בד"ה: 3 בחורים פארכאפט אין חברון

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6516
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג יוני 16, 2014 3:09 pm

האבן די אראבער נישט קיין טונעלן אריבער די גרעניץ קיין עזה, אזוי ליגט מיר אין זכרון
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מאנטאג יוני 16, 2014 3:09 pm

מבקר, איך מיין אז מען רעדט ניטאמאל פון קיין באווייזן אז חאמאס האט עס דורכגעפירט, נאר אז חאמאס מיליטאנטן זענען געווען אינוואלווד. לויט דעם קען מען גאנץ מעגליך אויך שרייען אז על קאידא האט עס געטוהן.

און אז דו רעסט צו עס מאכט סענס פון חאמאס: עס מאכט נישט קיין סענס זיי זאלן שפילן פאליטיק און לייקענען זייערע אייגענע מעשים, דאס פאסט נישט פאר זיי!
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מאנטאג יוני 16, 2014 3:10 pm

מבקר האט געשריבן:
פוטער האט געשריבן:יעצט לאמיר אריינטראכטען צו מאכט עס אפילו סענס אז כאמאס האט אנגעפירט מיט די פארכאפונג? זיי האלטען יעצט פאר מעכטיגע היסטארישע מאמענט, מען גייט גרינדען א פאראייניגטע רעגירונג, זענען זיי טאקע גרייט צו אלעס חרוב מאכען צו קענען פארכאפען דריי בחורים, עס לייגט זיך שווער אויפען שכל אויב מען באטראכט אלע געשענישען פון לעצטע עטליכע חדשים.
אבער פאר נתניהו גייט גארנישט אן, ער האט יעצט די מעגליכקייט צו אינטערדריקען כאמאס אויף א פארנעם ווי קיינמאל פארדעם, שיקט ער ארויס זיין מיליטער און מען ארעסטירט אלע כאמאס פירערשאפט, און דערוואגען זאל איינער זאגען א ווארט, אמער דריי פון אונזערע קינדער זענען געווארן געקידנעפט. און ס'מאכט אפילו נישט אויס אויב אנדערע טערעריסטעשע גרופעס וועלן ארויסקומען נעמען פאראנטפערליכקייט, נתניהו מאכט זיכער צו לאזען וויסען ביי יעדע מעגליכקייט אז עס איז זיכער אז כאמאס שטייט אינטערדעם, אזוי האפט ער זיי צו פארשמירען פאר די גאנצע וועלט און צו בארעכטיגען זיינע געפערליכע אגרעסיעס אקעגען כאמאס.

ביבי איז נישט תיכף ארויסגעקומען אז ס'איז כאמאס נאר נאכדעם וואס מ'האט געטראפן געניג באווייז אז דאס איז עס, ווייל ער איז נישט אזא שוטה צו רעדן און העצן פאר ער ווייסט וואס ס'טוט זיך.
בנוגע כאמאס אז ס'מאכט נישט קיין סענס אז זיי זאלן האבן געטוהן: קוקט מיר אויס נאונסענס צו זאגן אום 2014 אז זיי זענען דורכגעטראכטע מענטשען

כאפסט וואס דא גייט פאר, דו ביסט א נער פארן נישט יורד זיין לסוף דעת פון ביבי, ביבי האט חכמת שלמה פארן אויספיגערן ווער ס'האט אים פארכאפט און פארן נישט האבן די בחרים ביז איצט, אבער כאמאס וואס האט אים און לאכט פון ביבי זענען אויך נישט קלוג זיי כאפן נישט ווי קלוג ביבי איז און זיי געבן אים נישט ארויס.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג יוני 16, 2014 3:15 pm

מי יודע האט געשריבן:האבן די אראבער נישט קיין טונעלן אריבער די גרעניץ קיין עזה, אזוי ליגט מיר אין זכרון


אונטער מדינת ישראל? המממ
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מאנטאג יוני 16, 2014 3:17 pm

מי יודע פארמישט לכאורה מיט די טונעלן פון עזה קיין עגיפטן. טונעלן קיין מדנ"י האבן זיי שוין אסאך מאל פרובירט צו בויען, אבער מ'האט עס כמובן געכאפט..
רבינו שאג בקול גדול וגו'

שוטה
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » מאנטאג יוני 16, 2014 3:20 pm

פוטער, איבעראל טראכסטו אזוי?

