נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4631
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 7:34 pm

יעצט דורכן דרוקן זוך ניק'ס תגובות זעט טאקע גארנישט אויס פראוואקאטיוו
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

משהלע
שר האלף
תגובות: 1795
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך משהלע » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 8:03 pm

נישטאמת האט געשריבן:
‫משה יאסל‬‎ האט געשריבן:ניו יארק סטעיט האט אוועק גענומען די 'פייער און סעיפטי' אינפארסירונג פון ספרינג וואלי מיט א ציל עס איבערצוגעבן אין די הענט פון די קאונטי
קמ

OJPAC איז בייז דעראויף, איך זע נישט וואס די פראבלעם איז.



ווייל איך און דו ווייסן אז זיי מיינען דעם איד. איננציגסטער פלאץ וואס זיי האבן א פראבלעם מיט די דעפארטמענט.

אדרבא ליין די גאנצע lohud ארטיקל און קום צוריק.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4631
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 8:07 pm

ווער איז ניו יארק סטעיט? אויב מיינט דאס די לעגוסלאטאר קען מען רואיג אננעמען אז מ'ציל אונז
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
די הייליגע זיידע'ס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 4:58 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך די הייליגע זיידע'ס » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 8:31 pm

מאנסי יוד האט געשריבן:האט איינער געהערט?

פון if media

מאנסי - אין די עיר התורה בני ברק פארט שוין ארום פאר צענדליגער יארן דער באקאנטער עסקן הרב יצחק ראזנגארטן הי"ו, איש אמונו פונעם ראש ישיבה הגראי"ל שטיינמאן זצ"ל, יעדן פרייטאג נאכמיטאג און רופט אויס דער זמן פון שבת, ווי אויך די הוראת הרבנים שליט"א זיך נישט ארויסצולאזן אין וועג שפעטער ווי 2 און א האלב שעה צום זמן. מיטן אנקום פונעם ווינטער און די פריע שבתים, האט הרב ראזנגארטן אויפן פארלאנג פון די ליטווישע מאנסי'ער עסקנים רעקארדירט א ספעציעלע מעסעזש אין אידיש צו די מאנסי'ער איינוואוינער, און א קאר מיט א מייק איז ארום געפארן איבער די גאסן און אויפגעשפילט די הכרזה.

Wwooww
אתה מזכיר לי משנים קדמוניות....
תושבים נכבדים!
בהוראת רבני העיר שליט"א, מתבקשים התושבים שלא לצאת מחוץ לעיר שעתיים וחצי לפני כניסת השבת.
כמו כן על פי הוראתם, אסור לנוע ברכב בתחומי העיר לאחר הצפירה השניה המבשרת את כניסת שבת המלכה.
זמן הדלקת הנרות בשעה חמש ועשרים ושבע דקות. חמש, ועשרים ושבע דקות. שבת שלום!”

און ’אודך’ די גאנצע דרשה מיט’ן באקאנטע ניגון און פארצייטישע נוסח....
”תושבים נכבדים וכ”ו”

הערה א’ - עס פלעגט ארום גיין יעדע וואך ער”ש משך אפאר שעה מיט הויכע ’ספיקער’ס’. אזוי אז ס’איז גוט אריין אין די ביינער, און כ’געדענק עס גוט אפילו נאך לאנגע יארן וואס כ’האב עס שוין נישט געהערט....

הערה ב’ - איך געדענק נאך ווען די איסור איז געווען נישט ארויס צו פארן איין שעה פאר שבת, דערנאך א קורצע צייט איין אהאלב שעה נאך דעם 2 און נאכדעם 2 אהאלב. (כ’האף ס’נאך נישט ארויף צו 3....)

הערה ג’ - ווער ס’האט נישט געהערט קיינמאל קען עס נישט פארשטיין... די הדגשה ביי ”לאחאאר הההצפירההה הההשניההה”
אוי איז דעס גוטע זכרונות...

