נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מאנסי שטופער
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 12:40 am

תגובהדורך מאנסי שטופער » מיטוואך ינואר 02, 2019 3:49 pm

עעעענדליך צוגעהערט די וויי געשריי

23698.PNG
23698.PNG (611.69 KiB) געזעהן 1869 מאל

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מיטוואך ינואר 02, 2019 4:03 pm

יאפס, מיין קאמפיין וועגן די טרעפיק אין מאנסי האט אנגעהויבן ברענגען רעזולטאטן.

איך האף, און איך וויל גלייבן אז דאס מאל מיינען זיי עס אמת'דיג.

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך ינואר 02, 2019 4:09 pm

הרב פומפודותא, זיי האבן אן אימעיל פאר קאמענטארן, שיק זיי דיינע הצעות, און לייג עס אויך דא אויף אייוועלט, וועל מיר זעהן די פראגרעס

אוועטאר
מאנסי שטופער
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 12:40 am

תגובהדורך מאנסי שטופער » מיטוואך ינואר 02, 2019 4:16 pm

ס'צייט פאר א טשערעדי קאמפיין מיט א פעידזש פון 1 אין א פעידזש פון 13 אין שטייצעך א דעקל אויפן מאמענט מיט א בילד פון פומפדותא...

ווער טאקע שטייט דערונטער?
איז דא וואס צו טראכטן אז אין די קומענדיגע 5 יאר זאלן געזען ווערן פאקטישע רעזולטאטן?

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מיטוואך ינואר 02, 2019 6:08 pm

אזוי ווי די שטאט מאנסי איז פיל מיט שווערע לעכער איז כדי אז דער עולם אל רופן אן רחמנות קאמפלעינען
צוגעלייגטע
pothole fix.JPG
pothole fix.JPG (70.33 KiB) געזעהן 1698 מאל

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מיטוואך ינואר 02, 2019 6:23 pm

די מאסיווע לאך אויף Stephen האט שוין איינער אריין גערופען? שיעור נישט צופליקט מיין קאר.

אוועטאר
שקר
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm

תגובהדורך שקר » מיטוואך ינואר 02, 2019 7:25 pm

grendview ביי union איז יעדען טאג בערך 9:00am דא א טרעפיג וואס גייט בערך א מייל לאנג איך מיין מען זאל לייגען א all way stop sign

שמונה
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 10:38 pm

תגובהדורך שמונה » מיטוואך ינואר 02, 2019 8:01 pm

שקר האט געשריבן:grendview ביי union איז יעדען טאג בערך 9:00am דא א טרעפיג וואס גייט בערך א מייל לאנג איך מיין מען זאל לייגען א all way stop sign

פין דעם טאר מען נישט רעדן ווייל דעמאלטס וועט מען זעם אז בויען איז נישט דער פראבלעם מיט טרעפיק, פראבירט צי קומען 306 פין פאמאנע צי מאנסי, פארשעי רד נאכען אריין לייגען מיליאנען צי יניאן רד ווען די פאבליק סקול פוקעט אויף אזוי ווי מען קען זמן חגא ווען עס איז נישט דא קיין סקןל נאר מען קען אבער נישט באשילדיגען די בילדער און עסקנים

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך ינואר 02, 2019 8:10 pm

איך האב נישט פארשטאנען קיין איין ווארט וואס דו האסט געליינט דארט, (קרעדיט מגילת אסתר מיט געזאנג)

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » מיטוואך ינואר 02, 2019 8:14 pm

מאנסי שטופער האט געשריבן:עעעענדליך צוגעהערט די וויי געשריי

23698.PNG

ווען איז נאר די נעקסטע עלעקשינס? אה! דאס יאר...
ערשטע 2019 עלעקשענס קאמפיין עד...
ווער געדענקט פאר די פאריגע עלעקשינס אפאר אלטע חברה זענען געזעצן ביי די קארנערס מיט קליפ-באורדס?
סארי, כ'האב פארלוירן יעדע טראפ טראסט אין אונזערע געטרייע עסקנים!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1556
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך ינואר 02, 2019 8:14 pm

דממה דקה האט געשריבן:איך האב נישט פארשטאנען קיין איין ווארט וואס דו האסט געליינט דארט, (קרעדיט מגילת אסתר מיט געזאנג)

די ביסט עלטער פון פיפציג? איך שטעל מיך פאר די האסט נאך אן AOL אימעיל אקאונט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מיטוואך ינואר 02, 2019 9:08 pm

:smile:
משהלע האט געשריבן:די מאסיווע לאך אויף Stephen האט שוין איינער אריין גערופען? שיעור נישט צופליקט מיין קאר.

גאנץ Stephens איז איין גרויסע לאך. איך מיין עס וועט זיין גרינגער צו אראפקראצן די פאר שפיצן אין בערגלעך וואס שטעקן זיך נאך ארויס.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מיטוואך ינואר 02, 2019 9:16 pm

רעמעפאו אז מען רופט זיי, אדער אז מען שיקט א טוויטער צו ramapo_pothole@ פארעכטן זיי די פאט האול.

