נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: ביים פארהאנדלונגס טיש

תגובהדורך געריבענער סוחר » זונטאג דעצמבער 02, 2018 4:27 pm

בעקיטשע האט געשריבן:די גרעסטע ווייטאג איז די שארטקאט וואס מהאט דארט פארמאכט,
פון בית הספרים ביז דאמבראווע וואס פלעגט נעמען בערך איין מינוט, געדארט יעצט לכה"פ א האלבע שעה.

איך זעה די שארטקאט איז געהעריג אפען? וואסי פשט? אויך געהערט אז ספארמאכט, אבער זעה מענטשן וואקן דורך געהעריג.
....To win a negotiation you have to show you're willing to walk away

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 508
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » זונטאג דעצמבער 02, 2018 8:07 pm

זייער קלוג האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:נישט צום גלייבן וויאזוי מען בויעט היינט אין מאנסי, אריבערגעפארן Union corner Viola לעצטנס, אומגלויבליך.

נאכנישט אזוי געפערליך
ווען מ'וועט אריין מופן דארט, גייט דארט ווערן א פרישע פארקינג לאט, ב"ה מאנסי וועט זיך מער נישט פלאגן מיט פארקינג, מ'פלאנט צו מאכן רוט 306 און יויען ראוד, פאר פרישע פארקינג לאט'ס.

וואס נישט אזוי געפערליך איך בין יא א יליד מאנסי איך קען נישט טראכטן וואס גייט זיין ווען מען גייט אריין מאפן אין די הייזער ביי קארנער יוניען אין וואיולע עס גייט זיין אזא אנזעף ווי ביים פרידיגען שניי איך בין פלעין נישט מקנה דער וואס דארף דארט דורך פארן א יעדן טאג

לאחר העיון זאגט איר ביידע די זעלבע זאך.

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג דעצמבער 02, 2018 8:16 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:לכבוד חנוכה דארף מען געדענקן אז ''מי שלא אכל דאנאד פון HAVA JAVA לא יצא ידי חובתו.

די יאר קיקט אויס אז זיי זענען דא מיט א גרעסערע סעלעקשאן.


צו פארשטיין פון וואס מען רעדט....
צוגעלייגטע
CD34220B-BB69-4D3A-864E-ED3CA7641818.jpeg
CD34220B-BB69-4D3A-864E-ED3CA7641818.jpeg (67.88 KiB) געזעהן 2099 מאל

זייער קלוג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » זונטאג דעצמבער 02, 2018 9:13 pm

מצב כללי האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:לכבוד חנוכה דארף מען געדענקן אז ''מי שלא אכל דאנאד פון HAVA JAVA לא יצא ידי חובתו.

די יאר קיקט אויס אז זיי זענען דא מיט א גרעסערע סעלעקשאן.


צו פארשטיין פון וואס מען רעדט....

קום אריין מיט א פרייז אין די דרייער נאמבערס? $$$
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

תגובהדורך yid » זונטאג דעצמבער 02, 2018 9:33 pm


גרויסע-גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:05 am

ווייסט איינער ווען סטאניסלאווער רבי פירט חנוכה לעכט ברבים?
יישר כח

עס איז נישט געשטאנען אין די קול הציבור

אוועטאר
שקר
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm

תגובהדורך שקר » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 11:57 pm

ווייסט איינער וואס מען בויעט אויף די הייווע צווישען ext 15 & 14b?

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 12:08 am

שקר האט געשריבן:ווייסט איינער וואס מען בויעט אויף די הייווע צווישען ext 15 & 14b?

דאס איז א חלק פון א 5.6 מיליאן דאלער פראדזשעקט צו איבערמאכן די דיוויידער צווישן די צוויי זייטן.
גיי ווייס וואס ס'איז שלעכט געווען מיט די אלטע...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

זייער קלוג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 12:34 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:ווייסט איינער וואס מען בויעט אויף די הייווע צווישען ext 15 & 14b?

