נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12471
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 2:46 am

ניין. דעס מיינט דיפאנד די טרעפיק פאליס. נישט די געהעריגע פאליס וואס זענען דא פאר אונז אלע (שווארץ און ווייס אריין גערעכנט). וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין?
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1892
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re:

תגובהדורך בעריש'ל » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 3:07 am

סטיטשינער האט געשריבן:ניין. דעס מיינט דיפאנד די טרעפיק פאליס. נישט די געהעריגע פאליס וואס זענען דא פאר אונז אלע (שווארץ און ווייס אריין גערעכנט). וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין?

כ׳על פרובירן נאכאמאל, קיינער רעדט נישט פון טרעפיק פאליס!! טרעפיק פאליס קען נישט געבן א מאווינג ווייאלעשן, און זיי פארדינען נישט קיין 85,000 א יאר.

נישט נאר דאס, אין מאנסי איז נאר פארהאן געהעריגע פאליס, דו ווילסט אראפ נעמען געהעריגע פאליס פון די גאס, ווייל זיי זענען פארנומען ע״פ רוב מיט טרעפיק פארלעצונגען, און דאס איז נישט וויכטיג.

היינו טעמא דכל אמעריקא, מען גיבט אויס ביליאנען פאר אומוויכטיגע פאליציי.

אויב ווילסטו מער פארשטיין מאך א פשוטע גוגל סירטש וואס דאס מיינט דיפאנד דע פאליס, און לייג צו הארץ, העסטו זעהן אז דו ביסט אויך ביי דעם מיינונג.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

קעדילעק
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך קעדילעק » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 9:32 am

אין ניו יארק סיטי זעט מען עס אן קיין ריסורטש, דער מעיאר ארבעט אויף צו פארמינערן די פאליציי, (נישט די טרעפיק פאליס), און מ'זעט טאקע ווי דער "קלוגער" עצה וואס שטאמט פון די גרעסטע שוטים אין אמעריקא ארבעט פיין, די רעזולטאטן שפעטיגן נישט צו קומען, ווען ווייאלענט קריים און שיסערייען זענען ארויפגעשאסן אין א קורצע תקופה צוריק שיסנדיג ניו יארק אויף ריקווערטס מיט 30 יאר, לייגנדיג אין דער ערד די גאנצע הארעוואניע פון יארן ארבעט צו מאכן ניו יארק בעסער..

#ריפאנדדיפאליס

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1892
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך בעריש'ל » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 9:48 am

קעדילעק האט געשריבן:אין ניו יארק סיטי זעט מען עס אן קיין ריסורטש, דער מעיאר ארבעט אויף צו פארמינערן די פאליציי, (נישט די טרעפיק פאליס), און מ'זעט טאקע ווי דער "קלוגער" עצה וואס שטאמט פון די גרעסטע שוטים אין אמעריקא ארבעט פיין, די רעזולטאטן שפעטיגן נישט צו קומען, ווען ווייאלענט קריים און שיסערייען זענען ארויפגעשאסן אין א קורצע תקופה צוריק שיסנדיג ניו יארק אויף ריקווערטס מיט 30 יאר, לייגנדיג אין דער ערד די גאנצע הארעוואניע פון יארן ארבעט צו מאכן ניו יארק בעסער..

#ריפאנדדיפאליס

קריים אין די סיטי איז נישט געשטיגן מער ווי אין גאנצע לאנד.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

נקודהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3060
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך נקודהלע » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 10:43 am

הרב בעריש. כפארשטיי נישט וואס דו זאגסט.
האסט נישט געשריבן קיין איין סיבה פארוואס מאנסי קען נישט אביסל קאטן פון די פאליס אנוועזנהייט, יא, ס'איז א פאקט אז רעמפאו איז זייער א רואיגע געגנט, און ס'כמעט נישט דא קיין קריים, ממילא איז די פאליס כמעט נאר פאר טראפיק פארלעצונגען, און פאר דעם פעלט נישט אויס אזוי וויכטיג אזוי סאך...
ווי די אני ואפסי איז אריינגעקומען ווייס איך זיכער נישט, זיי דיר ביטע מסביר.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1892
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך בעריש'ל » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 11:03 am

נקודהלע האט געשריבן:בעריש. ביסט נישט גערעכט.
האסט נישט געשריבן קיין איין סיבה פארוואס מאנסי קען נישט אביסל קאטן פון די פאליס אנוועזנהייט, יא, ס'איז א פאקט אז רעמפאו איז זייער א רואיגע געגנט, און ס'כמעט נישט דא קיין קריים, ממילא איז די פאליס כמעט נאר פאר טראפיק פארלעצונגען, און פאר דעם פעלט נישט אויס אזוי וויכטיג אזוי סאך...
ווי די אני ואפסי איז אריינגעקומען ווייס איך זיכער נישט, זיי דיר ביטע מסביר.

איך הער, להוי ידוע לך אז אין ניו יארק סיטי ספענד די פאליציי אסאך איבעריג געלט, וואס פעלט זיך נישט אויס.

איינס פון הונדערט משלים, ביי א הכנסת ספר תורה קומען מענטשן מיט גאןס אויף 100,000 דאלאר וועזשעס פארמאכן גאסן, ווען מען קען נוצן א פשוטע שומרים מעמבער פאר א 100 דאלאר.

