נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

יונה ישראל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 4:36 pm

תגובהדורך יונה ישראל » זונטאג מארטש 10, 2019 3:37 pm

איז וואר אז רפואה העלטה סענטער נעמט נישט אן קיין אפוינטמענטס פון איינעם וואס איז נישט אפ-טא-דעיט מיט די וואקסינען?
מיר נעמען אן צו מגיה זיין ספרים, ביכער, וכדומה. מיט גרויס מומחיות. שיקט א אימייל צו:
yonayisroel@gmail.com

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1156
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » זונטאג מארטש 10, 2019 5:27 pm

יונה ישראל האט געשריבן:איז וואר אז רפואה העלטה סענטער נעמט נישט אן קיין אפוינטמענטס פון איינעם וואס איז נישט אפ-טא-דעיט מיט די וואקסינען?

אויב אמת, ב"ה!!
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג מארטש 11, 2019 6:34 pm

Kosher Travel האט געשריבן:אפאר קליינע פאקטן וועגן יוסי...

ווען די גאר competent ספרינג וואלי פאליציי האט אריינגענומען א קינד אין פאליציי סטאנציע, ווייל די מאמע איז נישט געוועהן ביים באס סטאפ, און נישט געלאזט א שכן'טע נעמען דאס קינד ביז די מאמע קומט, ווער איז דארט געוועהן און קעיר גענומען? יוסי!

ווען מען האט געהאט צרות פון א געוויסע קאר סערוויס, אויף אזוי ווייט אז זייערע דרייווערס זענען שוין געוועהן אזוי bold ווייל זיי האבן געוויסט אז די היימישע עולם מאכט נישט קיין פאליס ריפארטס, און אידישע קינדער זענען געוועהן מסוכן ממש! ווער האט קעיר גענומען? יוסי!

ישר כח פאר אלע יארן וואס ער האט זיך איבערגעגעבן בלב ונפש פאר אונזער קאמיוניטי. ער האט א אידישע ווארימע הארץ גרעסער פון די וועלט.

איך האב נישט געשריבן גענוג בשבחו פונעם "טשיעף".

האב איך לעצטענס געדארפט עפעס געוואר ווערן וועגן אן ענין. מען האט געטאפט א וואנט. האט מיהר איינע פון די גאר חשובע רבנים אין מאנסי געזאגט, רוף יוסי מארגערעטן, זאג איהם אז איך האב דיהר געהייסן פרעגן, און ער וועט דיהר פונקטליך וויסן דעהם אמת. איך רעדט נישט פון א רבי'לע אדער א קליינער רב. איך רעדט פון א רב וואס איז אויך עוסק אין הצלת נפשות. איך האב פשוט געפיהל א פליכט נאכאמאהל צו שרייבן פון איינעם וואס האט יארן לאנג געטוהן, שיין און שטיל. אהן א פרסום. געהאט אן אפענע טיהר ביים פאליציי הויפט, ווען אנדערע האבן נישט געהאט. ואמכ"ל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג מארטש 11, 2019 8:57 pm

preseve airmont האט געמאכט א וועב זייטל wirethewrong.net, גאנץ אירמאונט איז באהאנגן דערמיט. קען איינער קאפי פעיסטן וואס זייער הסבר אויף די סיטואציע איז? איך בין זייער נייגעריג ווי אזוי זיי דרייען עס.
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מאנטאג מארטש 11, 2019 9:16 pm

Kosher Travel האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:אפאר קליינע פאקטן וועגן יוסי...

ווען די גאר competent ספרינג וואלי פאליציי האט אריינגענומען א קינד אין פאליציי סטאנציע, ווייל די מאמע איז נישט געוועהן ביים באס סטאפ, און נישט געלאזט א שכן'טע נעמען דאס קינד ביז די מאמע קומט, ווער איז דארט געוועהן און קעיר גענומען? יוסי!

