נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 7:51 pm

שמו האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:9 מוסדות אין מאנסי זענען באשטראפט געווארן דארך די ראקלענד העלט דיפארטמענט צו א סכה"כ פון $70,000, פאר'ן נישט איבערגעבן די מיסעלס וואקסינאציע רעקארדס (און א היים שוקן די קינדער).

די מוסדות זענען:
תלמוד תורה פאפא $6,950
ישיבה אור תורה $6,950
בני יעקב יוסף $6,950
ת"ת ובית חינוך אביר יעקב $5,950
בית חינוך בית חנה מלכה $5,950
בית חינוך צאן יוסף פאפא $6,950
בית חינוך עטרת בנות $24,750
The Skill Building Center $5,750

די יעצטיגע קנס איז וואס מען האט שוין אראפ געהאנדלט, ווייל די ארגינעלע קנס פאר'ן נישט פאלגן די העלט דיפארטמענט איז $40,750 אדער $2,000 פער טאג.


איך האף אז די עלטערן וואס געבן נישט קיין וואקסין, אבער קאלן די מוסד שרייען היתכן מען שיקט אהיים זייערע קינדער זאלן כאטש זעהן די שאדן וואס זיי האבן געמאכט.

רשעים ארורים די 'ראקלענד העלט דיפארטמענט', און ליידער מהרסייך ומחרבייך ממך יצאו.
זאל דער רבוש"ע העלפן, ווייל א גלות צווישן אידישע ברודער איז דאס ארגסטע


רשעים פאר'ן נאכגעבן פאר א קלענערע קנס און נישט געבן נאך א העכערע קנס?!

אוועטאר
Borough Park
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

תגובהדורך Borough Park » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 8:06 pm

שמו האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:פארוואס רשעים? איז שוין דא א גאנצע אשכול פאר דעם.

דער עולם? וואס וואקסינירט נישט, ווייל זיי ווילן נישט בידיים שטעלן זייערע קינדער אין א סכנה,
און מיזעלס וואס איז בכלל נישט קיין סכנה, זאל מען זיי רודפ'ן סתם ווייל אפאר רשעים ווילן ווייזן פאר די שטאט טאטע'ס אז זיי זענען פופסטליכער פון דעם פופסט

לוט דעם געזעץ נאמבער 2164 (טייל 7 און B) קען מען נישט אהיים שיקן קינדער פון חדר!!!

און די וואס זענען גורם מ'זאל אהיים שיקן זענען רשעים!!!

וואס יא, די מנהלי המוסדות וואלטן געדארפט איבער געבן די מיסעלס וואקסינאציע רעקארדס, אדער די רעליגדזשעס עקזעמפשע"ן. אבער אהיים שיקן, איז קעגן דאס געזעץ.


קען זיין אז אהיימשיקן איז קעגן די געזעץ מיט אלע אנדערע זאכן.האועווער א מענטש וואס עקשנט זיך אז זיין אייגענע קינדער׳ס מוסד זאל זיך לאזן ארויסרייסן 2,000 א טאג במזיד אן דירעקטע קאמפענסעישן און אן זיי קאאפעראציע פון די עלטערן און הקדש געלט נאכדערצו איז בפשטות א רשע מרושע און זאל זיך גיין עפענען אן אייגענע מוסד און קיינער איז נישט מחויב צו האלטן זיינע קינדער.
עס קען אפשר אפילו אריינגיין בדין מוסר ממון במזיד

ווער רעדט פון געלט
ווען דער מוסד געבט איבער דעם רעליגדזשעס עקזעמפשע"ן קען זיי די העלט דיפארטמענט נישט קנס'ענען.