טראכט איך אויב אזוי פארוואס ווילן די אידן נישט הערן דערפון, און פון צווייטן זייט ווען די אווער ספענדינג איז אין זיין בעק יארד איז ער אל פאר איט, דאס איז לכאורה עפעס וואס גראמט מיט מיטאקריסי.
לעצט פאראכטן דורך בעריש'ל אום פרייטאג נובעמבער 20, 2020 1:44 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2393
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך ר' יום טוב » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 11:08 am

איך מיין אז די עיקר טעקס באשטייט פון סקול טעקס. סיי וויאזוי איז דאס אלעס סתם גערעדעכט'ס, אין ניו יארק איז די גאנצע ביוקראטיע אויסגעשטעלט צו צאפן שטייער, ובפרט ביי די שולע סיסטעם. די סערוויסעס וואס זענען מאנדעטארי באטרעפט 60% פון די בודזשעטן, און די איבריגע 40% קען מען אויכט נישט צופיל ארומרוקן.  אפילו איינער וועט אריינקומען מאכן סדר און פיינפול שניידן אומנויגע סערוויסעס ווי מ'קען נאר, זיך צוקריגן מיט גענוג מאכטפולע פערזאנען און אנזייען כאאס, גייט די טעקס אראפגיין מיט אפשר אכציג דאלער... 

נקודהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3060
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך נקודהלע » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 11:10 am

בערישל, די דיפאנד די פאליס איז ארויפגעקומען צוליב דעם וואס מ'האט אמאל געגעבן אן אומנויטיגע טראפיק טיקעט פאר א שווראצע מאן? דו ווייסט אז די דיפאנד די פאליס איז נישט פאר די פאליס וואס שטייען אויף פארלעצונגען. און ווי לאנג מ'פראבירט צו לייקענען פאקטן, איז א שאד זיך צו טענה'נען.
-

ר' יו"ט איז גערעכט מיט דעם אז רוב איז די סקול טעקס.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך בבקשה » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 11:12 am

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:בנוגע פארוואס אנדערע סקול דיסטריקס מענידזשן מיט ווייניגער געלט, בין איך נישט אזוי זיכער אז דאס איז אמת, כ׳האב עס נישט נאכגעקוקט אבער איך בין בכלל נישט איבערצייגט אז דאס איז אמת.

דו ווייסט טאקע נישט?? יעדער ווייסט אז ראקלענד האט פון די טייערסטע טעקסעס אין אמעריקע!!!

איך ווייס נישט טאמער די ביסט סארקאסטיש צו נישט, אבער אז די ווילסט קאמפעריען קענסטו קוקן דא

די רעיטס פאר יעדער טויזענט דאללער לויט די אססעסערס שאצוג, איז אזוי, די טייערסטע איז העוועסטראו-סטאני פאוינט, ווי עס קאסט $40.54 פאר יעדער טויזענטער וואס די אסעססער שאצט, די ביליגסטע איז סאגאנפאק סקול דיסטריקט אין סופאלק אין סאוטהעמפטען, וואס איז בלויז $0.41 (!) פאר יעדער טויזענטער, איסט ראמאפאו אין ראמאפאו איז $15.91, אין די אונטערשטע דריטעל (דהיינו אז עכ״פ 2/3 ניו יארקער דיסטריקטס צאלן מער פון איסט ראמאפאו). צום פארגלייכען איז קרית יואל די ראטע $14.21 פאר א טויזענטער, מילא מיין איך אז מען קען רואיג זאגן אז איסט ראמאפאו האט כלפי ניו יארק גאנץ ביליגע סקול טעקסעס.

די טויזענטער וואס איך רעד דא, רעד איך פון וואס די אססעסער האלט עס איז ווערד, נישט די אססעסד וועליו. אין ראמאפו, דאכט זיך אז אססעסעד וועליו איז בערך 12% פון די פולע וועליו וואס די אסעססער שאצט.

בנוגע די טאון טעקסעס, האב איך נישט פארגליכען.

נישטאמת
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך נישטאמת » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 11:15 am

נקודהלע האט געשריבן:ר' יו"ט איז גערעכט מיט דעם אז רוב איז די סקול טעקס.

די גאנצע שמועס איבער וואס מען טוט מיט די געלט האט זיך באצויגן צו דע viewtopic.php?p=2486970#p2486970 תגובה, קומט דא נישט אריין א סקול טעקס.

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2704
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך shimon7323 » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 11:40 am

נקודהלע האט געשריבן:בערישל, די דיפאנד די פאליס איז ארויפגעקומען צוליב דעם וואס מ'האט אמאל געגעבן אן אומנויטיגע טראפיק טיקעט פאר א שווראצע מאן? דו ווייסט אז די דיפאנד די פאליס איז נישט פאר די פאליס וואס שטייען אויף פארלעצונגען. און ווי לאנג מ'פראבירט צו לייקענען פאקטן, איז א שאד זיך צו טענה'נען.
-

ר' יו"ט איז גערעכט מיט דעם אז רוב איז די סקול טעקס.

לאוו דוקא, איך האב א קאנדא, און צאל 15 אלפים בערך האלב אויף האלב פאר רעמפא און האלב פאר סקול.
פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדזשיוקעטעד חכם ווי אן עדזשיוקעטעד טיפש.

שטיצט א איד ווען איר קויפט אויף אמעזאן

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך בבקשה » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 12:34 pm

shimon7323 האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:בערישל, די דיפאנד די פאליס איז ארויפגעקומען צוליב דעם וואס מ'האט אמאל געגעבן אן אומנויטיגע טראפיק טיקעט פאר א שווראצע מאן? דו ווייסט אז די דיפאנד די פאליס איז נישט פאר די פאליס וואס שטייען אויף פארלעצונגען. און ווי לאנג מ'פראבירט צו לייקענען פאקטן, איז א שאד זיך צו טענה'נען.
-

ר' יו"ט איז גערעכט מיט דעם אז רוב איז די סקול טעקס.

לאוו דוקא, איך האב א קאנדא, און צאל 15 אלפים בערך האלב אויף האלב פאר רעמפא און האלב פאר סקול.

וויפיל פון דאס וואס די רופסט ראמאפאו איז באמת ראקלענד קאונטי? קוק דיין בילל.