די פראבלעם איז מיט ספרינג וואלי, עס איז נישט דא צו וועם צו רעדן.
ווער עס ווייסט וואו אזוי מען קען זיי ריטשען זאל ביטע שרייבן דא.

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

טרעפיק מאנסי #1

תגובהדורך פומפדותא » מיטוואך ינואר 02, 2019 11:48 pm

אזוי ווי איינע פון די חשובע ניקים האט פארגעשלאגן אז מען זאל דא שרייבן געדאנקען וואו אזוי צו פארבעסערן די טרעפיק אין מאנסי, און דערנאך שיקן די געדאנקען צו די טאון, וועל איך פרובירן אביסל ארויסברענגען דא מיינע געדאנקען (עצה טובה, דער עולם זאל שיקן אימעילס צו די טאון אזוי וועלן זיי זעהן אז דאס איז וויכטיגע טאפיק ביים ציבור).

אנשטאט שרייבן איין גרויסע ארטיקל וועל איך עס צוטיילן אין קלענערע תגובות (און פארשטייט זיך, אז אלס מער דער עולם וועט פארלאנגען וועל איך שרייבן מער).

קודם א הקדמה.
צו ריכטיג פארשטיין צו טרעפיק אין אלגעמיין, ובפרט די מאנסי טרעפיק פראבלעם, דארפן מען אנקוקען טרעפיק אזוי ווי וואסער פלוס, וואסער רינט דארט ווי עס איז די גרינגסטע, לדוגמא איינער וועט פרובירן אפשטעלן די פלוס פון א לויפענדיגע טייכל וואס גייט געשעהן? די וואסער וועט טרעפן א פלאץ ווי צו לויפן.

לעניינו: די פראבלעם מיט מאנסי איז, אז די הויפט גאסן זענען אנגעלייגט, און די וואסער עפעקט געשעהט, דער עולם הייבט אן צו ניצן די אינטערגעסלעך זיך ארויס צו דרייען פון די טרעפיק, געשעהט יעצט צוויי זאכן, די קלענער געסלעך ווערן אנגעלייגט (צומאל מיט אנגעצויגענע דרייווערס), די אינטערסעקשאנס ווי די גרעסער געסלעך מיט די קלענערע געסלעך קומען זיך צוזאם ווערט אן אנלייגעניש.

אוועטאר
שקר
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm

תגובהדורך שקר » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 12:01 am

שמונה האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:grendview ביי union איז יעדען טאג בערך 9:00am דא א טרעפיג וואס גייט בערך א מייל לאנג איך מיין מען זאל לייגען א all way stop sign

פין דעם טאר מען נישט רעדן ווייל דעמאלטס וועט מען זעם אז בויען איז נישט דער פראבלעם מיט טרעפיק, פראבירט צי קומען 306 פין פאמאנע צי מאנסי, פארשעי רד נאכען אריין לייגען מיליאנען צי יניאן רד ווען די פאבליק סקול פוקעט אויף אזוי ווי מען קען זמן חגא ווען עס איז נישט דא קיין סקןל נאר מען קען אבער נישט באשילדיגען די בילדער און עסקנים

זאג מיר די האסטו איבער געקיקט דיין תגובה פאר די האסט עס ארויס געשיקט וואל עס זעט אויס אז נישט אפשר איז דאס ארמיש?!

אוועטאר
בינען זאפט
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 02, 2019 4:51 pm

תגובהדורך בינען זאפט » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 12:06 am

שמונה האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:grendview ביי union איז יעדען טאג בערך 9:00am דא א טרעפיג וואס גייט בערך א מייל לאנג איך מיין מען זאל לייגען א all way stop sign

פין דעם טאר מען נישט רעדן ווייל דעמאלטס וועט מען זעם אז בויען איז נישט דער פראבלעם מיט טרעפיק, פראבירט צי קומען 306 פין פאמאנע צי מאנסי, פארשעי רד נאכען אריין לייגען מיליאנען צי יניאן רד ווען די פאבליק סקול פוקעט אויף אזוי ווי מען קען זמן חגא ווען עס איז נישט דא קיין סקןל נאר מען קען אבער נישט באשילדיגען די בילדער און עסקנים

עס זעט אויס אז א מאז האט דורך געלאפען דיין קיבארט אין עס האט זיך געשריבען ווערטער און דאס האט איר ארויס געשיקט :lol: :lol: :lol: :lol:

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1907
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

מאנסי טרעפיק

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 12:17 am

@פומפדותא אפשר א עקסטרע אשכול פאר טרעפיק אין לאזן דעס פאר נייעס ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 12:21 am

שקר האט געשריבן:
שמונה האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:grendview ביי union איז יעדען טאג בערך 9:00am דא א טרעפיג וואס גייט בערך א מייל לאנג איך מיין מען זאל לייגען א all way stop sign

