נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » זונטאג דעצמבער 23, 2018 4:21 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:די קאמפיין איז לכאורה פאר א קאמפאני/סערוויס וואס ארבעט שפעט/24 שעה, אדער פאר א ארגענעזאציע וואס שלאפט נישט.

באט הו קערס, מיר תושבי מאנסי וועלן זיך נישט וויסנדיג מאכן אדער אפילו קוק טוהן אויף אזוינע צעטלעך, ווייל עפעס א גראפיקער רעדט זיך איין אז איך וועל נישט קענען שלאפן פאר נייגער קלעבט ער מיר אן די גאנצע שטאט, איך שלאף ווייטער רואיג...


ראונד 1 האט דער גראפיקער געווינען מיט א נאוק-אוט, דו האסט שוין פעסט געקיקט דערויף, דו האסט שוין אפילו א מיינוג, און ביסט נייגעריק וואס די קאמפיין איז.

עמער ווארטען אויף ראונד 2


;l;p-
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » זונטאג דעצמבער 23, 2018 5:14 pm

אלע גראפיקערס זענען זיך געקומען אן-נעמען פאר זייער קאלעגע...

אזוי ווי איך האב ענק אלע דא, איז לאמיך ענק מסביר זיין.
יעדע שטיק צייט טוישט זיך די מארקעטינג טאקטיקן, פאר בערך 15 יאר צוריק האט א קאמפיין וואס מאכט נייגעריג גע'ארבעט פאר The Buzz און זינט דענסמאל האט מען עס איבערגעקייט עד שיצא מ..., באמת איז דאס זייער א נארישע וועג פון עדווערטייזמענט די פראבלעם איז אז די טפשות איז איינמאל געלונגען, און כך דרכו של עולם אז אויב עפעס געלונגט, קייט מען עס איבער ביז עס איבעלט שוין...

יעצט לאמיר אלע צוזאמען זינגען: רחם, רחם נא ה' אלוקינו.....

אוועטאר
מאנסי שטופער
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 12:40 am

תגובהדורך מאנסי שטופער » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 10:36 am

20181225_103206.png
20181225_103206.png (436.61 KiB) געזעהן 1028 מאל

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 10:40 am

אבער רעד דעלישעס סאפערמארקעט איז אפען 24 שעה

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 10:42 am

WOW

פיינעלי אויב איינער דארף 3:30 פארטאגס א קעין טונא האט ער א גראסערי אפן ווי צו קויפן.

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 11:01 am

עס איז דא א פאר לעצטיגע נייעסלעך וואס זענען נישט דערמאנט געווארן דא אויף די אשכול וועל איך פרובירן צו שרייבן היינט.

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 2:23 pm

די ראקלענד קאונטי בוזשעט פון $709מיליאן איז דארך געפירט געווארן, דאס רעכענט אריין א 2.9% שטייער העכערונג, דאס קומט אויס א העכערונג פון $37.70 פער הויז איינגעטומער.

די בוזשעט האט געהאט א אפעזישאן פון די דעמעקראטישע לעגיסלעיטארס, זיי האבן פרובירט צו דורך פירן א אייגענע בוזשעט, און עד-דעי גע'וועטאוט זייער בוזשעט, די דעמעקראטישע לעגיסלעיטארס האבן נישט געהאט גענוג שטימעס קעגן זיין וועטאו, ממילא איז עד-דעי'ס בוזשעט געווארן די בוזשעט.

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 2:25 pm

9 מוסדות אין מאנסי זענען באשטראפט געווארן דארך די ראקלענד העלט דיפארטמענט צו א סכה"כ פון $70,000, פאר'ן נישט איבערגעבן די מיסעלס וואקסינאציע רעקארדס (און א היים שוקן די קינדער).

די מוסדות זענען:
תלמוד תורה פאפא $6,950
ישיבה אור תורה $6,950
בני יעקב יוסף $6,950
ת"ת ובית חינוך אביר יעקב $5,950
בית חינוך בית חנה מלכה $5,950
בית חינוך צאן יוסף פאפא $6,950
בית חינוך עטרת בנות $24,750
The Skill Building Center $5,750

די יעצטיגע קנס איז וואס מען האט שוין אראפ געהאנדלט, ווייל די ארגינעלע קנס פאר'ן נישט פאלגן די העלט דיפארטמענט איז $40,750 אדער $2,000 פער טאג.


איך האף אז די עלטערן וואס געבן נישט קיין וואקסין, אבער קאלן די מוסד שרייען היתכן מען שיקט אהיים זייערע קינדער זאלן כאטש זעהן די שאדן וואס זיי האבן געמאכט.

