נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
אויפגעפרישט האט געשריבן:cuckoos?

עס איז א אידישע ווארט. איך האב נאר נישט געוויסט ווי אזוי עס צו ספעלען אין אידיש.


עס איז גראדע דא א פייגל וואס קען נישט פליען מקורו בניו זילאנד ואוסטראליע וואס הייסט אזוי

געוואלד געשריגן, איך האב געמיינט אז אין ישיבה לערנט מען נישט קיין סייענס?
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
Spokesman
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 08, 2018 4:00 pm
לאקאציע: ביים בלעק בארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Spokesman »

איך זעה נישט קיין מעידשאר מארקעטינג לכבוד די דינער פון בוני עולם נעקסטע וואך, וואס עפעס איז אזוי שטיל אין מאנסי?
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

Spokesman האט געשריבן:איך זעה נישט קיין מעידשאר מארקעטינג לכבוד די דינער פון בוני עולם נעקסטע וואך, וואס עפעס איז אזוי שטיל אין מאנסי?

אין מאנסי מאכן זיי נישט געווענליך א גרויסע טראסק
mi a nagy ügy
אוועטאר
בריוועלע
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריוועלע »

גרויסע-גדולה האט געשריבן:
Spokesman האט געשריבן:איך זעה נישט קיין מעידשאר מארקעטינג לכבוד די דינער פון בוני עולם נעקסטע וואך, וואס עפעס איז אזוי שטיל אין מאנסי?

אין מאנסי מאכן זיי נישט געווענליך א גרויסע טראסק

פארוואס נישט?
אוי בריוועלע, אוי בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו,
(קרעדיט: מוטי שטיינמעץ)
Spokesman
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 08, 2018 4:00 pm
לאקאציע: ביים בלעק בארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Spokesman »

בריוועלע האט געשריבן:
גרויסע-גדולה האט געשריבן:
Spokesman האט געשריבן:איך זעה נישט קיין מעידשאר מארקעטינג לכבוד די דינער פון בוני עולם נעקסטע וואך, וואס עפעס איז אזוי שטיל אין מאנסי?

אין מאנסי מאכן זיי נישט געווענליך א גרויסע טראסק

פארוואס נישט?

סנישט ממש אזוי, פאר 2 יאר צירוק האבן זיי ממש איבערגעדרייט די שטאט.
אוועטאר
בריוועלע
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריוועלע »

image037.jpg
image037.jpg (66.77 KiB) געזען 3181 מאל
אוי בריוועלע, אוי בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו,
(קרעדיט: מוטי שטיינמעץ)
אוועטאר
בריוועלע
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריוועלע »

image066.jpg
image066.jpg (132.22 KiB) געזען 3172 מאל
אוי בריוועלע, אוי בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו,
(קרעדיט: מוטי שטיינמעץ)
האבגרויסהצלחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 04, 2015 1:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האבגרויסהצלחה »

Bin.jpg
Bin.jpg (733.89 KiB) געזען 3018 מאל
אוועטאר
בריוועלע
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריוועלע »

האבגרויסהצלחה האט געשריבן:
Bin.jpg

אויף מאטי'ס קאר סערוויס דארף מען נישט ווארטן, אבער אויפ'ן דינער נאכט לוינט זיך צו ווארטן...
אוי בריוועלע, אוי בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו,
(קרעדיט: מוטי שטיינמעץ)
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

די מצפים לישועה קענען מעגליך, נישט אזוי גלייכן די ווערטל.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
בריוועלע
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריוועלע »

image002.jpg
image002.jpg (36.69 KiB) געזען 2551 מאל
אוי בריוועלע, אוי בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו,
(קרעדיט: מוטי שטיינמעץ)
אוועטאר
בריוועלע
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:34 am

מאנסי \ סקווירא’ס מעסעדזש צו הונדערטער פארפעלקער: גענוג געווארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריוועלע »

