נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

Waukesha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובהדורך Waukesha » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 10:01 pm

שוין די וואלען זענען פארמאכט. עס בלייבט איבער בלויז צו ווארטן צו זען די רעזולטאטען. איך קען דאך שוין נישט שאדן מאכן, גיי איך צו לייגן מיי 2 סענטס. קודם כל איך און די ב"ב האבן ביידע געשטימט ראו עי אלל די וועי (חוץ פון נענסי קווין קאבא פאר Judge, וואס איך האב געלאזט ליידיג, ווייל זי איז אויך געווען אויף ראו H). די סיבה פארוואס איך האב געוועלט פאר זיי איז בלויז קעגן די רשעים פון פערזערוו. דאס מיינט נישט אז איך בין צופרידען פון די מצב אין מאנסי, איבערהויפט נישט. די אווער דעוועלפמענט איז בלי שכל און בלי אחריות. אפילו לאמיר זאגן אז איך אלץ איד שטערט עס נישט, איז זיכער אז דאס איז גורם שנאת ישראל, ס'איז גורם אז פערזערוו זאל וואקסן. איך גלייב אז אסאך פשוט'ע פערזערוו וועלער, שטימען בלויז פאר פערזערוו וועגן אווער דעוועלפמענט און זענען בכלל נישט איבערצייגט אז פערזערוו איז אנטיסעמטיש. נאך מער, איך גלייב אז ווען פערזערוו פירער זאלן נישט זיין קיין אנטיסמיטען וואלטן זיי באקומען א שיינע פאר אידישע וואוטס.

@קנאפער ידען זאגט אז דאס וואס די דעוועלפער געווינט, מיינט נאך נישט אז די פארלירסט. יש בזה אמת, אבער איינער וואס האלט אז מאנסי איז אווערדעוועלפעד איז דאס יא א פארלוסט. איי ס'איז א געווינס ווייל ווען ער וועט וועלען ארויסבויען, אדער זיין ביהמ"ד וועט וועלן ארויסבויען וועט עס זיין גרינגער? קען זיין, אבער דאס מיינט נישט אז מען וויל האבן איינער וואס וועט שטופן דעוועלפמענט אלל דעי וועי, מען קען וועלען איינער וואס פארשטייט אז ס'איז דא א חילוק צעווישען בויען קאנדאס בלי שיעור, און אביסל ארויסבויען (איך פארשטיי אז פערזערוו איז נישט די תי', אבער דאך איינער וואס וועט אביסל האלטן קאנטראל אויפ'ן בויען)

@ריש לקיש שרייט אז מען טאר נישט באררעדן די עסקנים ווייל דאס וועט ברענגען אז מען וועט ווייניגער שטימען, קען זיין, (הגם איך האב קיינעם נישט געזען אין דעם אשכול זאגן אז מען זאל נישט וואוטען פאר וואלש פאר DA, איך האב אפילו נישט געזען אז איינער זאל דא רעדן אז מען זאל נישט וואוטען פאר ראו A, און אפי' @פומפדיתא האט געגעבן טיפס וויאזוי גרינגער צו מאכן די וואוטס, ס"ה וואס איך האב געזען ניקס שרייבען, איז אז יא מיר וואוטען פאר ראו A, אבער מיר זענען נישט קיין פערד, מיר ווייסען גאנץ גוט אז דאס מיינט אויך אווער דעוועלפמענט, און מיר זענען נישט צופרידען פון אווער דעוועלפמענט) און טאקע צוליב דעם האב איך מיך צוריקגעהאלטן פון שרייבן ביז יעצט, אבער איין קשיא, מיין פאוסטען אויף אייוועלט גייט חרוב מאכן וואס? 10 וואוטס? 15 וואוטס? און לכאורה דאס אויך נישט, איך מוז מיך האלטן שטיל, אבער די דעוועלפער, וואס ער איז גורם אז פערזערוו זאל זיך שטארקען, און ער איז גורם אז אסאך אידן קומען נישט ארויס וואוטען ווייל זיי זענען אנגעווייטיגט, פונקט זיי דארף מיין פראטעקטען? פונקט אויף זיי טארן מען נישט האבן קיין טענות? סאיז ברור לי, אז אויב ח"ו די צד שכנגד האט געווינען די DA פארמעסט היינט, איז די צווייטע גרעסטע (נאך פערזערוו) גורם פאר דעם, די אלע אווער דעוועלפערס, בלי שום ספק. האט שוין אמאל א דעוועלפער געטראכט, דאס וואס איך גיי בויען גייט מאכן טרעפיק, אפשר זאל איך נישט בויען אזוי סאך, אפשר דאס וואס די געזעץ און די זאוניג זאגט אז מען טאר נישט בויען איז טאקע וועגען די אינפיסטרוקטשיר קען דאס נישט האנדלען? אפשר וואלט כדי געווען איז אביסל פון די רווחים וואס איך גיי מאכן זאל איך אינוועסטירען אין אויפבויען די אינפיסטרוקטשיר? האט שוין א דעוולעפער געטראכט אפשר דאס וואס איך בוי אזוי סאך גייט שטערען פאר די אידשע שכנים, אפשר זאל איך נישט בויען אזוי סאך? האט שוין א דעוולעפער געטראכט אפשר דאס וואס איך בוי אזוי פיל, גייט גורם זיין אז פערזערוו און שנאת ישראל גייט ווערען שטערקער?