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך פומפדותא » זונטאג נובעמבער 22, 2020 9:32 am

פומפדותא האט געשריבן:פאקטען בנוגע די פארגעשלאגענע 2021 רעמעפאו טאון בוזשעט.

די פארגעשלאגענע בוזשעט גייט שניידן 6 מיליאן דאלער און אויסגאבן, און טעקס גייט אראפ גיין פאר א "טייל" איינוואוינער, אבער געוויסע הוצאות וואו גארביזש, ריסייקלינג, פאליס, אמבולנס, סוער, לייטינג, וואסער וכדומה זענען ארויף אין קאסט גייען א טייל איינוואוינער זעהן א העכערונג אין זייער טעקס ביל.

און וואס ווענדט זיך אויב די טעקס גייט ארויף, אדער אראפגיין דאס יאר?

ווענדט זיך וואו מען וואוינט, הייזער וואס זענען אין א פולע סערוויס וויליזש גייט די טעקס אראפגיין, הייזער וואס זענען אין א האלבע סערוויס וויליזש גייט טעקס נאר אביסל אראפגיין, און הייזער וואס זענען נישט אין קיין שום וויליזש גייט די טעקס ארויפגיין.

פאר עסעסד וועליו פון $50,000

• מאנסי נישט וויליזש +$193.61
• ספרינג וואלי -$140.56
• סאפערן -$133.13
• מאנטיבעלאו -$4.76

פרייטאג האט די טאון פון רעמעפאו אריבער געפירט די בוזשעט פון 2021 (למספרם).

עס קומט זיך אסאך קרעדיט פאר אונזער געטרייער סופערווייזער מר. מייקעל ספעקט פאר'ן שניידן 6 מיליאן דאלער פון די בוזשעט.

בנוגע די טעקס העכערונג פאר די איינוואוינער וואס באקומען פולע סערוויסעס פון די טאון, מען האט אריינגעלייגט אסאך כוחות און מען האט געשניטן די טעקס העכערונג מיט א דריטל. דאס איז חוץ פון דעם וואס אין די 2020 בוזשעט האט די סופערווייזער געהאט געשניטן די טעקס פאר די unincorporated area of Ramapo מיט $206 פאר יעדע 50,000 אסעסד וועליו זעה דא, אין טראץ די יעצטיג העכערונג גייט מען נאך אלס צאלן ביליגער ווי 2019 . (2020 בוזשעט געשניטן טעקס מיט $206, 2021 געהעכערט טעקס מיט $128, = $78 ווייניגער פון 2019 בוזשעט)

אזוי אויך קומט זיך אנערקענונג פאר אונזער סופערווייזער אז טראצדעם וואס די סופערווייזער וואלט געקענט נעמען א 3% העכערונג אין וועיזשעס, אבער פארשטייענדיג אז אסאך מענטשען געפונען זיך אין זייער א שווערע צושטאנד האט ער נישט גענומען א רעיז דאס יאר.

איך שפיר אז עס קומט זיך אסאך קרעדיט פאר אונזער סופערווייזער בשעת וואס ראקלענד קאונטי האט געהעכערט טעקס, און קלארקסטאון האט נישט נאר געהעכערט טעקס נאר אויך געבראכן די טעקס קעפ דאס יאר, האט רעמעפאו דאס יאר און אויך פאריאר געהאט א בוזשעט וואס איז מיט 6 מיליאן אונטער די לימיט.

נישטאמת
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך נישטאמת » זונטאג נובעמבער 22, 2020 1:31 pm

זייער פיין און וואויל מען טרייט צו האלטן נידעריג די טעקסעס\באדזשעט וכלי' און א גרויסן שכח @פומפדותא פארן ברענגן די באריכט און אונז האלטן אינפארמירט כסדר. אבער איין זאך וויל איך פארשטיין, סאיז דאך צוגעקומען אזוי פיל הייזער די לעצטע צען יאר - א פראטערטי וואס האט אמאל מיט אן אלטן הויז אריין געברענגט 10 טויזענט דאלער טעקס ברענגט היינט אריין 30 - ווי גייט די פרישע 20 טויזענט? אפילו די באדזשעט האט זיך געדאפלט וואלט נאך אלץ די טעקס אראפ גיין מיט האלב?

אוועטאר
TAG
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2009 1:41 am
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך TAG » זונטאג נובעמבער 22, 2020 1:58 pm

פומפדותא האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:פאקטען בנוגע די פארגעשלאגענע 2021 רעמעפאו טאון בוזשעט.

די פארגעשלאגענע בוזשעט גייט שניידן 6 מיליאן דאלער און אויסגאבן, און טעקס גייט אראפ גיין פאר א "טייל" איינוואוינער, אבער געוויסע הוצאות וואו גארביזש, ריסייקלינג, פאליס, אמבולנס, סוער, לייטינג, וואסער וכדומה זענען ארויף אין קאסט גייען א טייל איינוואוינער זעהן א העכערונג אין זייער טעקס ביל.

און וואס ווענדט זיך אויב די טעקס גייט ארויף, אדער אראפגיין דאס יאר?

ווענדט זיך וואו מען וואוינט, הייזער וואס זענען אין א פולע סערוויס וויליזש גייט די טעקס אראפגיין, הייזער וואס זענען אין א האלבע סערוויס וויליזש גייט טעקס נאר אביסל אראפגיין, און הייזער וואס זענען נישט אין קיין שום וויליזש גייט די טעקס ארויפגיין.

פאר עסעסד וועליו פון $50,000

• מאנסי נישט וויליזש +$193.61
• ספרינג וואלי -$140.56
• סאפערן -$133.13
• מאנטיבעלאו -$4.76

פרייטאג האט די טאון פון רעמעפאו אריבער געפירט די בוזשעט פון 2021 (למספרם).

