נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אחד מהחבורה
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » מאנטאג אפריל 01, 2019 4:21 pm

זעהט אויס אז דער דעי מיט רשעות גייט אינאיינעם, נישט נאר קעגן דעם איד, נאר אפי' קעגן די אייגענע יוצאי חלציו.
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » דינסטאג אפריל 02, 2019 10:04 am

פעטער שמואל האט געשריבן:און אן אינטערעסאנטע טוויסט האט אראנדזשטאון סופערווייזער קריס דעי, א זון פונעם קאונטי עקזעקיוטיוו עד דעי, אנגערופן העסקן ר' בנציון ווידער - די איינציגסטע חסידישע פאלאטישען אין די קאונטי גאווערנמענט- צו ארבעטן צוזאמען צו באקעמפן די מיזעלס אויסברוך אין די קאונטי.

עס איז א גרויסע חידוש זינט דער זון איז א ברא כרעיה דאבוה און האט די פארגאנגענהייט כסדר געשימפט אויף סאושעל מידיע קעגן די היימישע אידן. ער האט אפילו צוגעזאגט צו מאכן א געזעץ אז מען זאל נישט קענען נוצן קיין יוטיליטי פאולס אויף צו מאכן אן עירוב אין אראנדזשטאון (ווי עס וואוינען שוין צענדליגע היימישע משפחות אין די פוירל ריווער געגנט). ער פלעגט כסדר אריינגיין אין שארפע געפעכטן דירעקט מיט ר' בנציון אויף סאושעל מידיע און די צוויי זענען באקאנט אלץ שונאים.

זיין טאטע איז אבער זייער נישט צופרידן פון דעם און ער איז שארף ארויסגעקומען קעגן זיין זוהן. (זעה בילד ). דער זוהן איז נישט שולדיג געבליבן און איז ארויס מיט א לענגערע באשרייבונג אויף פעיסבוק אקעגן זיין טאטע ווי ער שרייבט צווישן די אנדערע אז 'א צייט צוריק איז עפעס געשעהן צו מיין טאטע וואס מאכט אים טוהן נישט פאסיגע זאכן'. (די באשרייבונג און קומענדיגע תגובה).

עס בלייבט איבער צו זעהן וואס עס גייט זיך אויסקאכן דא. אבער דערווייל איז דערפרישנד צו זעהן ווי 1 ) א באקאנטע עוכר ישראל קומט ארויס אין א פאזאטיווע וועג 2 ) צוויי פון אונזערע שונאים שלאגן זיך צווישן זיך.

מען קען מיך אנרופן א קאנספיראציע טעאריקער, אבער איך האלט אז עפעס טיפער ליגט דא באהאלטן. איך האב א חשד אז קריס דעי פלאנט צו לויפן פאר א העכערע אפיס (קאונטי עקזעקיוטיוו? ) און ער פרובירט צו געווינען די אידישע וואוט סיי מיטן אויסשטרעקן א האנט און סיי מיטן אראפרייסן זיין טאטע אין פובליק. ימים ידברו.


די דראמא ציעט זיך ווייטער.

פון Steve Leiberman א לאקאלע ראפארטער פאר lohud:

Orangetown Supervisor Chris Day announces he won’t seek re-election citing the stress and lies by his father and GOP chairman Lawrence Garvey
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » דינסטאג אפריל 02, 2019 10:48 am

די שנור פון עד דעי (ווייב פון קריס דעי ) איז ארויס מיט א אויפרייסערישע פאוסט קעגן עד דעי באשולדיגט אים מיטן ארויסגעבן גאווערנמענט קאנטראקטס פאר זיין האלבן כנגדו. עס איז געשריבן מיט אזא האס אז איך קען ניטאמאל אראפברענגן דא 'שיינע' לשונות דא, עס איז הויעך יו"ט.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2887
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » דינסטאג אפריל 02, 2019 11:37 am

פעטער שמואל האט געשריבן:
די דראמא ציעט זיך ווייטער.

