עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22354
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 4:38 pm

בלינצע האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
און אז מ'רעדט שוין פון שאצונגן, איך שאץ אז אויב די דעמעקראטן געווינען קאנגרעסס גייט קאנסומער קאנפידענס שטארק פאלן! און שטארק אראפברענגען די GDP...


ד.מ. אז די שוואכע נומערן אין די אבאמא לעצטע יאר איז צו בלעימען די רעפובליקאנע געפירטע סענאט און קאנגרעס...



איך גיי נישט ענטפערן קיין טראללישע תגובות!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2082
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 4:44 pm

די טערקישע צענטראלע באנק האט איגנארירט אנווייזונגען פון זייער פרעזידענט ערדואן און דראסטיש געהויבן די אינטערעסט ראטע צו 24% אין א פרואוו צו ראטעווען זייער קארענסי (אינפלאציע שטייט יעצט ביי 20%) און אלס רעזולטאט האט זיך די לירא דראמאטיש געהויבן היינט מיט קרוב צו 5%.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2082
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 4:57 pm

אויב האסטו אינוועסטירט אין עמעזאן 1,000$ פאר צוואנציג יאר צוריק ביזטו יעצט ווערט ( לויט סנבס ) איבער 1.3 מיליאן דאללער,
ווי איז געווען דיין שכל, הא?
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2082
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 5:27 pm

אפצייכענענדיג צען יאר פון די צוזאמפאל פון די פינאנציעלע ריז ״לעהמאן בראדערס״ נאכן קראך אין 08, טוט זיך ערענסטע שפעקולאציעס איבער וואס ווארט אונז אפ נעקסט, פיל עקזעקוטיווס אין עקאנאמיסטס לייגן ארויס זייער פארשאצונג, הצד השוה ווי יעדער פארשטייט נאך אזא לאנגע סטרעטש פון זאטע יארן, אז עס קומט א רעסעשן, די שאלה איז נאר ווען און ווי שטארק.

אין שפיץ שטייט די מאדעל וואס דזשעי פי מארגען האט ארויסגעלייגט וועלכע שטעלט פאר א לייכטע קריזיס אין 2020 מיט אן עוורידזש לאנגע ערהוילונג, אבער אנדערש ווי אנדערע דערמאנט עס נישט די טראמפ טרעיד פאליסי אלס דער וואס וועט ברענגען פראבלעמען, נאר ענדערש אויף די אינוועסטערס און די וועג וויאזוי פיינענשל עסעטס ווערן געמענידזשט.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 5:28 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:אויב האסטו אינוועסטירט אין עמעזאן 1,000$ פאר צוואנציג יאר צוריק ביזטו יעצט ווערט ( לויט סנבס ) איבער 1.3 מיליאן דאללער,
ווי איז געווען דיין שכל, הא?

שוין, וואס איז געווען איז געווען, מכאן ואילך חושבנא.

קויף סטאקס, האלט עס פאר 20 יאר, גייסט דערלייגען געלט! אבער בלייב אינעווייניג, סוף כל סוף וועסטו פארדינען!

--
אויב ווילסטו נישט ליינען אלע עצות און כללים, טו עס אויפן פשוטן אופן

-אינוועסט אין א פאנד וואס איז באזירט אויפן S&P
- שפיל זיך גארנישט ארום, גיי אן קיין חכמות, נאר לייג אריין יעדן חודש וויפיל עס איז דיר מעגליך אוועקצולייגן פאר אינוועסמענט, מארקעטס טראסקענען, מארקעטס שפרינגען. איגנאריר עס, יעדן חודש לייג אריין דיין געלט
- די ביליגסטע פלאץ לכאורה צו קויפן סטאקס (אדער פאנדס) איז לכאורה ביי די נייע סערוויס פון טשעיס באנק גערופן YOU INVEST, עס ארבעט צוזאמען מיט די רעגולאר טשעיס אנליין באנק אקאונט

---
די מערסט סכנה'דיגע פלאץ צי אינוועסטן געלט איז לכאורה: עפענען א אייגענע ביזנעס. (אדער א נייע פליגל צום עקזעסטירנדן געשעפט)
די אינוועסטמענט מיט די שאנסן פאר די מערסטע רווחים איז לכאורה: עפענען א אייגענע ביזנעס. (אדער א נייע פליגל צום עקזעסטירנדן געשעפט)

אויב זענט איר נישט געמאכט צו בויען א ביזנעס, אפשר קענט איר טרעפן א טויגליכער איד וואס וויל ארבעטן שווער און וויל אייך נעמען פאר א שותף, די זעלבע סכנה און כמעט די זעלבע ריווארדס

