נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג יוני 25, 2019 11:11 am

פומפדותא האט געשריבן:איך האב גערעדט צו אפאר פון די אונטערגעשריבנע אויף דעם צעטיל, האבן זיי מיר געזאגט אז זיי האבן נאר אונטעגעשריבן צו וואוטען פאר העסקן בנציון ווידער, און וואלש.

פארוואס פאר בנציון יא?! נישטא עפעס א גוי וואס מיינט די טובה פון ראקלענד, א אוהב ישראל בעסער פון אים?!

מען דארף פראבירען צו טרעפן איינעם בעסער, פומפדותא איך ווייס אז בכוח הרבים קען מעם, לאז וויסען.

אוועטאר
מאנסי שטופער
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 12:40 am

תגובהדורך מאנסי שטופער » דינסטאג יוני 25, 2019 11:13 am

עכט היימיש האט געשריבן:איך האב יעצט גערעדט מיט א קרוב משפחה אין מאנסי, און איך האב אים געפרעעגט בנוגע די וואלן זאגט ער אז יעדער וועלט פאר איינזבאך און ווידער, צוויי בארימטע לאנג - יעריגע עסקנים למען הכלל והפרט.
היימישע אידן, מיט הארץ און געפיל צו אחב"י.

נאמען ביטע?

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1025
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דינסטאג יוני 25, 2019 11:16 am

קאנסילמאן האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:איך האב גערעדט צו אפאר פון די אונטערגעשריבנע אויף דעם צעטיל, האבן זיי מיר געזאגט אז זיי האבן נאר אונטעגעשריבן צו וואוטען פאר העסקן בנציון ווידער, און וואלש.

פארוואס פאר בנציון יא?! נישטא עפעס א גוי וואס מיינט די טובה פון ראקלענד, א אוהב ישראל בעסער פון אים?!

מען דארף פראבירען צו טרעפן איינעם בעסער, פומפדותא איך ווייס אז בכוח הרבים קען מעם, לאז וויסען.

ר' בנציון ווידער הייבט אויף די טעלעפאון פאר יעדן איד וואס רופט איהם פאר הילף, ער געט אפילו זיי סעלפאון נומבער.

די קאונטי האט לימיטעד מאכט, אבער וואס עס ליגט אין זיינע הענט וועט ער העלפן א צווייטען איד.
לעצט פאראכטן דורך פומפדותא אום דינסטאג יוני 25, 2019 11:32 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1705
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג יוני 25, 2019 11:19 am

מאנסי שטופער האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:איך האב יעצט גערעדט מיט א קרוב משפחה אין מאנסי, און איך האב אים געפרעעגט בנוגע די וואלן זאגט ער אז יעדער וועלט פאר איינזבאך און ווידער, צוויי בארימטע לאנג - יעריגע עסקנים למען הכלל והפרט.
היימישע אידן, מיט הארץ און געפיל צו אחב"י.

נאמען ביטע?

ער איז נישט קיים פאבליק עסקן, און מען האט נישט מפרסם געווען זיין נאמען פאלטש, ממילא דארף ער נישט פארענפענטליכן זיין נאמען אז ער צוהט צוריק ברבים.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
מאנסי שטופער
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 12:40 am

תגובהדורך מאנסי שטופער » דינסטאג יוני 25, 2019 11:22 am

זעה איך יעצט אין די היינטיגע קול הציבור אז די קול קורא האט בלויז עטליכע רבנים אונטערגעשריבן, נעכטן האט עס געהאט מאסן אונטערשריפטן. איינער ווייסט פשט?

1.png
1.png (154.14 KiB) געזעהן 1256 מאל

IMG-20190624-WA0016.jpg
IMG-20190624-WA0016.jpg (129.78 KiB) געזעהן 1256 מאל

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1025
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דינסטאג יוני 25, 2019 11:41 am

ווען איר גייט ארויס שטימען, געדענק צו וואוטען פאר די פאלגענדע קאנדידאטן.

Thomas Walsh פאר דיסטריק אטורני

העסקן ר' בנציון ווידער (Aaron Weidr) פאר קאונטי לעזשיסלעיטר

ווער עס וואוינט אין די אנדערע קאונטי לעזשיסלעיטאר דיסטריק Toney Earl

אין ספרינג וואלי זאל מען שטימען פאר Aaron Morse פאר טראסטי

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דינסטאג יוני 25, 2019 11:43 am

פומפדותא האט געשריבן:ווען איר גייט ארויס שטימען, געדענק צו וואוטען פאר די פאלגענדע קאנדידאטן.

