פומפדותא האט געשריבן:(איך האב געמאכט א חשבון אז במשך דו קומענדיגע צען יאר גייט די וואוט שפארן אויף א געווענדליכע הויז בערך $1,736.66)
הבל הבלים, דע נישטיגע 173.66 א יאר שטייער, האט פאטענטשעל צו קאסטן שווערע טויזענטער אין נאכווייען,
א. למה יאמרו הגוים? ביי יעדע נייע ישוב הערט מען פון די שכינים קוקטס וויאזוי זיי פירן זיך אויף ביי איסט רעמעפא, טא ציוואס פעלט אויס צו פיטערן איבה פאר אונזערע שכינים פאר אפאר נישטידע טאלער.
ב. די סטעיט קוקט מיט א שלעכט אויג אויף דעם דיסטריקט און פראבירט מיט אלע כוחות אויפצוקומען מיט א סעלושען וויאזוי די פאבליק סקול עלטערן זאלן באקומען אלעס וואס א יעדער אנדערער אמעריקאנער באקומט טראץ דער דיסטריקט איז אין א דזשוילענד, האט איר געגעבן נאך ברענשטאף פאר די מחוקקים אז מ'ברויך אויפקומען גיך מיט א סעלושען פאר די סיטואציע ווייל סיז כלו כל הקוצין דער עולם איז ממש אנריזענעבל
מיר איז נאר אינטערעסאנט ווען קר"י העכערט סקול שטייער גייט עס דורך אן א פיפס, מ'ווישט זיך די נאז אין מבאצאלט ווי א טאטעלע, דא זענען מיר אזוי סטאבערן, אתמהה