מ׳קען מיינען אז די מוסדות זענען געוועהן אזוי העפי צי צאלן די קנס אז די קומסט זאגן ווי אזוי זיי וואלטן נישט געדארפט צאלן איך גלייב אז זיי האבן זיך דורך גערעדט מיט לויערס
איך בין pro shots

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 8:37 pm

עס איז מיר לעצטענס אויסגעקומען איינצוקויפן אין ראקלענד קאושער און אין עווערגרין און ביידע פון זיי האבן נישט קיין קאווע צו קויפן

איינער ווייסט פארוואס מען קען נישט קויפן א פשוטע קאווע אין די צוויי געשעפטן

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 8:39 pm

ראקלענד פלעגט האבן א קאפי מאשין ביים סוף פון די בעקערי אייל (מעגליך עס איז מער נישט דא)

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 8:44 pm

מצב כללי האט געשריבן:עס איז מיר לעצטענס אויסגעקומען איינצוקויפן אין ראקלענד קאושער און אין עווערגרין און ביידע פון זיי האבן נישט קיין קאווע צו קויפן

איינער ווייסט פארוואס מען קען נישט קויפן א פשוטע קאווע אין די צוויי געשעפטן

ווייל ביידע געשעפטן האבן מילכיגע טעיק אוטס אויפן פלאץ ווי מען קען קויפן אלע סארטן קאוועס.

ביי ראקלענד איז דא R-cafe
ביי עווערגרין איז דא Hava Java (און אפשר אויך ביי שעליס פיצא )
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 8:50 pm

דאס ווייס איך אבער אזא טאג ווי היינט ווען האוא דזשאווע שטייט מען אין לאנגע ליניעס צו קויפן און באצאלן אויב דארף איך א פשוטע קאווע דארף איך פארברענגען צען מינוט צו באצאלן

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 9:08 pm

פומפדותא האט געשריבן:פאר בערך א חודש צוריק האב איך דא נאכגעברענגט אז די טאון פלאנט צו העכערן פראפערטי טעקס מיט נאר 0.77%

ווי עס שטעלט זיך אבער ארויס האט מען אפדעיטעד די בוזשעט און מען גייט העכערן טעקס מיט 1.59% (מער ווי דאפאלט ווי ארגינעל געזאגט)

ווי עס קוקט אויס גייט מען טיילן מוציא'ס פאר אלע טאון איינגעשטעלע.

סופערווייזער $20,000 וועיזש העכערונג
הייוועי סופעראינטעדענט $16,000
פיינענס דירעקטאר $16,000
די סופערווייזערס געהילף $10,000
טעקס אסעסאר $9,000
$17,000-20,000 דאלער העכערונג פאר די טאון באורד
די לויער פון די טאון גייט מען טוישן פון פארט-טיים צו פול-טיים, א העכרערונג פון כמעט 100,000 (99,488)

אזוי אויך גייט מען צו לייגן צוויי פאזיציעס א "ליטער קאנטראול דירעקטאר" אויף א וועיזש פון 100,00, און א דעפיוטי פאר $80,000 (ווי עס קוקט אויס ווייסן זיי שוין ווער עס גייט באקומען די דירעקטאר פאזיציע, ווייל די סופערווייזער האט געזאגט אז ער גייט רעדן אידיש, פון דעסט וועגן וויל איך לאזן וויסן אז איך בין עוועיליבעל צו אנפילן די פאזיציע און איך רעד אויך אידיש.... )


צוויי וואכן צוריק האב איך דא געברענגט א פאוסטער פון די פאר יעריגע טאון עלעקשאנס, דארט האט מען אונז צוגעזאגט אז די קומענדיגע צוויי יאר גייט מען נידערן די טאון טעקס מיט 13%.

נישט צום גלויבן מיר האלטן א יאר שפעטער און די זעלבע טאון בארד וואס האט אונז דאס צוגעזאגט האט געהעכערט טעקס, און זיי האבן זיך אליין אויך געגעבן רעיזעס פון קרוב צו $20,000, און פארגעס נישט זיי פארדינען יעצט בערך $50,000 פאר זייער פאר טיים ארבעט פון זיצן א פאר שעה ביינאכט און וואוטען אויף בילס, וכדי בזיון...

נאכמער: נאך א פרידעם אינפארמעישאן ריקוועסט שטעלט זיך ארויס אז די הויכע פאזיציעס אינערהאלב די טאון האבן חוץ זייער רעיז אויך באקומען איבער 70 טעג paid time off.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1670
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 9:34 pm

שמו האט געשריבן:פארוואס רשעים? איז שוין דא א גאנצע אשכול פאר דעם.

