בלאט 1 פון 2

מנחם האפפמאן לאזט זיך נאכאמאל הערן פאר אייוועלט (LTB)

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 2:58 pm
דורך וויכטיג מאכער
ווי אלע אייוועלט ליינער ווייסן האבן מיר פאריאר געהאט א אינטערוויו מיט ר' מנחם האפפמאן פון די "פיטעקס" גרופ בנוגע די ביזנעס עווענט וואס ער מאכט פאר'ן היימישן ציבור גערופן "על. טי. בי." Lets Talk Business.



די עווענט פאראיאר איז געווען א העכסט געלונגענע עווענט, א יחיד במינו, אבער זעהנדיג אז ער אדווערטייזט עס היי יאר נאכאמאל האב איך מיך געוואונדערט צו עס איז שוין "אריין אינעם סיסטעם", יעדעס יאר א "על טי בי עווענט"…



איך האב אנגערופן נאכאמאל ר' מנחם צו הערן פון אים מער, און צו זעהן צו עס איז דא פרישע אינהאלט היי יאר. ר' מנחם האט מיר פארגעשלאגן נאכאמאל צו האבן אן אינטערוויו, ווייל יא, עס איז דא היי-יאר גאר אסאך חידושים!



מיט נייגער האבן מיר זיך אריבערגעשלעפט קיין בארא פארק צו די ברענד-נייע פיטעקס לאקאציע אויף 13 ביי 54 זיך אריינגעזעצט אין ר' מנחם'ס אפיס און אנגעהויבן דעם שמועס:



(אגב, יישר כח פאר ידידנו ארטיסטראפאל פאר'ן מיך העלפן עדיטן און צוגרייטן די אינהאלט עס זאל זיין עולה על שולחן אייוועלט.)





קודם וויל איך דיר געבן א קאמפלימענט פאר דעם נייעם הערליכן אפיס, דער אייבשטער זאל דיר געבן אסאך הצלחה.



אמן, ביי דיר אויך, יישר כח!





איז אזוי, איך גיי דיך נישט פרעגן וואס על טי בי איז און פארוואס און פארוועם עס איז געמאכט געווארן, ווייל דאס אלעס ווייסן מיר שוין פון פאראיאר, איך וועל דיר בלויז אויספרעגן איבער די חידושים פון היי יאר, ווייל דאס מאכט מיך בעיקר נייגעריג.



קודם וואס איך זעה איז אז די מארקעטינג סטראטעגיע פאר'ן על טי בי איז אביסל אנדערש היי יאר ווי פאריאר, איך האב שוין באקומען אפאר אימעילס פון דיר צו דערמאנען וועגן דעם היי-יעריגן על טי בי, איך האב נישט באקומען אזאלכע סארט אימעילס פאראיאר. איז עס געצילט צו אנדערע סארט מענטשן? אדער איז עס וויבאלד דו האסט שוין איינמאל דורכגעבראכן די זאך שפירסטו אז דו מוזט נישט מאכן נאכאמאל קיין ריזיגע אדווערטייזמענטס?




עס איז נישט אינגאנצן ריכטיג. אלעס וואס איז געווען אויף די גאס פאריאר איז דא היי יאר אויך, אין פאקט איז אפילו נארוואס ארויף א "בילבארד" אויפן 17 נעבן עקסיט 113, מיר אדווערטייזן יא אויף די גאס.



נאר וואס דען? היות דו ביסט געקומען פאריאר צום עווענט האבן מיר דיין אינפארמאציע, קענען מיר רעדן צו דיר אויף א "פערסאנאל" לעוועל. און איך זאג אייביג אז אן אפעקטיווע עכט גוטע מארקעטינג קאמפיין דארף זיין אויף א "360 דעגרי" פארנעם. אמאליגע צייטן האט מען געקענט זאגן פאר א מענטש אויב ווילסטו וויסן ווען מיר האבן א סעיל קוק אין דעם און דעם צייטונג וועסטו וויסן, היינטיגע צייטן ווען עס איז דא אזויפיל ליין מאטריאל און אדווערטייזמענט ווינקלען דארף זיך דער קליענט אנטרעפן מיט דעם אין אלע זייטן, ער וועט עס זעהן אויף איין פלאץ, נאכדעם אויף נאך א פלאץ, און ביי די דריטע פלאץ וועט ער שוין באשלוסן אז עס איז פאר אים. דאס הייסט 360 דעגרי, וואו ער דרייט זיך זאל ער זיך באגעגענען דערמיט, אינדרויסן, אינעווייניג, אימעילס, טעקסט, אינטערוויו'ס, וכדומה, אזוי אז נישט קיין חילוק וואו ער דרייט זיך וועט ער עס האבן אויפגעפיקט.





אהא, וועגן דעם געבסטו דעם אינטערוויו פאר אייוועלט.



יאפס :) אייוועלט האט שוין היינט אזויפיל חומר וואס איז אזוי גרינג צוצוקומען דערצו, אז איך גלייב זיכער אז עס זענען דא מענטשן וואס ליינען בלויז אייוועלט, מוז איך דאך רעדן צו זיי…





אקעי, יעצט לאמיר צוגיין צום עווענט. איך גיי דיך פרעגן זייער אפען: פארוואס מאכסטו איבער דעם עווענט? איז עס געווען אזא געוואלדיגע סוקסעס פאריאר אז דו האסט איינגעזעהן אז דאס קען זיין א יערליכע עווענט?



איך מוז זאגן, געלויבט דער פון אויבן, אז יא, ברוך השם די עווענט פאריאר איז געווען אסאאאך בעסער ווי געראכטן און ווי זיך פארגעשטעלט! סיי די הצלחה פונעם פראגראם, און סיי וואס דער טאג האט געטון פאר די וואס האבן זיך באטייליגט.



ווען מיר זענען אריין פאריאר האבן מיר געטראכט לכתחלה אז מיר וועלן עס מאכן יעדע פאר יאר, אבער די מאטיוואציע וואס מיר האבן באקומען נאכדעם, למעלה מן המשוער, פון מענטשן און ביזנעסער וואס האבן ארויסגענומען גאר גאר אסאך, האט געמאכט באשלוסן אז דאס יאר מוז עס זיין נאכאמאל. כאטש עס מוז נאך אלץ נישט זיין אז עס וועט שוין אייביג זיין א יערליכע זאך.





קענסט מיר דערציילן ספעציפישע זאכן פון וואס דו רעדסט?



