נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

רעבישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 12:02 pm

תגובהדורך רעבישע » מיטוואך ינואר 23, 2019 7:06 pm

עס ווערט געעפנט א פרישע זוויעהלע שיל אין מאנסי דורך הרב בנש״ק רבי מיכל גאלדמאן האט איינער פרטים וואס ווען אין ווי?

רעבישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 12:02 pm

תגובהדורך רעבישע » מיטוואך ינואר 23, 2019 7:07 pm

אויב איז עס אמת איז ברוך השם דא א שפע פין זוויעהלע שילן אין מאנסי קע״ה כן ירבו

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1843
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 9:32 am

נו... וועם שטערט עס? אויב איז עס אמת איז ברוך השם דא א שפע פין חסידישע שטיעבלעך און ארטאדאקסישע בתי מדרשים אין מאנסי קע״ה כן ירבו. זאל זיין...
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 10:03 am

היימישער הייקער האט געשריבן:קיין איין בילדער האט נאכניש געבויט א הויז וואס מענטשן ווילן נישט דארטן וואוינען. לייג נישט די שילד אויף זיי. עס איז קענטיג אז מענטשן, עכ"פ די וואס קויפן די הייזער, ווילען ענדערש וואוינען אין א ציקוועטשטע הויז אן קיין גראז, מיט אלע טרעפיק, אבי צו וואוינען אין צענטער.


שמו האט געשריבן:נישט 100% גערעכט, אסאך קויפן וואס איז דא אויף די מארקעט, און וואלטן זיך געפרייט ווען ס'נישטא אזוי פיל טשיקען הייזער צו קויפן.


שמו, זיי זיך מסביר. עפעס שטימט נישט. מענטשן קויפן וואס זיי ווילען האבן.
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

חמרא
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2016 8:51 am

תגובהדורך חמרא » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 10:20 am

רעבישע האט געשריבן:אויב איז עס אמת איז ברוך השם דא א שפע פין זוויעהלע שילן אין מאנסי קע״ה כן ירבו

מאנסי איז זוכה צו ׳זוויל׳ בית תפארתנו

ברוכאוויטש
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:48 am

תגובהדורך ברוכאוויטש » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 10:42 am

וואס גייט פאר מיט Wells Fargo Bank פארוואס איז עס פארמאכט until farther notice?

Gibbs
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 9:33 am

תגובהדורך Gibbs » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:53 pm

The heat there is broken

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 1:40 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:קיין איין בילדער האט נאכניש געבויט א הויז וואס מענטשן ווילן נישט דארטן וואוינען. לייג נישט די שילד אויף זיי. עס איז קענטיג אז מענטשן, עכ"פ די וואס קויפן די הייזער, ווילען ענדערש וואוינען אין א ציקוועטשטע הויז אן קיין גראז, מיט אלע טרעפיק, אבי צו וואוינען אין צענטער.


שמו האט געשריבן:נישט 100% גערעכט, אסאך קויפן וואס איז דא אויף די מארקעט, און וואלטן זיך געפרייט ווען ס'נישטא אזוי פיל טשיקען הייזער צו קויפן.


שמו, זיי זיך מסביר. עפעס שטימט נישט. מענטשן קויפן וואס זיי ווילען האבן.

ווען א מענטש וויל קויפן, זיכט ער וואס איז דא אויף די מארקעט, ווען מ'זאל ווען בויען אביסל גרעסערע דירות, און ווייניגער אויף א לאט, וואלט זיך דאס פונקט אזוי פארקויפט, פושט מען אריין וואס מער דירות אויף א קליין פלאץ, און ס'איז דאך נישטא גענוג דירות, קויפט מען וואס ס'איז דא, פון צווישן וואס ס'איז דא זיכט מען אויס דאס בעסטע.
כשמ"ו כן הוא

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 1:41 pm

רעבישע האט געשריבן:עס ווערט געעפנט א פרישע זוויעהלע שיל אין מאנסי דורך הרב בנש״ק רבי מיכל גאלדמאן האט איינער פרטים וואס ווען אין ווי?

ערגעץ נעבן קארעלטון געגנט.
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
הבעש''ט
שר חמש מאות
תגובות: 831
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » פרייטאג ינואר 25, 2019 5:51 am

טאהש.PNG
טאהש.PNG (347.69 KiB) געזעהן 1752 מאל

רעבישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 12:02 pm

תגובהדורך רעבישע » פרייטאג ינואר 25, 2019 7:19 am

אדמור״ים מגור אין סלונים בני ברק וועלן וויילן שבת אין מאנסי

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2108
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » פרייטאג ינואר 25, 2019 8:10 am

רעבישע האט געשריבן:אדמור״ים מגור אין סלונים בני ברק וועלן וויילן שבת אין מאנסי

וואס ווען ווי? מער פרטים ביטע
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11071
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג ינואר 25, 2019 1:34 pm

סלונימער רבי וועט פראווען אין ישיבה קטנה דסאטמאר אויף מעיפל עוו.