ווען מען האט געהאט צרות פון א געוויסע קאר סערוויס, אויף אזוי ווייט אז זייערע דרייווערס זענען שוין געוועהן אזוי bold ווייל זיי האבן געוויסט אז די היימישע עולם מאכט נישט קיין פאליס ריפארטס, און אידישע קינדער זענען געוועהן מסוכן ממש! ווער האט קעיר גענומען? יוסי!

ישר כח פאר אלע יארן וואס ער האט זיך איבערגעגעבן בלב ונפש פאר אונזער קאמיוניטי. ער האט א אידישע ווארימע הארץ גרעסער פון די וועלט.

איך האב נישט געשריבן גענוג בשבחו פונעם "טשיעף".

האב איך לעצטענס געדארפט עפעס געוואר ווערן וועגן אן ענין. מען האט געטאפט א וואנט. האט מיהר איינע פון די גאר חשובע רבנים אין מאנסי געזאגט, רוף יוסי מארגערעטן, זאג איהם אז איך האב דיהר געהייסן פרעגן, און ער וועט דיהר פונקטליך וויסן דעהם אמת. איך רעדט נישט פון א רבי'לע אדער א קליינער רב. איך רעדט פון א רב וואס איז אויך עוסק אין הצלת נפשות. איך האב פשוט געפיהל א פליכט נאכאמאהל צו שרייבן פון איינעם וואס האט יארן לאנג געטוהן, שיין און שטיל. אהן א פרסום. געהאט אן אפענע טיהר ביים פאליציי הויפט, ווען אנדערע האבן נישט געהאט. ואמכ"ל.

און ווען איך האב געדארפט א פשוטע בוסט פאר מיין קאר, נו ווער איז געקימען צי לויפן? אויך יוסי.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

פארקלאצט
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 10:22 am

תגובהדורך פארקלאצט » מאנטאג מארטש 11, 2019 9:19 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:preseve airmont האט געמאכט א וועב זייטל wirethewrong.net, גאנץ אירמאונט איז באהאנגן דערמיט. קען איינער קאפי פעיסטן וואס זייער הסבר אויף די סיטואציע איז? איך בין זייער נייגעריג ווי אזוי זיי דרייען עס.

Why Preserve Airmont must be re-elected by write-in on March 19
In a nutshell: our supporters collected over 400 signatures to get us on the March 19th ballot for re-election. After the petitions were certified by the Rockland County Board of Elections, we were served with papers by Nathan Bubel, Migdalia Pesante, and Brian Downey. They falsely alleged that our signatures were fraudulently obtained. We were forced to hire lawyers to defend against this easily disproved claim. Our signatures were collected in an honest manner, by ourselves, our families, friends and neighbors who want us to continue the work we have done since we were first elected.


Petitions are signed by residents, and carried by volunteers, so mistakes are sometimes made. That’s why the BOE allows a few days for candidates to raise any questions. The BOE reviews all objections and validates or throws out each questioned signature. But Bubel, Pesante and Downey waited until the period of review was over and instead filed a costly lawsuit. Their attorneys tried to call or visit every resident who signed our petition, interrogating our neighbors—but found no wrongdoing. Next, they further harassed and intimidated over 100 of our supporters with subpoenas that demanded they appear in court.


Our attorney asked the Judge to negate the proceedings to save the cost and inconvenience of an unfounded lawsuit. The Board of Elections confirmed again that we had well over the number of signatures needed to be on the ballot. Even if 3 out of every 4 of our signatures were thrown out, we would still have more than the minimum 100 needed. However, Judge Eisenpress decided to proceed and ruled our opponents could call as many witnesses as they wanted. Her decision meant that over 400 Village residents could be subjected to weeks of unnecessary harassment and lost time at work, while we could incur tens of thousands in legal fees.