איך קען דיר דעציילן אסאך, איך וויל דיר נאר קודם זאגן די סך הכל וויאזוי איך קוק עס אן, אז מען קען אסאך מאל טראכטן ביי א דרשה וואס זאגט דען די רעדנער? וואס נעם איך דען ארויס? וואס איז עס מיר נוגע? כאטש מיר פראבירן אריינצולייגן גאר שווערע כוחות אין דעם אז אלעס זאל זיין דאס מאקסימום נוצליך און נוגע, איז אבער די פאקט אז די עכטע סוקסעס סטאריס זענען דוקא געווען פון אומגעראכטענע זייטן. עס איז נישט די ווארט וואס די רעדנער האט געזאגט, יעדע מענטש האט א אנדערע פלאץ ווי עס קען געשעהן זיין טויש, איינעם פעלט זיך אויס בלויז א ריכטיגע טיפ, איינער פעלט אויס צו טרעפן א ריכטיגע מענטש וואס זאל אים העלפן, איינעם פעלט זיך אויס די מאטיוואציע, און די ליסטע ענדיגט זיך נישט. ווען מען טוט די ריכטיגע השתדלות, מען קומט צו אזאלכע עווענטס, העלפט דער באשעפער אז עס פאסירן זאכן וואס מען האט זיך ניטאמאל געראכטן.



איך האב צוריקגעהערט גאר אסאך פון מענטשן וואס זענען געווארן צוגעבינדען צו געוויסע רעדנערס וואס האבן זיי געהאלפן טוישן זייערע פאזיציעס פון אומערפארענע סעילס מענטשן צו גאר הויכע פאזיציעס ווי סעילס מענעדזשערס וואס טרענירן שוין אנדערע ארבייטער.



ווייטער זענען דארט געווען פירמעס וואס האבן אהינגעברענגט זייערע אלע ארבייטער און זיי האבן דערנאך גענומען די גאנצע רעיון אריינצוברענגען א גאר שטארקע מאטיוואציע און קריעטיוויטעט אין די ארבייטער. איין פירמע האט במשך די יאר געמאכט דריי קליינע "על טי בי'ס" ביי זיי אין די פירמע ווייל זיי האבן געוואלט אנהאלטן ווייטער די קשר און מאטיוואציע און איך האב זוכה געווען צו רעדן דארט. עס האט געטוישט די גאנצע מהלך המחשבה צו ארבעטן מיט די עמפלאויאיס, צו טראכטן וואס מען קען טון בעסער, נישט סתם צו זיין א בעל הבית מיט אסאך ארבייטער, נאר צו נוצן מחשבה און געשמאק, עס האט אריינגעברענגט דארט די "גיסטע" פון זיך העלפן איינער דעם צווייטן און הנאה האבן פון די ארבייט, וואס האט גאר אסאך ארויפגעהויבן די גאנצע פירמע.



ווי אויך איז א אינגערמאן צוגעקומען צו מיך אפאר חדשים צוריק און געזאגט אז "על טי בי האט געטוישט מיין לעבן", איך האב אים געזאגט אז איך האב שוין געהערט פארשידענע מעשיות אבער אזוי זיך אויסצודרוקן אז ער האט געטוישט זיין לעבן? זאגט ער מיר יא, ער איז געווען אין סעילס ביי א פירמע אבער ער האט נישט מצליח געווען, ער האט געהערט אז עס גייט זיין די על טי בי האט ער געקלערט צו פראבירן זיין מזל און האט זיך איינגעשריבן.



ער וואוינט אין מאנסי, ער האט זיך נאכגעפרעגט ווער נאך עס גייט גיין, ער האט געכאפט א היטש מיט איינעם. אויפן לאנגן וועג פון מאנסי צו ברוקלין - וואס אגב, היי יאר איז עס אסאך נענטער צו מאנסי - האבן די צוויי געכאפט א שמועס, דער אינגערמאן האט זיך אויסגערעדט פאר'ן שאפער אלע דעטאלן וואס עס גייט נישט מיט זיין ביזנעס.



דער אינגערמאן זאגט מיר אז עס איז געווען די ערשטע מאל וואס ער האט זיך געשפירט 100% באקוועם זיך אויסצורעדן פאר איינעם וועגן ביזנעס, פאר זיין ווייב און די משפחה האט ער זיך נישט געשפירט באקוועם מיטצוטיילן זיינע דורכפעלער, און בית המדרש האט ער נישט געטראפן עכטע ביזנעסלייט צו וועמען ער זאל קענען זיך אויסרעדן זיינע טשעלענדזעס, אבער ביי אזא פאל, ווי ביידע זענען געקומען זיך צו פארבעסערען אין ביזנעס, אין א ביזנעס אטמאספערע, האט ער זיך געפילט העכסט באקוועם זיך דורכצורעדן.



יענער האט אים געזאגט אז וויאזוי ער קוקט אן די פראבלעם איז, אז ער איז באמת א גוטע סעילסמאן, מיט גוטע סאשעל סקילס, באמת טויגליך, די איינציגסטע פראבלעם איז אז ער האט נישט די סופפארט פון די פירמע וואו ער ארבעט. האט ער אים פארגעשלאגן אז היות ער - דער דרייווער - איז א לייף אינשורענס אגענט, זיין פירמע געבט אסאך טרענירונג, אסאך סופפארט, סאו פארוואס נישט טוישן קאריער צו טון ווייטער סעילס אבער צו א קאמפאני וואס איז געאייגנט פאר אים?



ער איז אנגעקומען צו על טי בי און געהערט אסאך רעדנערס, געטראפן אסאך מענטשן, און איז געווארן גאר שטארק מאטיווירט דורכצוגיין די שטיינער אין וועג, און די קומענדיגע טאג האט ער טאקע באשלאסן צו טוישן פירמע, ער איז אריין אין אינשורענס, ער זאגט אז ער וועט קיינמאל שוין נישט צוריקקוקען, ער האט זיך גאר פיין אריינגעארבעט און ער מאכט גאר אסאך געלט.



איך וויל אפילו נישט נעמען קרעדיט אז די עווענט אליינס האט עס געטון, אבער די מצב האט עס געטון! אז עס איז דא א מצב פון ביזנעס וואו דער עולם קומט זיך צוזאם מיט'ן כוונה זיך צו העלפן איינער דעם צווייטן, צו הערן און צו רעדן, קיינער שעמט זיך נישט מיט קיין טשעלענדזשעס וואס יעדער פון אונז האט כסדר, איז עס אויטאמאטיש א רעצעפט פאר סוקסעס!



און דאס האט נאך פאסירט בעפאר די על טי בי עווענט אליינס, נאר אויפן וועג! ביי די עווענט אליינס איז געווען נאך צענדליגער אזאלכע מעשיות.