זיינע געפערליכע אגרעסיעס קעגן כאמאס? אר יו קידדינג מי?
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4789
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג יוני 16, 2014 3:27 pm

היינט מוז מען זיין זייער פאליטיקעל קאררעקט, ס'קען טאקע זיין אז ביבי האט (זייטיגע)גלייכע חשבונות דערביי אבער יעצט האט ער די וועלט אויף זיין זייט, פארכאפן יונגע ציווילע קינדער איז פראסטע אל קאידע געפירעכץ און די וועלט רעספעקטירט עס נישט. דעריבער איז דאס בכלל נישט קיין 'נייער' גוטער טאקטיק פאר כאמאס אויב ווילן זיי האבן וועלטס אנערקענונג פאר א מדינה, דאס איז א דירעקטע אקט קעגן אינטערנאציאנאלע געזעץ, און דאס וועט זיי שמייסן אין פנים.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » מאנטאג יוני 16, 2014 3:33 pm

בן בוזי האט געשריבן:היינט מוז מען זיין זייער פאליטיקעל קאררעקט, ס'קען טאקע זיין אז ביבי האט (זייטיגע)גלייכע חשבונות דערביי אבער יעצט האט ער די וועלט אויף זיין זייט, פארכאפן יונגע ציווילע קינדער איז פראסטע אל קאידע געפירעכץ און די וועלט רעספעקטירט עס נישט. דעריבער איז דאס בכלל נישט קיין 'נייער' גוטער טאקטיק פאר כאמאס אויב ווילן זיי האבן וועלטס אנערקענונג פאר א מדינה, דאס איז א דירעקטע אקט קעגן אינטערנאציאנאלע געזעץ, און דאס וועט זיי שמייסן אין פנים.


דאס איז אלעס אויב ס'איז טאקע כאמאס

מנוחה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2013 9:01 pm

תגובהדורך מנוחה ושמחה » מאנטאג יוני 16, 2014 3:38 pm

פיטערל! איך נעם נישט קיין שטעלונג, עס איז צו סענסטעטיוו. אבער דיינע ווערטער מאכן מיר טראכטן. נניח אז עס איז אזוי ווי דו זאגסט, אבער טראכט אריין, 150 מערדער דרייען זיך אין די גאסן, וואס יעדער פון זיי האבן די כח צו פארכאפן 10 בחורים לכה''פ, אויב נישט מער ה''י. ענדליך האט מען געטראפן א מעגליכקייט זיי צו אראפנעמען פון די גאסן, צו דער סיבה איז ריכטיג, אדער אויסגעטראכט. אבער עס קען זיין אז מ'מוז דאס ארלעדיגן, איידער מ'קען זיך קימערן וואס עס טוט זיך מיט די בחורים. איך זאג דאס בדרך אפשר, איך ווייס נישט וואס די הלכה זאגט, און ווען איך זאל ווען דאס זאגן, פאר די עלטערן פון די בחורים, וואלטן זיי מיך געהרגעט, בלויז פארן טראכטן אזוי. זאל מיר דער עולם לאזן הערן צו עס איז אויסגעהאלטן אזוי צו טראכטן.

פוטער
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2010 8:11 pm

תגובהדורך פוטער » מאנטאג יוני 16, 2014 3:42 pm

מבקר האט געשריבן:
פוטער האט געשריבן:יעצט לאמיר אריינטראכטען צו מאכט עס אפילו סענס אז כאמאס האט אנגעפירט מיט די פארכאפונג? זיי האלטען יעצט פאר מעכטיגע היסטארישע מאמענט, מען גייט גרינדען א פאראייניגטע רעגירונג, זענען זיי טאקע גרייט צו אלעס חרוב מאכען צו קענען פארכאפען דריי בחורים, עס לייגט זיך שווער אויפען שכל אויב מען באטראכט אלע געשענישען פון לעצטע עטליכע חדשים.
אבער פאר נתניהו גייט גארנישט אן, ער האט יעצט די מעגליכקייט צו אינטערדריקען כאמאס אויף א פארנעם ווי קיינמאל פארדעם, שיקט ער ארויס זיין מיליטער און מען ארעסטירט אלע כאמאס פירערשאפט, און דערוואגען זאל איינער זאגען א ווארט, אמער דריי פון אונזערע קינדער זענען געווארן געקידנעפט. און ס'מאכט אפילו נישט אויס אויב אנדערע טערעריסטעשע גרופעס וועלן ארויסקומען נעמען פאראנטפערליכקייט, נתניהו מאכט זיכער צו לאזען וויסען ביי יעדע מעגליכקייט אז עס איז זיכער אז כאמאס שטייט אינטערדעם, אזוי האפט ער זיי צו פארשמירען פאר די גאנצע וועלט און צו בארעכטיגען זיינע געפערליכע אגרעסיעס אקעגען כאמאס.

