בלאט 123 פון 219

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 10:19 am
דורך שמואל שמעלקא
shimon7323 האט געשריבן:
שמואל שמעלקא האט געשריבן:איך מיין אז די לאט איז א דריטל די גרויס פון די אלטע לאט סוי ווי גייען פארקן אלע קארס ? די באס גייט טוישן די ראוט דארט אדורך צו פארן ?

די 500 הייזער גייען מאנסי איינוואוינער האבן בכלל א מעגליכקייט צו קויפן ?



אביסעלע פרטים פון דער פראיעקט ווי עס איז געווען בשעתן פלאנען

אויב די קענסט עס לייגן אויף דראפבאקס וועל איך עס קענען עפענען.

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 3:39 pm
דורך Gibbs
https://www.dropbox.com/s/cxwxqc193okib ... n.pdf?dl=0

One of the plans looks like you will be able to enter from 59 as well as from saddle, i think that will become a shortcut to avoide the light by the corner

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 8:00 pm
דורך פומפדותא
מאנסי איז א גרידלאק.

עצה טובה: צו פארקן די קארס אין די דרייוועי אז די שארער טראקס זאלן קענען פוצן די גאס.

(מען קען באקומען א טיקעט פארן פארקן אויף די גאס)

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 10:27 pm
דורך שמו
די לעצטע פאר שעה, איז מאנסי געווען כמעט איין גרויסע פארקינג-לאט, ממש אלעס איז געשטאנען, קינדער זענען געזעצן אויף די באסעס באלד 3 שעה (7 יאר'איגע קינדער), גארנישט האט זיך נישט גערירט, מען איז געפארן אויף זעכציג שעה א מייל.

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 10:31 pm
דורך בנימין
די צושטאנד אין מאנסי פריער איז געווען א הימל געשריי
עס האט מיר געדויערט פונעם אראפקומען פון טראוועי, ביז וואל מארט (א וועג פון 2-3 מינוט) גאנצע 2 שעה.

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 10:57 pm
דורך יהודי
וואס איז די מצב יעצט אויף די ראודס?

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 10:59 pm
דורך פיצי קעפעלע
מיר האט גענומען פון ווילי ביז מאנסי אכט א האלב שעה!

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 11:00 pm
דורך יהודי
וויאזוי איז די וועג אריין אין שטאט?

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 11:44 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
יהודי האט געשריבן:וויאזוי איז די וועג אריין אין שטאט?

נעם דעם גארדען סטעיט, 4..

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 16, 2018 12:07 am
דורך קדוש ונורא
א חתונה אין די עטרת טשארנא זאל, וואס די קבלת פנים איז געוועהן געפלאנט אנצוהייבן 6 אזייגער. צוליב די שווערע וועטער און גרויסע שניי, זענען די מחותנים פון לעיקאוואד אנגעקומען 11 אזייגער, און מען האלט יעצט נאך די חופה...
עס געפינען זיך אין זאל א קנאפע 25 מענטשן.
עסקנים בעטן אז מעל זאל אריבערקומען און אנטייל נעמען ביים "ריכטיגן מצוה" פון שמחת חתן וכלה

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 16, 2018 12:15 am
דורך זייער קלוג
קדוש ונורא האט געשריבן:א חתונה אין די עטרת טשארנא זאל, וואס די קבלת פנים איז געוועהן געפלאנט אנצוהייבן 6 אזייגער. צוליב די שווערע וועטער און גרויסע שניי, זענען די מחותנים פון לעיקאוואד אנגעקומען 11 אזייגער, און מען האלט יעצט נאך די חופה...
עס געפינען זיך אין זאל א קנאפע 25 מענטשן.
עסקנים בעטן אז מעל זאל אריבערקומען און אנטייל נעמען ביים "ריכטיגן מצוה" פון שמחת חתן וכלה

יא אויכט אהין געפארן זייער אינטערעסאנט מיט צו האלטען א חופה 11:15 ביינאכט עס קוקט שוין גראדע אויס פילער

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 16, 2018 12:18 am
דורך פארטראכטער
זייער קלוג האט געשריבן:
קדוש ונורא האט געשריבן:א חתונה אין די עטרת טשארנא זאל, וואס די קבלת פנים איז געוועהן געפלאנט אנצוהייבן 6 אזייגער. צוליב די שווערע וועטער און גרויסע שניי, זענען די מחותנים פון לעיקאוואד אנגעקומען 11 אזייגער, און מען האלט יעצט נאך די חופה...
עס געפינען זיך אין זאל א קנאפע 25 מענטשן.
עסקנים בעטן אז מעל זאל אריבערקומען און אנטייל נעמען ביים "ריכטיגן מצוה" פון שמחת חתן וכלה

יא אויכט אהין געפארן זייער אינטערעסאנט מיט צו האלטען א חופה 11:15 ביינאכט עס קוקט שוין גראדע אויס פילער

בין איך אמאל געווען ביי א חתונה אין מאנסי וואס איז אויך געווען 11:00 ביינאכט, אבער נישט צוליב שניי, נאר די מחותן האט פשוט געווארט אז זיין רבי זאל געקומען מסדר קידושין זיין :lol:

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 16, 2018 2:01 am
דורך משהלע
פיצי קעפעלע האט געשריבן:מיר האט גענומען פון ווילי ביז מאנסי אכט א האלב שעה!


זיבן שעה פאר מיר.

זאל דעבלאסיא פייגערן ונאמר אמן.

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 16, 2018 2:07 am
דורך צולייגער
וואו קומט דעבלאזיא אריין דא?