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 4:32 pm

און איך האף........
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 4:35 pm

וואס בויעט מען אויף רט. 59 קעגן איבער Joshua?
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

יודל קליין
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

תגובהדורך יודל קליין » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 4:42 pm

נאך א שטעטעלע אויפן סיטי סטייל, געשעפטן אונטן און עלטיכע שטאק דירות אויבן
זה הקטן גדול יהי'

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 4:50 pm

עס איז פאראן אן ערענסטע מאנגל אין חתן כלה דירות לעצטענס און די פרייז איז געשטיגען.

פרעגט יעדע מחותן. מען בויט שוין נישט אזויפיל און די וואס ווערן פארטיג ווערן פארכאפט אין זעלבן טאג על פי רוב.

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 4:55 pm

יודל קליין האט געשריבן:נאך א שטעטעלע אויפן סיטי סטייל, געשעפטן אונטן און עלטיכע שטאק דירות אויבן

וואסערע סייז דירות?
ווער בויעט עס?
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2602
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 5:33 pm

פומפדותא האט געשריבן:9 מוסדות אין מאנסי זענען באשטראפט געווארן דארך די ראקלענד העלט דיפארטמענט צו א סכה"כ פון $70,000, פאר'ן נישט איבערגעבן די מיסעלס וואקסינאציע רעקארדס (און א היים שוקן די קינדער).

די מוסדות זענען:
תלמוד תורה פאפא $6,950
ישיבה אור תורה $6,950
בני יעקב יוסף $6,950
ת"ת ובית חינוך אביר יעקב $5,950
בית חינוך בית חנה מלכה $5,950
בית חינוך צאן יוסף פאפא $6,950
בית חינוך עטרת בנות $24,750
The Skill Building Center $5,750

די יעצטיגע קנס איז וואס מען האט שוין אראפ געהאנדלט, ווייל די ארגינעלע קנס פאר'ן נישט פאלגן די העלט דיפארטמענט איז $40,750 אדער $2,000 פער טאג.


איך האף אז די עלטערן וואס געבן נישט קיין וואקסין, אבער קאלן די מוסד שרייען היתכן מען שיקט אהיים זייערע קינדער זאלן כאטש זעהן די שאדן וואס זיי האבן געמאכט.

רשעים ארורים די 'ראקלענד העלט דיפארטמענט', און ליידער מהרסייך ומחרבייך ממך יצאו.
זאל דער רבוש"ע העלפן, ווייל א גלות צווישן אידישע ברודער איז דאס ארגסטע
כשמ"ו כן הוא

גולם פון וואשינגטאן
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 5:40 pm

פארוואס רשעים?

דער עולם זאל זיך לערנען אז נישט זיך וואקסאנירען שטעלט אנדערע אין געפאר וואס קען זיך גרעניצען מיט סכנת נפשות.

איינס פון טויזענט קען שטארבן, ה"י, איז ווען א קינד ווערט קראנק ה"י, אוטאמאטיש אלע ארום איהם ווערן קראנק, און זיי ווייטער, ביז א חודש האט ער אוטאמאטיש אנגעשטעקט 200 מענטשן, קומט אויס אז דער חכם שטעלט א געפאר פון פיקוח נפש מיט 2 פראצענט, איז ער דען נישט קיין רודף?

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2602
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 5:45 pm

פארוואס רשעים? איז שוין דא א גאנצע אשכול פאר דעם.

דער עולם? וואס וואקסינירט נישט, ווייל זיי ווילן נישט בידיים שטעלן זייערע קינדער אין א סכנה,
און מיזעלס וואס איז בכלל נישט קיין סכנה, זאל מען זיי רודפ'ן סתם ווייל אפאר רשעים ווילן ווייזן פאר די שטאט טאטע'ס אז זיי זענען פופסטליכער פון דעם פופסט

לוט דעם געזעץ נאמבער 2164 (טייל 7 און B) קען מען נישט אהיים שיקן קינדער פון חדר!!!

און די וואס זענען גורם מ'זאל אהיים שיקן זענען רשעים!!!

וואס יא, די מנהלי המוסדות וואלטן געדארפט איבער געבן די מיסעלס וואקסינאציע רעקארדס, אדער די רעליגדזשעס עקזעמפשע"ן. אבער אהיים שיקן, איז קעגן דאס געזעץ.
כשמ"ו כן הוא

Borough Park
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

תגובהדורך Borough Park » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 5:50 pm

פומפדותא האט געשריבן:9 מוסדות אין מאנסי זענען באשטראפט געווארן דארך די ראקלענד העלט דיפארטמענט צו א סכה"כ פון $70,000, פאר'ן נישט איבערגעבן די מיסעלס וואקסינאציע רעקארדס (און א היים שוקן די קינדער).