דיו דערמאנסט מיך פון קליינע קינדער וואס האבן אייביג ליב צו רעדן קיין חילוק נישט צו מ'וויייסט וואס מ'רעדט צו נישט. ביבי איז נישט תיכף ארויסגעקומען אז ס'איז כאמאס נאר נאכדעם וואס מ'האט געטראפן געניג באווייז אז דאס איז עס, ווייל ער איז נישט אזא שוטה ווי דיר צו רעדן און העצן פאר ער ווייסט וואס ס'טוט זיך.
בנוגע כאמאס אז ס'מאכט נישט קיין סענס אז זיי זאלן האבן געטוהן: קוקט מיר אויס אז דו האסט די זעלבע ווייניג שכל ווי זיי אויב די קענסט נאך אין 2014 זאגן אז זיי זענען דורכגעטראכטע מענטשען



מבקר, אויב די האלסט אז ביבי איז נאר ארויסגעקומען נאכדעם וואס ער האט געהאט שטארקע באווייזען אז ס'איז כאמאס. קענסטו מיר אפשר געבען צו פארשטיין פארוואס ער האט נישט געקענט שיקען די זיכערע באווייזען פאר זשאן קערי, פארוואס דארף זשאן קערי זאגען אז ער ווייסט נישט פאר זיכער ווער ס'איז ריפאנסיבאל?


בנוגע צו עס מאכט סענס פון כאמאס: קיינער האט נישט געזאגט אז כאמאס זענען אדורך געטראכטע מעטשען, זיי זענען ווייט פון דעם, און יעדער ווייסט אז זיי זענען עלול פאר אסאך ערגערס. אבער אויב האלטסו מיט די נייעס פון די לעצע צוויי חדשים וועסטו אליינס פארשטיין אז אזא פארכאפונג וואלטען זיי ענדערשט געטוען א יאר צוריק נישט ווען זיי האלטען אט אט ביים אויפשטעלן א נייע פאראייניגטע רעגירונג.

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מאנטאג יוני 16, 2014 3:44 pm

מנוחה ושמחה האט געשריבן:פיטערל! איך נעם נישט קיין שטעלונג, עס איז צו סענסטעטיוו. אבער דיינע ווערטער מאכן מיר טראכטן. נניח אז עס איז אזוי ווי דו זאגסט, אבער טראכט אריין, 150 מערדער דרייען זיך אין די גאסן, וואס יעדער פון זיי האבן די כח צו פארכאפן 10 בחורים לכה''פ, אויב נישט מער ה''י. ענדליך האט מען געטראפן א מעגליכקייט זיי צו אראפנעמען פון די גאסן, צו דער סיבה איז ריכטיג, אדער אויסגעטראכט. אבער עס קען זיין אז מ'מוז דאס ארלעדיגן, איידער מ'קען זיך קימערן וואס עס טוט זיך מיט די בחורים. איך זאג דאס בדרך אפשר, איך ווייס נישט וואס די הלכה זאגט, און ווען איך זאל ווען דאס זאגן, פאר די עלטערן פון די בחורים, וואלטן זיי מיך געהרגעט, בלויז פארן טראכטן אזוי. זאל מיר דער עולם לאזן הערן צו עס איז אויסגעהאלטן אזוי צו טראכטן.

150? האסט לכאורה געמיינט צו שרייבן 20,000,000
רבינו שאג בקול גדול וגו'

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מאנטאג יוני 16, 2014 3:50 pm

פוטער האט געשריבן:מבקר, אויב די האלסט אז ביבי איז נאר ארויסגעקומען נאכדעם וואס ער האט געהאט שטארקע באווייזען אז ס'איז כאמאס. קענסטו מיר אפשר געבען צו פארשטיין פארוואס ער האט נישט געקענט שיקען די זיכערע באווייזען פאר זשאן קערי, פארוואס דארף זשאן קערי זאגען אז ער ווייסט נישט פאר זיכער ווער ס'איז ריפאנסיבאל?