• • •

מאנסי\שיכון סקווירא ערווארט שפאנענדע מאמענטן ביים גראנדיעזן בוני עולם דינער; דעם מיטוואך ראה אין “אטריום פלאזא”
מיט אויסטערלישע שפאנונג און ענטוזיאזם ווארטן אלופי אלפי תושבי מאנסי \ סקווירא – מיט אן איינגעהאלטענעם אטעם – אויפ’ן ליל שימורי”ם לדורותיכ”ם, דער לאנג-ערווארטעטער, לעכטיגער נאכט, ווען ווידעראמאל וועט מאנסי \ סקווירא הילכיג דעמאנסטרירן די פייערדיגע אהבת ישראל וואס ברענט אין די הערצער פאר אנדערע אידן, קרובים, שכנים, ידידים, און אפילו פרעמדע אידן, אשר בשם ישראל יכונה.
מוסד הק’ “בוני עולם” געניסט ב”ה היינט צוטאגס אויסטערלישע שעצונג און שטיצע פון גאנץ כלל ישראל, אנגעהויבן ביי די גדולי ומאורי הדור שליט”א וועלכע זענען כסדר מחזק און מעודד די הייליגע פעולות חובקות זרועות עולם, און געענדיגט ביי יעדער איד וואס שפירט זיך מקושר אלס טייל פון כלל ישראל, און פארשטייט די אחריות פון כל ישראל ערבים זה לזה, אז עס איז די אחריות פון גאנץ כלל ישראל אינאיינעם צו ערמעגליכן פאר יעדן יחיד ויחיד צו נעמען א טייל אינעם אויפבוי און המשך פון אידישע דורות.
פון מאל-צו-מאל וואקסט די באטייליגונג ביים גראנדיעזן דינער, וואס איז א זמן קהלה לכל, ווען יעדער תושבי העיר פארשטייט אז דאס טאר מען נישט פארפאסן, און באטראכטן עס אלס א חוב קדוש צו זיין א טייל פון אזא הייליגע פארזאמלונג, וואס איז זיכער מעורר רחמי שמים אויף אונזער שטאט און ברענגט א שפע פון השפעות טובות מן השמים.
די צוגרייטונגען צום גראנדיעזן “בוני עולם דינער” גייט אין די יעצטיגע טעג אריין אין די סאמע-לעצטע פאזעס, ווען א מיליטער פון ענערגישע עסקנים זענען איינגעשפאנט און ארבעטן ארום-דעם-זייגער אהערצושטעלן יעדן פרט און פרט פונעם אווענט, אריינגערעכנט דעם זאל, פראגראם, טראנספארטאציע, דזשורנאל, לאגיסטיקס, און פיל מער, וואס וועט קומען צום קלימאקס ביים גראנדיעזן דינער נאכט אינעם מאיעסטעטישן “אטריום פלאזא”.
דער היי-יעריגער דינער אנטשפרעכט צו איבערראשן אלע פארזאמלטע מיט אירע דראמאטישע און געשמאקע מאמענטן. עס איז אריינגעלייגט געווארן אויסטערלישע כוחות און ענערגיע אהערצושטעלן א העכסט-אויסנאמליכער אווענט, וואס וועט פארשאפן אן אויסערגעווענליכע תענוג ונחת רוח פאר די משתתפים, וועלכע וועלן פארברענגען אין אן אנגענעמע אטמאספערע און מיטהאלטן דעם שפאנענדן פראגראם, וואס וועט האלטן דעם ציבור צוגענאגלט צו די ערטער דורכאויס די גאנצע צייט.

נייער פאכמאנישער אויסשטעל פארן זאל
נאכן באזוכן עטליכע מאהל דעם גרויסן אטריום זאל און וויסענדיג אז הונדערטער אידן זענען געשטאנען געשטיפט ביי די פריער’דיגע דינער’ס פון בוני עולם, איז מען אויפגעקומען מיט א הערליכע נייע פאכמאנישער לעי-אויט פאר’ן גאנצען זאל, וואס דאס וועט צוברענגען נאך הונדערטער זיצן.
דער אויבן אן וועט זיין מאיעסטעטיש אהערגעשטעלט כראוי ונכון ווי עס פאסט זיך פאר כבוד התורה, פאר די חשובע גדולי הרבנים, ראשי ישיבות ומורי צדק פון די קהילות קדושות פון איבער דעם גאנצען געגענט מאנסי ושיכון סקווירא.
דער רעדנער וועט שטיין אויף א מקום ווי פונעם גאנצען זאל וועלן קענען זיין די אויגן געוואנדן צום פאדיום און קענען מיטהאלטן יעדעס ווארט פונעם טשערמאן און די חשובע רעדנערס.
א עקסטערע פלאטפארמע וועט שטיין פאר די זינגער’ס ומטיבי נגן און אלע כלים ארום, אזוי אז יעדער איינער זאל קענען מטהאלטן פון זיין מקום, און זיך נישט דארפן שטיפן פארענט.
מומחים וואס האבן באטראכט דעם נייעם אויסשטעל זאגן, אז דאס איז א חידוש נפלא אינעם זאל, און וועט האפענטליך בס”ד אסאך צוגעבן צום גראנדיעזען דינער.

