נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

רעבישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 12:02 pm

תגובהדורך רעבישע » פרייטאג ינואר 18, 2019 3:22 pm

די מוצאי שבת קומט פאר די מלוה מלכה לטובת די באניא בית המדרש אין מאנסי ווי כ״ק אדמו״ר מבאניא שליט״א וועט איבערגעבן דברי ברכה

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » זונטאג ינואר 20, 2019 11:06 am

ווער איז א גוטע אויגן דאקטער פאר קאנטאקט לענסעס אין די מאנסי אומגעגנט?

יישר כח פון פאראויס.

yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

תגובהדורך yid » זונטאג ינואר 20, 2019 11:23 am

ממה נפשך האט געשריבן:ווער איז א גוטע אויגן דאקטער פאר קאנטאקט לענסעס אין די מאנסי אומגעגנט?

יישר כח פון פאראויס.

wesley eye care
845) 362-2020

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » זונטאג ינואר 20, 2019 11:33 am

yid האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:ווער איז א גוטע אויגן דאקטער פאר קאנטאקט לענסעס אין די מאנסי אומגעגנט?

יישר כח פון פאראויס.

wesley eye care
845) 362-2020


יישר כח
(גוגל ריוויוס קוקט טאקע אויס גוט...)

אוועטאר
הבעש''ט
שר חמש מאות
תגובות: 831
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » דינסטאג ינואר 22, 2019 7:32 pm

1.jpg
1.jpg (95.68 KiB) געזעהן 1691 מאל

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג ינואר 22, 2019 9:19 pm

ווען איינער ווערט צוריק געוויזן דורך סיי וועלכע מוניציפאליטעט פון סיי וועלכע לאקאלע פערמיטן, דארף ער פיילן א 'ארטיקל 78' דאס הייסט א געריכטליכע פיילונג אז כ'בין נישט צופרידן מיטן באצירק-בירגערמייסטער שריט, און כ'וויל אז דער באצירק געריכט זאל אורטיילן אין דעם נושא.
קהל ראדאשיץ עירמאנט, האט געפיילט אזאנס לעצטנס, און גאר לעצטנס איז דער ארטיקל געווארן צוריקגעוויזן דורכן ריכטער צוליב 'טעקניקל גראונד' אישוס.
מען הערט אז די ווילידזש אוו עירמאנט האט שוין באשטראפט ראדאשיץ מיט 'מיליאנען דאלערן'. אויב איינער קען אריינקומען מיט מער אינפאו, פארוואס די חברה זענען נאך אין ווילידזש האל נאכדעם וואס אידן צוען זיך אהין אין די מאסן, און צו מבאצאלט די אלע פענעליטיס.
מער איבער דעם מצב אין עירמאנט יעצט אויף קול מבשר 1-14 דער חרדישער רעפארטער ר' שמעון ראלניצקי תושב ראקלענד, מיט הרב דקהל ראדאשיץ עירמאנט, ביהמ''ד המרכזי לאנשי עירמאנט, גולי ברוקלין יצ''ו

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג ינואר 22, 2019 10:13 pm

איר פרעגט גוט, פארוואס די חברה זענען נאך אין ווילידזש האל?

ווייל ביי די וואלן קומען ארויף דא טאקע אויפן וועלטל איינער מיט אזא נוסח:
"שוין ווייטער וואלן, וואס איז מיט די טרעפיק וואס מען האט צוגעזאגט??? די עסקנים פארפירן דעם ציבור וכו' וכו' "
א צווייטער זאגט "עם, פאוועם וואוט מען? ס'וויכטיגע וואוטס? אהא. אקעי, כ'וועל שוין זען"
א דריטער ערקלערט אומצוויידייטיג "וואס איז אזוי שלעכט אזוי ווי ס'איז יעצט, איך האב ליב די פרייוועט הייזער און די נאטור"
א פערדער שרייט "נו, חילול השם! התגרות באומות!"
בעת א פיפטער געפינט זיך אויף די דעפענסיווע נאכן דערקלערן אז זיין טאטע האט אים אויסגעלערנט אז מען הייסט גיין וואוטן, גייט מען!.