די מוסדות זענען:
תלמוד תורה פאפא $6,950
ישיבה אור תורה $6,950
בני יעקב יוסף $6,950
ת"ת ובית חינוך אביר יעקב $5,950
בית חינוך בית חנה מלכה $5,950
בית חינוך צאן יוסף פאפא $6,950
בית חינוך עטרת בנות $24,750
The Skill Building Center $5,750

די יעצטיגע קנס איז וואס מען האט שוין אראפ געהאנדלט, ווייל די ארגינעלע קנס פאר'ן נישט פאלגן די העלט דיפארטמענט איז $40,750 אדער $2,000 פער טאג.


איך האף אז די עלטערן וואס געבן נישט קיין וואקסין, אבער קאלן די מוסד שרייען היתכן מען שיקט אהיים זייערע קינדער זאלן כאטש זעהן די שאדן וואס זיי האבן געמאכט.

זיו גייען עס כאטשיג צולייגן צו די שכר לימוד?
איך בין pro shots

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 6:35 pm

שמו האט געשריבן:פארוואס רשעים? איז שוין דא א גאנצע אשכול פאר דעם.

דער עולם? וואס וואקסינירט נישט, ווייל זיי ווילן נישט בידיים שטעלן זייערע קינדער אין א סכנה,
און מיזעלס וואס איז בכלל נישט קיין סכנה, זאל מען זיי רודפ'ן סתם ווייל אפאר רשעים ווילן ווייזן פאר די שטאט טאטע'ס אז זיי זענען פופסטליכער פון דעם פופסט

לוט דעם געזעץ נאמבער 2164 (טייל 7 און B) קען מען נישט אהיים שיקן קינדער פון חדר!!!

און די וואס זענען גורם מ'זאל אהיים שיקן זענען רשעים!!!

וואס יא, די מנהלי המוסדות וואלטן געדארפט איבער געבן די מיסעלס וואקסינאציע רעקארדס, אדער די רעליגדזשעס עקזעמפשע"ן. אבער אהיים שיקן, איז קעגן דאס געזעץ.


קען זיין אז אהיימשיקן איז קעגן די געזעץ מיט אלע אנדערע זאכן.האועווער א מענטש וואס עקשנט זיך אז זיין אייגענע קינדער׳ס מוסד זאל זיך לאזן ארויסרייסן 2,000 א טאג במזיד אן דירעקטע קאמפענסעישן און אן זיי קאאפעראציע פון די עלטערן און הקדש געלט נאכדערצו איז בפשטות א רשע מרושע און זאל זיך גיין עפענען אן אייגענע מוסד און קיינער איז נישט מחויב צו האלטן זיינע קינדער.
עס קען אפשר אפילו אריינגיין בדין מוסר ממון במזיד

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלף
תגובות: 1891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 6:41 pm

משהלע האט געשריבן:עס איז פאראן אן ערענסטע מאנגל אין חתן כלה דירות לעצטענס און די פרייז איז געשטיגען.

פרעגט יעדע מחותן. מען בויט שוין נישט אזויפיל און די וואס ווערן פארטיג ווערן פארכאפט אין זעלבן טאג על פי רוב.

נישט געוויסט.
אויב עס מאכט אויס, ווייס איך פון א ליידיגע חתן כלה דירה, וואס איז אוועלעביל, אויב איז איינער אינטרעסירט זאל זיך מעלדען
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

יין שרף
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 13, 2013 10:56 pm

תגובהדורך יין שרף » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 6:44 pm

להגדיל שמו האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:עס איז פאראן אן ערענסטע מאנגל אין חתן כלה דירות לעצטענס און די פרייז איז געשטיגען.

פרעגט יעדע מחותן. מען בויט שוין נישט אזויפיל און די וואס ווערן פארטיג ווערן פארכאפט אין זעלבן טאג על פי רוב.

נישט געוויסט.
אויב עס מאכט אויס, ווייס איך פון א ליידיגע חתן כלה דירה, וואס איז אוועלעביל, אויב איז איינער אינטרעסירט זאל זיך מעלדען

געגענט?

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 6:51 pm

להגדיל שמו האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:עס איז פאראן אן ערענסטע מאנגל אין חתן כלה דירות לעצטענס און די פרייז איז געשטיגען.