To spare our families and supporters further hassle, we made the difficult decision to withdraw from the ballot… but not from the from the race. It’s going to be tough, but we can and will win if Airmont voters take a stand and refuse to accept this injustice.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג מארטש 11, 2019 10:07 pm

שכח פארקלאצט!

זייער עזות איז נישט צום גלייבן! כ'האב געמיינט אז זיי וועלן האבן גענוג זעלבסט ווירדע זיך אפציווישן די נאז און גיין ווייטער. איי געס די תאוה פון גאוה שטייגט איבער.
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11111
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג מארטש 11, 2019 10:32 pm

זיי טוען זיך אויף מיט אונטערשריפטן, אט הערט

ביי מיר האט אנגעקלאפט א נכרית און געזאגט אז זי לויפט פאר א פאזיציע און מען זאל אונטערשרייבן איר פעטיציע. זי האט זיך פארענטפערט אז הגם זי ווייסט אז אידן שטימען בלויז לויט די אנווייזונגען פון די רבנים, אבער אונטערשרייבן א פעטיציע מען זאל קענען לויפן איז דאך נישט קיין שטימע אינעם שטום בודקע. מיר האבן זיך געלאזט און אונטערגעשריבן.

א קארגע שעה שפעטער קלאפן אריין צוויי אידן - איינער פון זיי דער חרדי'שער לעגיסלאטור ר' אהרן בנציון ווידער - און בעטן אונזערע חתימות פאר די פעטיציע פון א היימישער איד וואס לויפט... מיר האבן געזאגט אז מיר האבן נארוואס אונטערגעשריבן פאר א נכריה, און זיי זענען געבליבן געפלעפט פון די כיטרישקייט פון די צד שכנגד, וואס האט בכלל נישט געזאגט צו וועלכע פארטיי זי געהער און וואס איר אגענדע איז, בלויז ארויסגעריקט אפאר חתימות, און דאדורך אוועקגענומען חתימות פון דעם היימישן קאנדידאט.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מאנטאג מארטש 11, 2019 10:34 pm

א קליינע ווארט איבער עירמאנט.

ווען מאנסי האט געבלוטיגט ארויסציוואוטען די קאונטי עקזעקיוטיוו וואס האב איך געהערט פון א גרויס חלק עירמאנט איינוואונער? נע! זאל ער קער נעמען! נו נו! יעצט עסט מען די זעלבע קיגל, מען לערנט זיך אויף די אייגענע הויט אז מען דארף זיך צאמנעמען מיט א כח האחדות און ארויס וואוטען אונזערע נישט צי גרויסע פריינד.
נעקסטע מאל וועט עטץ אי''ה אינטקעגן לויפן די עסקני מאנסי ביי די וואוטס און נישט שרייען אז עירמאנט איינוואונער האבן בעצם די זעלבע אגענדע ווי די געוועזענע פרעזערוו רעמעפא.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2745
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מאנטאג מארטש 11, 2019 11:01 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:א קליינע ווארט איבער עירמאנט.

ווען מאנסי האט געבלוטיגט ארויסציוואוטען די קאונטי עקזעקיוטיוו וואס האב איך געהערט פון א גרויס חלק עירמאנט איינוואונער? נע! זאל ער קער נעמען! נו נו! יעצט עסט מען די זעלבע קיגל, מען לערנט זיך אויף די אייגענע הויט אז מען דארף זיך צאמנעמען מיט א כח האחדות און ארויס וואוטען אונזערע נישט צי גרויסע פריינד.
נעקסטע מאל וועט עטץ אי''ה אינטקעגן לויפן די עסקני מאנסי ביי די וואוטס און נישט שרייען אז עירמאנט איינוואונער האבן בעצם די זעלבע אגענדע ווי די געוועזענע פרעזערוו רעמעפא.