די שלעכטע נייעס איז, אז ס'דא צופיל עדיטוד אין די קאמיוניטי ווען ס'קומט צו וואלן. נאך ארגערע נייעס איז, אז ס'זעהט נישט אויס אז ס'גייט זיך טוישן. דאס איז טרויעריג.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2564
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג ינואר 22, 2019 11:06 pm

די מעשה איז אז אין מאנסי האבן זיך מענטשן אפגעבריט מיטן וואוטן פאר די אזויגערופענע "עסקנים אינדארסירטע" קאנדידאטן, און מ'האט אריינגעוועלט אזלעכע באאמטע גע'אוינט דורך די גרויסע בילדערס וואס האבן לויז געמאכט די געזעצן און צוגעלאזט צו בויען אזוי הפקר'דיג ווי מאנסי קוקט היינטצוטאגס אויס, אהן זיכערמאכן נאכצוקומען און אדרעסירן די סעיפטי, טרעפיק, און ענווייראמענטאלע פראבלעמען און זארגן.

אבער די סיבה דערצו איז געווען וויבאלד די גאווערמענט בעפאר איז געווען צו שטרענג, האט עס געברענגט א קאונטער ריעקשען און די "בילדער'ס" האבן זיך צוזאמענגענומען און העווי קאמפיינט ביז מ'האט אריינגעוועלט די אייגענע באאמטע וואס האבן מעלים עין געווען פון די ציבור.


יעצט אין די ארומיגע געגענטער איז לעת עתה קיינער נישט אינטערסירט אז עס זאל ווערן א צווייטע מאנסי!
מענטשן וואס מופן קיין טשעסנאט-רידזש, עירמאנט, פאמאנע, ווילן די רואיגערע אטמאספערע און שטילע געסעלעך, ביימער, וועווערקעס, און הערשן, מיט וואס די דרויסענדיגע געגנטער זענען באשאנקן.

אבער אויב העט מען זיי אינטערדריקען און פאר יעדע קליינע עקסטענשאן צו א דירה וועט מען זיצן שבעה נקיים, פאר יעדע וויאלעישען וועט מען צאלן אין די הויזן, נישט מעגן אראפנעמען פון די אייגענע פראפערטי מער ווי 5 ביימער א יאר, ועוד ועוד, וועט דאס ברענגען א קאנטער רעאקציע, מענטשן וועלן ווערן פעד-אפ און מ'וועט אריינוועלן הפקר אינגן וואס וועלן פארוואנדלען די געגנטער אין נאך א בארא פון ניו יארק סיטי...
יעדער איז מסכים אז מ'זאל לאזן די געגנטער מיט איהרע רואיגער נאטור, אבער מ'זאל נישט רודפן די מענטשהייט!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3086
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג ינואר 22, 2019 11:07 pm

ר' יום טוב, פאר טעימה קלה איבער דעם ענין כאפ זיך אריבער אין די וויליאמסבורגע אשכול.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3499
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג ינואר 22, 2019 11:09 pm

רעבישע האט געשריבן:די מוצאי שבת קומט פאר די מלוה מלכה לטובת די באניא בית המדרש אין מאנסי ווי כ״ק אדמו״ר מבאניא שליט״א וועט איבערגעבן דברי ברכה

וואס איז דער רבי מבטיח פאר דער וואס וועט קומען צייטליך?

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מיטוואך ינואר 23, 2019 12:00 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:די מעשה איז אז אין מאנסי האבן זיך מענטשן אפגעבריט מיטן וואוטן פאר די אזויגערופענע "עסקנים אינדארסירטע" קאנדידאטן, און מ'האט אריינגעוועלט אזלעכע באאמטע גע'אוינט דורך די גרויסע בילדערס וואס האבן לויז געמאכט די געזעצן און צוגעלאזט צו בויען אזוי הפקר'דיג ווי מאנסי קוקט היינטצוטאגס אויס, אהן זיכערמאכן נאכצוקומען און אדרעסירן די סעיפטי, טרעפיק, און ענווייראמענטאלע פראבלעמען און זארגן.