בנוגע צו עס מאכט סענס פון כאמאס: קיינער האט נישט געזאגט אז כאמאס זענען אדורך געטראכטע מעטשען, זיי זענען ווייט פון דעם, און יעדער ווייסט אז זיי זענען עלול פאר אסאך ערגערס. אבער אויב האלטסו מיט די נייעס פון די לעצע צוויי חדשים וועסטו אליינס פארשטיין אז אזא פארכאפונג וואלטען זיי ענדערשט געטוען א יאר צוריק נישט ווען זיי האלטען אט אט ביים אויפשטעלן א נייע פאראייניגטע רעגירונג.

פין ווי ביסטו אזוי זיכער אז יעדער אין כאמאס וויל אזוי שטארק די פאראייניגטע ריגירונג
וויפעל מאל האט כאמאס זיך שוין געשאסען אין די פיס ?
ווער איז מער עלול צי זאגען ליגענט עפעס א טערארריסט גרופ אדער א ראש ממשלה פין א צוויליזירטע לאנד?

מבקר
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 2:47 pm

תגובהדורך מבקר » מאנטאג יוני 16, 2014 3:53 pm

פוטער האט געשריבן:אויב די האלסט אז ביבי איז נאר ארויסגעקומען נאכדעם וואס ער האט געהאט שטארקע באווייזען אז ס'איז כאמאס. קענסטו מיר אפשר געבען צו פארשטיין פארוואס ער האט נישט געקענט שיקען די זיכערע באווייזען פאר זשאן קערי, פארוואס דארף זשאן קערי זאגען אז ער ווייסט נישט פאר זיכער ווער ס'איז ריפאנסיבאל?


בנוגע צו עס מאכט סענס פון כאמאס: קיינער האט נישט געזאגט אז כאמאס זענען אדורך געטראכטע מעטשען, זיי זענען ווייט פון דעם, און יעדער ווייסט אז זיי זענען עלול פאר אסאך ערגערס. אבער אויב האלטסו מיט די נייעס פון די לעצע צוויי חדשים וועסטו אליינס פארשטיין אז אזא פארכאפונג וואלטען זיי ענדערשט געטוען א יאר צוריק נישט ווען זיי האלטען אט אט ביים אויפשטעלן א נייע פאראייניגטע רעגירונג.

If it is proved that Hamas was behind Thursday’s kidnapping of three Israeli teenagers in the West Bank, the Palestinian Authority will reconsider its unity pact with Hamas, a senior official in the Palestinian Authority told The Times of Israel on Monday.

מיטן אמעריקאנער, דער שיתוף און שטיצער פונעם טעראריסט האט נישט ביבי געפילט פאר די וויכטיגסטע זיך אריין לאזן און ויכיחים

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מאנטאג יוני 16, 2014 3:57 pm

מבקר האט געשריבן:
פוטער האט געשריבן:אויב די האלסט אז ביבי איז נאר ארויסגעקומען נאכדעם וואס ער האט געהאט שטארקע באווייזען אז ס'איז כאמאס. קענסטו מיר אפשר געבען צו פארשטיין פארוואס ער האט נישט געקענט שיקען די זיכערע באווייזען פאר זשאן קערי, פארוואס דארף זשאן קערי זאגען אז ער ווייסט נישט פאר זיכער ווער ס'איז ריפאנסיבאל?


בנוגע צו עס מאכט סענס פון כאמאס: קיינער האט נישט געזאגט אז כאמאס זענען אדורך געטראכטע מעטשען, זיי זענען ווייט פון דעם, און יעדער ווייסט אז זיי זענען עלול פאר אסאך ערגערס. אבער אויב האלטסו מיט די נייעס פון די לעצע צוויי חדשים וועסטו אליינס פארשטיין אז אזא פארכאפונג וואלטען זיי ענדערשט געטוען א יאר צוריק נישט ווען זיי האלטען אט אט ביים אויפשטעלן א נייע פאראייניגטע רעגירונג.