כי אם אל המקום אשר עמד
העכסט-מסודר’דיגע טראנספארטאציע סיסטעם ערווארטעט
היי-יאר ווערט אריינגעלייגט ספעציעלע כוחות צוצושטעלן א מסודר’דיגן טראנספארטאציע סיסטעם, מיט א פלאטע פון צענדליגער באסעס וואס וועלן אי”ה פארן אויף א באשטימטן און פונקטליכן סדר, און אפפירן דעם ציבור האלפים צום זאל.
פאר דעם צוועק פאדערט זיך אסאך באסעס, און כדי צו פארשנעלערן דעם פראצעדור ווערט אריינגעברענגט אין דינסט א ספעציעלע פלאטע פון באסעס, וואס וועלן דורכפארן יעדע 20 מינוט לענגאויס די מאנסי \ שיכון סקווירא אויפצונעמען דעם ציבור פון אלע עקן שטאט און אפפירן צום זאל וואו עס וועט געפראוועט ווערן דעם גראנדיעזן בוני עולם דינער.
אזוי אויך וועלן די באסעס צוריקפירן דעם ציבור אהיים תיכף נאכן מעמד אדיר, לויט א באשטימטן און ווירקזאמען סיסטעם, צו פארזיכערן אז די אלופי אלפי ישראל באקומען די בעסטע סערוויס מיטצוהאלטן דעם גרויסן ליל הדינער מרישא ועד גמירא.
גלייכצייטיג ווערט געמאלדן אז אויפ’ן ארט וועט אויך זיין צוגעשטעלט גאר אסאך פארקינג-פלעצער פאר פריוואטע קארס, וועלכע וועלן קומען צופארן זיך משתתף צו זיין ביים רייכן און הייליגן אווענט, זיך אנצושליסן אין כלל ישראל’ס מיסיע – להחיות נפ”ש.