פון Steve Leiberman א לאקאלע ראפארטער פאר lohud:

Orangetown Supervisor Chris Day announces he won’t seek re-election citing the stress and lies by his father and GOP chairman Lawrence Garvey

שוואכע דראמא, די קארופטירטע מידיע רעדט נישט קיין ווארט פון די שמוץ אויפן טאטן, עס הערשט א טאטאלע שטיל שווייגעניש.
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג אפריל 02, 2019 1:34 pm

פעטער שמואל האט געשריבן:די שנור פון עד דעי (ווייב פון קריס דעי ) איז ארויס מיט א אויפרייסערישע פאוסט קעגן עד דעי באשולדיגט אים מיטן ארויסגעבן גאווערנמענט קאנטראקטס פאר זיין האלבן כנגדו. עס איז געשריבן מיט אזא האס אז איך קען ניטאמאל אראפברענגן דא 'שיינע' לשונות דא, עס איז הויעך יו"ט.

כ'האב עס געהאט אראפגעברענגט צענזורירטערהייט דאהי, אבער מ'האט עס אפגעמעקט....
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11848
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג אפריל 02, 2019 1:53 pm

די לשונות האבן נישט געפאסט אפילו מיט די צענזור

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג אפריל 02, 2019 2:07 pm

געלעגער האט געשריבן:די לשונות האבן נישט געפאסט אפילו מיט די צענזור

איהר זענט גערעכט.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

ריש לקיש
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 15, 2019 11:35 am
לאקאציע: וואסא חילוק ?

מוסדות וויזשניץ קויפט אפ בית דוד

תגובהדורך ריש לקיש » זונטאג אפריל 07, 2019 11:04 am

הער איך אז מוסדות וויזשניץ אין מאנסי קויפט אפ די בנינים פון ישיבת בית דוד און בית שרגא מיט די לאט פון 4 עיקר פאר די סומע פון 12 מיליאן דאלער

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » זונטאג אפריל 07, 2019 11:56 am

ריש לקיש האט געשריבן:הער איך אז מוסדות וויזשניץ אין מאנסי קויפט אפ די בנינים פון ישיבת בית דוד און בית שרגא מיט די לאט פון 4 עיקר פאר די סומע פון 12 מיליאן דאלער

ק/פ פון וויזניצע נייעס טעלעגראם

מאנסי:
ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה

מיט גרויס התרגשות און פרייד האבן וויזניצע חסידים אומעטים אויפגענומען די בשורה המרנינה אז בעצומו של יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן די רבי זצללה״ה וואס האט בדם לבבו אויפגעשטעלט איינע פון די שענסטע מוסדות התורה אין שטאט מאנסי, האט מען צוגעלייגט נאך א צווייגעלע צום הערליכען בוים מיטן אריין גיין אין קאָנטראַקט אָפּצוקויפן די בנין פון ישיבת בית דוד. די בנין געפינט זיך אין צענטער פון שטאט, סמוך ונראה צו די יעצטיגע בנייני מוסדותנו הק׳.

נעכטען נאכט נאכן שלחן הטהור לרגל יומא דהילולא קדישא איז פארגעקומען די חתימת ההסכם ומסיבות לחיים בביתו נאוה קודש בהשתתפות פון חברי הנהלת המוסדות פון ביידע צדדים, בנוסף צו די יחידי סגולה, בונים ומקימים עולמות של תורה ותומכי לומדים אין שפיץ פון הרבני הנגיד המפואר מו״ה ר׳ יעקב אשר פעלדמאן פון טאראנטא ואתו עמו הרה״ח הנגיד המפואר מו״ה ר׳ יודא יואל ראזענפעלד פון מאנסי.

בעת די מעמד האט אויפגעטרעטן ראש הקהל דקהלתנו הק׳ בב״פ הנגיד החסיד ר' אברהם איינהארן וואס האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכיה אין אחריות וואס די מחזיקי התורה האבן מיטן העלפן די וואוקס אין בליה פון די הייליגע ירושה וואס כ״ק מרן די רבי זצללה״ה האט אונז איבערגעלאזט.

דערנאך האט כ״ק מרן די רבי שליט״א ארום גערעדט סיפורים ועובדות פון דעם גרויסן בעל הילולוא זי״ע ווי אויך פון די השתלשלות ההתישבות און התייסדות מוסדותנו הק׳ אין מאנסי.