Thomas Walsh פאר דיסטריק אטורני

העסקן ר' בנציון ווידער (Aaron Weidr) פאר קאונטי לעזשיסלעיטר

ווער עס וואוינט אין די אנדערע קאונטי לעזשיסלעיטאר דיסטריק Toney Earl

אין ספרינג וואלי זאל מען שטימען פאר Aaron Morse פאר טראסטי

איך וויל באמת וויסן, ערנסט: דו ביזט אן אפציעלע עסקן \ ווארט זאגער בנוגע די וואלן?
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דינסטאג יוני 25, 2019 12:02 pm

איך בין דן לכף זכות אז ער איז כאטשיג באצאלט דורכן קאנדידאט, כדי צו גיי קעגן אלע עסקנים.

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1923
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג יוני 25, 2019 12:06 pm

משהלע האט געשריבן:איך בין דן לכף זכות אז ער איז כאטשיג באצאלט דורכן קאנדידאט, כדי צו גיי קעגן אלע עסקנים.

סא, דאס איז שוין עסטעבלישט אז די רבנים שטיצן נישט נאר די עסקנים, האלט מען שוין ערגעץ

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג יוני 25, 2019 12:38 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:ווען איר גייט ארויס שטימען, געדענק צו וואוטען פאר די פאלגענדע קאנדידאטן.

Thomas Walsh פאר דיסטריק אטורני

העסקן ר' בנציון ווידער (Aaron Weidr) פאר קאונטי לעזשיסלעיטר

ווער עס וואוינט אין די אנדערע קאונטי לעזשיסלעיטאר דיסטריק Toney Earl

אין ספרינג וואלי זאל מען שטימען פאר Aaron Morse פאר טראסטי

איך וויל באמת וויסן, ערנסט: דו ביזט אן אפציעלע עסקן \ ווארט זאגער בנוגע די וואלן?

וואס מיינט א אפציעלע עסקן? יעדער וואס טוט איז א עסקן, גם אתה יכול להיות עסקן.

לויט וויפיל דער עסקן טוט במשך די יארען אזויפיל אויערן האט ער וואס הערן אים אויס, אז ער טוט אסאך וועלן אסאך מענטשן אים אויסהערן און אז נישט וועט ער נישט האבן מער ווי עטליכע געציילטע אויערן וואס הערן זיין אדווייז.

פומפדותא האט די רעכט צו געבן אדווייז און אפיניען פאר וועם צו וואטען, און די רוזעלטאטען וועלן זיין בהתאם מיט וויפיל עסקנות ער טוט און וויפיל מענטשן ער העלפט במשך די פיר יאר ווען עס איז נישטא קיין וואלען.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דינסטאג יוני 25, 2019 12:43 pm

וואדע געוויס... אבער וואס איך וויל וויסן איז צו ער טוט נאך עפעס חוץ קאמפיינען אויף אייוועלט... אדער סתם נאך א... שוין, העמיר דא בלייבן שטיין.
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אור
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דינסטאג יוני 25, 2019 1:30 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:תושבי מאנסי, דאס יהדות החרדית פאלגט אייך נאך! א זיג פאר דאס אידנטום אין ראקלענד, איז א געווינס פאר אלע חרדישע אידן אומעטום!
פערזענליך האלט איך אז עס וועט נאר זיין א שאנס צו געווינען מיט א מאקסימום 85 פראצענט היימישע טוירנאויט. עס איז דאך א קאונטיווייד פארמעסט מיט א באקאנטע נאמען פארן צד שכנגד. דעריבער אויב באווייזט מען דאס טאקע, וועט דער זיג זיין א גאר גרויסער.
רוב מאנסי אידן זענען דעמאקראטן אדער רעפאבליקאנער ?