יעצט לאמיר הערן אבער, אבער, אבער מען דארף דאך האבן ווי צו וואוינען און די דעוועלפערס מיינען דאך בלויז לשם שמים אז אידען זאלן האבן ווי צו וואוינען, שתי תשובות בדבר, מאנסי האט אסאך אסאך פלאץ זיך אויסצושפרייטען מען מוז נישט בויען קעפ אויף קעפ, והשנית, והוא העיקר, זענען דען די דירות אזוי ביליג? געהערט פון איינעם וואס האט געקויפט א קאנדא אין מאנסי און באצאלט 650K פאר דעם. בעטען אזא געשוואלען פרייז, מיינט אז די דירות זענען אפילו נישט עפפארדעבאל, איז וואס האט מען פון די דירות? אויש כ'האב פארגעסן דאס זענען דאך נישט די דעוועלפערס שולדיג, דאס איז שולדיג די ברוקלינער אידן וואס האבן זיך געצויגען קיין מאנסי. לסיכום, שולדיג אין אנטי סעמיטיזעם - פערזערוו, שולדיג אין הויכע דירות פרייזען - ברוקלינער אידן, שולדיג אויף פארלירען די וואלן - אפאר אניאנים ניקס אויף איי וועלט, דעוועלפערס - קדושים וטהורים, עוסקים בצרכי הציבור

נ. ב. האב איך געהערט די אינערוויו אויף קולמע, עס רייסט מיר די הארץ ווי אמת'ע עסקנים וואס מיינען עס ערנסט שרייען אזוי, און קענען נישט ארויסברענגען די אמת'ע סיבה פארוואס די עולם האלט שוין נישט ביים וואוטען

Waukesha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובהדורך Waukesha » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 10:04 pm

מיט 15% פריסענטס האלט וואלש ביי 63% קעגן 24% פאר די צד שכנגד

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 10:06 pm

Ramapo
Supervisor *Michael B Specht 2,225
Deborah Munitz 1,266
26% in

Waukesha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובהדורך Waukesha » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 10:11 pm

Waukesha האט געשריבן:מיט 15% פריסענטס האלט וואלש ביי 63% קעגן 24% פאר די צד שכנגד

מיט 16% פריסענטס איז וואלש ארויף צו 64%

שלעפער נומבער 1
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2012 12:01 pm
לאקאציע: געווענליך אין בעט...

תגובהדורך שלעפער נומבער 1 » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 10:17 pm

ווי קען מען טשעקן די אפדעיטס פון די וואלן?
שלעפער שלעפער וואס וועט זיין מיט דיר....

Waukesha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובהדורך Waukesha » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 10:19 pm

Waukesha האט געשריבן:
Waukesha האט געשריבן:מיט 15% פריסענטס האלט וואלש ביי 63% קעגן 24% פאר די צד שכנגד

מיט 16% פריסענטס איז וואלש ארויף צו 64%

מיט 32% איז דייעדריק ארויף צו 25%, וואלש געבליבן ביי 64%

Waukesha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובהדורך Waukesha » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 10:19 pm

שלעפער נומבער 1 האט געשריבן:ווי קען מען טשעקן די אפדעיטס פון די וואלן?

http://rocklandgov.com/departments/board-of-elections/

גמרא קאפ
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 10:31 pm

תגובהדורך גמרא קאפ » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 10:20 pm


שלעפער נומבער 1
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2012 12:01 pm
לאקאציע: געווענליך אין בעט...