(הערה ד’ - די זמן איז יעדע וואך אנדערש ש’טייצעך... כ’האב נאר גענומען א סעמפל...)
די גאלדענע קייט זאל זיך ווייטער ציה’ען מעתה ועד עולם... אא א איי איי איי די הייליגע זיידע’ס זאלן זיך מיהע’ן וכ”ו

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18313
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 8:44 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
א פארצייטישע איד האט געשריבן:איך האב געליינט אונעם ספר פונעם תולדות ערוגת הבושם ווי און אונגארען האט מען אפגעמאכט צרות צרורות פאר די ערוגת הבושם ישיבה מהאט געטאנעהט פונקט ווי פרעזערב רעמעפא חברה סנישט סעיף וכדומה די ערשטע זאך האט די רב צאם גערופען די שטאט און געמאכט א יום תפילה ותענית און גלייך דערנאך זיך ארויסגעלאזט צו בודאפעסט און זיי האבן מצליח געווען פיל מער ווי געראכטען...

והמבין יבין..

מי הוא המבין?

א תגובה אין וועלכע א שר העשר שרייבט והמבין יבין איז געווענליך נישט קיין גוט סימן

א תגובה געשריבן דורך א שר העשר פון 2012 האט מער ווערד אין מיינע אויגן ווי א שר עשרת אלפים פון 2020.
פנינו לימין ואין עוזר, לשמאל ואין סומך. והנה העת והעונָה אשר יאתה לך להושיענו

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4631
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re:

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 8:52 pm

סטיטשינער האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
א פארצייטישע איד האט געשריבן:איך האב געליינט אונעם ספר פונעם תולדות ערוגת הבושם ווי און אונגארען האט מען אפגעמאכט צרות צרורות פאר די ערוגת הבושם ישיבה מהאט געטאנעהט פונקט ווי פרעזערב רעמעפא חברה סנישט סעיף וכדומה די ערשטע זאך האט די רב צאם גערופען די שטאט און געמאכט א יום תפילה ותענית און גלייך דערנאך זיך ארויסגעלאזט צו בודאפעסט און זיי האבן מצליח געווען פיל מער ווי געראכטען...

והמבין יבין..

מי הוא המבין?

א תגובה אין וועלכע א שר העשר שרייבט והמבין יבין איז געווענליך נישט קיין גוט סימן

א תגובה געשריבן דורך א שר העשר פון 2012 האט מער ווערד אין מיינע אויגן ווי א שר עשרת אלפים פון 2020.
יא יא, א מינוט דערויף האב איך צוריק געצויגן
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

א פארצייטישע איד
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 15, 2012 9:21 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך א פארצייטישע איד » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 9:32 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:יעצט דורכן דרוקן זוך ניק'ס תגובות זעט טאקע גארנישט אויס פראוואקאטיוו


איך פארשטיי נישט פארוואס מגייט דא פערסאנעל איז עס אמת אדער נישט ?
ביסטו מסכים צו מיין מקודה אדער נישט אדרבה לאמיר הערן
ווי קומט דא אריין חשיבות פונעם ריספאנדער?
(מיין נקודה פון די ערוגת הבושם איז פשוט צו פארגלייכען ווי אזוי השתדלות האט געארבעט אמאל דורך די רב און די שטאט האט מהרהר בתשובה געטוהן פאר דעם נישט א פאר אידן האבן זיך אליין געגאנגען פייטן מיט די מידיא און די גוים
נאך א זאך איך רייס זיי נישט אראפ אדרבא איך פרעג נאר אפשר האבן זיי יא רבנים...

א פארצייטישע איד
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 15, 2012 9:21 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך א פארצייטישע איד » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 9:36 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:ווער איז ניו יארק סטעיט? אויב מיינט דאס די לעגוסלאטאר קען מען רואיג אננעמען אז מ'ציל אונז


עס דארף נאך גראדע אריבער גיין א וואוט אין די קאנטי לויט ווי איך פארשטיי וויל עס נישט עד דעי.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4631
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 9:39 pm

א פארצייטישע איד האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:יעצט דורכן דרוקן זוך ניק'ס תגובות זעט טאקע גארנישט אויס פראוואקאטיוו


איך פארשטיי נישט פארוואס מגייט דא פערסאנעל איז עס אמת אדער נישט ?
ביסטו מסכים צו מיין מקודה אדער נישט אדרבה לאמיר הערן
ווי קומט דא אריין חשיבות פונעם ריספאנדער?
(מיין נקודה פון די ערוגת הבושם איז פשוט צו פארגלייכען ווי אזוי השתדלות האט געארבעט אמאל דורך די רב און די שטאט האט מהרהר בתשובה געטוהן פאר דעם נישט א פאר אידן האבן זיך אליין געגאנגען פייטן מיט די מידיא און די גוים
נאך א זאך איך רייס זיי נישט אראפ אדרבא איך פרעג נאר אפשר האבן זיי יא רבנים...