אבער די סיבה דערצו איז געווען וויבאלד די גאווערמענט בעפאר איז געווען צו שטרענג, האט עס געברענגט א קאונטער ריעקשען און די "בילדער'ס" האבן זיך צוזאמענגענומען און העווי קאמפיינט ביז מ'האט אריינגעוועלט די אייגענע באאמטע וואס האבן מעלים עין געווען פון די ציבור.


יעצט אין די ארומיגע געגענטער איז לעת עתה קיינער נישט אינטערסירט אז עס זאל ווערן א צווייטע מאנסי!
מענטשן וואס מופן קיין טשעסנאט-רידזש, עירמאנט, פאמאנע, ווילן די רואיגערע אטמאספערע און שטילע געסעלעך, ביימער, וועווערקעס, און הערשן, מיט וואס די דרויסענדיגע געגנטער זענען באשאנקן.

אבער אויב העט מען זיי אינטערדריקען און פאר יעדע קליינע עקסטענשאן צו א דירה וועט מען זיצן שבעה נקיים, פאר יעדע וויאלעישען וועט מען צאלן אין די הויזן, נישט מעגן אראפנעמען פון די אייגענע פראפערטי מער ווי 5 ביימער א יאר, ועוד ועוד, וועט דאס ברענגען א קאנטער רעאקציע, מענטשן וועלן ווערן פעד-אפ און מ'וועט אריינוועלן הפקר אינגן וואס וועלן פארוואנדלען די געגנטער אין נאך א בארא פון ניו יארק סיטי...
יעדער איז מסכים אז מ'זאל לאזן די געגנטער מיט איהרע רואיגער נאטור, אבער מ'זאל נישט רודפן די מענטשהייט!


די ארגינעלע עירמאנט גוי'שע תושבים האבן בכלל נישט געוואלט האבן די אידן דארט,
די אידן האבן אריינגעפיפען און זיך יא אהין געצויגען, די איצטיגע אידן ווילען נישט די מאנסי-שטאט אידן,
מען קען נישט פייטען נאטור, אין עירמאנט גייט זיין א צווייטע מאנסי, אויב נישט היינט וועט עס זיין איבערמארגען, אידן אין די געגענט מאכען אויך חתונה קינדער.

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מיטוואך ינואר 23, 2019 12:06 am

ר יום טוב קוקט אויס אז דו קענסט נישט די געאגראפיע פון מאנסי און עירמאנט.

@פאראינטערסירט האט זייער גוט ארויס געברענגט די נקודה, איך וויל אביסל מרחיב.

ליידער אין די היימישע געגענטער האבן זיך אהערגעשטעלט געוויסע מענטשען אלס די אידישע פארטרעטער און זיי נוצן די שטימעס פונעם ציבור פאר זייערע פרייוואטע איטערעסן, זיי באשטייען על פי רוב פון בילדערס וואס מאכן הון תעפות פון ריזאונען פראפערטיס און דערנאך פארקויפן די דירות פאר די טייערסטע פרייז וואס מעגליך.

דאס זעלבע גייט אן אין מאנסי, אבער די חילוק פון מאנסי ביז אנדערע געגענטער, אז אין מאנסי ליידט דער ציבור טאג טעגליך פון די קאסעקווענצען פון די אזויגערופענע פארטרעטערס, עס איז נישט דא קיין מענטש וואס וואוינט אין מאנסי, וואס זיין טאג טעגליכן לעבן ווערט נישט אפעקטירט פון די אום-אחריותדיגע שריט פון די פאר יחידים, אנגעהויבן ביי די טרעפיק, און געענדיגט ביי די שנאה וואס הערשט היינט ביי די גוי'אישע שכינים קעגן אונז וואס די תוצאות דערפון גייט מען נאך יארן ליידן דערפון, וואס א דאנק דעם איז עד דעי ערוועלט געווארן, א דאנק דעם האבן צענדליגע אידן פארלוירן זייערע בארעכטיגטע בענעפיטן וכו' וכו'

און מאנסי האט מען נאך מוסיף געוועהן חטא על פשע, די צינדערס זענען געווארן די לעשערס, די דיוועלעפערס וואס האבן אנגעמאכט די חורבן אין מאנסי האבן געזעהן אז דער ציבור האט זיך ערוועקט צום טראפיק פראבלעם, האבן זיי אנגעהויבן שרייען א נייע ניגון אז מען דארף וואוטען כדי צו פארעכטן דעם טראפיק פראבלעם... עס איז נישט קיין סוד, אז זייט די לעצטע עלעקשאנס מאכן די בילדערס א לעבן, אבער לאכן א גוטס פונעם ציבור וואס האט זיך געלאזט פארפירן.