עס קומט זיך אסאך קרעדיט פאר אונזער געטרייער סופערווייזער מר. מייקעל ספעקט פאר'ן שניידן 6 מיליאן דאלער פון די בוזשעט.

בנוגע די טעקס העכערונג פאר די איינוואוינער וואס באקומען פולע סערוויסעס פון די טאון, מען האט אריינגעלייגט אסאך כוחות און מען האט געשניטן די טעקס העכערונג מיט א דריטל. דאס איז חוץ פון דעם וואס אין די 2020 בוזשעט האט די סופערווייזער געהאט געשניטן די טעקס פאר די unincorporated area of Ramapo מיט $206 פאר יעדע 50,000 אסעסד וועליו זעה דא, אין טראץ די יעצטיג העכערונג גייט מען נאך אלס צאלן ביליגער ווי 2019 . (2020 בוזשעט געשניטן טעקס מיט $206, 2021 געהעכערט טעקס מיט $128, = $78 ווייניגער פון 2019 בוזשעט)

אזוי אויך קומט זיך אנערקענונג פאר אונזער סופערווייזער אז טראצדעם וואס די סופערווייזער וואלט געקענט נעמען א 3% העכערונג אין וועיזשעס, אבער פארשטייענדיג אז אסאך מענטשען געפונען זיך אין זייער א שווערע צושטאנד האט ער נישט גענומען א רעיז דאס יאר.

איך שפיר אז עס קומט זיך אסאך קרעדיט פאר אונזער סופערווייזער בשעת וואס ראקלענד קאונטי האט געהעכערט טעקס, און קלארקסטאון האט נישט נאר געהעכערט טעקס נאר אויך געבראכן די טעקס קעפ דאס יאר, האט רעמעפאו דאס יאר און אויך פאריאר געהאט א בוזשעט וואס איז מיט 6 מיליאן אונטער די לימיט.

ס'קומט זיך גארנישט קיין קרעדיט פאר מר ספעקט און נישט פאר זיין טרעז'ערער. ער גייט אין די וועגען פון סט. לאורנס און קערט נישט אז די עולם צאלט אזוי סאך טעקסעס, נאר פאר ס'וועט זיין עלעקשאנס וועט ער ווייטער צו ווארפען א ביינדל, אזוי ווי פאריגע מאל.

יא מ'האט אריין געוואוט היימישע קאנדידאדטן אין די סקול בארד, און ס'האט גארנישט געברענגט קיין נוצען פאר אונז, האבן די הוים אוונערס די לעצטע פאר מאל געוואוט NO פאר די באדזעט, צו ס'גפעלט פאר די קאנדידאטן אדער נישט. און יעצט איז צייט צו שטעלן די טאון אפען פלאץ. זאלן זיי הייערן א קאמפעני צו רעקאנסטראקטן אלע אפטיילונגן און פשוט פייערן וועם ס'פלעט נישט אויס אזוי ווי יעדע ביזנעס.

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך בבקשה » זונטאג נובעמבער 22, 2020 2:17 pm

ס'איז דא צוויי פאקטראען וויאזוי מען רעכענט שטייערען, 1. טעקס לעווי, דהיינו וויפיל געלט דארף אויפגעטריבען ווערען דורך די שטאט 2. וויפיל איז ווערט אלע הייזער אין די שטאט, דערנאך צוטיילט מען די טעקס לעווי לויט די ווערט פון די הייזער.

די טעקס לעווי ווערט אבער אויך צוטיילט אין אסאך חלקים, אויף מיין טעקס ביל זעה איך די פאלגענדגע טעקסעס

1. טאון
2. פאליס
3. פייער
4. אמבולאנס
5. סיוער
6. גארבידזש
7. פארשידינע אנדערע טעקסעס געוויסע פון זיי טאון טעקסעס, געוויסע פון זיי קאונטי טעקסעס.

די סיבה פארוואס די טעקס לעווי איז איינגעטיילט איז אזוי, נישט יעדער וועט באצאלען אלע שטייערען, למשל, איינער וואס וואוינט אין ספרינג וועלי, וועט נישט באצאלען קיין פאליס שטייער פאר ראמאפאו, ווייל ספרינג וועלי האט זייער אייגענע פאליס, לגבי פייער, וועט יעדער נאר באצאלען פאר זיין אייגענע פייער דעפארטמענט, מילא איינער וועט באצאלען פאר איין פייער דעפארטמענט און א צווייטע וועט באצאלען פאר א צווייטע, די זעלבע מיט אמבולאנס, עס איז איינגעטיילט אין דיסטריקטס, איינער באצאלט פאר דיסטריקט #1 און א צווייטע פאר דיסטריקט #2.

יעצט געוואנדען אין וועלעכע חלק פון די טעקס לעווי גייט ארויף, אפעקטירט דאס מענטשען פון אנדערע געגענטער אנדערש, נאך איין נקודה, די טאון האט אינקאום פון אנדערע פלעצער אויך, טיקעטס, פערמיט קאסטען, אינספעקטשיען פרייזען וכו' וכו', מילא קומט אויס אז די טאון האט מער פון איין וועג זיך צו דעקן.