דער עולם? וואס וואקסינירט נישט, ווייל זיי ווילן נישט בידיים שטעלן זייערע קינדער אין א סכנה,
[color=#FF0000]אמת. אבער זיי זענען wrong און misinformed. און זיי שטעלן אלע אנדערע קינדער אריין אין א סכנה.[/color]
און מיזעלס וואס איז בכלל נישט קיין סכנה, זאל מען זיי רודפ'ן סתם ווייל אפאר רשעים ווילן ווייזן פאר די שטאט טאטע'ס אז זיי זענען פופסטליכער פון דעם פופסט
מיזעלס איז יא א סכנה. א גרויסע סכנה.

לוט דעם געזעץ נאמבער 2164 (טייל 7 און B) קען מען נישט אהיים שיקן קינדער פון חדר!!!

און די וואס זענען גורם מ'זאל אהיים שיקן זענען רשעים!!!
די וואס זענען גורם זענען די עלטערן אליינס!

וואס יא, די מנהלי המוסדות וואלטן געדארפט איבער געבן די מיסעלס וואקסינאציע רעקארדס, אדער די רעליגדזשעס עקזעמפשע"ן. אבער אהיים שיקן, איז קעגן דאס געזעץ.

זיי האבן געטוהן וואס זיי האבן געקענט. איך קען מענטשען אין די מוסדות וואס זענען גרויסע אנטי וואקסין חברה. זיי האבן נישט אהיימגעשיקט ווייל זיי האבן געוואלט סתם אזוי.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 10:16 pm

שמו האט געשריבן:פארוואס רשעים? איז שוין דא א גאנצע אשכול פאר דעם.

דער עולם? וואס וואקסינירט נישט, ווייל זיי ווילן נישט בידיים שטעלן זייערע קינדער אין א סכנה,
און מיזעלס וואס איז בכלל נישט קיין סכנה, זאל מען זיי רודפ'ן סתם ווייל אפאר רשעים ווילן ווייזן פאר די שטאט טאטע'ס אז זיי זענען פופסטליכער פון דעם פופסט

לוט דעם געזעץ נאמבער 2164 (טייל 7 און B) קען מען נישט אהיים שיקן קינדער פון חדר!!!

און די וואס זענען גורם מ'זאל אהיים שיקן זענען רשעים!!!

וואס יא, די מנהלי המוסדות וואלטן געדארפט איבער געבן די מיסעלס וואקסינאציע רעקארדס, אדער די רעליגדזשעס עקזעמפשע"ן. אבער אהיים שיקן, איז קעגן דאס געזעץ.

דאס איז אויך א חלק פון די פולע לגיונות? איר קענט אנווייזן וועלכע ווערטער איז דאס בגימטריא?

7. a. No principal, teacher, owner or person in charge of a school shall permit any child to be admitted to such school, or to attend such school, in excess of fourteen days, without the certificate provided for in subdivision five of this section or some other acceptable evidence of the child's immunization against poliomyelitis, mumps, measles, diphtheria, rubella, hepatitis B, varicella and, where applicable, Haemophilus influenza type b(Hib); provided, however, such fourteen day period may be extended to not more than thirty days for an individual student by the appropriate principal, teacher, owner or other person in charge where such student is transferring from out-of-state or from another country an can show a good faith effort to get the necessary certification or other evidence of immunization.

b. A parent, a guardian or any other person in parental relationship to a child denied school entrance or attendance may appeal by petition to the commissioner of education in accordance with the provisions of section three hundred ten of the education law.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5555
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 10:46 am

א שטיק היסטאריע פארשוואונדן פון די אמאליגע מאנסי....