מאנסי \ סקווירא ‘ס מעסעדזש צו הונדערטער פארפעלקער: גענוג געווארט
בשעת תושבי העיר גרייטן זיך צום גראנדיעזן “בוני עולם אווענט” זענען די אויגן פון הונדערטער פארפעלקער פון איבער דער וועלט געוואנדן צו מאנסי \ סקווירא , און זיי קוקן ארויס אויף די הצלחה פונעם אווענט, אויף די סוקסעס פונעם ליל הדינער, וואס וועט בעז”ה האפנטליך ברענגען א טריט נענטער זייער ישועה אויף וואס זיי קוקן אזוי שטארק ארויס.
פון איבעראל הערט זיך ליידער דאס וויי-געשריי פון אזויפיל הונדערטער היימישע פארפעלקער פון איבער דער גאנצער וועלט – פון ניו יארק ביז אייראפע, פון קאנאדע ביז ארץ ישראל, און אזש פון אויסטראליע און דרום אמעריקע – וועלכע ווענדן זייערע פארווייטאגטע הערצער צו כלל ישראל’ס מוסד אז מען זאל זיי אויך העלפן אויפגעראכטן צו ווערן מיט זרע של קיימא, בעז”ה.
פון די צווייטע זייט פריידט דאס הארץ און עס גלויבט זיך שווער ווי ווייט מען איז אנגעקומען, באגלייט מיט אויסערגעווענליכע סייעתא דשמיא. בוני עולם איז א פארנעפלטער חלום וואס איז פארווירקליכט געווארן אין אן אומגלויבליכער מציאות. אריבער 7,200 היימישע פארפעלקער האבן זוכה געווען צו האלזן אן אייגן קינד מיט די הילף און שטיצע פון “בוני עולם”, און אין די לעצטערע יארן זענען די סערוויסעס אויסטערליש פארברייטערט געווארן צו תחומים וואס מען האט קיינמאל נישט גע’חלומ’ט אז מען קען עפעס אויפטון און פאר פראבלעמען וואס די ליידענדע זענען שוין ליידער געווען מיואש פון טרעפן זייער ישועה.
תושבי מאנסי \ סקווירא זענען אנטשלאסן צו טון אלעס צו פארמינערן זייער ווייטאג אפילו מיט איין יאר, איין חודש, איין וואך, און אפילו איין טאג. מיר קענען נישט צוקוקן אז אזויפיל היימישע פארפעלקער זאלן מיטמאכן אזא שווערן דורכגאנג, און מיר וועלן איינרייסן ביי השי”ת אז זיי זאלן שוין אויפגעראכטן ווערן בקרוב ממש, און מיר וועלן טון די אלע השתדלות וואס נאר מעגליך.
דער הילכיגער מעסעדזש וואס וועט אפקלינגען דורך די אלופי אלפי ישראל דעם קומענדיגן מיטוואך ראה איז: טייערע ברודער און שוועסטער, מיר וועלן אייך נישט לאזן אליינס ווארטן! מיר זענען דא אייך צו העלפן כאיש אחד בלב אחד, ביז איר וועט בעז”ה זוכה זיין אויפגעראכטן צו ווערן בעזר השם ובסייעתא דשמיא מיט זרע של קיימא בקרוב.
אוי בריוועלע, אוי בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו,
(קרעדיט: מוטי שטיינמעץ)
Spokesman
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 08, 2018 4:00 pm
לאקאציע: ביים בלעק בארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Spokesman »

נישטא קיין נידל פארקינג אריינצישטעקן ארום און ארום די אטריאם זאלן ווי עס קימט פאר די גראנדיעזן דינער פון בוני עולם אין מאנסי.

איינער מיט אן עצה ווי איך קען אראפלייגן מיין סטיעשן וואגען?
לאמיר פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2016 9:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר פארשטיין »

Kennedy mall
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

א הערליכע געהויבענע מעמד געווען נעכן נאכט!
עס איז געווען אן איבערגעפאקטע עולם אינעם זאל, סיי זיצענדיג און שטייענדיג...
איך פערזענליך האב שטארק הנאה געהאט פון רבי שלמה'ס דרשה - זייער ווארעם און פאזיטיוו!
און דעי פעלדמאן & לאנגסאם זענען נישט אוועק צומאכן....... אז מ'קאן - קאן מען...
פיין געווען!
אוועטאר
טאקע?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2018 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאקע? »

נו איינער קען אהער ברענגען די ריקארדינג פון לאנגזאם און פעלדמאן?

יישר כח למפרע
אוועטאר
טאקע?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2018 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאקע? »

טאקע? האט געשריבן:נו איינער קען אהער ברענגען די ריקארדינג פון לאנגזאם און פעלדמאן?

יישר כח למפרע

???
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

טאקע? האט געשריבן:
טאקע? האט געשריבן:נו איינער קען אהער ברענגען די ריקארדינג פון לאנגזאם און פעלדמאן?

יישר כח למפרע

???


זיי לאזן נישט
געשטימט פאר ראשעק הול
Spokesman
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 08, 2018 4:00 pm
לאקאציע: ביים בלעק בארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Spokesman »

טאקע? האט געשריבן:נו איינער קען אהער ברענגען די ריקארדינג פון לאנגזאם און פעלדמאן?

יישר כח למפרע

סיז געווען די זעלבע סקריפט ווי די ב''פ דינער, און פון ב''פ דינער איז שוין געוועין דא א פול קליפ.
אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל שמעלקא »

Spokesman האט געשריבן:
טאקע? האט געשריבן:נו איינער קען אהער ברענגען די ריקארדינג פון לאנגזאם און פעלדמאן?

יישר כח למפרע

סיז געווען די זעלבע סקריפט ווי די ב''פ דינער, און פון ב''פ דינער איז שוין געוועין דא א פול קליפ.

