] איז כאפן משכונות)

??????

תהלים יוד לייען ביטע איבער וואס די האסט יעטץ געשריבן

זונטאג יולי 27, 2014 1:46 pm

מי חכם האט געשריבן:קערי האט זיך איינגעקויפט מפטיר יונה דעם פרייטאג... אפילו די וואס ווילן אים פארענטפערן זענען מודה אז דער מענטש לעבט אין א אנדערן פלאנעט.

במשך די וואך האט ער גערעדט מיט מד"י איבער א פייער אפשטעל נוסח עגיפטן, און פארהאנדלען וועט מען איבער וואס און וויפיל מען זאל צואווארפן פאר חאמאס. למעשה האט ער צוגעשיקט פרייטיג א דרעפט פאר א פייער אפשטעל, ווארט ביי ווארט פון חמאס און קאטאר און טערקיי. פארשטייט זיך אז דער קאבינעט האט עס תיכף אפגעווארפן. שפעטער ווען די נייעס האט ארויסגעליעקט האט קערי אפגעלייקנט די גאנצע זאך און באשולדיגט די איזראעלי מידיא אז זיי זאגן ליגנט...

איך מיין אז צו טראכטן אז עגיפטן קען דא זיין א פארמיטלער, איז ענדערש גדערעדט פון אנדערן פלאנעט.

עגיפטן איז די געגנער פון חאמאס וואס איז אפיליאירט מיט די מוסלעם ברודערהוד, און זיי זענען אפיציעל די זייט פון חאמאס. איך גלייב נישט אז זיי גייען דא עווער זיין די פארמיטלער אויף די יעצטיגע קאנפליקט, קאטאר און טערקיי - אדער איינער פון זיי - וועלן עס מוזן איבערנעמען.

זונטאג יולי 27, 2014 1:48 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:קלערסט אז אויב מד"י וואלט אנגענומען דער סיספייער וואלט כאמאס נישט גענוצט די טאנעלס? צו וואס האבען זיי עס געבויעט אויב עס נישט צו נוצען? (געהערט אז זיי האבען אויסגעגעבן דעראויף 5 ביליאן דאלער!)

פארוואס האבן זיי עס נישט גענוצט די לעצטע פאר יאר? מיינסט טאקע ס'איז היי יאר פארטיג געווארן?

ענטפער:

ווייל זיי האבען עס געהאלטען אינמיטען אנגרייטען פאר א געלעגנהייט

זונטאג יולי 27, 2014 1:51 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:קערי האט זיך איינגעקויפט מפטיר יונה דעם פרייטאג... אפילו די וואס ווילן אים פארענטפערן זענען מודה אז דער מענטש לעבט אין א אנדערן פלאנעט.

במשך די וואך האט ער גערעדט מיט מד"י איבער א פייער אפשטעל נוסח עגיפטן, און פארהאנדלען וועט מען איבער וואס און וויפיל מען זאל צואווארפן פאר חאמאס. למעשה האט ער צוגעשיקט פרייטיג א דרעפט פאר א פייער אפשטעל, ווארט ביי ווארט פון חמאס און קאטאר און טערקיי. פארשטייט זיך אז דער קאבינעט האט עס תיכף אפגעווארפן. שפעטער ווען די נייעס האט ארויסגעליעקט האט קערי אפגעלייקנט די גאנצע זאך און באשולדיגט די איזראעלי מידיא אז זיי זאגן ליגנט...

איך מיין אז צו טראכטן אז עגיפטן קען דא זיין א פארמיטלער, איז ענדערש גדערעדט פון אנדערן פלאנעט.

עגיפטן איז די געגנער פון חאמאס וואס איז אפיליאירט מיט די מוסלעם ברודערהוד, און זיי זענען אפיציעל די זייט פון חאמאס. איך גלייב נישט אז זיי גייען דא עווער זיין די פארמיטלער אויף די יעצטיגע קאנפליקט, קאטאר און טערקיי - אדער איינער פון זיי - וועלן עס מוזן איבערנעמען.


וואס? מדנ"י האט נישט די זעלבע רעכטען ווי כאמאס? און זיי מיזען יא אנעמען א פאמיטלנוג פון קאטער אדער טעקריי - צוויי לענעדער וואס זענענן עפענטליך אפעלירט מיט כאמאס?!
שרייב א תגובה

Advertisement