פון דעים טאר מען נישט רעדן ווייל דעמאלטס וועט מען זעהן אז בויען איז נישט דער פראבלעם מיט טרעפיק,

פראבירט נאר צו קומען אויף 306 פון פאמאנע צו מאנסי, אדער אויף פארשעי רד. נאכען אריין לייגען מיליאנען, צו אויף יוניאן רד. ווען די פאבליק סקול פיקט אויף אזוי ווי מען קען זעהן חגא ווען עס איז נישט דא קיין סקול.
נאר מען קען אבער נישט באשולדיגען די בילדער און די עסקנים

זאג מיר דו האסט איבער געקוקט דיין תגובה פאר דו האסט עס ארויס געשיקט ווייל עס זעהט אויס אז נישט, אפשר איז דאס אראמיש?!

כ'האב פרובירט צו פארשטיין וואס שמונה זאגט...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
בינען זאפט
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 02, 2019 4:51 pm

תגובהדורך בינען זאפט » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 12:29 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:
שמונה האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:grendview ביי union איז יעדען טאג בערך 9:00am דא א טרעפיג וואס גייט בערך א מייל לאנג איך מיין מען זאל לייגען א all way stop sign

פון דעים טאר מען נישט רעדן ווייל דעמאלטס וועט מען זעהן אז בויען איז נישט דער פראבלעם מיט טרעפיק,

פראבירט נאר צו קומען אויף 306 פון פאמאנע צו מאנסי, אדער אויף פארשעי רד. נאכען אריין לייגען מיליאנען, צו אויף יוניאן רד. ווען די פאבליק סקול פיקט אויף אזוי ווי מען קען זעהן חגא ווען עס איז נישט דא קיין סקול.
נאר מען קען אבער נישט באשולדיגען די בילדער און די עסקנים

זאג מיר דו האסט איבער געקוקט דיין תגובה פאר דו האסט עס ארויס געשיקט ווייל עס זעהט אויס אז נישט, אפשר איז דאס אראמיש?!

כ'האב פרובירט צו פארשטיין וואס שמונה זאגט...

נא האסט פארשטאנען איז זיי מסביר

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 3:17 am

maybeeynot האט געשריבן:@פומפדותא אפשר א עקסטרע אשכול פאר טרעפיק אין לאזן דעס פאר נייעס ?

אזא אשכול געפונט זיך אט דא
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
הבעש''ט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל - היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 10:00 pm

Capture.PNG
Capture.PNG (176.8 KiB) געזעהן 976 מאל

אוועטאר
הבעש''ט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל - היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » פרייטאג ינואר 04, 2019 8:28 am

Capture.PNG
Capture.PNG (441.63 KiB) געזעהן 738 מאל

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » פרייטאג ינואר 04, 2019 8:44 am

פומפדותא האט געשריבן:רעמעפאו אז מען רופט זיי, אדער אז מען שיקט א טוויטער צו ramapo_pothole@ פארעכטן זיי די פאט האול.

די פראבלעם איז מיט ספרינג וואלי, עס איז נישט דא צו וועם צו רעדן.
ווער עס ווייסט וואו אזוי מען קען זיי ריטשען זאל ביטע שרייבן דא.


Spring valley village
http://villagespringvalley.org
8455735874
9N Main St, Spring Valley, NY 10977

נישטא קיין אימעיל. ביטע רופן און בעטן צו פאררעכטן.

אוועטאר
בריוועלע
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:34 am

מאנסי דירות

תגובהדורך בריוועלע » דינסטאג ינואר 08, 2019 4:10 pm

אינטערעסאנט אז קיינער רעדט נישט איבער די מצב אין מאנסי וועגן קויפן דירות, אז לעת עתה שטייען זייער אסאך דירות ליידיג, אן קיין קאסטומער.
דער עולם טענה'עט אז די סיבה דערפון איז נישט די הויכע פרייזן, נאר וויבאלד די מוסדות נעמען נישט אריין פרישע תלמידים, ממילא מופן ווייניגער מענטשען ארויס פון שטאט.
טייערע חברים תושבי מאנסי קומט אריין און לאזט הערן אייער מיינונג אין די נושא.
אוי בריוועלע, אוי בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו,
(קרעדיט: מוטי שטיינמעץ)

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » דינסטאג ינואר 08, 2019 8:13 pm

איז אפשר זאלן זיי ארויסדינגען די ליידיגע דירות?

שוין עטליכע וואכן וואס איך זוך צו דינגן א לייטישע 4-5 בעדרום דירה און די מארקעט איז טויט שטיל. די זעלבע 3 נישט אינטערעסאנטע/אווערפרייסד דירות זענען עדווערטייזט און גארנישט מער.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אהרן הלוי, אשר נחום, גיט, הרב_שלום, ווייס פרעזידענט, כאפצעם, לעמאן סאדע, משמש, פינחס, קהל עדתינו, ר' יום טוב און 89 געסט