כ'האב גארנישט געמיינט פערזענליך, אדרבה! באריכט עס און אויב די הנהלה האלט ס'פערזענליך זאלן זיי עס מעקן
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
די הייליגע זיידע'ס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 4:58 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך די הייליגע זיידע'ס » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 9:52 pm

א פארצייטישע איד האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:יעצט דורכן דרוקן זוך ניק'ס תגובות זעט טאקע גארנישט אויס פראוואקאטיוו


איך פארשטיי נישט פארוואס מגייט דא פערסאנעל איז עס אמת אדער נישט ?
ביסטו מסכים צו מיין מקודה אדער נישט אדרבה לאמיר הערן
ווי קומט דא אריין חשיבות פונעם ריספאנדער?
(מיין נקודה פון די ערוגת הבושם איז פשוט צו פארגלייכען ווי אזוי השתדלות האט געארבעט אמאל דורך די רב און די שטאט האט מהרהר בתשובה געטוהן פאר דעם נישט א פאר אידן האבן זיך אליין געגאנגען פייטן מיט די מידיא און די גוים
נאך א זאך איך רייס זיי נישט אראפ אדרבא איך פרעג נאר אפשר האבן זיי יא רבנים...

ביסט טאקע ”א פארצייטישע איד” און איך האב הנאה....
די גאלדענע קייט זאל זיך ווייטער ציה’ען מעתה ועד עולם... אא א איי איי איי די הייליגע זיידע’ס זאלן זיך מיהע’ן וכ”ו

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4631
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 9:55 pm

די הייליגע זיידע'ס האט געשריבן:
א פארצייטישע איד האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:יעצט דורכן דרוקן זוך ניק'ס תגובות זעט טאקע גארנישט אויס פראוואקאטיוו


איך פארשטיי נישט פארוואס מגייט דא פערסאנעל איז עס אמת אדער נישט ?
ביסטו מסכים צו מיין מקודה אדער נישט אדרבה לאמיר הערן
ווי קומט דא אריין חשיבות פונעם ריספאנדער?
(מיין נקודה פון די ערוגת הבושם איז פשוט צו פארגלייכען ווי אזוי השתדלות האט געארבעט אמאל דורך די רב און די שטאט האט מהרהר בתשובה געטוהן פאר דעם נישט א פאר אידן האבן זיך אליין געגאנגען פייטן מיט די מידיא און די גוים
נאך א זאך איך רייס זיי נישט אראפ אדרבא איך פרעג נאר אפשר האבן זיי יא רבנים...

ביסט טאקע ”א פארצייטישע איד” און איך האב הנאה....

לגבי האבן רבנים בין איך מיט אייך, אבער אייער נישט קלאר שרייבן וואס איר האלט, אינאיינעם מיט וואס האט אויסגעקוקט ווי אומגעצייטיגטע ניק, און נאך צוגעלייגט די המבין יבין וועלכע צילט געווענליך א טיפערע כוונה האט מיר געמאכט טראכטן איבער דיין כוונה - און אז כ'האב געטראכט האב איך געזאגט
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

א פארצייטישע איד
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 15, 2012 9:21 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך א פארצייטישע איד » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 10:07 pm

גוואלדיג

יין שרף
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 13, 2013 10:56 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך יין שרף » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2021 12:12 am

whats going on on Wiener Drive? a lot of police

אוועטאר
לאנגווייליג
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 08, 2014 8:50 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך לאנגווייליג » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2021 4:03 am

ווי אין מאנסי קען מען מאכן א PCR טעסט פאר א פלייט זונטיג?
וויפיל קאסט עס?

שמחהלע קאפשטיק
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך שמחהלע קאפשטיק » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2021 4:27 am

לאנגווייליג האט געשריבן:ווי אין מאנסי קען מען מאכן א PCR טעסט פאר א פלייט זונטיג?
וויפיל קאסט עס?

Monsey urgent care
Route 59
https://g.co/kgs/hG9wpn
ס’קען ווערן געקאווערט פון דיין אינשורענס

אוועטאר
שטייט
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 9:50 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך שטייט » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2021 5:48 am

לאנגווייליג האט געשריבן:ווי אין מאנסי קען מען מאכן א PCR טעסט פאר א פלייט זונטיג?
וויפיל קאסט עס?