If it is proved that Hamas was behind Thursday’s kidnapping of three Israeli teenagers in the West Bank, the Palestinian Authority will reconsider its unity pact with Hamas, a senior official in the Palestinian Authority told The Times of Israel on Monday.

מיטן אמעריקאנער, דער שיתוף און שטיצער פונעם טעראריסט האט נישט ביבי געפילט פאר די וויכטיגסטע זיך אריין לאזן און ויכיחים

דארט קומט ער נאר שנארן.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מאנטאג יוני 16, 2014 3:57 pm

Secretary of State John Kerry said Sunday that officials are still investigating the abduction, but that “many indications point to Hamas’ involvement.”
סאו דיין פשעטל שטימט נישט

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » מאנטאג יוני 16, 2014 4:06 pm

די איזרעיליס ניצען גוט אויס די מצב, זיי ארעסטירען וועם ס'לאזט זיך נאר, כ'האב געליינט אז כמעט די גאנצע חאמאס פירערשאפט איז אונטער ארעסט,

זעהט אויס אז זיי האבען באשלאסען זיי צי געבען א שטארקע מעדעצין אז ס'זאל זיי פארגיין דעם אפעטיט צי שפילען באהאלטען מיט אידישע בחורים,

די פראבלעם מיט די פאלעסטינער איז אז זיי זענען צישפליטערט צווישען זיך אין אין זיי הארגענען זיך איינער דעם צווייטען, משא"כ ביי אידען, וויפעל חילוקי דיעות ס'זאל נישט זיין, ווען ס'געשעט אזא טראגעדיע פאראייניגט עס גאנץ כלל ישראל, ס'ווערט א וועלטס נייעס, יעדער זארגט זיך, יעדער איז מתפלל, ווי ס'נאר דא א איד פין איין עק וועלט ביזען צווייטען,

ס'דא א ביליאן אראבער צי וויפעל, ווען זיי זענען ווען באחדות זאל מען אפגעהיטען ווערען, זענען זייי ביזי זיך צי רייסען איינער דעם צווייטען, די איינציגע זאך וואס פאראייניגט זיי אביסעל איז שנאת ישראל, אונז פאראייניגט אהבת ישראל, זאל דער באשעפער טאקע האלטען די רעכטע האנט און אהיימברענגען די קינדערלעך גזונט און פריש,

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מאנטאג יוני 16, 2014 4:15 pm

יעדעס ווארט ריכטיג, הרב לאקשן.

(לאנג טיים נאו סי יא!!! באלד וועט מען זאגן אז נאר צרות ישראל פאראייניגט דיר מיט אידישע וועלט... חלילה)
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » מאנטאג יוני 16, 2014 4:20 pm

לאקשען ברעט האט געשריבן:די איזרעיליס ניצען גוט אויס די מצב, זיי ארעסטירען וועם ס'לאזט זיך נאר, כ'האב געליינט אז כמעט די גאנצע חאמאס פירערשאפט איז אונטער ארעסט,

זעהט אויס אז זיי האבען באשלאסען זיי צי געבען א שטארקע מעדעצין אז ס'זאל זיי פארגיין דעם אפעטיט צי שפילען באהאלטען מיט אידישע בחורים,

די פראבלעם מיט די פאלעסטינער איז אז זיי זענען צישפליטערט צווישען זיך אין אין זיי הארגענען זיך איינער דעם צווייטען, משא"כ ביי אידען, וויפעל חילוקי דיעות ס'זאל נישט זיין, ווען ס'געשעט אזא טראגעדיע פאראייניגט עס גאנץ כלל ישראל, ס'ווערט א וועלטס נייעס, יעדער זארגט זיך, יעדער איז מתפלל, ווי ס'נאר דא א איד פין איין עק וועלט ביזען צווייטען,

ס'דא א ביליאן אראבער צי וויפעל, ווען זיי זענען ווען באחדות זאל מען אפגעהיטען ווערען, זענען זייי ביזי זיך צי רייסען איינער דעם צווייטען, די איינציגע זאך וואס פאראייניגט זיי אביסעל איז שנאת ישראל, אונז פאראייניגט אהבת ישראל, זאל דער באשעפער טאקע האלטען די רעכטע האנט און אהיימברענגען די קינדערלעך גזונט און פריש,


