בלאט 1 פון 190

נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

געשריבן: דינסטאג יולי 01, 2014 4:28 pm
דורך בערקא
אזוי ס'איז נישטא קיין באזונדערע אשכול פאר סתם (אומוויכטיגע) נייעס פון מאנסי, האב איז זיך מכבד געווען מיט פתיחת האר..אשכול, פאר מאנסי'אנער נייעס,

הייב אזוי אהן צו שרייבן דעם קעפל "נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי... " כאפ איך זיך ביים קאפ, געוואלד וואס איז געשעהן מיט ספרינג וואלי, טשעטענע רידזש, לופט בארג (אירמאנט), וועסלי היללס, פארשעי, טאללמאן, כתר, הילקרעסט..... וכו' וגו' והבן וד"ל בלית ברירה האבעך מוסיף געווען "... און ראקלענד קאונטי" למען ידעו דורו.... כ'מיין למען ישמעו ויר... אופס... אקעי אהן קיין למען..!

נ.ב. אזוי שרייבנדיג דערמאן איך זיך פון יארמע'ר רב'ס טעיפ פורים אין מאנסי.......... זאל זיין....

געשריבן: דינסטאג יולי 01, 2014 4:31 pm
דורך בערקא
אין אנדערע נייעס ווערט געמאלדן אז אויף מעיפל עוו. ביים ווינקל פון נ. קאול איז גרויס טרעפיק, נאך וואס עטליכע יונגענטליכע מיט אראנזדשע היטן באוואנפט מיט סטאפ סיין'ס האבן אויפגעגראבן א גרוב אינמיטן שאסיי, כנהוג, סאו פליז יוז אלטערניעט ראוט!

געשריבן: דינסטאג יולי 01, 2014 5:33 pm
דורך קיווי סטראבערי
ייש"כ מיניסטער בעריש פאר די גאר וויכטיגע נייעס. אינטרעסאנט צו וויסן וואס איז די ציהל פון די דאזיגע באוואפנטע יוגנטליכע מיט די ארענזדשע הוטן, פארוואס עפעס גראבן זיי גרובער אינמיטן די שאסיי?

געשריבן: דינסטאג יולי 01, 2014 5:40 pm
דורך בערקא
מיין אויבנאויפליכע אפשאצונג פארבינדט דאס מיטן געבוי פון נייעם ביהמ"ד הגדול ד'שפיגעל הארט ביים ווינקל....

געשריבן: דינסטאג יולי 01, 2014 5:42 pm
דורך בשבילי נברא
קיווי סטראבערי האט געשריבן:ייש"כ מיניסטער בעריש פאר די גאר וויכטיגע נייעס. אינטרעסאנט צו וויסן וואס איז די ציהל פון די דאזיגע באוואפנטע יוגנטליכע מיט די ארענזדשע הוטן, פארוואס עפעס גראבן זיי גרובער אינמיטן די שאסיי?

עס בויעט זיך דארט ביי יענעם קארנער א נייע שוהל בראשות הר"ר חיים שפיגל שליט"א, לכאורה האט עס מיט דעם

געשריבן: דינסטאג יולי 01, 2014 5:51 pm
דורך פיטום
אה! האב איך שוין ווי נאך צוקוקן ביי לאנטש ברעיק! טענק יאו פאר די אפענונג!
כאף אז ס'העט זיך מערן אויף שמחות

געשריבן: דינסטאג יולי 01, 2014 6:08 pm
דורך לאדיךארויס
פיטום האט געשריבן:אה! האב איך שוין ווי נאך צוקוקן ביי לאנטש ברעיק! טענק יאו פאר די אפענונג!
כאף אז ס'העט זיך מערן אויף שמחות

פון דיינע צאל תגובות און דיין אינגעשריבענע דאטום (ווויניגער פון 2 מאנאטן), קוקט אויס ווי דו האסט גאר לאנגע ברעיק/לאנטש... :lol:

צוריק צו נייעס

געשריבן: דינסטאג יולי 01, 2014 6:09 pm
דורך פיטום
דער אמת איז אז ס'ווענד זיך אויב איך האב ליב די לאנטש,.....

געשריבן: דינסטאג יולי 01, 2014 6:22 pm
דורך מצב כללי
אריין אין פארברענגען.

געשריבן: דינסטאג יולי 01, 2014 6:29 pm
דורך לאדיךארויס
בערקא האט געשריבן:מיין אויבנאויפליכע אפשאצונג פארבינדט דאס מיטן געבוי פון נייעם ביהמ"ד הגדול ד'שפיגעל הארט ביים ווינקל....

א בילד ?