וואו איז גור?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

רעבישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 12:02 pm

תגובהדורך רעבישע » פרייטאג ינואר 25, 2019 1:45 pm

אדמו״ר מגור וועט זיין אין די פארשעי געגענט בבית הרבני הנגיד רבי שלמה ווירדגער עס איז א פארמאכטע שבת נאר מיט די משפחה אין מקורבים

גרויסע-גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » פרייטאג ינואר 25, 2019 1:58 pm

לכאורה האט געשריבן:סלונימער רבי וועט פראווען אין ישיבה קטנה דסאטמאר אויף מעיפל עוו.

וואו איז גור?

וועלכע סלאנים?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11071
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג ינואר 25, 2019 2:02 pm

דער וואס האט א שוהל אויף פיליס טערעס און נוצט די סאטמאר ישיבה קטנה אויף ימים טובים/נוראים
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12951
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג ינואר 25, 2019 2:49 pm

לכאורה האט געשריבן:דער וואס האט א שוהל אויף עליש און נוצט די סאטמאר ישיבה קטנה אויף ימים טובים/נוראים

די שווארצע
ווי הרה"ג ר' שלמה פינחס מאלאוויצקי שליט"א איז רב

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3086
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » פרייטאג ינואר 25, 2019 3:54 pm

אין אידיש פרעגט מען סלאנים אדער סלונים....
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
הבעש''ט
שר חמש מאות
תגובות: 831
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » זונטאג ינואר 27, 2019 2:48 am

Capture.PNG
Capture.PNG (701.14 KiB) געזעהן 1173 מאל

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » זונטאג ינואר 27, 2019 9:35 am

הבעש''ט האט געשריבן:
Capture.PNG

ווערידער?
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

רעבישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 12:02 pm

שמחת בית ספינקא

תגובהדורך רעבישע » מאנטאג ינואר 28, 2019 7:09 pm

מארגן דינסטאג קומט בעזר השם פאר די שמחת הבר מצוה פין א אייניקל פין כ״ק אדמו״ר מספינקא שליט״א בן לבנו הגה״צ רבי אייזיק שליט״א ראש ישיבת ספינקא במאנסי חתן אב״ד בערטש שליט״א הנחת תפילין קומט פאר דינסטאג אינדערפרי בהיכל הישיבה 9:00 אין מאנסי אין די בר מצוה אויפדערנאכט אין זאל פין פאפא

חמרא
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2016 8:51 am

תגובהדורך חמרא » מאנטאג ינואר 28, 2019 7:16 pm

רעבישע האט געשריבן:מארגן דינסטאג קומט בעזר השם פאר די שמחת הבר מצוה פין א אייניקל פין כ״ק אדמו״ר מספינקא שליט״א בן לבנו הגה״צ רבי אייזיק שליט״א ראש ישיבת ספינקא במאנסי חתן אב״ד בערטש שליט״א הנחת תפילין קומט פאר דינסטאג אינדערפרי בהיכל הישיבה 9:00 אין מאנסי אין די בר מצוה אויפדערנאכט אין זאל פין פאפא

וואס האט דאס מיט דעם אשכול??? יעדע מאל איינער מאכט בר מצוה אין מאנסי (אדער חתונה ,ברית, פדה״ב וכדומה) הייסט עס נייעס פון מאנסי??? איי דאנט געט איט

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1422
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מאנטאג ינואר 28, 2019 7:26 pm

רעבישע האט געשריבן:מארגן דינסטאג קומט בעזר השם פאר די שמחת הבר מצוה פין א אייניקל פין כ״ק אדמו״ר מספינקא שליט״א בן לבנו הגה״צ רבי אייזיק שליט״א ראש ישיבת ספינקא במאנסי חתן אב״ד בערטש שליט״א הנחת תפילין קומט פאר דינסטאג אינדערפרי בהיכל הישיבה 9:00 אין מאנסי אין די בר מצוה אויפדערנאכט אין זאל פין פאפא


עס איז דא א ספינקא ישיבה אין מאנסי?

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

תגובהדורך משה צימערינג » מאנטאג ינואר 28, 2019 7:28 pm

פון וועלכע ספינקא ער רעדט ווייסטו יא?
יחי המלך

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מאנטאג ינואר 28, 2019 7:30 pm

יעדעס מאל א רבי קומט קיין מאנסי איז דאס א נייעס (נישט אנדערש ווי סלאנים גור וכו')
מארגן קומט ספינקא רבי, איז דאס מאנסיער נייעס

ספינקא האט דעם ווינטער געעפנט א ישיבה גדולה אין מאנסי, און רבי אייזיק איז דער ראש ישיבה, מארגן קומט פאר א בר מצוה אין מאנסי, איז דאס א מאנסיער נייעס.
כשמ"ו כן הוא


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], New Jersey, בשבילי נברא, יש ברירה, כאפצעם, לעגאו מענטשעלע, נאך פונדערהיים, נודניק און 58 געסט