א גאר אינטערסאנטע זאך וואס איך האב געהערט פון איינעם וואס האט דארט געטראפן זיין שכן וואס וואוינט 4 הייזער אוועק פון אים, און געוואויר געווארן אז ער פארקויפט פעקעדזשינג. ער פרעגט אים: זייט ווען טוסטו אין פעקעדזשינג? איך האב אייביג געמיינט אז דו טוסט טראקינג? זאגט ער אים איך האב קיינמאל נישט געטון אין טראקינג, מיין ברודער טוט דערין! זאגט ער אים, עס כאפט א פחד! איך געב כסדר ארויס פעקעדזשינג צו אנדערע פירמעס, איך האב יעצט א גרויסע דזשאב ארויסצוגעבן, ווען איך ווייס ווען אז דו טוסט דאס געב איך עס ארויס צו דיר! די ענדע פון די מעשה איז אז ער איז געווארן א גרויסע קאסטומער ביי זיין אייגענע שכן!



און מען רעדט דא פון שכנים וואס דאווענען אין איין בית המדרש, זיי האבן אבער קיינמאל נישט געהאט די געלעגנהייט צו האבן א ספעציעלע שמועס נאר וועגן ביזנעס. דא אז מען קומט וועגן ביזנעס און מען שמועסט וועגן ביזנעס האט מען זיך צונויפגערעדט, און עס איז ארויסגעקומען דאס באשערטע! איך האב געפרעגט דעם אינגערמאן צו ער קומט נאכאמאל היי יאר, זאגט ער מיר אז ער דארף זיין נאריש נישט צוריקצוקומען. אזא עווענט הייבט ממש די ביזנעס געלגענהייטן!



די נקודה איז פשוט, יעדער איז פאריאגט און פאפלאגט, מען קומט אהיים וויל מען זיך אביסל אויסטון פון ביזנעס, מען דאווענט צופרי אין בית המדרש יאגט מען זיך שוין צו די ביזנעס, שבת איז בא מנוחה, ווען מען טרעפט חברים רעדט מען פון היימישע זאכן, מען גייט לערנען, סאו עס קומט קיינמאל נישט אויס אז איינער זאל רעדן צום צווייטן איך בין אריין אין א נייע ליין אפשר האסטו עספיריענס? אפשר האסטו די ריכטיגע קאננעקשאנס?



אזוי איז דא מעשיות לרחצה, מענטשן האבן געטראפן פאזיציעס, געטוישט פאזיציעס, געטראפן נייע קליענטן, געשאפן די ריכטיגע קאנעקשאנס, באקומען די ריכטיגע שטופ אויף זאכן וואס זיי האבן קיינמאל נישט געהאט די חוצפה צו טון, באקומען אינפאראמציע, טיפס, געטוישט צילן אין ביזנעס, א.א.וו.



נאך א זאך וואס איך האב אסאך צוריקגעהערט וואספארא גרויסע תועלת עס איז געווען פאר בעלי בתים מיט ארבייטער וואס טרעפן געווענליך נישט די רואיגע צייט צוזאמען איבער'ן יאר צו רעדן פון ביזנעס סטראטעגיעס, אבער ווען מען קומט צו אזא עווענט, ווי זיי זענען געזיצן צוזאמען ביי די דרשות און ארויסגענומען צוזאמען וועס עס קען זיין נוצליך פאר זייער ביזנעס, און זיך דורכגעשמועסט צוזאמען ביים עסן, געקומען און געפארן צוזאמען, זיי זאגן אז זייער גאנצע ביזנעס ענווייערמענט האט זיך קאמפלעט געטוישט!





wow wow דאס איז אומגלויבליך צו הערן!

וויפיל אימעילס האסטו באקומען פון מענטשן נאך די עווענט?




וויפיל? אין מספר… איך האב באקומען הונדערטער אימיעלס פון מענטשן! און איך מיין צו זאגן "אפאר מאל" הונדערטער… ווייל מיר האבן אפאר מאל במשך די צייט ארויסגעשיקט אימעילס צו "פאלאוען" און יעדעס מאל האבן מענטשן רעפלייט, מענטשן האבן געהאט גאר אסאך וואס צו זאגן! מיר האבן ארויסגעשיקט א סורוועי און הונדערטער מענטשן האבן זיך גענומען די מיה צו רעפלייען, וואס רוב פון די טוישונגען היי יאר איז נאר לכבוד דעם וואס מיר האבן געהערט פונעם ציבור וואס זיי ווילן, די עווענט איז פיל גרעסער ווי אונז, עס איז אסאך גרעסער ווי פון די אראנדזשירער, די מענטשן זענען די עווענט! דעריבער מוז איך באוואונדערן דעם פאקט אז אזויפיל מענטשן האבן זיך געלאזט הערן ברוך השם.





האסטו רעפלייט צו יעדן אימעיל וואס האסט באקומען?



איך בין נישט זיכער צו איך האב מצליח געווען צוריקצוקומען צו ממש 100% פון די אימעילס, אבער מיין ציל איז דאס געווען, און "כמעט" צו יעדע אימעיל וואס איז אנגעקומען האב איך רעספאנדעט, קיין איין אימעיל איז נישט געווען צו מינדערוויכטיג פאר מיר, איך האב פאר יעדעם געענטפערט, און אריינגערעכנט ביים היי-יעריגן עווענט וואס צו יעדע אימעיל וואס איך שיק ארויס קומען צוריק בערך 50-60 ביז 100 אימעילס, און איך פראביר זייער שטארק צו רעספאנדן צו יעדעם איינעם אן אויסנאם.



מענטשן האבן שאלות, און זיי זענען הונדערט פראצענט גערעכט זיך גוט נאכצופרעגן, זיי גייען מאכן א באשלוס פון ספענדן געלט, זיי ווילן וויסן איז עס פאר מיך אדער נישט, איז עס פאר מיינע ארבייטער אויך, פאר מיין שותף, און איך ענטפער אויף ווי ווייט איך קען, און אסאך מאל איז עס טאקע נישט געאייגנט פאר דעם אנפרעגער צוליב פארשידענע סיבות.







אז מען רעדט פון די פיעדבעק וואס דו האסט באקומען, מוז מען דאך הערן. וואספארא פיעדבעק האסטו באקומען און וואס גייט דאס יאר זיין אנדערש ווי פאריאר?



זייער א גוטע פראגע. אונזער היי-יעריגע עווענט גייט זיין Bigger Bolder ₪ Better

אין אידיש: גרעסער, מער קאנצעטרירט, און בעסער.





לאמיר גיין איינס ביי איינס, וואס הייסט אז עס וועט זיין גרעסער?





א גרויס חלק פיעדבעק האבן מיר באקומען וועגן די פלאץ וואס איז נישט געווען אזוי שטארק געאייגנט פאר אזא גרויסע ציבור בליעה"ר, כאטש מיר האבן אריינגעלייגט די מאסימום כוחות אז עס זאל יא זיין. ברוך השם אז עס איז געווען א שיינע וועטער האט מען אויך געקענט נוצן די דרויסענדיגע חלק. אבער עס איז דאך געווען אביסל מצוצמם.





