בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:49 pm
דורך פאטאקי08
יאפ
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 04, 2014 1:23 pm
דורך בערקא
איז דער איווענט אינטערסאנט פאר די וואס זענען אין די פאנדרעיזינג ליין?
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 04, 2014 1:35 pm
דורך פאטאקי08
בעיסיקלי איז עס געמאכט בעיקר פאר אזעלכע
אינטערסאנט איז עס פאר יעדן
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 04, 2014 5:54 pm
דורך בערקא
כאניש פארשטאנען דיין תירוץ, סארי, באט א יונגערמאן א פאנדרעיזער האט מיר געפרעגט, אויב ער קען ארויסנמען עפעס תכלית פון אזא עיווענט, פאר זיין פאנדרעיזינג ליין, גייט זיך אים אויסצאהלן זיינע 300 גרייצער, אדער איז דאס בלויז געאייגנט פאר ביזנעס אונערס, און סעילס לייט.
פארשטאנת?!
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 04, 2014 6:00 pm
דורך פאטאקי08
ער וועט זיך אויס לערנען וויאזוי בעסער צו האנדלען מיט אנדערע מענטשן וואס דאס איז די עיקר ארבעט פון א פאנדרעיזער
דערנאך איז דא נאך חלקים פון וואס ער קען בענעפיטירן
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 06, 2014 1:41 pm
דורך ליינער
איינער גייט צום LTB2014 פון ווילי?
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 06, 2014 2:20 pm
דורך זאל ער קומען
ווי ס'קוקט מיר אויס איז דאס א 'נעטווארקינג' איווענט, אויב בין איך גערעכט איז זייער וויכטיג צו קענען 'באארבעטן א שטוב' פאר מ'גייט צו אזא איווענט.
כאפן ווער ס'איז 'וויכטיג',
זיך אינטערדוסן געהעריג,
פרובירן צו מאכן 'יענעם' רעדן,
הערן פון די ווערטער אויב יענער זוכט 'עפעס' א קאנעקשן אדער אינפארמעישן, און צוזאגן עס צו טרעפן אד"ג.
טיילן קאמפלימענטס מיט א ברייטע האנט.
און געדענקען איז מ'גייט נישט אהין אויף צו 'קלאוזן' דיעלס, נאר זיך צו מאכן נייע באקאנטשאפטן גענוג אויף צו 'מעגן' צוריקרופן שפעטער צו נעמען די נייע רילעישנשיפ צו די נעקסט לעוול.
אויב איינער גייט זאל ער ביטע מיטטיילן מיט'ן עולם וואס דארט גייט פאר.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2014 2:21 pm
דורך חיים צבי
ליינער:
איך גיי און איך זוך נאך א וועג,
any help?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2014 10:59 am
דורך מר. גרין
נו לאמיר הערן פון איינער וואס איז דארט געווען א פילע באריכט
ווער הייבט אן?