יעצט לאמיר זעהן וואס איז געשען דא. אין 2020 איז די בודזשעט געווען $123 מיליאן דאללער, און די טעקס לעווי איז געווען $84.6 מיליאן דאללער, דהיינו אז די טאון האט גערעכענט $38.4 מיליאן דאללער פון אנדערע סארסעס, היי יאר אבער, איז די בודזשעט אראפ מיט $6 מיליאן דאללער, צו $117 מיליאן דאללער, אבער די טעקס לעווי איז ארויף צו $86 מיליאן דאללער, דהיינו אז די שטאט רעכנעט זיך אויף $31 מיליאן דאללער אינקאם, מיט 7.4 מיליאן ווייניגער פון פאראיאר. (לכאורה צוליב קאראנאו)

בקיצור די טאון האט זיך געזען אין א לאך פון $7.4 מיליאן דאללער, פון ווייניגער אינקאם, פארגעס פון די פאקט אז יעדער יאר גייט די קאסטען פון די טאון ארויף, זיי ליידען פון אינפלאציע פונקט ווי יעדער, איז געגאגנגען די סופערווייזער, אנשטאט העכערען די שטייערען מיט $7.4 מיליאן דאללער, און עס בלויז געהעכערט $1.4 מיליאן דאללער, און געשניטען $6 מיליאן דאללער פון די בודזשעט, פארשטייט זיך אבער, אז די בודזשעט איז צוטיילט ווי אויבען געשריבען, און ער האט געשניטען ככל העולה על ידו, ווי און ווען ער האט געקענט, אריינרעכענדיג נישט נעמען קיין העכערונג אין געהאלט פאר זיך. ס'איז עם טאקע געלונגען צו שניידען געוויסע שטייערען, און מענטשען אין געוויסע ווילידזשעס וועלען נאך זעהן א רעדוקציע אין שטייערען, אבער פאר די מענטשען פון די טאון אליינס, איז עם נישט געלונגען צו שניידען גענוג.

מיט דעם אלעם, קומט זיך עם א ריזיגע יישר כח פאר וואס ער האט יא אויפגעטוהן, מיטן שניידען וויפיל עס גייט.

נאך איין נקודה, מען דארף וויסן אז די 1.4 מיליאן דאללער העכערונג אין די טעקס לעווי, איז פאלטש, ווייל היי יאר גייט עירמאנט אויפהערען צו נעמען אליין די גארבידזש, און אנשטאט דעם גייט די טאון עס אנפאנגען נעמען, ביז היינט האט איינער וואס וואינט אין עירמאנט נישט באצאלט קיין גארבידזש טעקס, יעצט וועט ער יא צאלן גארבידזש טעקס, לכבוד דעם וועט די ווילעדזש אוו עירמאנט טעקס ביל אראפגיין מיט בערך א דריטעל פון דעם וואס איז געווען פאראיאר. ווילעדזש אוו עירמאנט האט פאראיאר באצאלט כמעט א מיליאן דאללער פאר די גארבידזש, אויב זאל מען רעכענען אז ראמאפאו וועט יעצט דארפן באצאלען נאך כמעט א מיליאן דאללער פאר די גארבידזש (וואס היי יאר וועלען די מענטשען פון עירמאנט אויך באצאלען דערפאר, מילא קומט אויס אז די אוועראלל ביל גייט בלייבען מער ווייניגער דער זעלבע), קומט אויס אז די העכערונג פון 1.4 מיליאן דאללער איז באמת נישט קיין העכערונג פון 1.4, נאר עס איז נענטער צו א העכערונג פון בלויז בערך א האלבע מיליאן דאללער.

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך בבקשה » זונטאג נובעמבער 22, 2020 2:21 pm

TAG האט געשריבן:
ס'קומט זיך גארנישט קיין קרעדיט פאר מר ספעקט און נישט פאר זיין טרעז'ערער. ער גייט אין די וועגען פון סט. לאורנס און קערט נישט אז די עולם צאלט אזוי סאך טעקסעס, נאר פאר ס'וועט זיין עלעקשאנס וועט ער ווייטער צו ווארפען א ביינדל, אזוי ווי פאריגע מאל.

יא מ'האט אריין געוואוט היימישע קאנדידאדטן אין די סקול בארד, און ס'האט גארנישט געברענגט קיין נוצען פאר אונז, האבן די הוים אוונערס די לעצטע פאר מאל געוואוט NO פאר די באדזעט, צו ס'גפעלט פאר די קאנדידאטן אדער נישט. און יעצט איז צייט צו שטעלן די טאון אפען פלאץ. זאלן זיי הייערן א קאמפעני צו רעקאנסטראקטן אלע אפטיילונגן און פשוט פייערן וועם ס'פלעט נישט אויס אזוי ווי יעדע ביזנעס.

קומט עם גארנישט קיין קרעדיט? הא? ער גייט אין דער וועג פון סט. לאורנס? אזוי? געב א קוק ווי הויעך סט. לאורנס האט געהעכערט די שטייערען, און וויפיל ספעקט האט געהעכערט שטייערען.

פאראיאר האט ספעקט גארנישט געהויבן די טעקס לעווי, און היי יאר מיט ממש א שיבוש (קוק מיין פריערדיגע תגובה)

לגבי די סקול באורד, ווייס איך נישט וואס די ווילסט פון ספעקט, ער האט גארנישט מיט די סקול באורד.

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך שיעלע בהמה » זונטאג נובעמבער 22, 2020 2:26 pm

פומפדותא האט געשריבן:א קריאה יוצאת צו אלע חברים דא, אויב האט איר א פראבלעם אז טעקס גייט ארויפגיין אין געוויסע געגענטער אין מאנסי, ביטע נישט זיצן אויף אייוועלט און זיך רעגן, נאר אויפהייבן א טעלעפאון צום טאון סופערווייזער און לאזט הערן איינער מיינונג אז איר זענט קעגן יעדע טעקס העכערונג פאר די unincorporated part of Ramapo, אזוי אויך קענט איר לאזן וויסן אז אין אזא שווערע צייט זענט איר קעגן רעיסעס פאר עלעקטעד אפישעלס.

די נומבער צום סופערווייזערס אפיס איז. 845-357-5100. Ext 202

עשיתי כאשר ציווית..