דאס איז א חלק פון א [url= מיליאן דאלער[/url] פראדזשעקט צו איבערמאכן די דיוויידער צווישן די צוויי זייטן.
גיי ווייס וואס ס'איז שלעכט געווען מיט די אלטע...

זייט ווען קענסטו אינזער קאנטי אלץ א פלאץ ווי מען גיסט נאר געלט אויף וויכטיגע זאכן
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 6:05 am

זייער קלוג האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:ווייסט איינער וואס מען בויעט אויף די הייווע צווישען ext 15 & 14b?

דאס איז א חלק פון א [url= מיליאן דאלער[/url] פראדזשעקט צו איבערמאכן די דיוויידער צווישן די צוויי זייטן.
גיי ווייס וואס ס'איז שלעכט געווען מיט די אלטע...

זייט ווען קענסטו אינזער קאנטי אלץ א פלאץ ווי מען גיסט נאר געלט אויף וויכטיגע זאכן

גראדע מיינעך אז דאס האט נישט מיט די קאונטי, נאר מיט די סטעיט וואס זיי פאנדן די טרו-וועי אוטאריטי.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: ביים פארהאנדלונגס טיש

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 10:41 pm

וואס איז די אנלויפעניש פון סטעיט פאליס אין ספרינג וואלי? שטעלן אפ רעכטס און לינקס.
....To win a negotiation you have to show you're willing to walk away

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 11:15 pm

א לעצטיגע זאך שוין אפאר וואכן, איך וואונדער מיך אויך

(איך האב באקומען א טיקעט פארן נישט האבן סיע''ט בעלט''ס)
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
פעטער שמואל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 11:47 pm

עס קומט א נייע אלל וועי סטאפ סיין ביי Union Rd און Twin Ave/Elm.

#ענדליך
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

נישטאמת
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

תגובהדורך נישטאמת » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 9:39 am

פעטער שמואל האט געשריבן:עס קומט א נייע אלל וועי סטאפ סיין ביי Union Rd און Twin Ave/Elm.

#ענדליך


ענדליך!!!

האפינטליך איז מעפיל און פארק\האווערד נעקסט. איך האלט מיט דארט יעדן טאג שיעור צוזאם קראכן. שרעקליך שרעקעדיג דע אינטערסעקשאן!

אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:37 am

תגובהדורך שמואל שמעלקא » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 10:47 am

זעה איך אז זיי לייגן ביי די רויט לייט אויך סאטפ סיינס, גייט מען אוועק נעמען די רויט לייט ?

אוועטאר
פעטער שמואל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 11:01 am

שמואל שמעלקא האט געשריבן:זעה איך אז זיי לייגן ביי די רויט לייט אויך סאטפ סיינס, גייט מען אוועק נעמען די רויט לייט ?

וועלכע רויט לייט?
ביי מאריס?
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

Borough Park
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

תגובהדורך Borough Park » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 11:05 am

אין איך האף אז מ׳וועט לייגן א רויט לייט ביי מעפיל אין פיליס טערעס

נישטאמת
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

תגובהדורך נישטאמת » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 11:11 am

Borough Park האט געשריבן:אין איך האף אז מ׳וועט לייגן א רויט לייט ביי מעפיל אין פיליס טערעס


אויך וויכטיג נאר נישט אזוי וויכטיג ווי מעפיל און פארק.

אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:37 am

תגובהדורך שמואל שמעלקא » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 11:16 am

פעטער שמואל האט געשריבן:
שמואל שמעלקא האט געשריבן:זעה איך אז זיי לייגן ביי די רויט לייט אויך סאטפ סיינס, גייט מען אוועק נעמען די רויט לייט ?

וועלכע רויט לייט?
ביי מאריס?

יא

אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

תגובהדורך קיווי סטראבערי » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 1:29 pm

אויב מ'קען באשטעלן עפעס.. פאר די טרעפיק ביי 306 קארנער סידער, אין געוויסע זמנים איז גרינגער צו זאגן קאפיטל קי"ט צוריקצווועגס 5 מאל ווי מאכן דארט א לינקס ארויס פון סידער.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 3:26 pm

און וואס איז מיט מעיפעל קארנאר סוזען??? די גאנצע געגענט פון ספרינג וועלי, קומט ארויף סוזען קיין מאנסי. מען קען מעשוגע ווערן דארט פראבירן מאכן א לינקס פון סוזען קיין מעיפעל.