ווי נישט, אלע ארדשענט קעיר'ס, אויב האט איהר אינשאורענס איז עס בחנם אויב נישט קאסט עס אפאר דאלער.

ממה נפשך
שר האלפיים
תגובות: 2307
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2021 9:52 am

נישטאמת האט געשריבן:
‫משה יאסל‬‎ האט געשריבן:ניו יארק סטעיט האט אוועק גענומען די 'פייער און סעיפטי' אינפארסירונג פון ספרינג וואלי מיט א ציל עס איבערצוגעבן אין די הענט פון די קאונטי
קמ

OJPAC איז בייז דעראויף, איך זע נישט וואס די פראבלעם איז.


די שאלה איז: וואס איז די סיבה פון דעם טויש.

אויב ספרינג וואלי קוקט צופיל אוועק און פארנאכלעסיגט אינפארסירונג, דארפן זיי עס אפשר טאקע אוועקנעמען (אויף דערווייל), אויב אבער איז עס צוליב'ן נישט גיין זוכן ווייאלעישאנס, איז עס אומדערהערט און מען דארף זיי פארדאמען.
קומט אריין דאנקען דעם באשעפער אויף קלייניגקייטן, און זעט גרויסע ישועות וואס זענען באמת קלייניגקייטן פארן בורא כל העולמים.

עקסטער לכבוד חנוכה: קבעו שיר ורננים

אוועטאר
נישטאמת
שר האלף
תגובות: 1854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך נישטאמת » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2021 10:26 am

ממה נפשך האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:
‫משה יאסל‬‎ האט געשריבן:ניו יארק סטעיט האט אוועק גענומען די 'פייער און סעיפטי' אינפארסירונג פון ספרינג וואלי מיט א ציל עס איבערצוגעבן אין די הענט פון די קאונטי
קמ

OJPAC איז בייז דעראויף, איך זע נישט וואס די פראבלעם איז.


די שאלה איז: וואס איז די סיבה פון דעם טויש.

אויב ספרינג וואלי קוקט צופיל אוועק און פארנאכלעסיגט אינפארסירונג, דארפן זיי עס אפשר טאקע אוועקנעמען (אויף דערווייל), אויב אבער איז עס צוליב'ן נישט גיין זוכן ווייאלעישאנס, איז עס אומדערהערט און מען דארף זיי פארדאמען.

יא יא, דאס האב איך געמיינט. אויבן אויף קוקט מיר אויס ווי ספרינג וואלי קוקט צופיל אוועק און פארנאכלעסיגט אינפארסירונג, זאל עס די קאונטי איבער נעמען. אבער אויב איז דעס נישט די סיבה, דארף מען זיי פארדאמען

אוועטאר
ראש לימבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 8:48 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך ראש לימבא » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2021 11:06 am

נישטאמת האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:
‫משה יאסל‬‎ האט געשריבן:ניו יארק סטעיט האט אוועק גענומען די 'פייער און סעיפטי' אינפארסירונג פון ספרינג וואלי מיט א ציל עס איבערצוגעבן אין די הענט פון די קאונטי
קמ

OJPAC איז בייז דעראויף, איך זע נישט וואס די פראבלעם איז.


די שאלה איז: וואס איז די סיבה פון דעם טויש.

אויב ספרינג וואלי קוקט צופיל אוועק און פארנאכלעסיגט אינפארסירונג, דארפן זיי עס אפשר טאקע אוועקנעמען (אויף דערווייל), אויב אבער איז עס צוליב'ן נישט גיין זוכן ווייאלעישאנס, איז עס אומדערהערט און מען דארף זיי פארדאמען.

יא יא, דאס האב איך געמיינט. אויבן אויף קוקט מיר אויס ווי ספרינג וואלי קוקט צופיל אוועק און פארנאכלעסיגט אינפארסירונג, זאל עס די קאונטי איבער נעמען. אבער אויב איז דעס נישט די סיבה, דארף מען זיי פארדאמען

פארוואס איז עס נישט די אויפגאבע פין די טאון, אויב די ווילידזש קען זיך נישט קיין עצה געבן, פארוואס גייט עס גראד צום קאונטי? איז דען נישט די טאון א ממוצה צווישען די ווילידזש און דער קאונטי?
שנהיה לראש ולא לזנב

אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 20129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2021 11:11 am

ראש לימבא האט געשריבן:פארוואס איז עס נישט די אויפגאבע פין די טאון, אויב די ווילידזש קען זיך נישט קיין עצה געבן, פארוואס גייט עס גראד צום קאונטי? איז דען נישט די טאון א ממוצה צווישען די ווילידזש און דער קאונטי?