כהאב אריינגערופן פרייטאג אינעם אפיס פונעם טאון סופערווייזער און זיי היבש באזאגט

א שעה דערויף האב איך באקומען א פאון קאלל פונעם טאון סופערווייזער בכבודו ובעצמו, ער האט זיך פרובירט צו פארענטפערן

דאס איבעריגע איז אירעלעוועט, די עיקר אז זיי זאלן זעהן אז דער עולם האלט מיט וואס זיי טוען

נקודהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3060
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך נקודהלע » זונטאג נובעמבער 22, 2020 2:34 pm

בבקשה האט געשריבן:
TAG האט געשריבן:
ס'קומט זיך גארנישט קיין קרעדיט פאר מר ספעקט און נישט פאר זיין טרעז'ערער. ער גייט אין די וועגען פון סט. לאורנס און קערט נישט אז די עולם צאלט אזוי סאך טעקסעס, נאר פאר ס'וועט זיין עלעקשאנס וועט ער ווייטער צו ווארפען א ביינדל, אזוי ווי פאריגע מאל.

יא מ'האט אריין געוואוט היימישע קאנדידאדטן אין די סקול בארד, און ס'האט גארנישט געברענגט קיין נוצען פאר אונז, האבן די הוים אוונערס די לעצטע פאר מאל געוואוט NO פאר די באדזעט, צו ס'גפעלט פאר די קאנדידאטן אדער נישט. און יעצט איז צייט צו שטעלן די טאון אפען פלאץ. זאלן זיי הייערן א קאמפעני צו רעקאנסטראקטן אלע אפטיילונגן און פשוט פייערן וועם ס'פלעט נישט אויס אזוי ווי יעדע ביזנעס.

קומט עם גארנישט קיין קרעדיט? הא? ער גייט אין דער וועג פון סט. לאורנס? אזוי? געב א קוק ווי הויעך סט. לאורנס האט געהעכערט די שטייערען, און וויפיל ספעקט האט געהעכערט שטייערען.

פאראיאר האט ספעקט גארנישט געהויבן די טעקס לעווי, און היי יאר מיט ממש א שיבוש (קוק מיין פריערדיגע תגובה)

לגבי די סקול באורד, ווייס איך נישט וואס די ווילסט פון ספעקט, ער האט גארנישט מיט די סקול באורד.

כ'זע נישט ווי ער זאל שרייבן אז ספעקט האט עפעס מיטן סקול בארד, ער שרייבט בס"ה אז אין די סקול בארד איז דער עולם געגאנגען קעגן די רצון פון די עסקנים, זעענדיג אז די עסקנים זענען זייער פארנומען צו נישט אויפרעגן די שכנים און מ'פארגעסט פון שניידן פון די טעקסעס, און מ'רופט נאך אן געוויסע קהילות בעטן און הייסן אז זיי זאלן שטוצן YES פאר די בודזעט. האט ער צוגעשטעלט אז דא וועט דער עולם אויך נישט מער זיך רעכענען מיט זייערע אינדוריסרונגען... (ביל וועבער וועט פליצלונג ווערן צוריק א שונא ישראל וכו'...)

איך גיי אייביג מיט די עסקנים, און איך בארעכטיג נישט די וואס טוען פארקערט, אבער רוב עולם ביי אונז גייט שוין נישט ווי קעלבעלעך... ס'איז צייט אז זיי זאלן כאפן וואס גייט פארן און פירן אפענע און קלארע דיסקוסיעס און מיטטיילונגען מיטן ציבור... ווייל מיט א נוקדה'לע אליינס קען מען קיין וואלן נישט געוואונען... (אפי' טראמפ האט פארלוירן...)
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט

נקודהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3060
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך נקודהלע » זונטאג נובעמבער 22, 2020 2:35 pm

שיעלע בהמה האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:א קריאה יוצאת צו אלע חברים דא, אויב האט איר א פראבלעם אז טעקס גייט ארויפגיין אין געוויסע געגענטער אין מאנסי, ביטע נישט זיצן אויף אייוועלט און זיך רעגן, נאר אויפהייבן א טעלעפאון צום טאון סופערווייזער און לאזט הערן איינער מיינונג אז איר זענט קעגן יעדע טעקס העכערונג פאר די unincorporated part of Ramapo, אזוי אויך קענט איר לאזן וויסן אז אין אזא שווערע צייט זענט איר קעגן רעיסעס פאר עלעקטעד אפישעלס.

די נומבער צום סופערווייזערס אפיס איז. 845-357-5100. Ext 202

עשיתי כאשר ציווית..

כהאב אריינגערופן פרייטאג אינעם אפיס פונעם טאון סופערווייזער און זיי היבש באזאגט

א שעה דערויף האב איך באקומען א פאון קאלל פונעם טאון סופערווייזער בכבודו ובעצמו, ער האט זיך פרובירט צו פארענטפערן

דאס איבעריגע איז אירעלעוועט, די עיקר אז זיי זאלן זעהן אז דער עולם האלט מיט וואס זיי טוען

גאנישט קיין בהמה! געטון צו די זאך!
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך בבקשה » זונטאג נובעמבער 22, 2020 2:42 pm

נקודהלע האט געשריבן:כ'זע נישט ווי ער זאל שרייבן אז ספעקט האט עפעס מיטן סקול בארד, ער שרייבט בס"ה אז אין די סקול בארד איז דער עולם געגאנגען קעגן די רצון פון די עסקנים, זעענדיג אז די עסקנים זענען זייער פארנומען צו נישט אויפרעגן די שכנים און מ'פארגעסט פון שניידן פון די טעקסעס, און מ'רופט נאך אן געוויסע קהילות בעטן און הייסן אז זיי זאלן שטוצן YES פאר די בודזעט. האט ער צוגעשטעלט אז דא וועט דער עולם אויך נישט מער זיך רעכענען מיט זייערע אינדוריסרונגען... (ביל וועבער וועט פליצלונג ווערן צוריק א שונא ישראל וכו'...)