וואו גייט עס זיין?

אין די "ראקלעי" אין ניו דזשורסי עס איז נישט ווייט פון די דזש.וו. ברידזש. אויפן פאליסעידס.





וואס איז די מעלה מיט יענע פלאץ?

אונז האמיר געהאט אפאר קריעטעריעס וואס מיר האבן געזוכט וואס זאל צופאסן צו די געברויך פון די על טי בי.



קודם ווי דערמאנט אז עס זאל זיין גענוג ריזיג פארן ציבור.



נאכדעם די "דרויסענדיגע" ספעיס, דאס אז עס זאל זיין אסאך פלאץ אינדרויסן צו נעטווארקן און צו פארברענגען. דארט איז א עכט הערליכע פלאץ אינדרויסן, וואס געבט גאר אסאך צו אויב מען וויל האבן מיט איינעם א ביזנעס שמועס, די רואיגקייט לייגט גאר אסאך צו.



אויך איז עס אסאך נענטער צו מאנסי און קרית יואל וואס איז א געוואלדיגע מעלה פאר די אפסטעיט אידן.





וואס טוסטו אויב עס רעגנט חלילה?



דער אייבישטער וועט העלפן אז עס וועט אלעס זיין הערליך פאסיג, פאריאר האט אויסגעקוקט אנהייב טאג אז עס גייט רעגענען, און מען האט געזען די געוואלדיגע סייעתא דשמיא אז עס איז געווען אן אויסנאם הערליכע וועטער, און ביינאכט - נישט צולאג נאכ'ן ענדיגן האט זיך אראפגעלאזט א שלאקס-רעגן.



אבער די פלאץ היי-יאר האט די מעלה אויך מער ווי פאריאר. אז די אלע טענטס, די פלעצער וואו מען עסט - איז אלעס אינעווייניג. צוויי ריזיגע באל-רומס, ועוד ועוד. עס איז דא אסאך ספעיס אינדרויסן, אבער גענוג ריזיג אינעווייניג ברוך השם.





איך פארשטיי נישט איין זאך: פארוואס טרעפסטו אייביג אויס אזאלכע פריוואטע פלעצער, עס איז נישטא גענוג קאנווענשען צענטערן איבער ניו יארק סיטי? מען הערט כסדר מען מאכט קאנווענשאנ'ס אין די דזשעוויץ צענטער, אין ברוקלין מעריאט, און נאך, און איך גלייב אז די אלע פלעצער זענען נישט אוועקצומאכן קעגן דיינע געברויכן. פארוואס קענסטו עס נישט מאכן דארט?



גראדע דאס איז א זאך וואס איך גלייב אז די "אייוועלט" אידן וועלן הנאה האבן דאס צו הערן, אז ווען מען מאכט פאר'ן היימישן עולם אן עווענט ווילן מיר זיכער מאכן אז עס איז גארנישט דא ארום, עס איז נישט דארט נאך עווענטס אין דעם געגנט. וואס געווענליך די אלע פלעצער זענען טאקע ריזיג, אבער עס זענען דא נאך עווענטס אין דעם צייט, די האטעלן געבן זיי אוועק פאר דעם, דעם שטאק פאר איינעם און דעם שטאק פאר א צווייטן. אבער מיר האבן געזוכט דוקא אזא ריזיגע פלאץ וואס ווען מיר קומען דארט נעמען מיר איבער די גאנצע זאך, אלע אפטיילונגען ווערן אוועקגעגעבן פאר אונז, עס זאל זיין סיי אויסגעהאלטן אידישלעך, און סיי פאר די עקסלוסיווע "אידישע" ביזנעס אטמפאספערע.



וואו ביסטו אנגעקומען צו אזא מאדנע לאקאציע ערגעץ אין ניו דזשערסי?



די זעלבע ווי די ספיקערס, אונז האמיר שוין היי יאר געוואוסט וואס אונז זוכן מיר, מיר האבן קאסטומייזט די ספיקערס לויט די געברויכן, און אויך די זאל.





יעצט וואס מיינטו צו זאגן אז היי יאר וועט עס זיין "באלדער"?



"באלדער" איז פאר די אינהאלט פון די עווענט.



פאריאר איז געווען די ערשטע יאר און עס איז נאכנישט געווען קלאר וועלכע סארט עולם עס וועט קומען, עס איז שווער צו מאכן דרשות אין איין טאג וואס זאלן זיין צוגעפאסט פאר יעדעם אויפאמאל.



אנשטאט וואס מיר האבן געטון פאריאר צו זוכן קודם די גוטע רעדנערס און דאן באשלוסן וואס זיי זאלן זאגן דאס מערסטע געאייגנט פאר די באטייליגטע - האבן מיר היי-יאר געטון פארקערט, מיר האבן גענומען יעדע שטיקל אינהאלט פון פאריאר און די פיעדבעק וואס איז נאכגעקומען, ווי אויך אסאך פרישע אינהאלט וואס רוב המון עם וואס קומט דארט וועט הנאה האבן באזירט אויף אונזער ערפארונג פאריאר, און דאן אפירגעזוכט די בעסטע רעדנערס וואס זענען פארהאן אויף דעם נושא.





למשל וועלכע נושאים וועט זיין דאס יאר מער קאנצעטרירט?



למשל אין די סורוועי האבן מיר גאר אסאך צוריקגעהערט פון מענטשן וואס האבן געפילט אז מען וואלט געדארפט מער זאכליך ארויסברענגען וויאזוי צו פארבעסערן "טיים מענעדזשמענט" און "מאלטי טעקסינג", וויאזוי צו קענען באהאנדלען פרעשאור אין ביזנעס וכדומה, האט מען אריינגעלייגט גאר אסאך כוחות און ריסוירטש און געטראפן א רעדנער "דעיוו קרענשאו" וואס איז ממש די בעסטע אין דעם נושא, זיינע דרשות ביכער און טיפס ווערן רעספעקטירט אומעטום.



אויך האבן מיר אסאך צוריקגעהערט אויף "פינאנץ". ביזנעס אייגענטומער האבן פארלאנגט צו הערן אסאך מער וועגן "קעש פלאו" וויאזוי מען מאכט זיכער אז די ביזנעס פארט אויף די ריכטיגע פינאנציעלע רעלסן, וויסן צו די פירמע מאכט געלט אדער נישט. האבן מיר גענומען דעם אלעמען-באקאנטן "אברהם ראטה" פון ראטה ענד קא., וואס ער וועט אנווייזן און מסביר זיין גאר אסאך חידושים אין דעם פעלד.