יעצט צוריק צו עירמאנט, קיין איינער האט געזאגט אז מען זאל נישט גיין וואוטען אין עירמאנט.

אדרבא, עירמאנט יוכיח אז די אזוי גערופענע עסקנים מיינען נישט דעם טובת הציבור, וואו זענען די עסקנים ווען עס קומט צו די וואוטס אין עירמאנט???

די תירוץ איז זייער פשוט, אז מען קען נישט בויען קיין דיוועלעפמענטס, זענען זיי נישט צום געפונען.

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מיטוואך ינואר 23, 2019 12:16 am

פון מיין קוק ןןינקעל נאכן צאם ליידן וועגן פערמיטס ביגלי.

דאס אז דער בילדערס זענען דער וואס קומן ארויס פאר געוויסע דעלעגאטן און עס שטעלט זיך ארויס אז זיי טוהן זיי טובות איז מער א נאטירלעכע נאטור זאך, שששששש, יא עס איז א פאקט אז ווען א מענטש דרייט זיך מיט געוויסע מענטשן טאג איין טאג אויס, אז עס ווערט א קירבה נאכדערצו ווען מען דארף טאקע א טובה פון זיי, אזוי ארבעט סאסייעטי... יעצט אז אן אוטסיידער זאל טרעפן א קאנדידאט איז פשוט נישט אזוי גרינג אז זיי זאלן זיך בכלל קענען און אפילו אויב יא ביז ווי ווייט וועט יענער דיך א טובה טוהן, פארגעס נישט עס איז דא בילדערס וואס דרייען זיך דארט טעגלעך און זיצען אפ דארטן ווארטענדיג אויף פאפירן שעות.

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מיטוואך ינואר 23, 2019 12:28 am

איך האב נישט קיין פראבלעם אז זיי זענען גוט מיטן סופערווייזער און באקומען טובות.

די פראבלעם איז אז זיי זאגן אז זיי פארטרעטן דעם ציבור (און האבן נישט קיין פראבלעם צו טוהן זאכן וואס מאכט שאדן דעם ציבור).

ווען דער סופערווייזער טוט א טובה פאר א ידיד זיינער, ווייסט ער אז עס מעגליך אז איין טאג קען וועט ער דארפן אפגעבן דין וחשבון דערויף, משא"כ ווען ער טוט א טובה פאר די קאמיונעטי ווייסט ער אז אפילו עס וועט זיך מאכן אן איבערקערעניש וועט דער ציבור איהם ווייטער שטיצן.

רעבישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 12:02 pm

תגובהדורך רעבישע » מיטוואך ינואר 23, 2019 12:41 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
רעבישע האט געשריבן:די מוצאי שבת קומט פאר די מלוה מלכה לטובת די באניא בית המדרש אין מאנסי ווי כ״ק אדמו״ר מבאניא שליט״א וועט איבערגעבן דברי ברכה

וואס איז דער רבי מבטיח פאר דער וואס וועט קומען צייטליך?

ווי האט איר נישט מורא ליצנות צו מאכן פין א צדיק וואס וואלגערט זיך מיט יסורים טאג טעגליך?????

שמונה
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 10:38 pm

תגובהדורך שמונה » מיטוואך ינואר 23, 2019 5:24 am

פומפדותא האט געשריבן:ר יום טוב קוקט אויס אז דו קענסט נישט די געאגראפיע פון מאנסי און עירמאנט.

@פאראינטערסירט האט זייער גוט ארויס געברענגט די נקודה, איך וויל אביסל מרחיב.