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דינסטאג יוני 25, 2019 1:38 pm

עס איז דא בערך 9,000 דעמאקראטן אין טאטעל וואס קענען שטימען
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

בבל
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דינסטאג יוני 25, 2019 1:40 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:עס איז דא בערך 9,000 דעמאקראטן אין טאטעל וואס קענען שטימען

אידן אליין? אדער גאנץ ראקלענד

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דינסטאג יוני 25, 2019 1:41 pm

בבל האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:עס איז דא בערך 9,000 דעמאקראטן אין טאטעל וואס קענען שטימען

אידן אליין? אדער גאנץ ראקלענד

אידן שטייצעך, ס'פארן ארום עטליכע קליפס וועגן די וואלן, איינס ברענגט ארויס די קאלקיולעישן פון דעם נומער.. אפשר זאל איינער אהערלייגן די קליפס..
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג יוני 25, 2019 1:45 pm

להסיר לזות שפתיים, מיר זענען ב"ה געגאנגען שטימען, פאר די אדראסירטע דורך די רבנים,
און ר' בנציון ווידער דארף נישט מיין הסכמה אויף זיין געטריישאפט פאר תושבי ספרינג וואלי, (ווער ס'האט נאר אמאל גערעדט צו אים, ווייסט דאס, און כ"ש ווער ס'האט אים אמאל גענוצט)

ס'פארענטפערט נאך נישט קיין ראבאקאל'ס ערש"ק נאכמיטאג, אויף וואלן פון דינסטאג.
כשמ"ו כן הוא

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דינסטאג יוני 25, 2019 1:48 pm

שמו האט געשריבן:להסיר לזות שפתיים, מיר זענען ב"ה געגאנגען שטימען, פאר די אדראסירטע דורך די רבנים,
און ר' בנציון ווידער דארף נישט מיין הסכמה אויף זיין געטריישאפט פאר תושבי ספרינג וואלי, (ווער ס'האט נאר אמאל גערעדט צו אים, ווייסט דאס, און כ"ש ווער ס'האט אים אמאל גענוצט)

ס'פארענטפערט נאך נישט קיין ראבאקאל'ס ערש"ק נאכמיטאג, אויף וואלן פון דינסטאג.

ער'ט שטארק מורא פון א פאטענציאלע פארלוסט היינט, ווייל ער האט נאר איין קעגנער און ס'איז זייער א שווערע דיסטריקט.

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג יוני 25, 2019 2:26 pm

איך וויל פארשטיין עטליכע זאכן, א) ווער ספאנסארט די פערטל מיליאן דאלאר קאמפיין? ב) פארוואס אויף קולמע זאגט מען נישט אז מען רעדט פון ראקלענד קאונטי, נישט יעדער וואוינט אין מאנסי, דא אין ברוקלין לויפט מען נישט פאר די עי, ג) פארוואס לאזט מען צו מען זאל באשמוצן יחידים מיט נעמען אויף אייוועלט.

נ.ב. מיר אלע קוקן ארויס אויף א מעכטיגע זיג פארן היימישן אידנטום.
לעצט פאראכטן דורך בעריש'ל אום דינסטאג יוני 25, 2019 2:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

אור
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דינסטאג יוני 25, 2019 2:28 pm

דאכט זיך מיר אז רבי חיים פלאהר שרייבט געווענליך נישט קיין קול קורא'ס . און בכלל איז ער נישט צו שטארק פאר די עסקנים-געשטימטע קאנדידאטן אסאך מאל,
דא איז ער אבער יא ארויס מיט א חתימה
קוקט אויס אז סאיז יא וויכטיג

יענקל אלצווייסער
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:30 pm

תגובהדורך יענקל אלצווייסער » דינסטאג יוני 25, 2019 4:05 pm

איך בין א ריפובליקאנער, אבער איך וויל פארט האבן א טייל אין ארויסהעלפן די יעצטיגע עלעקשענס, עס וואלט נישט געווען קיין שלעכט געדאנק, ווען די לאקאלע עסקנים פארעפענטליכן נעמען פון קאנידאטן אויך פון די ריפובליקאנער זייט, אזוי זאלן כאטש די פראצענט היימישע ריפובליקאנער רעגריסטירטע וויילער עפעס אויפטון, אז אויב געווינט דער צד שכנגד זאל כאטש שטיין פון די אנדערע זייט איינער וועלכע קען אים גרינג באזיגן.