ווייטער "אונליין מארקעטינג" וואס ווערט מער און מער א פאקט, מענטשן האבן געוואלט הערן מער פראקטישע אנווייזונגען די סטעפ ביי סטעפ הדרכה וואס מען דארף וויסן וועט מען גייט ארויף אויף די אינטערנעט, דאס איז נוגע פאר פילע סיי צו מען האט שוין א סוקסעספולע ביזנעס, סיי צו מען הייבט אן, פונקטליכע אינפארמאציע וויאזוי צו באקומען טרעפיק, וואס יא אדער נישט צו טון אז מענטשן זאלן טרעפן דיין וועבסייט.



די זעלבע איז מיט סעילס טרעינינג, לייף סייקל מארקעטינג, און נאך - וואס מענטשן האבן פארלאנגט אז זיי ווילן מער הערן איבער דעם נושא, און מיר האבן אפירגעזוכט די טייערסטע און בעסטע רעדנערס וואס ספעציאליזירן זיך אין דעם נושא, און זיך אראפגעזעצט מיט זיי דורכצוגיין וויאזוי דער עולם זאל קענען דאס מערסטע בענעפיטירן פון די דרשות.



מיר האבן זיך למשל אראפגעזעצט מיט "גערי אבריאן" וואס איז געווען דער ווייס פרעזידענט פון מארקעטינג ביי די "קארס לייט" ביר קאמפאני, א מאלטי ביליאן דאלער קאמפאני, ער גייט רעדן פון מארקעטינג און פירמע ברענדינג, אבער זיך אראפלאזנדיג צו אונזערע קליינע ביזנעסער, ער גייט נעמען די אינפארמאציע פון די ריזיגע פירמעס און עס אראפברענגען אז דער אוידיענץ זאל קענען ארויסנעמען אנווייזונגען פאר קלענערע ביזנעסער, עס איז א אויסערגעווענליכע געלעגנהייט צו קענען הערן די סודות פון די גרויסע פירמעס און עס נוצן אפילו מען עס איז נאכנישט אזוי גרויס.



און די זעלבע איז מיט די "סי. אי. או" פענעל, און די "לאונטש פעד" אינוועסטארס וואס באזירט אויף די פיעדבעק פון פאריאר האבן מיר דאס יאר אריינגעלייגט גאר אסאך קאפ און מח און צייט, אז מען זאל נישט רעדן העכער אונזערע השגות, נישט רעדן פון זאכן וואס איז נישט נוגע, אלעס זאל זיין קאסטומעזירט צו אונזער אוידיענץ.





לאמיך אריינהאקן פאר די גייסט צו מסביר זיין וואס "בעסער" מיינט. עס איז נאך אלץ א שטיקל פראבלעם אז נישט יעדע דרשה איז געאייגנט פאר יעדעם. אפילו דו ברענגסט די בעסטע רעדנער…



אה, למעשה היי יאר וועט זיין אסאך מער "ברעיק-אוט" סעסיעס, וואו די ציבור וועט זיך צעטיילן אויף קלענערע חלקים און גיין צו די רעדנער וואס רעדט פון דעם נושא וואס אינטערסירט אים, צו מאכן זיכער אז יעדער האט לפחות איין פלאץ וואו ער וועט זיך פילן באקוועם צו גיין. למשל די נאכמיטאג ברעיק-אוט סעסיע וועט זיין צעטיילט אויף דריי - וואס איך האב פריער דערמאנט - סעילס טרעינינג, פינאנץ, און אונליין מארקעטינג. וואס פאר רוב מענטשן איז נישט נוגע "אלע" פון די דריי, פאר איינעם איז דאס נוגע און פאר איינעם דאס, און יעדער וועט גיין וואו עס איז וויכטיג פאר אים. עס וועט זיכער זיין מענטשן וואס עס איז נוגע מער ווי איין אזא דרשה, אבער ער וועט מוזן באשלוסן וועלכע עס איז די וויכטיגסטע. ווייל די דרשות היי-יאר זענען אסאך מער קאנצעטרירט און קאסטומעזירט.



פארמיטאג איז די ברעיק-אוט סעסיע איינס פון מאלטי טעסקינג, און איינס פאר לייף סייקל מארקעטינג. וואס געווענליך וועט זיך אן ארבייטער טרעפן דאס פלאץ ביי די מאלטי טעסקינג סעסיע, און א בעה"ב אדער איינער וואס טוט אין מארקעטינג פאר אנדערע מענטשן און ווילן וויסן וויאזוי צו ברענגען און האלטן קאסטומערס - זיך טרעפן דאס פלאץ בי די לייף סייקל מארקעטינג סעסיע. עס קען זיין "אווער-לעפינג" פאר געוויסע, אבער נאכאמאל, די נקודה איז עס מער צו "נעראוען" צו פארשמעלערן צו עכט עכט זאכן וואס זענען נוגע צום צוהערער, און אז עס איז יא נוגע ביידע וועט מען מוזן באשלוסן וואו צו גיין.





און די "מעין" סעסיעס וואס דער עולם וועט זיך נישט צעטיילן איז נוגע פאר יעדעם?



יא! און די ספיקערס ווייסן דאס אז זיי קענען נישט צילן נאר צו בעלי בתים, אדער נאר צו ארבייטער, אדער נאר צו איין פעלד, ווייל זיי וועלן מוזן רעדן זאכן וואס זענען נוגע פאר יעדעם אדער פאר רוב. פון דעם קענסטו ארויסהאבן וויפיל קאפ און מח עס ליגט דא, צו קאסטומעזירן די דרשות צו די צוהערער.





אקעי, די דריטע זאך וואס דו האסט געזאגט איז געווען "בעסער", מיט וואס גייט די היי-יאריגע עווענט זיין בעסער?



מיט אלע איבריגע דעטאלן וואס איז דאס יאר פילפאכיג בעסער. די עסן, די סעטאפ, די בוט'ס פון די ספאנסארס. אלעס וואס איז געווען פאריאר, אנשטאט זאגן אז עס האט שוין געוויזן סוקסעס פאריאר און יעצט קען מען אביסל נאכלאזן די כוחות, האבן מיר פון פריש אויספלאנירט און ארומגעטוישט אלע דעטאלן צו גיין העכער.



למשל די עסן, וואס פאריאר איז טאקע געווען זייער גוט, אבער דער עולם האט זיך אפגערעדט אז מען האט געדארפט צו לאנג ווארטן ווייל עס איז געווען צופיל ערליי עסן און די עסן איז געמאכט געווארן דארט אויפן פלאץ וואס האט פארלענגערט די ליניעס. היי יאר וועט עס זיין ווייניגער ערליי זאכן, אבער אסאך מער און צעשפרייט, אז עס זאל זיין דאס מערסטע געשמאק און באקוועם.



דאטום:



ווען גייט עס זיין?



דינסטאג פר' פנחס אי"ה.