ליידער אין די היימישע געגענטער האבן זיך אהערגעשטעלט געוויסע מענטשען אלס די אידישע פארטרעטער און זיי נוצן די שטימעס פונעם ציבור פאר זייערע פרייוואטע איטערעסן, זיי באשטייען על פי רוב פון בילדערס וואס מאכן הון תעפות פון ריזאונען פראפערטיס און דערנאך פארקויפן די דירות פאר די טייערסטע פרייז וואס מעגליך.

דאס זעלבע גייט אן אין מאנסי, אבער די חילוק פון מאנסי ביז אנדערע געגענטער, אז אין מאנסי ליידט דער ציבור טאג טעגליך פון די קאסעקווענצען פון די אזויגערופענע פארטרעטערס, עס איז נישט דא קיין מענטש וואס וואוינט אין מאנסי, וואס זיין טאג טעגליכן לעבן ווערט נישט אפעקטירט פון די אום-אחריותדיגע שריט פון די פאר יחידים, אנגעהויבן ביי די טרעפיק, און געענדיגט ביי די שנאה וואס הערשט היינט ביי די גוי'אישע שכינים קעגן אונז וואס די תוצאות דערפון גייט מען נאך יארן ליידן דערפון, וואס א דאנק דעם איז עד דעי ערוועלט געווארן, א דאנק דעם האבן צענדליגע אידן פארלוירן זייערע בארעכטיגטע בענעפיטן וכו' וכו'

און מאנסי האט מען נאך מוסיף געוועהן חטא על פשע, די צינדערס זענען געווארן די לעשערס, די דיוועלעפערס וואס האבן אנגעמאכט די חורבן אין מאנסי האבן געזעהן אז דער ציבור האט זיך ערוועקט צום טראפיק פראבלעם, האבן זיי אנגעהויבן שרייען א נייע ניגון אז מען דארף וואוטען כדי צו פארעכטן דעם טראפיק פראבלעם... עס איז נישט קיין סוד, אז זייט די לעצטע עלעקשאנס מאכן די בילדערס א לעבן, אבער לאכן א גוטס פונעם ציבור וואס האט זיך געלאזט פארפירן.

יעצט צוריק צו עירמאנט, קיין איינער האט געזאגט אז מען זאל נישט גיין וואוטען אין עירמאנט.

אדרבא, עירמאנט יוכיח אז די אזוי גערופענע עסקנים מיינען נישט דעם טובת הציבור, וואו זענען די עסקנים ווען עס קומט צו די וואוטס אין עירמאנט???

די תירוץ איז זייער פשוט, אז מען קען נישט בויען קיין דיוועלעפמענטס, זענען זיי נישט צום געפונען.

שמונה
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 10:38 pm

תגובהדורך שמונה » מיטוואך ינואר 23, 2019 5:38 am

איך וואלט דיר ג'עצט די זאלסט אביסעל לערנען די היסטאריע פין מאנסי אין נאך דעם שרייבען פארדינט האבען אלע מענטשן וואס האבען ג'אנט הייזער אין מאנסי זיי האבען געמאכט ריטייערמנט פלענס דערפין אדער פארקופט אינגאנצן אדער צי געבויעט און מאכן רענט
און די שנאה אויף יודען האטצעך אנגעהויבן פאר א יוד האט אריינגעשטעלט א פיס אין מאנסי אזוי ווי לאט ווי עס שטייט היינט די וויזניצע חדר (בית מדרש עליון) די שנאה האט גארנישט ציטון מיט בויען די גרעסטע ריאה איז די אלע ווילדש'ס וואס זיי האבען געמאכט אז א יוד זאל נישט קענען וואוינען דארט מען האט עס געמאכט לשיטתך פאר עס איז געווען טרעפיק

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3499
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך ינואר 23, 2019 6:00 am

רעבישע האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
רעבישע האט געשריבן:די מוצאי שבת קומט פאר די מלוה מלכה לטובת די באניא בית המדרש אין מאנסי ווי כ״ק אדמו״ר מבאניא שליט״א וועט איבערגעבן דברי ברכה

וואס איז דער רבי מבטיח פאר דער וואס וועט קומען צייטליך?