או לי אם אומר, או לי אם לא אומר, קיינער אין עירמאנט, וויל נישט דארט זאל אויסקוקן, אזוי ווי רוט 306, און ניטאמאל ווי ס'קוקט אויס אויף סידער לעין, ווען ס'דא א שמחה אין טערצאל זאל (געהערט פון צוויי עירמאנטער איינוואוינער זייענדיג דארט סטאק),

פון די אנדער זייט, קיינער וויל נישט אז א שונא ישראל וואס קוקט מיט א שלעכט אויג אויף יעדע פענסטער וואס א איד וויל צולייגן, און אויף יעדע פארטש אדער צימער וואס מ'וויל צובויען.

און דעריבער דער וואס ווערט פערא"פ פון די אייגענע אזויגערופענע עסקנים, (און צומאל עכטע עסקנים, וואס זענען געבינדן אונטער די בילדער'ס) דיע שרייען זאל די צד שכנגד געווינען, און דער וואס ליידט זיך צוזאם פון דעם צד שכנגד, וויל פארקערט,

און הלוואי ס'וואלט שוין באשאפן געווארן די בריה וואס זאל קענען זיצן אויף א הויכע פעזיציע און נאכהאלטס טראכטן טובת הקהל, און נישט די טובת היחידים המשתלטים.
ודי בזה.
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2399
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » דינסטאג מארטש 12, 2019 12:34 am

לכאורה האט געשריבן:זיי טוען זיך אויף מיט אונטערשריפטן, אט הערט

ביי מיר האט אנגעקלאפט א נכרית און געזאגט אז זי לויפט פאר א פאזיציע און מען זאל אונטערשרייבן איר פעטיציע. זי האט זיך פארענטפערט אז הגם זי ווייסט אז אידן שטימען בלויז לויט די אנווייזונגען פון די רבנים, אבער אונטערשרייבן א פעטיציע מען זאל קענען לויפן איז דאך נישט קיין שטימע אינעם שטום בודקע. מיר האבן זיך געלאזט און אונטערגעשריבן.

א קארגע שעה שפעטער קלאפן אריין צוויי אידן - איינער פון זיי דער חרדי'שער לעגיסלאטור ר' אהרן בנציון ווידער - און בעטן אונזערע חתימות פאר די פעטיציע פון א היימישער איד וואס לויפט... מיר האבן געזאגט אז מיר האבן נארוואס אונטערגעשריבן פאר א נכריה, און זיי זענען געבליבן געפלעפט פון די כיטרישקייט פון די צד שכנגד, וואס האט בכלל נישט געזאגט צו וועלכע פארטיי זי געהער און וואס איר אגענדע איז, בלויז ארויסגעריקט אפאר חתימות, און דאדורך אוועקגענומען חתימות פון דעם היימישן קאנדידאט.

מקען נישט אונטער שרייבן פאר 2 קאנדידאטן ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11111
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג מארטש 12, 2019 1:49 am

ווייזט אויס אז נישט, ר' אהרן בנציון האט נישט געלאזט אונטערשרייבן פארן איד אויב מען האט שוין אונטערגעשריבן פאר די אנדערע.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » דינסטאג מארטש 12, 2019 2:01 am

היימישער הייקער האט געשריבן:preseve airmont האט געמאכט א וועב זייטל writethewrong.net, גאנץ אירמאונט איז באהאנגן דערמיט. קען איינער קאפי פעיסטן וואס זייער הסבר אויף די סיטואציע איז? איך בין זייער נייגעריג ווי אזוי זיי דרייען עס.

זייער סלאגען איז:
Write" the Wrong"
זיי ווילן עס ניצן כאילו צו פארעכטן וואס איז ראנג, צו מיר זעהט עס אויס כאילו שרייב אפי' סאיז ראנג...
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » דינסטאג מארטש 12, 2019 4:17 pm

איך קען נישט פארשטיין, איינער טראכט אז די פרעזערוו חברה אין עירמאנט האבן טאקע נישט געקענט צוזאמקלויבן קיין הונדערט חתימות אויף א נארמאלע אופן, נאר דורך פראוד ? עס איז ממש נאן סענס אזוי צו טראכטן, זיי האבן גוט איבער טויזנט הייסע שטיצער אין עירמאנט, און עירמאנט איז נישט אזוי גרויס, 100 חתימות איז ממש א דזשאק - נאך צוטיילט צווישן דריי קאנדידאטן וואס לויפן.