תגובהדורך שלעפער נומבער 1 » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 10:30 pm

Waukesha האט געשריבן:
שלעפער נומבער 1 האט געשריבן:ווי קען מען טשעקן די אפדעיטס פון די וואלן?

http://rocklandgov.com/departments/board-of-elections/

א דאנק
יעזור השם
שלעפער שלעפער וואס וועט זיין מיט דיר....

אוועטאר
קונדיטון
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 1:49 pm

תגובהדורך קונדיטון » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 10:32 pm

דער מצב זעהט נישט גוט אויס פאר ר׳ בנציון :-(
לעצט פאראכטן דורך קונדיטון אום דינסטאג נובעמבער 05, 2019 10:48 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 10:33 pm

DISTRICT ATTORNEY
(VOTE FOR) 1
(WITH 188 OF 277 DISTRICTS COUNTED 67.87%)
Thomas Walsh (DEM) . . . . . . . 16,746 37.81
Thomas Walsh (REP) . . . . . . . 8,501 19.19
Thomas Walsh (CON) . . . . . . . 2,176 4.91
Ken Zebrowski (WOR) . . . . . . . 5,317 12.00
Mike Diederich, Jr. (SRK) . . . . . 11,506 25.98

מחשב
שר האלף
תגובות: 1197
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 10:35 pm

קונדיטון האט געשריבן:דער מצב זעהט נישט גוט אויס פאר ר׳ בנציון :-(


ער איז דערווייל שמאל פאראויס.
הוי מחשב...

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 10:35 pm

קונדיטון האט געשריבן:דער מצב זעהט נישט גוט אויס פאר ר׳ בנציון :-(

Aron B. Wieder. . . . . . . . . 750 51.72
Vivian S. Street . . . . . . . . 700 48.28

מחשב
שר האלף
תגובות: 1197
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 10:36 pm

לייטער האט געשריבן:DISTRICT ATTORNEY
(VOTE FOR) 1
(WITH 188 OF 277 DISTRICTS COUNTED 67.87%)
Thomas Walsh (DEM) . . . . . . . 16,746 37.81
Thomas Walsh (REP) . . . . . . . 8,501 19.19
Thomas Walsh (CON) . . . . . . . 2,176 4.91
Ken Zebrowski (WOR) . . . . . . . 5,317 12.00
Mike Diederich, Jr. (SRK) . . . . . 11,506 25.98


TOTAL
61
25
הוי מחשב...

שלעפער נומבער 1
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2012 12:01 pm
לאקאציע: געווענליך אין בעט...

תגובהדורך שלעפער נומבער 1 » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:02 pm

מחשב האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:DISTRICT ATTORNEY
(VOTE FOR) 1
(WITH 188 OF 277 DISTRICTS COUNTED 67.87%)
Thomas Walsh (DEM) . . . . . . . 16,746 37.81
Thomas Walsh (REP) . . . . . . . 8,501 19.19
Thomas Walsh (CON) . . . . . . . 2,176 4.91
Ken Zebrowski (WOR) . . . . . . . 5,317 12.00
Mike Diederich, Jr. (SRK) . . . . . 11,506 25.98


TOTAL
61
25

אה הודו להשם. דאס איז גאר גוטע נייעס!
שלעפער שלעפער וואס וועט זיין מיט דיר....

שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:06 pm

%Thomas Walsh . . . . . . . . . 39,141 64.61
%Ken Zebrowski . . . . . . . . . 6,673 11.02
%Mike Diederich, Jr. . . . . . . . 14,704 24.27
%WRITE-IN. . . . . . . . . . . 60 .10

Waukesha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובהדורך Waukesha » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:09 pm

ביזדערווייל האבן די רעפובליקאנער געווינען די לעגעסלעיטער זיצען און דיסטריקטס 1,5,9,11,16,17 לכארוה 15
און די דעמעקראטען האבן געווינען און דיסטריקטס 2,3,4,7,10 לכארוה 14
און אין דיסטריקטס 6,8,12,13 האלט מען נאך אינמיטען ציילען

ס"ה רעפובליקאנער 6 + 1 און דעמעקראטען 5 + 1, אויב זאלן די רעפובליקאנער געווינען 9 בענקלעך מיינט עס אז זיי קאנטראלען די רידיסטריקטינג.