ווי האט איר נישט מורא ליצנות צו מאכן פין א צדיק וואס וואלגערט זיך מיט יסורים טאג טעגליך?????

ווער מאכט ליצנות??? איך האלט באמת אז זיינע הבטחות ווערן נתקיים און וואויל איז דער וואס העלפט אים. כ'האב פשוט באמת געוואלט וויסן וואס מ'באקומט.

אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:37 am

תגובהדורך שמואל שמעלקא » מיטוואך ינואר 23, 2019 10:35 am

לאמיר אייך פרעגן ?
זיצט זיך א איד אין זיין קאר און פארט ארים מאנסי אין זעהט ווי די בילדער'ס בויען אויף ריזיגע בנינים אויף קליינע לאטס אן קיין גהעריגע פארקינג פאר אלע איינוואונערס, ווי אזוי האט ער אזויפיל צייט צו קוקן ? וואס הייסט מען זיצט דאך אין טרעפיק, די קאר פארט נישט נא קוקט מען זיך אביסל ארים, שוין נאכן אפזיצען אין טרעפיק זעהט ער אז כדי צו קעיר נעמען פון די טרעפיק גייט מען אפשפארן גאסן מען קען נאר מאכן א רעכטס און מען דארף ארים פארן מאנסי וואל די בילדערס האבן געבויעט אן א חשבון, ווי אזוי ווילסטו אז ער זאל נאך גיין שטימען ?

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך ינואר 23, 2019 1:40 pm

אלץ מאנסי געבוירענע, וועל איך אריינווארפן מיינע צוויי צענט.

כך הוא דרכו של עולם. שטעט פיקן אויף אין ווערן מער אין מער אנטוויקלט. קיין איין בילדער האט נאכניש געבויט א הויז וואס מענטשן ווילן נישט דארטן וואוינען. לייג נישט די שילד אויף זיי. עס איז קענטיג אז מענטשן, עכ"פ די וואס קויפן די הייזער, ווילען ענדערש וואוינען אין א ציקוועטשטע הויז אן קיין גראז, מיט אלע טרעפיק, אבי צו וואוינען אין צענטער.

עס איז דא פלענטי שטעטלעך וואס קוקן היינט אויס ווי מאנסי האט אויסגעזען פאר דרייסיג יאר צוריק (וואדרידזש, לינדען, מאנטיסעלאו, וכו' וכו'.) נאר וואס דען, מען וויל נישט אהין מופן ווייל עס פעלט באקוועמליכקייטן. די גראסערי איז נישט אזוי גרויס, נישטא קיין יודישע שיך סטאר, וכו' וכו'. איי העוו נוז פאר יו, דו באקוועמליכקייטן קומט מיטן עולם...

אני הקטן האט זיך טאקע ארויסגעצויגן צו איינע פון די געגענטער נאנט צו מאנסי ווי עס איז נאך דערווייל דא ביימער. כ'אף נאך איין טאג איין צו קעשן אויף מיין פראפערטי אויכעט...
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך ינואר 23, 2019 3:21 pm

נישט 100% גערעכט, אסאך קויפן וואס איז דא אויף די מארקעט, און וואלטן זיך געפרייט ווען ס'נישטא אזוי פיל טשיקען הייזער צו קויפן

דערנאך, למשל בויען אויף רוט 306, און מאכן דערפון א פארקינג גלאט, איז אמת אז די וויזשניצער האבן הנאה דערפון, אבער פולע אנדערע מאנסי איינוואוינער ליידען דערפון

און בויען אויף יוניען קאר. וויאלע ראוד, און פארקויפן נאר פאר 718'טס, איז א רשעות, ווייל א 718'טס געליטענער, וועט קויפן אין מאנסי וואס איז נאר דא, ווייל ס'איז אים נאך אלץ בעסער און באקוועמער פון וואס ער האט אין ברוקלין.
און דער מאנסיער איינוואוינער בלייבט אן א נארמאלע הויז, אן א נארמאלע שטאט, און מען וויל נאך ער זאל גיין וואוטאון, אז די בילדער'ס זאלן קענען ווייטער מאכן א חיים טובים אויף אונזער חשבון.
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:37 am