נו אפשר צייכענטסטו צו צו די קליפ ?
”האסט הנאה געהאט? ווילסט נאך? געב א לייק! ס’גיבט כח צו גיין ווייטער...”
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14499
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

א קורץ שלוס איז יעצט דא אין מאנסי
To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14499
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

הרב_שלום האט געשריבן:א קורץ שלוס איז יעצט דא אין מאנסי


מיט בלויז אפאר דאללער קענט איר זיך פארגרינגערן אין אזא סיטיאציע

LED Work Light with Magnetic Stand 15W 24 LED Rechargeable Shop Light Portable Outdoor Camping Spotlights with Dual USB Port and Emergency SOS Mode $21
Enter Promo Code BZMJV47D
https://amzn.to/2MpPf78

To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2654
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

הרב_שלום האט געשריבן:א קורץ שלוס איז יעצט דא אין מאנסי

ביי מיר איז שוין צוריק לעכטיג
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

געזעץ צו פארגרינגערן ערשט מאליגע היים אייגענטומער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

טאון אף ראמאפאו איז ערווארטעט צו אפהאלטן א פובליק הירינג און אויגוסט 27, ווי עס וועט באהאנדלט ווערן א געזעץ פארשלאג צו פארגרינגערן ערשט מאליגע היים קויפער.

די געזעץ שלאגט פאר צו רעדוצירן טעקסעס פאר מענטשן וואס קויפן הייזער צום ערשטן מאל.
אויב דאס ווערט באשטעטיגט וועלן מענטשן וואס קויפן צום ערשטן מאל א הויז, און זייער לעבנס באגלייטער האט נישט געקויפט קיין הויז אין די לעצטע דריי יאר, זיין בארעכטיגט פאר א טעקס שניט פון 50% די ערשטע יאר, נאכפאלגנדיג מיט %40 א יאר דערויף, 30% א יאר שפעטער און אזוי ווייטער.
די געזעץ איז בלויז פאר פריש געבויטע הייזער.

קריטיקירער פון די געזעץ זאגן אז די סטעיט ערלויבט אזא געזעץ פשוט צו קענען אויפבויען א געגנט און צוציען מענטשן, און איז נישט געמאכט געווארן פאר ראמאפאו וואס די דימענד איז סייווי הויך.

http://ramapo.org/page/news-7/news/publ ... m-248.html
...
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

רעדענדיג פון די בוני עולם דינער מוז איך אויסדריקען מיינע מחשבות אביסעל
צילוב וואס בוני עולם איז געווען אינוואלוועד אין א משפחה מיטגלידער מיינס און געהאלפן בתשואות חן שפיר איך שטארק הכרת הטוב פאר זיי

דער דינער אין מאנסי איז לדעתי געווען פון די שענסטע וואס כהאב מיטגעהאלטן מיט שעות פון קורת רוח
בעיקר עס איז נישט געווען בארינג מיט נארישע דרשות נאר האט געהאט גאר אסאך תוכנפולע עינטערטעינמענט
דער יושב ראש איז געווען זיס און דער איידיע ארויפצורופן זיין פאטער דער יארמער רבי איז געווען געוואלדיג
די לעמער ברודער האבן געמאכט א אויסטערלישע דזשאב,
איך האב באזינדערס געקוואלן פון יאנקי לעממער מיט זיין אינגאלע, נאר א שאד אז די סקרינס האבן נישט געוויזן די זינגעריי, נאר די ווערטער אנשטאט
אויב איז געווען א פראבלעם מיט די סקרינס אז די אונטערשטע חלק איז די גאנצע צייט בלאקירט ביי אנדערע מענטשען, מען האט נאר געקענט זעהן די 80% פון אויבן

די דרשה פון דעם יונגערמאן די קאונסלער (כגדעדנק נישט זיין נאמען) האט באנומען דעם גאנצען עולם
ווי אויך די דרשה פון הרב שלמה באכנער האט אנטציקט יעדן
די לאנגזאם\פעלדמאן שפיל איז געווען זייער זיס, פאני און אמאושענעל ביינאזאם.
מען קען נאך מאריך זיין אבער די צייט הערלויבט נישט יעצט. זאלען זיי האבן אסאך הצלחה!!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”