איך גיי אייביג מיט די עסקנים, און איך בארעכטיג נישט די וואס טוען פארקערט, אבער רוב עולם ביי אונז גייט שוין נישט ווי קעלבעלעך... ס'איז צייט אז זיי זאלן כאפן וואס גייט פארן און פירן אפענע און קלארע דיסקוסיעס און מיטטיילונגען מיטן ציבור... ווייל מיט א נוקדה'לע אליינס קען מען קיין וואלן נישט געוואונען... (אפי' טראמפ האט פארלוירן...)

ער רעדט זיך אפ וועגען די הויעכע שטייערען און ווארפט אריין די סקול באורד, האב איך געוואלט אויפקלערען אז ספעקט האט גארנישט דערמיט.

ספעקט האט נישט נאך קיין עלעקשין ביז 3 יאר, דער פאקט אז ער פרובירט יעצט צו שניידען טעקסעס מיינט אז ער איז שטארק פאראינטריסיט אז טעקס זאל זיין ביליג, און ער גייט לכאורה דאס מאכן די צענטראלע אישו פון זיין קאמפיין אין 2023, אויב אזוי וועט ער מוזן ווייטער שניידען טעקסעס וויפיל ער קען, אויב ביי איינעם איז טעקסעס די וויכטיגסטע זאך, דאן דארף ער שטיצען ספעקט,

דאס וואס ער גייט נישט שטיצען ספעקט ווייל די עסקנים שטיצען עם, איז ביי מיר פונקט ווי די קעלבעל וואס גייט אלעמאל נאך די עסקנים, נאר ער איז א קעלבעל וואס לויפט אלעמאל אוועק פון וואס די עסקנים הייסען. חוץ אויב ער האט אן אנדערע פראבלעם מיט ספעקט, וואס דעמאלסט זאל ער זאגן זיין פראבלעם און ברענגן ראיות אז ספעקט מאכט א חורבן.

נקודהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3060
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך נקודהלע » זונטאג נובעמבער 22, 2020 2:53 pm

וועגן די ערשטע חלק ווייס איך נאכאלץ נישט וואס דו ווילסט, ער שרייבט נישט אז ספעקט האט מיט די סקול טעקס, נאר מיט די רעמפאו טעקס (כ'ווייס נישט אויב ספעקט העכערט עס, אבער דאס איז זיין טענה, און איך זע נישט פארוואס דו ווערסט סטאק אויף די ווארט סקול בארד און דו שרייבסט אז ספעקט האט גארנישט מיט סקאל בארד/טעקס) עפעס כאפ איך נישט.

אויף דיין צווייטע חלק, האלט איך פונקט ווי דיר, אז ס'איז דא א געוויסע צומצום ביי מענטשן צו טון פארקערט ווי די עסקנים, און דו פארגלייכסט עס צו די וואס טאנצן נאך די עסקנים בלינדערהייט - כ'מיין אבער אז ס'איז אסאך נערישער, ווייל דער וואס טאנצט נאך אן עסקן האט כאטש א איד וואס איז פארנומען מיט טובת פארן כלל וואס האלט אז דאס איז די טובה פארן כלל, ממילא איז גארנישט קיין קטנות מיטצוגיין מיט יענעם בלינדערהייט, משא"כ דער וואס גייט אייביג קעגן די עסקנים.

(אמר"ש ווען איך רעד פון אן עסקן מיין איך נישט א מארקעטער וואס האט חוץ ביי די רובאשקין פאל לכאורה קיין עסקנות נישט געטון... נאר זאגט וואס מ'צאלט אים אויף, למשל יעצט ביי ביל וועבער געזאגט אויף קול מבשר אז אלע רבנים און עסקנים שטוצן אים, און אנגעהייצט דער עולם אנטקעגן מעלניק, א זאך וואס איז במציאות נישט געווען אמת, נאר ממש אפאר רבנים האבן זיך געשטעלט אויף וועבער'ס זייט - און במחילת כבוד תורתם איז עס מער ווייניגער געווען רבנים וואס טראגן נישט קיין גרויסע אחריות ווי מוסדות אדער גרעסערע קהילות, דאקעגן זענען די גרעסטע קהילות ארויס און אינדארסירט מעלניק, ארייגערעכנט סקווירא און וויזשניץ, און די אנדערע ווי סאטמאר האבן זיך נישט געמישט, אבער אויך נישט געשטיצט וועבער... יא, איך ווייס אז פון די עמך מענשטן איז געווען א רוח אים צו שטוצן, און טאקע וועגן דעם האבן רוב עכטע עסקנים זיך געהאלטן שטיל...)
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך שיעלע בהמה » זונטאג נובעמבער 22, 2020 3:04 pm

בבקשה האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:כ'זע נישט ווי ער זאל שרייבן אז ספעקט האט עפעס מיטן סקול בארד, ער שרייבט בס"ה אז אין די סקול בארד איז דער עולם געגאנגען קעגן די רצון פון די עסקנים, זעענדיג אז די עסקנים זענען זייער פארנומען צו נישט אויפרעגן די שכנים און מ'פארגעסט פון שניידן פון די טעקסעס, און מ'רופט נאך אן געוויסע קהילות בעטן און הייסן אז זיי זאלן שטוצן YES פאר די בודזעט. האט ער צוגעשטעלט אז דא וועט דער עולם אויך נישט מער זיך רעכענען מיט זייערע אינדוריסרונגען... (ביל וועבער וועט פליצלונג ווערן צוריק א שונא ישראל וכו'...)

איך גיי אייביג מיט די עסקנים, און איך בארעכטיג נישט די וואס טוען פארקערט, אבער רוב עולם ביי אונז גייט שוין נישט ווי קעלבעלעך... ס'איז צייט אז זיי זאלן כאפן וואס גייט פארן און פירן אפענע און קלארע דיסקוסיעס און מיטטיילונגען מיטן ציבור... ווייל מיט א נוקדה'לע אליינס קען מען קיין וואלן נישט געוואונען... (אפי' טראמפ האט פארלוירן...)