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 16, 2018 2:17 am
דורך חושב מחשבות...
פיצי קעפעלע האט געשריבן:מיר האט גענומען פון ווילי ביז מאנסי אכט א האלב שעה!

דו מיינסט עס ערענסט? וואס האסטו געטוען אויפן וועג?

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 16, 2018 2:44 am
דורך אזוי וויל איך
איך מיין אז מדארף עפענען א עקסטערע אשכול פין דעם היסטארישען טרעפיק וואס איז היינט פארגעגאנגן.
איך ווייס נישט צו סאיז שוין אמאל געווען אז הינדערטער אידן זענען געזיצן צווישן 4-10 שעה טרעפיק.

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 16, 2018 7:01 am
דורך צו געזונט
יא, שוין געווען אזוינס. ביי די שניי אין יארע 2000 למס' האמיר געטריבען דעם אויטאבאס פון ווילי קיין מאנרא. מ'האמיר פערלאזט ווילי אום 3 אוהר און אנגעקומען צו די מאנרא גרעניצען אום 9:15 צו די נאכט

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 16, 2018 7:36 am
דורך פיצי קעפעלע
חושב מחשבות... האט געשריבן:
פיצי קעפעלע האט געשריבן:מיר האט גענומען פון ווילי ביז מאנסי אכט א האלב שעה!

דו מיינסט עס ערענסט? וואס האסטו געטוען אויפן וועג?

כ׳האב פראבירט צו לערנען, אבער מיין קאפ איז נישט דא געווען. אויך געמאכט א סטאפ צו דאווענען מנחה-מעריב אין KAJ

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 16, 2018 8:12 am
דורך שמואל אלצווייסער
קינדער זענען אהיימגעקומען פון חדר 10:30 ביינאכט.. נישט נארמאל וואס אפאר ווייסע ברעקלעך קענען אנדרייען.

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 16, 2018 10:01 am
דורך אוהב ספרים
צולייגער האט געשריבן:וואו קומט דעבלאזיא אריין דא?



מעו מוז דאך עמעצין באשולדינגען :lol: :lol:

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 16, 2018 11:33 am
דורך Wow a1
IMG-20181115-WA0103.jpg
IMG-20181115-WA0103.jpg (87.62 KiB) געזעהן 1471 מאל

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 16, 2018 11:56 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
קדוש ונורא האט געשריבן:א חתונה אין די עטרת טשארנא זאל, וואס די קבלת פנים איז געוועהן געפלאנט אנצוהייבן 6 אזייגער. צוליב די שווערע וועטער און גרויסע שניי, זענען די מחותנים פון לעיקאוואד אנגעקומען 11 אזייגער, און מען האלט יעצט נאך די חופה...
עס געפינען זיך אין זאל א קנאפע 25 מענטשן.
עסקנים בעטן אז מעל זאל אריבערקומען און אנטייל נעמען ביים "ריכטיגן מצוה" פון שמחת חתן וכלה


ומי כעמך ישראל עס זענען אריבערגעקומען א היפש מיידלעך פון סקווירא כדי משמח צו זיין די כלה שפעט אויפדערנאכט !!!

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 16, 2018 12:00 pm
דורך חושב מחשבות...
Wow a1 האט געשריבן:
IMG-20181115-WA0103.jpg

איך ווייס נישט צו איך זאל לאכן צו וויינען....

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 16, 2018 2:47 pm
דורך Kosher Travel
מאנסי, און די אומגעגענט, האט מיטגעמאכט א שווערע אומגערישטע שטורם. אבער... נעכטן בערך 10 אזייגער ביינאכט זענען אלע ארומיגע שטעטעלעך געווען אינגאנצן געשארט די שניי. Haverstraw, Clarkstown, וכו'. אבער היינט אום 9 אזייגער צופרי זענען נאך גאנצע הויפט גאסן אין ספרינג וואלי נאך נישט געוועהן געשארט!

מען מוז אויך אהנמערקען די גרויסע אהבת ישראל און גמילות חסד וואס איז פארגעגאנגען. אידן זענען געגאנגן צו חתונות פון פרעמדע צו משמח זיין חתן כלה ווייל די געסט זענען נישט אהנגעקומען. אידן האבן אויפגעמאכט זייערע הייזער פאר פרעמדע וואס זענען געבליבן שטעקן אויף די וועגן. איך האב מיטגעהאלטן גאר אסאך גמילות חסד.

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 17, 2018 9:34 pm
דורך געריבענער סוחר
59 איז געווען ממש א דיזעסטער פון אלע זייטן.
מיין מיסטעיק און יעדעמס טעות איז געווען אז 'יעדער' האט אהיים געיאגט און די זעלבע צייט, ווען איך גיי ווען ארויס פון אפיס נאך זיבענע וואלט די וועג גענומען אפאר מינוט לענגער ווי יעדן טאג, נאר אזויווי סהאט אויסגעקוקט ערנסט האט מען אהיים געיאגט, איך מיין... מען האט זיך אריינגעיאגט אינעם גרידלאק, א ווי מען איז אפגעזיצן שעות.

איך רעדט שוין נישט פון די חדרים וואס זענען אייביג קלוגער, איסט רעמעפא האט אהיים געשיקט 12, און א שעה שפעטער האבן די קלוגע חדרים אהיים געשיקט קינד און קייט. שטייטצעך די מאמעס זענען געשפרינגען אבער נישט פאר צי לאנג, ווען מען האט געזען ווען דער שכן איז אהיים געקומען איז מען שוין געשפריגען אויף די אנדערע זייט.