מסתמא האט געשריבן:5 מאל האט געשריבן:קען איינער מסביר'ן אין צי איז עס מעלה ומוריד?MONSEY: NY schools chancellor Betty Rosa says she'll ask for a law giving East Ramapo monitors veto power over decisions of the democratically elected board, which has a frum majority.בבקשה האט געשריבן:Programming האט געשריבן:דאס גארנישט, אבער אזא געזעץ קען שטארק מעלה ומוריד זיין. א אפגעשוואכטער קאומא קעגן א סופער מעיזשאריטי דעמאקראטן אין ביידע הייזער איז דא שוואכע שאנסן פאר א וועטא.
ווי קומט קאומא דא אריין אין די בילד?
קען איינער מסביר זיין די נייעס?
ווער האט די יוריסדיקציע צו איבערווארפן דעמאקראטישע וואלן? וויאזוי פאסירט אזאנס?
די לעגיסלאטור קען מאכן אזא געזעץ.
דערנאך קענען מיר עס נעמען אין די לאקאלע קאורטס, וואס וועלן עס ווארשיינליך באשטעטיגען. דערנאך וועלן מיר עס נעמען אין אפעלאט, וואס וועט עס אויך ווארשיינדליך באשטעטיגען, און דערנאך קענען מיר עס נעמען צום סופרים קאורט, וואס אויב זיי וועלן עס אננעמען, וועלן זיי עס ווארשיינדליך באשטימען אומגעזעצליך.
אבער דאס אלעס קאסט צייט און געלט.
פאר די לאקאלע פאליטישענס לוינט זיך די געים, ווייל זיי פארדינען קודם כל אז זיי ווייזן אז זיי נעמען זיך מכלומר'שט אן פאר די באקריוודעטע, וואס באקומען נישט גענוג פראגראמען פון די סקול דיסטריקט וואס ווערט געפירט דורך די אידישע באורד, און זיי מאכן עס אויסזען כאילו דאס איז די גאנצע פראבלעם. איי וויאזוי וועט באשאפן ווערן מער געלט דורך די מאניטאר? פרעג נישט קיין קושיות. און נאך אזאך פארדינען זיי אז אנשטאט צו דארפן אדרעסירן די אמת'ע פראבלעם אז די סטעיט גיבט נישט קיין געהעריגע פאנדינג פאר די לאקאלע סקול דיסטריקט, צוליב א פארפוילטע סטעיט פאנדינג פארמולע, און טון צו די זאך און פאררעכטן די פארמולע, וואס איז א שווערע פראצעדור צו מאכן אלע לעגיסלאטורן צו זיין איינשטימיג דערויף, ווייל עס וועט קאסטען אסאך געלט פאר די רעגירונג, האבן זיי א גרינגערע וועג צו מסדר צו זיין די זאך, מען קען פשוט נעמען א סקעיפגאויט, די אידן, און זיי באשולדיגען אין אלע פראבלעמען פון די דיסטריקט, און שטעלן א מאניטאר וואס זאל טון דארט כבתוך שלו, און אויף דעם וועלן אלע לעגיסלאטורן מסכים זיין, און די פראבלעם איז געשליכטעט. אזוי פאר די קומענ'דיגע שטיק צייט זענען זיי געקאווערט.