תגובהדורך שמואל שמעלקא » מיטוואך ינואר 23, 2019 3:33 pm

יעדער קען באשטיין אז מען זאל אראפ ווארפן די אלטע כאטקעס און בויען גרויסע הייזער, די שאלה איז נאר ווי אזוי די בויעסט מעגסט מאכן גענוג פארקינג פאר יעדעם און אויך לאזן א שטיקל גראז, און נעמען און חשבון ווי אזוי עס גייט אויסקלאפן אויך די טרעפיק.

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 838
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » מיטוואך ינואר 23, 2019 5:02 pm

שמו האט געשריבן:נישט 100% גערעכט, אסאך קויפן וואס איז דא אויף די מארקעט, און וואלטן זיך געפרייט ווען ס'נישטא אזוי פיל טשיקען הייזער צו קויפן

דערנאך, למשל בויען אויף רוט 306, און מאכן דערפון א פארקינג גלאט, איז אמת אז די וויזשניצער האבן הנאה דערפון, אבער פולע אנדערע מאנסי איינוואוינער ליידען דערפון

און בויען אויף יוניען קאר. וויאלע ראוד, און פארקויפן נאר פאר 718'טס, איז א רשעות, ווייל א 718'טס געליטענער, וועט קויפן אין מאנסי וואס איז נאר דא, ווייל ס'איז אים נאך אלץ בעסער און באקוועמער פון וואס ער האט אין ברוקלין.
און דער מאנסיער איינוואוינער בלייבט אן א נארמאלע הויז, אן א נארמאלע שטאט, און מען וויל נאך ער זאל גיין וואוטאון, אז די בילדער'ס זאלן קענען ווייטער מאכן א חיים טובים אויף אונזער חשבון.


האט איר אמאל פראבירט צו רופן די בילדער פון וויאלע
אין יוניאן , איך האב זיי גערופען פון א 845 נאמבער אין זיי האבן מיר אויפגעהויבן אין זיי האבן מיר גענפערט אלע שאלות וואס איך האב געוואלט וויסען.

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8363
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 23, 2019 6:01 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:איר פרעגט גוט, פארוואס די חברה זענען נאך אין ווילידזש האל?

ווייל ביי די וואלן קומען ארויף דא טאקע אויפן וועלטל איינער מיט אזא נוסח:
"שוין ווייטער וואלן, וואס איז מיט די טרעפיק וואס מען האט צוגעזאגט??? די עסקנים פארפירן דעם ציבור וכו' וכו' "
א צווייטער זאגט "עם, פאוועם וואוט מען? ס'וויכטיגע וואוטס? אהא. אקעי, כ'וועל שוין זען"
א דריטער ערקלערט אומצוויידייטיג "וואס איז אזוי שלעכט אזוי ווי ס'איז יעצט, איך האב ליב די פרייוועט הייזער און די נאטור"
א פערדער שרייט "נו, חילול השם! התגרות באומות!"
בעת א פיפטער געפינט זיך אויף די דעפענסיווע נאכן דערקלערן אז זיין טאטע האט אים אויסגעלערנט אז מען הייסט גיין וואוטן, גייט מען!.

די שלעכטע נייעס איז, אז ס'דא צופיל עדיטוד אין די קאמיוניטי ווען ס'קומט צו וואלן. נאך ארגערע נייעס איז, אז ס'זעהט נישט אויס אז ס'גייט זיך טוישן. דאס איז טרויעריג.


נאך א סיבה, ווייל אין עירמאנט איז דא מער גוים ווי להבדיל אידן.

למעשה איז געווען א אומנארמאלע טוירנאוט קעגן דעי.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » מיטוואך ינואר 23, 2019 7:03 pm

וואס גייט פאר אויף מאנסי בולאווארד?
האלבע גאס אפגעשפארט
פאליס

איינער מיט פרטים?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: New Jersey, איד_איד, בר דעת, בשבילי נברא, נאך פונדערהיים, נעכטיגן טאג און 52 געסט