דאס גערער שטיבל אויף 38 N Saddle River Rd, וואו הגאון רבי יעקב קמניצקי זצ"ל האט געוואוינט די לעצטע 18 יאר לימי חייו, ווערט יעצט איינגעווארפן

20181226_093047.jpg
20181226_093047.jpg (501.81 KiB) געזעהן 1062 מאל

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2558
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 5:06 pm

איך ווייס נישט וואס די געזעץ פון רעלידזשעס עקזעמפשן פונקטליך וואס דער מוסד דארף טון אבער אזויפיל וואס איך האב געהערט דירעקט פון איינעם פון די איינגעשטעלטע אינעם מוסד עז פאללאוס:
1) ווילאנג עס איז דא איין אוטברעיק טאר נישט די מוסד אננעען קיי שום אומוואקסינירט קינד. פעריאד.
2) די מוסדות האבן באקומען צעטליך אז עס איז דא אן אוטברעיק.
3) מענטשן האבן פארפירט און די מוסדןת האבן באקומען פעסטע קנסות
4) 31 פאר עלטערן אין פאפא מאנסי האט מען געדארפס אראפרופן ווייל זייערע עקזעמפשנס זענען בכלל נישט געווען מסודר.

אויף וועמענס אחריות איז דאס וואס דער מוסד האט באקומען א קנס ?
אויף וועמענס אחריות איז דאס וואס דער מוסד גייט יעצט קלאר ווערן שטרענגער געמאניטערד ?
אויף וועמענס אחריות ליגט אז די עקזעמשנס (איף עני) זאלן זיין געהעריג מסודר?
די מוסדות דארפן בכלל נישט ביזי זיין מיט די אלע זאכן בכלל. זייערע גיידלייס איז ברענג מיר א וואקסינעשן אדער עפען דיר אליינס.
ווילסט אן עקזעמשן ? ליגעל שמיגעל. א מוסד איז נישט דיין לאיער און נישט דיין רעפ. ביים העלט דעפט. און דארף גארנישט שיקן. די גיי צום העלט דעפט., סערטיפיי דיינע עקזעמפשנס , און נאכדעם שרייב איין דיין קינד.
וויפיל יאר ווארענען שוין די מוסדות דערוועגן?
האסט א אישו ? פייט איט אוט אן יאור און.
אין וומ׳׳ס זענען זיי פאריגע וואך געקומען אין א מוסד נאכדע וואס די פארפירערס האבן ווייטער געשיקט ווייל די הנהלה האט זיך נישט געוואלט איינרייסן געזאגט פאר די דרייווערס די פיק נישט אויף אבער אז דער קינד קומט ארויף אליינס איז עס נישט דיין ביזנעס.
צו מזל ווייסן דאך נישט די אינספעקטארס הא איז הא און עטליכע קידער האבן געפעלט איז עס נישט געווארן א אישו.
אויף וועמענס אחריות ?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 6:34 pm

שמו האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:פארוואס האט מען אין פאפא מאנסי אראפגערופן אין מוסד איין און דרייסיג פאר עלטערן ? ווייל זיי האבן געהאט די רעלידזשעס עקזעמפשן נאר די מוסד האט על דעת עצמם נישט איבערגעגבן?
והשנית די מוסד האט באקומען א צעטל אז אנדער נאו סירקומסטעסעס פאר איין און צוואנציג טעג טארן זיי נישט אריינלאזן די קינדער אן א שום חילוק וועלכע עקזעמשן מען נוצט.
ווי קומט דא דער גאנצער עקזעמפשן ויכוח אריין ?

let these parents pay up or have them open a private mossad

דאס איז קעגן עם געזעץ (איך פארלאנג נישט דער מוסד זאל זיך שלאגן מיטן געזעץ, איך האב אויך געהאלטן מיינע קינדער אין שטוב פאר 21 טעג).
אבער דער געזעץ איז נאר אויב ס'דא 3 באטרעפנדע, און ס'דא מער פון 30% (דאכט זיך מיר דאס איז דער נאמבער) אומ'וואקסענירט, דעמאלט'ס דארף מען אהיים שיקן.


די מוסדות איז נישט דיין אדוואקאט און דארף נישט פארטרעטן ענקערע אנשויאונגען. (פיריעד!)