Waukesha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובהדורך Waukesha » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:12 pm

Waukesha האט געשריבן:ביזדערווייל האבן די רעפובליקאנער געווינען די לעגעסלעיטער זיצען און דיסטריקטס 1,5,9,11,16,17 לכארוה 15
און די דעמעקראטען האבן געווינען און דיסטריקטס 2,3,4,7,10 לכארוה 14
און אין דיסטריקטס 6,8,12,13 האלט מען נאך אינמיטען ציילען

ס"ה רעפובליקאנער 6 + 1 און דעמעקראטען 5 + 1, אויב זאלן די רעפובליקאנער געווינען 9 בענקלעך מיינט עס אז זיי קאנטראלען די רידיסטריקטינג.


דעמעקראטען זענען פאראויס אין 6,8 און 13, רעפובליקאנער אין 12, אויב די זאך האלט אזוי אן בלייבט עס מיט די דעמעקראטען ביי 9 אראפ פון 10 וואס זיי האבן געהאט ביז היינט

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:52 pm

דער וויסטער אנטעסעמיט דזשעימס פאולי איז אריינגעקומען און די קאונטי לעגיסלעטור. עס איז ערווארטעט אסאך פאן מיט אים.

אייזענבאך איז ביזדערווייל נומבער 3 אין ספרינג וואלי מוט 77% געציילט. אויב די נישט געציילטע זענען אידישע דיסטריקטס האט ער נאך א שטארקע שאנס.
לעצט פאראכטן דורך פעטער שמואל אום דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

Waukesha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובהדורך Waukesha » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:52 pm

Waukesha האט געשריבן:
Waukesha האט געשריבן:ביזדערווייל האבן די רעפובליקאנער געווינען די לעגעסלעיטער זיצען און דיסטריקטס 1,5,9,11,16,17 לכארוה 15
און די דעמעקראטען האבן געווינען און דיסטריקטס 2,3,4,7,10 לכארוה 14
און אין דיסטריקטס 6,8,12,13 האלט מען נאך אינמיטען ציילען

ס"ה רעפובליקאנער 6 + 1 און דעמעקראטען 5 + 1, אויב זאלן די רעפובליקאנער געווינען 9 בענקלעך מיינט עס אז זיי קאנטראלען די רידיסטריקטינג.


דעמעקראטען זענען פאראויס אין 6,8 און 13, רעפובליקאנער אין 12, אויב די זאך האלט אזוי אן בלייבט עס מיט די דעמעקראטען ביי 9 אראפ פון 10 וואס זיי האבן געהאט ביז היינט

15 און 12 האבן די רעפובליקאנער געווינען - טאטעל 8
14 און 6 האבן די דעמעקראטען געווינען - טאטעל 7

8 שטייט די דעמעקראט מיט 73% נאך ציילען 9 פון 12 דיסטריקטס אבער ס'איז דערווייל נאר אריינגעקומען אביסל מער פון 1000 שטימען
13 שטייט העסקן ר' בנציון ווידען פאראויס מיט 50 שטימען נאך ציילען 9 פון 12 דיסטריקטס

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3220
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:53 pm

98 פראצענט אפגעציילט
Thomas Walsh . . . . . . . . . 43,376 64.63
Ken Zebrowski . . . . . . . . . 7,196 10.72
Mike Diederich, Jr. . . . . . . . 16,474 24.55
הנותן לשכוי בינה...

Waukesha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובהדורך Waukesha » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:59 pm

פעטער שמואל האט געשריבן:דער וויסטער אנטעסעמיט דזשעימס פאולי איז אריינגעקומען און די קאונטי לעגיסלעטור. עס איז ערווארטעט אסאך פאן מיט אים.


געווינען מיט 66 שטימען. באקומען 590 אויף Row H.

שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 12:08 am

%Aron B. Wieder. . . . . . . . . 1,402 - 66.32
% Vivian S. Street . . . . . . . . 710 - 33.59
בנציון האט געווינען

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 12:10 am

שרייזשע האט געשריבן:%Aron B. Wieder. . . . . . . . . 1,402 - 66.32
% Vivian S. Street . . . . . . . . 710 - 33.59
בנציון האט געווינען

ב''ה געוואונען ברייטערהייט.
אזוי אויך ר' ישראל אייזענבאך איז אריינגעקומען צווייט אין ספרינג וואלי באקומענדיג א זיץ אין די ווילעדזש באורד
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

Waukesha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובהדורך Waukesha » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 12:13 am

דיסטריקט 8 האבן די דעמעקראטן אויך געווינען, די דעמאקראטן בלייבן אין קאנטראל פון די לעגיסלאטור 9-8, אראפ פון 10-7 וואס זיי האבן געהאט בוז יעצט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”