איך זעה אז היי יאר איז עס אין די צייט פון די קאנטרי, איז עס פאריאר אויך געווען אזוי? דערמאן מיך. איז עס א מעלה אדער א חסרון?



פאריאר איז עס געווען צווישן פסח און שבועות. ימים ידברו אויב עס איז א מעלה אדער א חסרון עס צו מאכן אין די קאנטרי סעזאן. אבער באזירט אויף די פיעדבעק פון מענטשן איז עס א מעלה, פאר אפאר סיבות. ביזנעס אין די זומער איז געווענליך אביסל סלאוער, מען יאגט זיך נישט אזוי שטארק אהיים אויב די בני בית איז אין די קאנטרי - איז מען רואיגער אביסל ביי די עווענט, און מען קען בלייבן אביסל לענגער אויב מען וויל און וויפיל עס פעלט זיך אויס. אויך צוליב דעם וואס די פלאץ איז נענטער צו אפסטעיט קען א מענטש באשלוסן צו גיין נאכדעם צו די קאנטרי, אדער צוריקצוקומען פון די קאנטרי גלייך צו די על טי בי.



פלאץ:



איז די פרייז ארויף היי יאר?

יא און ניין, עס איז אביסל א העכערע פרייז פון פאריאר, אבער מען קען עס נישט רופן אז די פרייז איז ארויף פראצענטואל, ווייל היי יאר קאסט אונז די עווענט כמעט דאפעלט ווי פאריאר, און די פרייז וואלט לויט דעם אויך געדארפט געדאפעלט ווערן, און עס איז ווייט פון דעם.



ווי דערמאנט, די פלאץ קאסט טייערער, עסן קאסט טייערער, און דאס מערסטע איז די ספיקערס וואס מיר זענען געווען פשרה'לאז ווען עס קומט צו גוטע ספיקערס, מערסטנס ספיקערס זענען טאפ-דאלער ספיקערס וואס קאסט אפ ממון ודמים, אסאך אסאך מער ווי פאריאר.



די אנהייב-פרייז איז 299 דאלער, פאראיאר איז אויך געווען 299 אבער נישט די ביליגסטע פרייז, עס איז געווען ביליגער ווי דעם אויב מען האט זיך אויפגעשריבן פריער, אבער היי יאר האבן מיר אנגעהויבן מיט עטוואס העכער ווי פאריאר.





די לאונטש פעד גייט זיין אנדערש ווי פאריאר?



די קאנצעפט גייט זיין די זעלבע ווי פאריאר, אבער עס גייט זיין מער מסודר, מער צוגעגרייט, א מער אינטערסאנטער פראדוקציע, די מענטשן וואס גייען רעפרעזענטירן גייען זיין מער אינטערסאנט פאר'ן עולם.

די קאנצעפט בלייבט אבער, אז מען לערנט זיך ארויס דערפון וויאזוי צו רעפרעזענטירן א ביזנעס, די שוואכקייטן און די שטארקייטן פון א ביזנעס.





איך האב געזען די פראמאושען וויאזוי דער מענטש וואס האט זיך אויפגעשטעלט פאריאר די ערשטע האט שיין מצליח געווען. יא? וואס איז געווען די מעשה דארט?



ריכטיג, דאס איז א ריכטיגע דוגמא וויאזוי א גוטע רעפרעזענטאציע איז אלעס. ער האט נישט געצווייפלט, ער האט קלאר ארויסגעהאט זיין ביזנעס, און געענטפערט אויף אלע קשיות פארוואס ער דארף צוקומען צו געלט, און וואו עס גייט גיין.



און דעריבער איז עס נישט קיין חידוש אז נאך די עווענט זענען מענטשן אים נאכגעלאפן, מען האט מיך געקאלט פון אלע זייטן אז מען וויל ווערן א שותף צו א האלבע שותף ביי יענע ווילטשעיר ביזנעס. ער האט צום סוף געהאט אסאך סייעתא דשמיא און ער האט באקומען די גאווערמענט ביד וואס ווי מען האט געזען וועט אים דאס ערלויבן צו זיין א 50 מיליאן דאלערדיגע פירמע אין די קומענדיגע יאר.





איז עס נישט א שטיקל "דורכפאל" אז למעשה איז ער נישט ארויס ביי די עווענט מיט אן ענדגילטיגער דיעל? נאר אלעס איז געשעהן שפעטער אינדרויסן?



בכלל נישט, און אדרבה די "מוסר השכל" פון די לאונטש פעד ווערט אסאך שטערקער ווען מען זעהט וואס דא האט זיך אפגעטון.



מיר אין פיטעקס האבן אים אנגע'שדכנ'ט צו דעם יעצטיגן אינוועסטירער, עס איז געגאנגען אלעס דורך על טי בי, אויף אזוי ווייט אז דער ענדגילטיגער אינוועסטירער וועט זיין איינע פון די פעננעל היי יאר וואס וועט זיין גרייט צו אינוועסטירן אין נאך ביזנעסער!



און אלעס האט זיך אנגעהויבן ווי ער האט רעפרעזענטירט זיין פראדוקט ביי די על טי בי, ער האט געבעטן דארט א 350 טויזנט דאלער'דיגע אינוועסטמענט, און ער האט זיך נישט געלאזט ווען מען האט אים געוואלט פארשלאגן קלענער'ס ווי דעם, זיין קאנפידענט און קלארקייט האט געברענגט אז נאך די עווענט זאל ווערן א "קייט-רעקאציע" פון אינוועסטירער וועלכע האבן זיך ממש געשלאגן ווער עס איז גרייט צו אינוועסטירן מער - וואס מיר האבן דאס קאארדאנירט, און צום סוף האט אים "על טי בי" געשאפן די ריכטיגע אינוועסטירער בעזה"י.



ממילא, כאטש די ענדגילטיגע דיעל איז נישט געשאפן געווארן דארט אויפן פלאץ, איז די "ציל" פון די לאונטש פעד ארויסגעקומען גאר שיין. ווען מען זעהט אז איינער וואס האט געענטפערט ביזנעס'דיג אויף וואס מען האט אים געפרעגט, קלאר און דייטליך, האט ב"ה אזוי מצליח געווען. און דאס געבט די געלעגנהייט פאר'ן עולם צו שטאדירן די ריכטיגע מהלך וויאזוי גוט רעפרעזענטירן א ביזנעס.





וועט זיין היי-יאר אנדערע אינוועסטירער?



יא, אפאר אנדערע - וו.צ.ב.ש. דעם וואס איך האב דערמאנט וואס האט אינוועסטירט אין די ווילטשער ביזנעס, און אפאר די זעלבע.





גייט זיך עס ענדיגן היי יאר די זעלבע צייט? בעפאר מיין אינטערוויו האט מיך "ארטיסטרפאל" געזאגט אז איך זאל דיר פרעגן וועגן עפעס א זאך וואס איז נאכנישט אדווערטייזט אין ערגעץ וואס גייט פארקומען נאכ'ן עווענט, איך וויל הערן פון וואס די רעדע איז, און פארוואס עס איז נישט אדווערטייזט.