עפעס שמעקט זייער מאדנע די גאנצע מעשה

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2399
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » דינסטאג מארטש 12, 2019 4:42 pm

איך קוק עס אן אז זענען געווען פויל צי גיין קלייבן חתימות
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג מארטש 12, 2019 4:56 pm

לויט מיין מיינונג האבן די פרעזערוו גאר שטארקע שאנסן צו זיגן אין א רייט-אין קאמפיין.

איך וואלט גענומען טאון אוו וואדבארי, וועלכע איז אביסעלע גרעסער אין פאפולאציע ווי עירמאנט אלס עקזעמפל. אום יאר 14' איז עס געווען ווען דער אמטירנדער סופערווייזער בוירק איז פלוצלינג געשטארבן, און עס איז געבליבן ווייניג צייט צו שאפן א קאנדידאט און זאמלען פעטיציעס, און ווילאנג וואס-ווען-ווי האט דער רעפאבליקאנער טשערמאן קארוסא אריינגעגעבן פעטיציעס מיט זיין נאמען בעת די דעמאקראטן האבן פארפאסט דעם דעדליין און געמאכט א לעצט מינוטיגע רייט-אין קאמפיין פאר דעיוויד סוטס.
דער רעזולטאט: קארוסא 1447 - סוטס בערך 1350.

אין דאן איז בכלל נישט געווען די חרדישע פאקטאר געווען אנוועזנד אין יענעם קאמפיין.

דאס מיינט אז מען מעג רואיג רעכענען אז זיי וועלן האבן ביז 85% פון זייערע וויילער אין א רייט-אין.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2729
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג מארטש 12, 2019 10:16 pm

לכאורה האט געשריבן:זיי טוען זיך אויף מיט אונטערשריפטן, אט הערט

ביי מיר האט אנגעקלאפט א נכרית און געזאגט אז זי לויפט פאר א פאזיציע און מען זאל אונטערשרייבן איר פעטיציע. זי האט זיך פארענטפערט אז הגם זי ווייסט אז אידן שטימען בלויז לויט די אנווייזונגען פון די רבנים, אבער אונטערשרייבן א פעטיציע מען זאל קענען לויפן איז דאך נישט קיין שטימע אינעם שטום בודקע. מיר האבן זיך געלאזט און אונטערגעשריבן.

א קארגע שעה שפעטער קלאפן אריין צוויי אידן - איינער פון זיי דער חרדי'שער לעגיסלאטור ר' אהרן בנציון ווידער - און בעטן אונזערע חתימות פאר די פעטיציע פון א היימישער איד וואס לויפט... מיר האבן געזאגט אז מיר האבן נארוואס אונטערגעשריבן פאר א נכריה, און זיי זענען געבליבן געפלעפט פון די כיטרישקייט פון די צד שכנגד, וואס האט בכלל נישט געזאגט צו וועלכע פארטיי זי געהער און וואס איר אגענדע איז, בלויז ארויסגעריקט אפאר חתימות, און דאדורך אוועקגענומען חתימות פון דעם היימישן קאנדידאט.

ממש אזוי, מ'דארף ארומגיין פון הויז צו הויז?
מ'גייט אריין אין עני כולל האסטו ביז א מינוט 100 חתימות!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » דינסטאג מארטש 12, 2019 10:24 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:זיי טוען זיך אויף מיט אונטערשריפטן, אט הערט

ביי מיר האט אנגעקלאפט א נכרית און געזאגט אז זי לויפט פאר א פאזיציע און מען זאל אונטערשרייבן איר פעטיציע. זי האט זיך פארענטפערט אז הגם זי ווייסט אז אידן שטימען בלויז לויט די אנווייזונגען פון די רבנים, אבער אונטערשרייבן א פעטיציע מען זאל קענען לויפן איז דאך נישט קיין שטימע אינעם שטום בודקע. מיר האבן זיך געלאזט און אונטערגעשריבן.