חסידי וויזניץ אומעטום וואונטשען בורא עולם בקנין השלם זה הבנין און זענען מתפלל צום בורא כל עולמים בנה ביתך כבתחילה וכונן מקדשך על מכונו, אמכי״ר
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » זונטאג אפריל 07, 2019 12:27 pm

ווי גייט בית דוד גיין ?
12 מיליאן דאלער פאר דיע ביידע לאטס איז גאנץ א גוטע דיעל.

אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:37 am

תגובהדורך שמואל שמעלקא » זונטאג אפריל 07, 2019 12:53 pm

געהערט האב איך.
אז באמת בעטן זיי מער ווי עס איז באמת ווערד, און עס איז געווען א שטיקל דין ודברים צו מען זאל עס אופקויפן, און עס איז געבליבן אז וויזניץ מיז עס סיי ווי קויפן ווי איידער א צווייטע חסידות זאל זיך דארט אריין שטעקן די נאז.

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » זונטאג אפריל 07, 2019 1:06 pm

און ווי גייט בית דוד גיין?

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » זונטאג אפריל 07, 2019 1:27 pm

פארטראכטער האט געשריבן:און ווי גייט בית דוד גיין?

פאר 12 רעדלעך קענען זיי זיך סעטלען ערגעץ אנדערש, און נאך בלייבן מיט טשעינדש.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

גרויסע-גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » זונטאג אפריל 07, 2019 1:40 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:
פארטראכטער האט געשריבן:און ווי גייט בית דוד גיין?

פאר 12 רעדלעך קענען זיי זיך סעטלען ערגעץ אנדערש, און נאך בלייבן מיט טשעינדש.

ס'ווענדט זיך שטארק וואסערע חובות זיי מוזן אפצאלן אויף די בנינים. געווענליך איז פארהאן עפעס פיינענסינג. ביי מוסדות קען זיין אז נישט

ריש לקיש
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 15, 2019 11:35 am
לאקאציע: וואסא חילוק ?

תגובהדורך ריש לקיש » זונטאג אפריל 07, 2019 3:33 pm

שמואל שמעלקא האט געשריבן:געהערט האב איך.
אז באמת בעטן זיי מער ווי עס איז באמת ווערד, און עס איז געווען א שטיקל דין ודברים צו מען זאל עס אופקויפן, און עס איז געבליבן אז וויזניץ מיז עס סיי ווי קויפן ווי איידער א צווייטע חסידות זאל זיך דארט אריין שטעקן די נאז.

גראדע האב איך געהערט אז בערל קארניאל (וואס האט געברענגט די דיעל פאר וויזניץ) האט געזאגט אז אויב וויזניץ וויל עס נישט, דאן קויפט ער עס פאר זיך, ער ווארפט אראפ די בנינים, און שטעלט אויף א שטאט דארט, און שארט אריין אפאר רעדלעך אין טאש אריין...

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » זונטאג אפריל 07, 2019 4:49 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:
פארטראכטער האט געשריבן:און ווי גייט בית דוד גיין?

פאר 12 רעדלעך קענען זיי זיך סעטלען ערגעץ אנדערש, און נאך בלייבן מיט טשעינדש.

צו טרעפן א לאט און צוריק אויפבויען די בנינים וואס זיי דארפן וועט זיי מן הסתם קאסטן די זעלבע.

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג אפריל 07, 2019 5:04 pm

די שאלה איז פארוואס אזא עסטעבלישט מוסד ווי בית דוד זאל וועלן דאס פארקויפן? שמעקט פון אינגע קעפ וואס נעמען איבער די זאך..

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » זונטאג אפריל 07, 2019 5:04 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:די שאלה איז פארוואס אזא עסטעבלישט מוסד ווי בית דוד זאל וועלן דאס פארקויפן? שמעקט פון אינגע קעפ וואס נעמען איבער די זאך..

100%

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » זונטאג אפריל 07, 2019 6:25 pm

פארטראכטער האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:די שאלה איז פארוואס אזא עסטעבלישט מוסד ווי בית דוד זאל וועלן דאס פארקויפן? שמעקט פון אינגע קעפ וואס נעמען איבער די זאך..