הםםםםם... לייגסט מיך אין א ווינקל. יא, עס איז דא א פלאן וואס איז נאכנישט ממש 100 פראצענט אויסגעארבעט, די רעדע איז פון א קליינע אבער רייכע נאכטמאל נאך וואס די פראגראם ענדיגט זיך אפעציעל 6:15, מיר לייגן א גרויסע דגוש זיך צו האלטן צו די צייט היי יאר, און קען זיין אז עס וועט זיין איין ווייניגער "פיטשער" לכבוד דעם.



מיר האבן צוריקגעהערט פון פאריאר פון מענטשן וואס האבן פארגעשלאגן אז במשך די טאג איז דא ווייניג "רואיגע" צייט צו געהעריג מסדר זיין די מח מיט דאס וואס מען האט זיך אלץ אנגעזאפט, אדער כאפן א רואיגע ביזנעס שמועס מיט די ארבייטער, אדער זיך טרעפן מיט די לאונטש פעד אינוועסטירער, מיט די ביזנעס אייגענטומער פון די "סי.אי.או. פעננעל" וכדומה. און דאס איז דער ציל פון דעם נאכטמאל.



עס איז נישט עפעס וואס מיר האבן געזוכט צו מארקעטן ווייל מיר האבן נישט געוואלט אז מען זאל דאס אנקוקן ווי א חלק פונעם עווענט, וואס אויב מען איז נישט דארט האט מען עפעס ווייניגער פונעם טאג. די על טי בי עווענט איז וואס עס איז, מיט דאס מאקסימום כוחות אריינגעלייגט דערין. דאס איז נאר א קליינע "עדד-אן" פאר מענטשן וואס שפירן אז זיי דארפן עס ווען דער טאג ענדיגט זיך שוין.





גייט דארט אויך זיין דרשות?



קען זיין אז עס גייט זיין אפאר סורפרייזעס, אבער די אויפטוה איז ווי אויבנדערמאנט, פאר רואיגע מאמענטן צום סוף טאג.





מען דארף זיך איינשרייבן ספעציעל דערפאר?



אויב איינער שפירט אז ער דארף עס האבן אין צוגאב צו די גאנצע טאג זאל ער שיקן אן אימעיל צו: LtbDinner@ptexgroup.com

און מיר וועלן צוריקקומען צו אים מיט מער דעטאלן.





פאריאר איז אנגעקומען די רעקארדירונג פונעם עווענט צו די באטייליגטע היפש שפעט, גייט עס דאס יאר זיין פריער? עס איז דאך א מורא'דיגע תועלת אויב מען קען עס איבערקוקן ווען די מח איז נאך פריש און וואך פון דעם עווענט.



אונז ארבעטן מיר זייער שטארק אז היי-יאר זאל עס זיין עוועליבל שוין א חודש נאכדעם. עס איז בכלל נישט אזוי גרינג נאכ'ן עווענט צו איבערגיין אלע ווידיאו'ס און עדיטן די סאונד'ס, און אריינלייגן די בעסטע "ענגעל" וואס איז גוט צו קוקן פון אלע סעסיעס און ברעיקאוט סעסיעס, עדיטן איז א מלאכה כבידה. און דאס איז א געווענליכע סטאנדארט ביי אלע קאנפרענצן אז מען געבט ארויס די ווידיאו שפעטער, דאסמאל וועט עס אבער האפענטליך נישט געדויערן אזוי לאנג.





איז דא א כלליות'דיגער טיפ וואס דו קענסט געבן פאר איינער וואס קומט צום על טי בי עווענט?



יא, איך האב עס געהערט פאריאר פון אסאך מענטשן אז די וועג ארויסצוקומען מיט עפעס זאכליך פון דעם עווענט איז בלויז דורך קומען מיט א "פאזיטיווע" גיסטע אז מען גייט מיט עפעס ארויסקומען.



אזויווי יעדע זאך אין לעבן ווען מען גייט צו פאזיטיוו איז די קאפ אסאך מער אפען און נאר אזוי קען מען טרעפן די ריכטיגע וועגן וויאזוי צו דורכגיין שווערע שטיינער.



ווען מען קומט מיט נעגאטיוויטעט, ווי מען זעהט אסאך מאל מענטשן וואס זיצן ביי א עווענט מיט א האלבע אויפגערעגטע מינע, מען איז מסופק צו מען גייט מיט עפעס ארויסקומען, "וואס וועל איך מיך דען לערנען, דער רעדנער קען דען מיך זאגן וואס איז גוט פאר מיר אין מיינע ביזנעס שוועריקייטן" א.א.וו. איז עס א רעצעפט פאר דורכפאל. אזאלכע מענטשן קענען זיך נישט צופיל לערנען און ארויסקומען מיט עפעס.



ווי איך האב געזאגט אנהייב אינטערוויו די אלע מעשיות פון סוקסעס פאריאר, זייער אסאך זענען ניטאמאל געקומען פון די דרשות, נאר פון זייטיגע אומערווארטעטע וועגן ביי די על טי בי.



אז מען קומט פאזיטיוו אז איך קום צו א ביזנעס עווענט, איך טוה השתדלות ארויסצוגיין א "ביזנעס טאג" און אויף א געוויסע אופן וועט שוין דער באשעפער העלפן אז איך וועל ארויסנעמען וואס מען דארף, דירעקט צו אומדירעקט, פון דעם רעדנער אדער פון יענעם, עס קען זיין דיין נעקסטע-טיר שכן, צו א ספאנסאר וואס דו וועסט כאפן א שמועס, צו סתם א שמועס מיט א מענטש, איז עס א רעצעפט פאר הצלחה בעזה"י!





אלעס איז קלאר ב"ה, האסט עפעס א מעסעדזש אדער א גוט ווארט פאר די אייוועלט ליינער?



די שיינקייט פון אייוועלט איז די ערליכקייט פון די שרייבער, עס איז א געשמאק צו זעהן וואס דארט טוט זיך די ידיעות אלעס אזוי ערליך און אויסגעהאלטן.



פאר אזאלכע אידן קען איך זיכער רעדן אידישלעך, אז דאס וואס די טבע הבריות איז אז די גרעסטע געשמאק פאר א מענטש איז א מען זעהט הצלחה אין די "אייגענע ארבעט" איז א זאך וואס מיר געפונען שוין אין תורה הקדושה.