מ'טענה'ט אהער מיט אהין יא סכנה נישט סכנה, ס'נישט קיין נפק"מ. די אנטי-וואקסינער'ס זענען סייווי אנריזענעבל מענטשן, א פאקט וואס איז 100% פראצענט באשטעטיגט און נישט קיין נפק"מ די פאקטן יעצט. די מוסדות'ן דארפן נישט פארטרעטן די משוגעים פון שטאט און זיך פארענטפערן פאר די מדינה הטמאה שר"י!
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2558
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 7:08 pm

איך ווארט נאך אז שמו זאל נאך זאגן ווי דער געזעץ זאגט אז א מוסד מוז אננעמען קינדער וואס ברענגן עקזעמפשנס!!!!!!

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1357
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 7:57 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:איך ווארט נאך אז שמו זאל נאך זאגן ווי דער געזעץ זאגט אז א מוסד מוז אננעמען קינדער וואס ברענגן עקזעמפשנס!!!!!!

זיי טארן לכאורה נישט דיסקרימינירן מענטשן מיט רעליגיעזע אנשויאונגען.

איש לרעהו
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 11, 2018 8:24 pm

אומגלויבלעך

תגובהדורך איש לרעהו » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 8:01 pm

הער איך יעצט אז ס'קומט ארויף 15 condominium אויף mapel ave cor Suzanne און דער אראנגאנג וועט זיין פון Suzanne !!!!!!!! אז עס נישט געוועין טרעפיק ביז יעצט....

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 8:03 pm

איש לרעהו האט געשריבן:הער איך יעצט אז ס'קומט ארויף 15 condominium אויף mapel ave cor Suzanne און דער אראנגאנג וועט זיין פון Suzanne !!!!!!!! אז עס נישט געוועין טרעפיק ביז יעצט....

ווי איז דא פלאץ דארטן?
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

איש לרעהו
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 11, 2018 8:24 pm

תגובהדורך איש לרעהו » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 8:15 pm

צווישן suzanne און 'סאטמער ישיבה' (חרדים)

אוועטאר
מאנסי שטופער
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 12:40 am

תגובהדורך מאנסי שטופער » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 8:32 pm

איש לרעהו האט געשריבן:הער איך יעצט אז ס'קומט ארויף 15 condominium אויף mapel ave cor Suzanne און דער אראנגאנג וועט זיין פון Suzanne !!!!!!!! אז עס נישט געוועין טרעפיק ביז יעצט....

וואס איז שוין? היינט אין מאנסי איז דאס נישט קיין גרויסע עסק... די שיינע געביידע אויף פארק קארנער מעיפל האט געמאכט טרעפיק?
נישט דא איז די לאך... ווילאנג דער עולם גייט שטימען בלינדערהייט פאר די בילדער אינדראסירטע קאנידאטן קען מען קיין טענות נישט האבן.
ס'איז אמת אז די ווינקל פון סוזזען ביי מעיפל דארף א תיקון גדול אבער נישט די 15 דירה'לעך גייט עס ערגער מאכן (ווייל ס'איז שוין סייווי די ערגסטע וואס שייך...)

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 8:48 pm

@מאנסי שטיפער די מצב פון די טרעפיק איז אומעדערטרעגליך, אבער אונז זעמער אלע אין פאר סופרייזעס, ווייל איעדע פארבייענדיגע טאג ווערט די טרעפיק ערגער.

(באמת וואס דארף מען זיין באזארגט? מען האט צוגעזאגט ביי די וואלן אז מען גייט פאריכטן די טרעפיק. .... שלאף רואיג ביז די קומענדיגע וואלן, דעמאלטס וועט מען אונז נאך אמאל צוזאגן....)

KMW
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

תגובהדורך KMW » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 9:01 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:איך ווארט נאך אז שמו זאל נאך זאגן ווי דער געזעץ זאגט אז א מוסד מוז אננעמען קינדער וואס ברענגן עקזעמפשנס!!!!!!



אין NYS איז יא געזעצליך דא א Religious exemption http://public.leginfo.state.ny.us/lawssrch.cgi?NVLWO: (גיי צו PBH דערנאך צו Title 6 וואס איז אוטער Article 21 דערנאך 2164 נומער 9)


Copy paste from the above

9. This section shall not apply to children whose parent, parents, or
guardian hold genuine and sincere religious beliefs which are contrary
to the practices herein required, and no certificate shall be required
as a prerequisite to such children being admitted or received into

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1670
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 9:09 pm

מאנסי שטופער האט געשריבן:
איש לרעהו האט געשריבן:הער איך יעצט אז ס'קומט ארויף 15 condominium אויף mapel ave cor Suzanne און דער אראנגאנג וועט זיין פון Suzanne !!!!!!!! אז עס נישט געוועין טרעפיק ביז יעצט....