ער רעדט זיך אפ וועגען די הויעכע שטייערען און ווארפט אריין די סקול באורד, האב איך געוואלט אויפקלערען אז ספעקט האט גארנישט דערמיט.

ספעקט האט נישט נאך קיין עלעקשין ביז 3 יאר, דער פאקט אז ער פרובירט יעצט צו שניידען טעקסעס מיינט אז ער איז שטארק פאראינטריסיט אז טעקס זאל זיין ביליג, און ער גייט לכאורה דאס מאכן די צענטראלע אישו פון זיין קאמפיין אין 2023, אויב אזוי וועט ער מוזן ווייטער שניידען טעקסעס וויפיל ער קען, אויב ביי איינעם איז טעקסעס די וויכטיגסטע זאך, דאן דארף ער שטיצען ספעקט,

דאס וואס ער גייט נישט שטיצען ספעקט ווייל די עסקנים שטיצען עם, איז ביי מיר פונקט ווי די קעלבעל וואס גייט אלעמאל נאך די עסקנים, נאר ער איז א קעלבעל וואס לויפט אלעמאל אוועק פון וואס די עסקנים הייסען. חוץ אויב ער האט אן אנדערע פראבלעם מיט ספעקט, וואס דעמאלסט זאל ער זאגן זיין פראבלעם און ברענגן ראיות אז ספעקט מאכט א חורבן.

איך האב געזאגט פאר ספעקט אז די אבנארמאלע הויעכע סקול טעקס דארף אויף עפעס א וועג ווערן קאמפענסעיטעט, קיינעם גייט נישט אן די ראציאנאל
איך דער וואוטער וויל זעהן מיין באדעם ליין טעקס ביל געשניטן

אז מקען נישט מסדר זיין די סקול טעקס ווייל מיר האבן נישט קיין ווארט דארטן דארף זיך עס דא עפעס אויסגלייכן

-----------

חוץ א מעשה, איינער פארשטייט די שווערע פאליציי אנוועזנהייט? אנלעס דאס איז נאך א פארעם פון טעקס..

איך האב געפרעגט דעם סופערווייזער, פארוואס גיבסטו 42 מיליאן דאלער פאר די פאליס? ער האט זיך פרובירט צו פארענטפערן אז ער פרובירט צו שניידן זייערע וועידזשעס וכו'
האב איך אים געזאגט: איך רעספעקט זייער שטארק די פאליס, אדרבה זאלן זיי באקומען שיין באצאלט, אבער פארוואס ווען איך עפן מיין וועיז זעה איך ארום מיין הויז 3-4 פאליסן לאקערן נאך קרבנות?.. שנייד די פאליס בכמות נישט באיכות
מיר קענען פונקט אזוי זיין סעיף מיט האלב די פאליציי מענטשן קראפט
---
צווישן אנדערע האב איך געפרעגט דעם סופערווייזער: וואס איז די פוינט אין קאטן די טעקסעס און א יאר דערויף עס נאכאמאל העכערן?..

-------

בקיצור, אז דער עולם וועט מיטהאלטן און אריינרופן וועט זיין געהעריגע אקאונטעביליטי
לעצט פאראכטן דורך שיעלע בהמה אום זונטאג נובעמבער 22, 2020 3:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך בבקשה » זונטאג נובעמבער 22, 2020 3:15 pm

יעצט צו רופן וועגען טעקסעס איז אביסל צו שפעט, פרייטאג האט מען באשטעיטיגט די בודזשעט, ס'איז געווען אביסל צו שפעט צו טוישען די בודזשעט, די אמת איז אז מען האט געדארפט גיין צו די פובליק היערינג נאוועמבער 5, וואס דאן וואלט מען נאך געקענט ערלעדיגען א זאכליכע טויש. אויף נעקסטע יאר דארף מען געדענקען סוף אקטובער צו קוקן ווען די פובליק היעריג גייט זיין, און דעמאלסט האט מען א גרעסערע טשאנס עפעס אויף צו טוהן. די פאקט אז מער פון א דריטעל פון די בודזשעט גייט צו די פאליס איז אביסל מאדנע צו מיר.

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך שיעלע בהמה » זונטאג נובעמבער 22, 2020 3:36 pm

בבקשה האט געשריבן:יעצט צו רופן וועגען טעקסעס איז אביסל צו שפעט, פרייטאג האט מען באשטעיטיגט די בודזשעט, ס'איז געווען אביסל צו שפעט צו טוישען די בודזשעט, די אמת איז אז מען האט געדארפט גיין צו די פובליק היערינג נאוועמבער 5, וואס דאן וואלט מען נאך געקענט ערלעדיגען א זאכליכע טויש. אויף נעקסטע יאר דארף מען געדענקען סוף אקטובער צו קוקן ווען די פובליק היעריג גייט זיין, און דעמאלסט האט מען א גרעסערע טשאנס עפעס אויף צו טוהן. די פאקט אז מער פון א דריטעל פון די בודזשעט גייט צו די פאליס איז אביסל מאדנע צו מיר.

מער פון א דריטל פונעם באדזשעט גייט פאר אונזערע טיקעטס.. אנבעליוועבל

-----

פאר אזא גרויסע באדזשעט דארף מען די טיקעט'ס אינקאם.. און בכדי צו קענען פארטיילן אזויפיל טיקעטס ברויך מען א ריזיגע פאליציי קראפט.. און בכדי צו האבן א ריזיגע פאליציי קראפט דארף מען צולייגן א דריטל מער צו די באדזשעט... און בכדי צו דעקן אזא ריזיגע באדזשעט דארף מען האבן די אינקאם פון די טיקעטס.. סאיז בעיוטיפול..

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: היימישע וויין, טשיינע רב, כ'לאך, נבשר, קאנטרי מאוד און 25 געסט