ביים טוהן פאר "קרן השביעית" קאמפיין האב איך זיך באגעגנט מיט דעם חתם סופר אין פרשת בהר וואס איז מסביר דעם "וכי תאמרו מה נאכל, וצויתי את ברכתי", אז דער באשעפער האט נישט געוואלט געבן א ברכה אז ער וועט אים מאכן א נס מן השמים, עס וועט אראפקומען מן, ער וועט געפונען א לאטערי וכדומה. ער האט געוואלט אז ווען דער מענטש קומט צוריק נאכ'ן האלטן שמיטה זאל ער זעהן א ברכה אין "זיין" פעלד, "זיין" ארבעט וואס ער האט אריינגארבעט די זעקס יאר זאל ברענגען פירות.



ווען מען מאכט א בית קיבול וואו די ברכה זאל חל זיין, מען טוט השתדלות אויף אן אויסגעהאלטענעם וועג, מען זוכט וויאזוי מען קען מצליח זיין מיטן זיך פלאגן און ארבעטן די ריכטיגע וועג און נישט זיך פארללאזן אויף ניסים, מען נעמט אראפ א טאג זיך אויסצוקלארן די מח אין ביזנעס, איז עס א בית קיבול אז די אייגענע ארבעט זאל זיך פארגרעסערן און מען זאל מצליח זיין בכפלי כפליים.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 3:06 pm
דורך ארטיסטראפאל
אויסגעשטעלט שנעלערהייט אויף א פי. די. עף.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 3:13 pm
דורך מצב כללי
גאר גאר אן איהאלטסרייכע אינטערוויו, יישר כח וויכי און ארטיסטראפאל.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 3:13 pm
דורך לכתחילה אריבער
א גרויסער ישר כח פאר די אינטערווי. פארן געבער, פארן נעמער, און פארן ארויסהעלפער!

תוזכו למצוות.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 3:16 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:א גרויסער ישר כח פאר די אינטערווי. פארן געבער, פארן נעמער, און פארן ארויסהעלפער!

תוזכו למצוות.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 3:19 pm
דורך עקבי הצאן
ארטיסטראפאל האט געשריבן:אויסגעשטעלט שנעלערהייט אויף א פי. די. עף.

יעצט אנגעהויבן מאכן א פידיעף דערפון עס ארויסצודרוקן.

יישר כח פאר אלעמען.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 3:28 pm
דורך טעגלאש
שיינע ארבייט, קלאר און דייטליך, ישר כוח

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 3:54 pm
דורך קיווי סטראבערי
ייש"כ פאר די אינטערוויא!
ווי קען מען טרעפן די אונטערוויא פון פארגאנגענע יאר?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 3:59 pm
דורך טעגלאש
קיווי סטראבערי האט געשריבן:ווי קען מען טרעפן די אונטערוויא פון פארגאנגענע יאר?


LTB אינטערוויא חלק א
LTB אינטערוויא חלק ב

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
דורך חיים צבי

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 4:08 pm
דורך קיווי סטראבערי
טענקס

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 5:09 pm
דורך פאטאקי08
מצב כללי האט געשריבן:גאר גאר אן איהאלטסרייכע אינטערוויו, יישר כח וויכי און ארטיסטראפאל.

וועלמיר זיך מארגען אי"ה איינהאנדלען א בילעט (קרעדיט ליינער, א דאנק אייך)

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 5:20 pm
דורך קיווי סטראבערי
איצט דורכגעליינט אין איין אטעם. גאר גוט און קלאר אראפגעלייגט, איך בין באמת אנגערייצט געווארן אהין צו גיין!

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 6:06 pm
דורך ליינער
ווער עס דארף נאך א בילעט קען זיך מעלדן אין אישי

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 7:05 pm
דורך פיטום
באמת נוצבאר! שכח!

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 7:17 pm
דורך געלעגער
זייער זייער רייך און אינפארמאטיוו אראפגעשריבן, אסאך גוטע פונקטן און אמת'ע פאקטן! אבער... די פראז 'דאס האט געטוישט מיין לעבן' איז שוין אקופירט ביי תהלים חצות פראדאקטיוו כולל. ביטע נישט ריסייקלען

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 7:59 pm
דורך מילכיגער
געלעגער האט געשריבן:זייער זייער רייך און אינפארמאטיוו אראפגעשריבן, אסאך גוטע פונקטן און אמת'ע פאקטן! אבער... די פראז 'דאס האט געטוישט מיין לעבן' איז שוין אקופירט ביי תהלים חצות פראדאקטיוו כולל. ביטע נישט ריסייקלען


חחח

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 10:27 pm
דורך אנשי שלומינו
איך בין באמת נייגעריג צו גיין, ווייל איך בין בטבע א נייגעריגער, אבער ווי עס וועט זיך מיר אויסצאלן די $300 זעה איך נישט.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 01, 2014 11:40 am
דורך פאטאקי08
דזשאסט וואנדרין, סאיז דיר נישט ווערט די געלט צו שטילן דיין נייגעריקייט?...

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 01, 2014 11:55 am
דורך משזר
א הערליכע און גאר רייכע אינטערוויוא, א דאנק וויכי.

זייט איך האב געזעהן די קליפ פון די פאריעריגע לאונטש פעד פון FR Conversions האב איך שוין באמערקט אסאך הענדיקעפט טעקסי קעבס וואס ס'שטייט טאקע און די בעק FR Conversions.

קען איינער ביטע שטעלן א בילד פון דעם האפמאן?

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 01, 2014 11:55 am
דורך ווינקל
געלעגער האט געשריבן:זייער זייער רייך און אינפארמאטיוו אראפגעשריבן, אסאך גוטע פונקטן און אמת'ע פאקטן!

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 01, 2014 12:01 pm
דורך מאגר
משזר האט געשריבן:א הערליכע און גאר רייכע אינטערוויוא, א דאנק וויכי.

קען איינער ביטע שטעלן א בילד פון דעם האפמאן?


http://www.linkedin.com/pub/meny-hoffma ... =pub-pbmap

בילד

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 01, 2014 12:19 pm
דורך ארטיסטראפאל
עס איז נישטא די לינק דא וואו מען קען זיך אויפשרייבן.

היינט איז די לעצטע טאג צו צאלן די פרייז פון 299, מארגן גייט עס ארויף צו 329.

זיך איינצושרייבן גייט אריין אויף ltbsummit.com/registration

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2014 7:31 pm
דורך derech eretz
פאטאקי08 האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:גאר גאר אן איהאלטסרייכע אינטערוויו, יישר כח וויכי און ארטיסטראפאל.

וועלמיר זיך מארגען אי"ה איינהאנדלען א בילעט (קרעדיט ליינער, א דאנק אייך)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:44 pm
דורך derech eretz
די באטייליגטע באקומען דערנאך די ווידיאו'ס פונעם גאנצן עווענט בחינם?
די ווידיאו'ס וועט אינקלודן אלע "ברעיק-אוט" סעסיעס?