אוועטאר
בראנפן גלעזל
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 19, 2019 1:13 pm
לאקאציע: אין שענק

תגובהדורך בראנפן גלעזל » דינסטאג יוני 25, 2019 4:07 pm

יענקל אלצווייסער האט געשריבן:איך בין א ריפובליקאנער, אבער איך וויל פארט האבן א טייל אין ארויסהעלפן די יעצטיגע עלעקשענס, עס וואלט נישט געווען קיין שלעכט געדאנק, ווען די לאקאלע עסקנים פארעפענטליכן נעמען פון קאנידאטן אויך פון די ריפובליקאנער זייט, אזוי זאלן כאטש די פראצענט היימישע ריפובליקאנער רעגריסטירטע וויילער עפעס אויפטון, אז אויב געווינט דער צד שכנגד זאל כאטש שטיין פון די אנדערע זייט איינער וועלכע קען אים גרינג באזיגן.

אויך געטראכט דערפון אבער אפשר לויפט קיינער פון די רעפאבליקאנער
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דינסטאג יוני 25, 2019 4:13 pm

There is no race on the GOP side today. Only opportunity to ballot. You can write in Aron B. Wieder, if you're in district 13, or the trustees if you're in SV.

Nothing else.

Waukesha
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Wisconsin

תגובהדורך Waukesha » דינסטאג יוני 25, 2019 4:32 pm

יענקל אלצווייסער האט געשריבן:איך בין א ריפובליקאנער, אבער איך וויל פארט האבן א טייל אין ארויסהעלפן די יעצטיגע עלעקשענס, עס וואלט נישט געווען קיין שלעכט געדאנק, ווען די לאקאלע עסקנים פארעפענטליכן נעמען פון קאנידאטן אויך פון די ריפובליקאנער זייט, אזוי זאלן כאטש די פראצענט היימישע ריפובליקאנער רעגריסטירטע וויילער עפעס אויפטון, אז אויב געווינט דער צד שכנגד זאל כאטש שטיין פון די אנדערע זייט איינער וועלכע קען אים גרינג באזיגן.

דער ריפובליקאנער קאנדידאט פאר DA איז וואלש (די קאנדידאט וואס די רבנים האבן אינדערסירט). אויב זאל מען ח"ו פארלירען היינט די וואלן וועלען מיר האבן א צווייטע טשענס צו ערוועלען אונזער קאנדידאט אין נאוועמבער, אבער היות ראקלענד קאונטי איז א דעמקראטיש געשטימטע קאונטי, און דעמאלסט וועלען נאר זיין צוויי קאנדידאטען אויפן באלעט (אנדערש ווי היינט ווען עס זענען דא נאך צוויי זייטיגע קאנדידאטען וואס טוען אוועקשלעפען שטימען פון די צד שכנגד), וועט זיין פיל שווערער צו געווינען אין נאוועמבער, אלזא מוזן מיר היינט אריינוועלען אונזער קאנדידאט (טאמער געווינען אונז די דעמעקראטישע פריימערי וועט אונזער קאנדידאט זיין די איינציגסטע נארמאלע קאנדידאט אויפן באלעט אין נאוומעבער, די צד שכנגד לויפט נאר אין די דעמעקראטישע פריימערי) און מען טאר זיך בשו"א נישט פארלאזען אויף נאוועמבער.

און דא זעט מען די וויכטיגקייט פון זיין רעגסטרירט אלס דעמעקראט. אין נ.י. סטעיט קען מען נישט טוישען די פארטיי אזוי שנעל, נאר מען מוז ווארטען אויף ביז די נעקסטע וואלן, עס לוינט זיך צו טוישען יעצט כדי צו קענען שטימען אין מעגליכע וויכטיגע פריימעריס און 2020 און ווייטער.

פארקלערטער
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 15, 2016 6:03 pm

תגובהדורך פארקלערטער » דינסטאג יוני 25, 2019 4:32 pm

Thomas Walsh האט זיך שוין פארזיכערט מיטן רעפאבליקאנער זייט, אויב געווינט ער היינט די דעמאראטישע זייט איז די רעיס אווער.

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג יוני 25, 2019 4:37 pm

אין בין נישט קיין תושב מאנסי, אבער ווען מ'האט א היימישע איד קעגן א גוי, שטים איך פאר דעם היימישע איד.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: private, גרויסע-גדולה, חנוך, כרם, נאר נייעס, נייע אייטעמס און 51 געסט