100%

די בילדינגס זענען שוין לאנג אויסגעצאלט. מאך א 1+1 חשבון מיט וויפיל זיי בלייבן איבער נאכן קויפן ערגעץ אנדערש.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

שמונה
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 10:38 pm

תגובהדורך שמונה » זונטאג אפריל 07, 2019 7:02 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:
פארטראכטער האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:די שאלה איז פארוואס אזא עסטעבלישט מוסד ווי בית דוד זאל וועלן דאס פארקויפן? שמעקט פון אינגע קעפ וואס נעמען איבער די זאך..

100%

די בילדינגס זענען שוין לאנג אויסגעצאלט. מאך א 1+1 חשבון מיט וויפיל זיי בלייבן איבער נאכן קויפן ערגעץ אנדערש.

צוועליף מילאן טראגט זיי נישט און ערגעץ א לייטישע בנין קאסט כאטשיג 150 דאלער א פיס פלוס א פראפערטי קאסט אויך עטליכע מיליאן קיין געלט בלייבט נישט וואס זיי פארדינען איז א נייע בנין זייער איז זייער אלט
און קיין איין מוסד האט עס נישט געוואלט ווייל מען גייט עס באקומען הערשט און עטליכע יאר ווען זיי גיין טרעפן א ניי פלאטץ און בויען אבער וויזניץ האט שוין געטוהן די זעלבע מיט ישיבה ספרינג וואלי זיי געלאזט זיצען איבער צען יאר אבי אן אנדערע מוסד זאל נישט קומען אונטער די נאז

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 879
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » זונטאג אפריל 07, 2019 7:37 pm

פארוואס קויפן נאך בנינים, ווען ווילחאוויץ קענען זיי נישט אנפילן.

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » זונטאג אפריל 07, 2019 7:47 pm

פומפדותא האט געשריבן:פארוואס קויפן נאך בנינים, ווען ווילחאוויץ קענען זיי נישט אנפילן.

סיי עליון רד. און סיי ווילחאוויץ זענען איבערגעפילט עד אפס מקום.
חוץ פון דעם פלאנען זיי שוין לאנג אריבערצוברענגן די ישיבה קטנה צו די געגנט.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 879
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » זונטאג אפריל 07, 2019 7:48 pm

פעטער שמואל האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:פארוואס קויפן נאך בנינים, ווען ווילחאוויץ קענען זיי נישט אנפילן.

סיי עליון רד. און סיי ווילחאוויץ זענען איבערגעפילט עד אפס מקום.
חוץ פון דעם פלאנען זיי שוין לאנג אריבערצוברענגן די ישיבה קטנה צו די געגנט.

נישט אמת, זיי מברר.

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » זונטאג אפריל 07, 2019 7:51 pm

פומפדותא האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:פארוואס קויפן נאך בנינים, ווען ווילחאוויץ קענען זיי נישט אנפילן.

סיי עליון רד. און סיי ווילחאוויץ זענען איבערגעפילט עד אפס מקום.
חוץ פון דעם פלאנען זיי שוין לאנג אריבערצוברענגן די ישיבה קטנה צו די געגנט.

נישט אמת, זיי מברר.

שוין מברר געווען. עס קומט צו יעדע יאר א נייע פאראלעל צו יעדע קלאס. עס איז כעת נישט דא קיין איין איבעריגע קלאס צימער. דאס איז שוין נאכן לייגן עטליכע כתות אין טרעילערס.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 879
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » זונטאג אפריל 07, 2019 8:04 pm

ווען עס איז באמת נישט דא קליין פלאץ וואלט מען צוגעבויט נאך א שטאק צו ווילחאוויץ, ס'איז אסאך ביליגער וואו קויפן א נאך א בנין.

ביטע קוק וואס איך הרב דיר געשריבן אין אישי.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Belz123, dim, אלי' מקוה יוד, גאפל, גרויסע-גדולה, וואס טוט זיך, זזה, יש ברירה, פּינטער און 51 געסט