לאו דוקא. א ווילעידזש קען זיין אפילו אין דער שטח פון מער ווי איין טאון.

אסאך מאל (ווענדט זיך די וועג וויאזוי עס איז אויפגעסעט) וועט דער ווילעידזש האבן א אפמאך מיטן טאון אז עס נוצט פונקציעס פון דער טאון פאר גאווערמענט. אבער דער גאווערמענט העכער דער ווילעידזש איז לכאורה דער קאונטי.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מער מיר אינפארמירן דערוועגן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

ממה נפשך
שר האלפיים
תגובות: 2307
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re:

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2021 11:32 am

קנאפער ידען האט געשריבן:
ראש לימבא האט געשריבן:פארוואס איז עס נישט די אויפגאבע פין די טאון, אויב די ווילידזש קען זיך נישט קיין עצה געבן, פארוואס גייט עס גראד צום קאונטי? איז דען נישט די טאון א ממוצה צווישען די ווילידזש און דער קאונטי?

לאו דוקא. א ווילעידזש קען זיין אפילו אין דער שטח פון מער ווי איין טאון.

אסאך מאל (ווענדט זיך די וועג וויאזוי עס איז אויפגעסעט) וועט דער ווילעידזש האבן א אפמאך מיטן טאון אז עס נוצט פונקציעס פון דער טאון פאר גאווערמענט. אבער דער גאווערמענט העכער דער ווילעידזש איז לכאורה דער קאונטי.


איז נישט א חלק ספרינג וואלי אין טאון אוו קלארקסטאון?

איך האב אויך פארשטאנען אז וויבאלד ס'איז נאר פאר טעמפארערי און שאיז קעגן די ווילן פון די ווילעדזש איז די קאונטי דא צו קעיר נעמען, די טאון האט נישט קיין כח איבער די ווילעדזש.
קומט אריין דאנקען דעם באשעפער אויף קלייניגקייטן, און זעט גרויסע ישועות וואס זענען באמת קלייניגקייטן פארן בורא כל העולמים.

עקסטער לכבוד חנוכה: קבעו שיר ורננים

אוועטאר
דעת בעל הבית
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך דעת בעל הבית » מוצ"ש נובעמבער 20, 2021 10:48 pm

20211120_224119.jpg
20211120_224119.jpg (363.05 KiB) געזעהן 770 מאל

שוין גארנישט קיין ’קינדער שפיל’
דער בחור וואס האט געדרייווט די בייק אויפן פיקטשער האט פריער געבענטשט גומל בשם ומלכות, אביסל צוקלאפט אבער ב”ה לעבעדיג, און מיט גאנצע גלידער[!]
דאס איז געווען אויף גראוו אויפן בארג אראפ, ווען די טעקסי האט זיך אריין געדרייט און זיין לעין זיך צו איינדרייען צו א גאס אונטען די בארג, און דער בחור האט אראפ געפארן די בארג...
די פראנט פון די בייק האט זיך גלייך אפגעטיילט און אוועק געפלויגן, און די בעק האלב צוזאמען מיטן בחור זענען איבער געפלויגן די קאר און געלאנדעט די אנדערע זייט!.
א פרייליכן חנוכה!

אוועטאר
משה יאסל
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 27, 2021 3:51 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך משה יאסל » זונטאג נובעמבער 21, 2021 10:53 pm

א פייער אויף לינאר, וואס גייט פאר? בילדער?
ושבתי אני ואראה את כל העשקים אשר נעשים תחת השמש והנה דמעת העשקים ואין להם מנחם ומיד עשקיהם כח ואין להם מנחם

אוועטאר
את פתח לו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3019
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך את פתח לו » זונטאג נובעמבער 21, 2021 11:02 pm

וואס איז די געפליאכטס אין די לעצטע צען מינוט?
אייוועלט
שר שלש מיליאן

אוועטאר
את פתח לו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3019
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך את פתח לו » זונטאג נובעמבער 21, 2021 11:03 pm

משה יאסל האט געשריבן:א פייער אויף לינאר, וואס גייט פאר? בילדער?

Address?
אייוועלט
שר שלש מיליאן


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot, private, חמרא און 11 געסט