געשריבן: דינסטאג יולי 01, 2014 8:06 pm
דורך פיטום
מ'האלט שוין דארט זייער ווייט, ב"ה, שוין באלד "השלם זה הבנין"

געשריבן: דינסטאג יולי 01, 2014 8:29 pm
דורך פיצי קעפעלע
חברים מיט די הילף פון די פאליציי האבען היינט ארעסטירט צוויי איגענטליכע וואס האבען לעצטענס גע'גנב'ט אסאך בייקס אינעם געגענט

געשריבן: דינסטאג יולי 01, 2014 9:36 pm
דורך עירמאנט'ער
א גרויסען דאנק בערקא פארן אשכול
לאמיר האפן אין בעטן ס'זאל זיין נאר פרייליכע נייעס דא אין ביי גאנץ כלל ישראל

יעצט צי די נייעס
?פיצי: פין וועלכע געגענט רעדט איר דא

געשריבן: מיטוואך יולי 02, 2014 7:01 am
דורך פיצי קעפעלע
היימישער געגענט אין ראקלענד, מערסטענס אין ספרינג וואלי

געשריבן: פרייטאג יולי 04, 2014 5:40 pm
דורך מצב כללי
וואס גייט שוין ווידער פאר מיט עד דעי איבער די סקול דיסטריק בארד?

געשריבן: זונטאג יולי 06, 2014 12:36 pm
דורך פיטום
וואס איז נעכטן פארגעגאנגען אינמיטן די נאכט ביי ערערסאן? א מאסיוון געשלעג?

געשריבן: זונטאג יולי 06, 2014 1:13 pm
דורך פיטום
אויך איז געווען דארט א עקסידענט

געשריבן: זונטאג יולי 06, 2014 1:58 pm
דורך בשבילי נברא
זעהט אויס די אשכול איז נאר אויף צו פרעגן קשיות, די תירוצים ברויך מען אליינס נאכזוכן.

געשריבן: זונטאג יולי 06, 2014 7:29 pm
דורך פיצי קעפעלע
וואנדאלען האבען היינט געשעדיגט די סווימינג פול אין קעמפ שלום אין טשעסטנאט רידזש.

געשריבן: זונטאג יולי 06, 2014 10:43 pm
דורך בערקא
טענקס פאר דע נאוס!

געשריבן: מאנטאג יולי 07, 2014 10:17 pm
דורך פיצי קעפעלע
א פרוי האט אפגעטראגען מיט צוויי אלפים קעש פון מאנסי גלאט.

די פאליציי פארשט דעם אינצידענט

געשריבן: דינסטאג יולי 08, 2014 12:55 pm
דורך פיטום
פייער דערפארטמענט איז יעצט גערופן געווארן צו די חדר אין שיכון סקווירא

געשריבן: דינסטאג יולי 08, 2014 2:38 pm
דורך ווינקל
Town of Ramapo.
Christopher P. St. Lawrence Supervisor
Temporary Road Closure July 18, 2014 through July 20, 2014
All motorists are advised that NORTH AIRMONT ROAD, between Route 59 & NYS Thruway (Exit 14B) will be closed from Friday, July 18, 2014 at 10:00 AM until Sunday, July 20, 2014 at 4:00 PM. This closure will expedite the upgrade of the Norfolk-Southern Railroad Tracks on North Airmont Road. Local traffic and businesses will have FULL ACCESS to the roadway up to the work zone FULL ACCESS to the NYS Thruway via detour will be available DETOUR ROUTES in the immediate vicinity will be provided For more information please call (845) 357-5100 x201. Christopher P. St. Lawrence Supervisor Town of Ramapo Anthony Sharan Highway Superintendent Town of Ramapo

געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2014 9:36 am
דורך בערקא
טענקס

געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2014 2:53 pm
דורך מחותן
עס וואלט געווען אינטערסאנט צו וויסען אינפערמאציע און א באשרייבנוג פינעם מענטש וואס שטייט אינטער די בלי און וואקס פון רפואה העלט סענטער..

די קליין שטעטעל סקווער מיט א ערך פון נישט מער ווי 1000 תושבים האט באוויזען אהער צו שטעלן א מעכטיגע מעדיקעל אפעראט וואס וואלט נישט פארשעמט קיין איינע פון די גרויסע יודישע שטעט, זיי האבן עטליכע גרויסע בנינים, הארט נעבן סקווער און אין מאנסי, און ווי עס זעט אויס אז דרייט זיך דארט אדורוך א שיינע צאל מספר מענטשן א טאג..

איך ווייס נישט די קוואלעטי דאקטוירם וואס זיי שטעלן אהער, בסך הכל האב איך נאר צוויי מאל באגלייט א עלטערן קרוב צו א דאקטער, אבער פון די בנינים און די צאל מענטשן וואס זיי האבן זעט אויס אז זיי טיען דארט עפעס גוט׳ס..

איינער מיט וויזשען האט דאס פאראויסגעזען און פלאנירט ווייל די זאכען געשעען נישט פון זיך אליינס, און עס זעט אז מיט סייעתה דשמיא איז עס געלונגען.