פרעגט יעדע מחותן. מען בויט שוין נישט אזויפיל און די וואס ווערן פארטיג ווערן פארכאפט אין זעלבן טאג על פי רוב.

נישט געוויסט.
אויב עס מאכט אויס, ווייס איך פון א ליידיגע חתן כלה דירה, וואס איז אוועלעביל, אויב איז איינער אינטרעסירט זאל זיך מעלדען


געגענט? א איד האט זיך היינט פאראינטערעסירט ביי מיר.

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלף
תגובות: 1891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 7:06 pm

גראוו געגענט
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2602
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 7:17 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:פארוואס רשעים? איז שוין דא א גאנצע אשכול פאר דעם.

דער עולם? וואס וואקסינירט נישט, ווייל זיי ווילן נישט בידיים שטעלן זייערע קינדער אין א סכנה,
און מיזעלס וואס איז בכלל נישט קיין סכנה, זאל מען זיי רודפ'ן סתם ווייל אפאר רשעים ווילן ווייזן פאר די שטאט טאטע'ס אז זיי זענען פופסטליכער פון דעם פופסט

לוט דעם געזעץ נאמבער 2164 (טייל 7 און B) קען מען נישט אהיים שיקן קינדער פון חדר!!!

און די וואס זענען גורם מ'זאל אהיים שיקן זענען רשעים!!!

וואס יא, די מנהלי המוסדות וואלטן געדארפט איבער געבן די מיסעלס וואקסינאציע רעקארדס, אדער די רעליגדזשעס עקזעמפשע"ן. אבער אהיים שיקן, איז קעגן דאס געזעץ.


קען זיין אז אהיימשיקן איז קעגן די געזעץ מיט אלע אנדערע זאכן.האועווער א מענטש וואס עקשנט זיך אז זיין אייגענע קינדער׳ס מוסד זאל זיך לאזן ארויסרייסן 2,000 א טאג במזיד אן דירעקטע קאמפענסעישן און אן זיי קאאפעראציע פון די עלטערן און הקדש געלט נאכדערצו איז בפשטות א רשע מרושע און זאל זיך גיין עפענען אן אייגענע מוסד און קיינער איז נישט מחויב צו האלטן זיינע קינדער.
עס קען אפשר אפילו אריינגיין בדין מוסר ממון במזיד

ווער רעדט פון געלט
ווען דער מוסד געבט איבער דעם רעליגדזשעס עקזעמפשע"ן קען זיי די העלט דיפארטמענט נישט קנס'ענען.
כשמ"ו כן הוא

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 7:25 pm

פארוואס האט מען אין פאפא מאנסי אראפגערופן אין מוסד איין און דרייסיג פאר עלטערן ? ווייל זיי האבן געהאט די רעלידזשעס עקזעמפשן נאר די מוסד האט על דעת עצמם נישט איבערגעגבן?
והשנית די מוסד האט באקומען א צעטל אז אנדער נאו סירקומסטעסעס פאר איין און צוואנציג טעג טארן זיי נישט אריינלאזן די קינדער אן א שום חילוק וועלכע עקזעמשן מען נוצט.
ווי קומט דא דער גאנצער עקזעמפשן ויכוח אריין ?

let these parents pay up or have them open a private mossad

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2602
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 7:38 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:פארוואס האט מען אין פאפא מאנסי אראפגערופן אין מוסד איין און דרייסיג פאר עלטערן ? ווייל זיי האבן געהאט די רעלידזשעס עקזעמפשן נאר די מוסד האט על דעת עצמם נישט איבערגעגבן?
והשנית די מוסד האט באקומען א צעטל אז אנדער נאו סירקומסטעסעס פאר איין און צוואנציג טעג טארן זיי נישט אריינלאזן די קינדער אן א שום חילוק וועלכע עקזעמשן מען נוצט.
ווי קומט דא דער גאנצער עקזעמפשן ויכוח אריין ?

let these parents pay up or have them open a private mossad

דאס איז קעגן עם געזעץ (איך פארלאנג נישט דער מוסד זאל זיך שלאגן מיטן געזעץ, איך האב אויך געהאלטן מיינע קינדער אין שטוב פאר 21 טעג).
אבער דער געזעץ איז נאר אויב ס'דא 3 באטרעפנדע, און ס'דא מער פון 30% (דאכט זיך מיר דאס איז דער נאמבער) אומ'וואקסענירט, דעמאלט'ס דארף מען אהיים שיקן.
כשמ"ו כן הוא


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: abeg, אור, אין כל חדש, אשר נחום, גיט, לעמאן סאדע, משה בעלז, משמש, פארפלאנטערט און 65 געסט