טרווועי,
קאנטי,
טאון,
ווילידז,
עסקנים,
בילדערס,
עד דעי,
וואטעווער.
יבא הנס מכל מקום.
לעצט פאראכטן דורך Kosher Travel אום דינסטאג דעצמבער 11, 2018 6:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 3:37 pm

ברוכים הבאים צו די "סיטי אוו מאנסי"!
אפשר זאל מען אויך לייגן טרעפיק לייטס ביי יעדע אינטערסעקשן און אינפארסען וויזשין זיראו און נידערען די לאקאל ספיד לימיט צו טווענטי פייוו?
דאס איז דאך וואס מיר האבן אלע געוואלט ביים גיין ווי קעלבעלעך צו די שחיטה און וואוטען אזוי ווי אונזערע געטרייע עסקנים האבן אונז געבעטן פאר אונזער אייגענע טובה און זיך פריוואט אנגעפולט זייערע טאשן אויף אונזער חשבון און דערביי ארויפגעשרויפט לאקאלא דירה פרייזן סיי רענטלס און סיי צו קויפן. און אויך אנגעזעצט אונזער טרעפיק!
שוין, אזוי ווי מיר קענען אייך נישט באצאלן דערפאר בלייבט נאר צו וואונטשן דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן אזוי ווי ס'קומט אייך!
ווארטס נאר פאר די קומענדיגע עלעקשן'ס...
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 9:38 am

איך האב געזוכט די פלאקאטן פון די לעצטע קאמפיין וואו מען האט אונז צוגאזאגט הרים וגבעות, יעגתי ומצאתי ( נאר געטראפן א אנגעפירקעלטע) קוקט אויס אז אונזערע אזוי גערופענע פארטרעטערס האבן זיכער געמאגט צו מבער זיין יעדע זכר פון זייערע פאלשע צוגעזאגעכטס אזש אפילו די וועבזייטל פון די קאמפיין האבן זיי פארמאכט אן איבערלאזן א שפיר, אזוי קען מען זיי נישט פארהאלטן פאר'ן נישט איינהאלטן זייערע פארשפרעכונגען.

מיר האלטן שוין א יאר נאך די וואלן, און ווי קאמיש עס הערט זיך האבן אונזערע פאליטישענס נישט איינגעהאלטן ניטעמאל איין זאך וואס זיי האבן צוגעזאגט.

ליינט און שטוינט.
43950252_2208886559386704_7913949946980597760_n.jpg
43950252_2208886559386704_7913949946980597760_n.jpg (67.95 KiB) געזעהן 272 מאל

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 9:52 am

איך קען מיך נישט איינהאלטן צו פרעגן א תמימות'דיגע קשיא: פ"וו ווען עמיצער שרייבט אזוינס אין אן אשכול פון אן אנדערע אידישע שטאט, ווערט די גאנצע אשכול באדראעט? און דא פארשטייט מען יא אז דאס איז א נארמאלע וועג פון דעבאטירן אקטואלע נושאים.
געשריבן - געמעקט. געשריבן - געמעקט. ---- געשריבן!

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 9:59 am

ווען איינער זאל אזאנס שרייבן אין וומסב"ג ב"פ לעיקוואד אשכול וואלט טאקע נישט געווען באדראעט, ס"ה ק"י דשערזי סיטי און בלומענבערג, דארט שרייבט מען טאקע נישט די זאכן.

אה די פרעגסט פארוואס, דאס קען איך דיך נישט מסביר זיין


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Gevald Geshrigen, Graphic24, אפשר פארקערט, גולם פון פראג, גליטשעדיג, מה ידידות, משה11, משמש, נו שוין, פארקלאצט, קרית יואל און 68 געסט