א קארגע שעה שפעטער קלאפן אריין צוויי אידן - איינער פון זיי דער חרדי'שער לעגיסלאטור ר' אהרן בנציון ווידער - און בעטן אונזערע חתימות פאר די פעטיציע פון א היימישער איד וואס לויפט... מיר האבן געזאגט אז מיר האבן נארוואס אונטערגעשריבן פאר א נכריה, און זיי זענען געבליבן געפלעפט פון די כיטרישקייט פון די צד שכנגד, וואס האט בכלל נישט געזאגט צו וועלכע פארטיי זי געהער און וואס איר אגענדע איז, בלויז ארויסגעריקט אפאר חתימות, און דאדורך אוועקגענומען חתימות פון דעם היימישן קאנדידאט.

ממש אזוי, מ'דארף ארומגיין פון הויז צו הויז?
מ'גייט אריין אין עני כולל האסטו ביז א מינוט 100 חתימות!

איך גלייב נישט אז אין עירמאנט איז דא 100 כולל אינגעלייט :lol:

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2745
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג מארטש 12, 2019 10:35 pm

פריער איז פאליציי ארום מיט א שמעק הונט, אין געגענט פון עדווין, וואלטער.
וואס גייט פאר?
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דינסטאג מארטש 12, 2019 11:35 pm

מעגליך עס האט א שייכת מיט דעם.
Screenshot_2019-03-12-23-28-22-1.png
Screenshot_2019-03-12-23-28-22-1.png (187.47 KiB) געזעהן 1214 מאל

54218308_2101632203246114_461130735693070336_o.jpg
54218308_2101632203246114_461130735693070336_o.jpg (98.17 KiB) געזעהן 1205 מאל

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מיטוואך מארטש 13, 2019 12:28 am

א מין פערדרייי פארט ארום א העליקאפטער שפעט באנאכט ניטמאל קען מען אים זען אין די טונקעל חוץ יעדעם אויפוועקען טוט דאס גארנישט אויף
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 909
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » מיטוואך מארטש 13, 2019 12:37 am

שקר האט געשריבן:א מין פערדרייי פארט ארום א העליקאפטער שפעט באנאכט ניטמאל קען מען אים זען אין די טונקעל חוץ יעדעם אויפוועקען טוט דאס גארנישט אויף

ווען עס וואלט געווען א איד וואלסטו געוואלט סזאל ארומפארן א העליקאפטער, אפילו על צד ספק אז אפשר וועט מען אים טרעפן.

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 909
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » מיטוואך מארטש 13, 2019 12:42 am

ר' יום טוב האט געשריבן:לויט מיין מיינונג האבן די פרעזערוו גאר שטארקע שאנסן צו זיגן אין א רייט-אין קאמפיין.

איך וואלט גענומען טאון אוו וואדבארי, וועלכע איז אביסעלע גרעסער אין פאפולאציע ווי עירמאנט אלס עקזעמפל. אום יאר 14' איז עס געווען ווען דער אמטירנדער סופערווייזער בוירק איז פלוצלינג געשטארבן, און עס איז געבליבן ווייניג צייט צו שאפן א קאנדידאט און זאמלען פעטיציעס, און ווילאנג וואס-ווען-ווי האט דער רעפאבליקאנער טשערמאן קארוסא אריינגעגעבן פעטיציעס מיט זיין נאמען בעת די דעמאקראטן האבן פארפאסט דעם דעדליין און געמאכט א לעצט מינוטיגע רייט-אין קאמפיין פאר דעיוויד סוטס.
דער רעזולטאט: קארוסא 1447 - סוטס בערך 1350.