וואס איז שוין? היינט אין מאנסי איז דאס נישט קיין גרויסע עסק... די שיינע געביידע אויף פארק קארנער מעיפל האט געמאכט טרעפיק?
נישט דא איז די לאך... ווילאנג דער עולם גייט שטימען בלינדערהייט פאר די בילדער אינדראסירטע קאנידאטן קען מען קיין טענות נישט האבן.
ס'איז אמת אז די ווינקל פון סוזזען ביי מעיפל דארף א תיקון גדול אבער נישט די 15 דירה'לעך גייט עס ערגער מאכן (ווייל ס'איז שוין סייווי די ערגסטע וואס שייך...)

ביזט גערעכט. עס גייט עס בעסער מאכן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 10:26 pm

איש לרעהו האט געשריבן:הער איך יעצט אז ס'קומט ארויף 15 condominium אויף mapel ave cor Suzanne און דער אראנגאנג וועט זיין פון Suzanne !!!!!!!! אז עס נישט געוועין טרעפיק ביז יעצט....

איך זעה נישט ווי אויף סוזען זיי קענען מאכן אן אריינגאנג.
חוץ טאמער דער הויז ביי דער קארנער (פון ווי עס בעקן אלס ארויס קארס, איינער ווייסט וואס דארט איז? ) איז א חלק פונעם פראיעקט.
צוגעלייגטע
Screenshot_2018-12-26-22-19-05.jpg
Screenshot_2018-12-26-22-19-05.jpg (293.31 KiB) געזעהן 497 מאל
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

איש לרעהו
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 11, 2018 8:24 pm

תגובהדורך איש לרעהו » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 10:37 pm

דער הויז ביי דערנף קארנער גייט אראפ!

15 condominium ליגאל, מיינט בערך 25 units, נאר צו טראכטן אז דער school באסעס יעדן צופרי, גייען סטאפן אויף סוזען....

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 10:44 pm

פעטער שמואל האט געשריבן:
איש לרעהו האט געשריבן:הער איך יעצט אז ס'קומט ארויף 15 condominium אויף mapel ave cor Suzanne און דער אראנגאנג וועט זיין פון Suzanne !!!!!!!! אז עס נישט געוועין טרעפיק ביז יעצט....

איך זעה נישט ווי אויף סוזען זיי קענען מאכן אן אריינגאנג.
חוץ טאמער דער הויז ביי דער קארנער (פון ווי עס בעקן אלס ארויס קארס, איינער ווייסט וואס דארט איז? ) איז א חלק פונעם פראיעקט.

קארס? טרעילערס...
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

Waukesha
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha, Wisconsin

תגובהדורך Waukesha » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 10:59 pm

KMW האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:איך ווארט נאך אז שמו זאל נאך זאגן ווי דער געזעץ זאגט אז א מוסד מוז אננעמען קינדער וואס ברענגן עקזעמפשנס!!!!!!



אין NYS איז יא געזעצליך דא א Religious exemption http://public.leginfo.state.ny.us/lawssrch.cgi?NVLWO: (גיי צו PBH דערנאך צו Title 6 וואס איז אוטער Article 21 דערנאך 2164 נומער 9)


Copy paste from the above

9. This section shall not apply to children whose parent, parents, or
guardian hold genuine and sincere religious beliefs which are contrary
to the practices herein required, and no certificate shall be required
as a prerequisite to such children being admitted or received into


צווי נקודות, איינס בין איך נישט זיכער צו דאס גייט אן בשעת אן אוטברעיק צוויי שטייט נישט אז מ'מוז, שטייט אז מ'מעג.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Chairlift, Max Refund, Organic, yeah, א מוח, בעל דמיון, גאלדגרוב, טווערסקי, מי יודע, פארקלאצט, פרעג נישט און 65 געסט