מורה'דיג גוט ארויסגעברענגט און קורצן

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מאנטאג יוני 16, 2014 4:31 pm

א הויכע פאלעסטינער אפישל האט היינט געזאגט פאר די טיימס אוו איזריעל, אז אויב זאל זיין אמת אז חאמאס שטייט אונטער די פארכאפונג, וועט פאלעסטיין רעקאנסידערן זייער שלום-מיטארבעט.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מאנטאג יוני 16, 2014 4:42 pm

הערט וואס א וויינעט מיליטערשיער-מבין זאגט:

די סיבה פארוואס די טעראריסטן קומען נישט ארויס קלאר מיט א מעסעדש איבער די פארכאפונג, וואס זענען זייערע פארלאנגען און וואס קען ענדיגן די פרשה, איז ווארשיינליך צוליב וואס די שטורעמישע זוך אקציע לייגט אויף זיי מער פרעשור אז זיי קענען אנטדעקט און געכאפט ווערן, דערפאר קומען זיי נישט ארויס און לאזן איבער די די זאך ווי א מיסטעריע.

אין געגנזאץ, ביים פארכאפן גלעד שאליט איז כאמאס ארויסגעקומען נאך איין טאג מיט א קלארע ליסטע פון פארלאנגען.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מאנטאג יוני 16, 2014 4:50 pm

לאקשען ברעט האט געשריבן:די איזרעיליס ניצען גוט אויס די מצב, זיי ארעסטירען וועם ס'לאזט זיך נאר, כ'האב געליינט אז כמעט די גאנצע חאמאס פירערשאפט איז אונטער ארעסט

דאס ווערטל דערויף גייט, אז אויב יעדער פארכאפטער איז ביי די טעראריסטן ווערד טויזנט ארעסטאנטן, ווי זיי פארלאנגען ביי אן אויסטויש, דאן קומט דאך אויס אז פאר יעדן פארכאפטן דארף מען ארעסטירן טויזנט שטיק...

סוי ביבי לערנט שיטת 'לשיטתם'.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מאנטאג יוני 16, 2014 4:55 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:א הויכע פאלעסטינער אפישל האט היינט געזאגט פאר די טיימס אוו איזריעל, אז אויב זאל זיין אמת אז חאמאס שטייט אונטער די פארכאפונג, וועט פאלעסטיין רעקאנסידערן זייער שלום-מיטארבעט.

באמת פארשטיי איך נישט די סטעיטמענט.

האט דען חאמאס אמאל געזאגט אז זיי פלאנען אפצולאזן טעראר? נעווער.

מילא ווען א "מיטגליד מטעם חאמאס אין די נייע רעגירונג" זאל זיין פארמישט, אויף דעם קען ער זאגן אז ער וועט ריקאנסידערן זיי ארויסצואווארפן פון די רעגירונג. אבער די טעראר ארג. חאמאס פאר זיך, זיי האבן זיך קיינמאל גארנישט פארפליכטעט.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5776
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג יוני 16, 2014 6:22 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:
דער תהילים איד האט געשריבן:א הויכע פאלעסטינער אפישל האט היינט געזאגט פאר די טיימס אוו איזריעל, אז אויב זאל זיין אמת אז חאמאס שטייט אונטער די פארכאפונג, וועט פאלעסטיין רעקאנסידערן זייער שלום-מיטארבעט.

באמת פארשטיי איך נישט די סטעיטמענט.

איך יא! פשוט ווייל אבאס מוז יעצט שפילן ווי ער א נייס גיי
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מאנטאג יוני 16, 2014 6:34 pm

ער קען נישט רעדן רוסיש כדי צו שפילן, די ווערטער ברויכן קלעבן. קען זיין איך האב עפעס פארפעהלט דארט, כ'ווייס נישט.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג יוני 16, 2014 6:39 pm

משנה מקום האט געשריבן:ווער איז מער עלול צי זאגען ליגענט עפעס א טערארריסט גרופ אדער א ראש ממשלה פין א צוויליזירטע לאנד?

כאכאכא.. קענסט צולייגן צו די ליסטע: אדער א פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kollel, police, private, אוהב ציון, אפשר פארקערט, בארג, בנימין סאנדערס, וויכטיג מאכער, יישר כח, נישט געפירליך און 65 געסט