אין דאן איז בכלל נישט געווען די חרדישע פאקטאר געווען אנוועזנד אין יענעם קאמפיין.

דאס מיינט אז מען מעג רואיג רעכענען אז זיי וועלן האבן ביז 85% פון זייערע וויילער אין א רייט-אין.

אפילו אויב טאקע 85% קומט ארויס שטימען און א רייט אין, קען מען עס מייניך זייער גרינג טשעלענדזשען אויב די נאמען איז נישט גוט געספעלט וכדו. חוץ אויב זיי מאכן א קאמפיין מיט 'זיגלעך'.

אבער די אמת איז, אז די אידן האבן עכט די רוב, און קענען רואיג געווינען אויב מען האלט זיך צוזאמען און מען קומט ארויס.
דאס מאל זעט אויס ווי עס שטייען אונטער די קאמפיין אפאר ערנסטע עירמאנט עסקנים, און סאיז צום האפן אז די עולם וועט ארויסקומען שטימען נאכן זיך אנליידען די לעצטע פאר יאר.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך מארטש 13, 2019 9:16 pm

שקר האט געשריבן:א מין פערדרייי פארט ארום א העליקאפטער שפעט באנאכט ניטמאל קען מען אים זען אין די טונקעל חוץ יעדעם אויפוועקען טוט דאס גארנישט אויף

איך פארשטיי אז איהר זענט א גרויסע מומחה צו פאליציי העליקאפטערס און וויאזוי מען זוכט פארלוירענע מענטשען...

איהר ווייסט וואס מיינט police searching helicopters using thermal cameras?
א מין פערדעריי??? אדער גאר high tech???
וויאזוי מען טרעפט מענטשן און אויך פאברעכער אין די טונקל.png
וויאזוי מען טרעפט מענטשן און אויך פאברעכער אין די טונקל.png (494.61 KiB) געזעהן 865 מאל
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2729
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך מארטש 13, 2019 11:20 pm

אומאפיציעל האט געשריבן:איך קען נישט פארשטיין, איינער טראכט אז די פרעזערוו חברה אין עירמאנט האבן טאקע נישט געקענט צוזאמקלויבן קיין הונדערט חתימות אויף א נארמאלע אופן, נאר דורך פראוד ? עס איז ממש נאן סענס אזוי צו טראכטן, זיי האבן גוט איבער טויזנט הייסע שטיצער אין עירמאנט, און עירמאנט איז נישט אזוי גרויס, 100 חתימות איז ממש א דזשאק - נאך צוטיילט צווישן דריי קאנדידאטן וואס לויפן.

עפעס שמעקט זייער מאדנע די גאנצע מעשה


די קאנדידאטן וואס לויפן מיט די שטיצע פון די היימישע אידן אין עירמאנט האבן ארויסגעשטעלט די גאנצע מעשה אויף זייער וועבזייטל https://protectairmont.org/news


דאס איז נאר איינע פון די געפעלטשטע פעטיציעס.
באמערק ווי די דריי אונטערשריפטן איינגערינגלט קוקן אויס ממש די זעלבע,
אין די זייט קען מען זעהן די "עכטע" אונטערשריפט פון די רעקארדס אוו די באורד אוו עלעקשאנס.
די עדות אויף די אונטערשריפטן איז "אנטאני וואלווא" איינע פון די קאנדידאטן פאר טראסטי!!
ד.מ. אז די קאנדידאטן זעלבסט זענען געווען פארמישט אין די קרימינאלע אקטיוויטעטן.
צוגעלייגטע
Screenshot_20190313-230634~2.png
Screenshot_20190313-230634~2.png (400.79 KiB) געזעהן 738 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א פיינע מענטש, בשבילי נברא, נו שוין, נעם אין אכט, פייווישעל, רעסטאראנט און 45 געסט