--

אויב אייער מאגן דערהייבט נישט קיין ריסק, גייט מיטן S&P וואס האט שוין א רעקארד פון ברענגן שיינע פארדינסטן אינעם לאנגען טערמין (אויב לאזט מען עס וואקסן דרייסיג יאר קען עס ברענגען גאר גאר שיינע רווחים)

--
ביז אהער וועט יעדער עקספערט מסכים זיין, ולענד''ת זאל מען אריינלייגן האלב געלט אין א טעכנאלאגיע אינדעקס פאנד, און האלב אינעם S&P.
--
פארשטייט זיך אז ווער עס איז גרייט פאר מער ריסק קען זיך ארום שפילן אינעם סטאק מארקעט און קויפן סטאקס וואס קוקט אויס אז עס וועט איבערשטייגן די S&P, אדער קויפן און פארקויפן אויף א טעגליכע פארנעם לויט די גאנג פונעם מארקעט, ד.ה. כאפן מציאות און פארקויפן נעקסטען טאג מיט א שטיקל פראפיט.
---

עמעזאון איז א אויסטערלישע חידוש, קיינער זאל נישט ערווארטן אזא ריטורן פונעם S&P.

--
שוין געקויפט? וואס ווארסטו?
לעצט פאראכטן דורך דערבארומדיג'ער אום דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 5:38 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 5:37 pm

פארגעסן צוצולייגן, לענד''ת לוינט זיך צו אינוועסטן אין א כינעזער פאנד וואס האט די רייכסטע כינעזער קאמפאניס, עס איז איצט אביסל נידריגער פארן יאר, נישט די בעסטע צייט איצט פארן כינעזער מארקעט, און אפשר טאקע דערפאר לוינט זיך צו קויפן דווקא איצט,

פארשטייט זיך אז איך רעד פון אידן וואס ווילן נישט נעמען קיין ריסק.
ובתנאי אז מען האלט דאס געלט פאר לאנגע יארן אינעם מארקעט.

--
דאס איז לענד''ת, ולדעת "אלע" מבינים לוינט זיך אריינצולייגן געלט חודשליך אין א S&P פאנד. בדוק ומנוסה צו ברענגן רווחים אינעם לאנגען טערמין
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2082
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 5:39 pm

שיינע כללים!

בנוגע די עס ענד פי, עס איז גוט פאר סעיווינגס, אבער צו מאכן א ליווינג פון אינוועסטמענטס רעדט מען נישט געווענליך פון קיין צו גרויסע זאכן דארט.
איך וואלט יא געגאנגען מיט טעק קאמפעניס ווי אדאוב, איי בי עם, און אפילו עפפל, עמעזאן האב איך מורא צוליב וואס זיי צופירן זיך צופיל די הענט אין פארשידענע אינדוסטריס, עס קען זיך ענדיגן ווי דזשי עם.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11349
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 5:45 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:בדוק ומנוסה צו ברענגן רווחים אינעם לאנגען טערמין

דאס איז די קי, מ'טאר זיך נישט דערשרעקן פון די אלע אפס ענד דאונס און ארויסטשיקענען, לאונג טערם איז עס פון די בעסטע און גרינגסטע אינוועסטמענטס.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 5:46 pm

א ליווינג פון אינוועסטמענט?

איך זעה 3 אפציעס

1 אדער א מאני מענעזשער, ד.ה. מען נעמט קעיר פון אנדערע מענטשען'ס געלט און זיי צאלן דיר א פראצענט (אדער אפילו א געהאלט בנוסף צי א פראצענט)
2 אדער שפילט מען זיך ארום מיט ריזיגע געלטער
3 אדער מאכט מען ריזיקאלישע אינוועסטמענטס און די נער'ישקייט געלונגט

אלע 3 אפציעס זענען נישט געמאכט פארן אלגעמיינעם עולם
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 5:50 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:שיינע כללים!

בנוגע די עס ענד פי, עס איז גוט פאר סעיווינגס, אבער צו מאכן א ליווינג פון אינוועסטמענטס רעדט מען נישט געווענליך פון קיין צו גרויסע זאכן דארט.
איך וואלט יא געגאנגען מיט טעק קאמפעניס ווי אדאוב, איי בי עם, און אפילו עפפל, עמעזאן האב איך מורא צוליב וואס זיי צופירן זיך צופיל די הענט אין פארשידענע אינדוסטריס, עס קען זיך ענדיגן ווי דזשי עם.

איי בי עם איז א שווערע באשלוס, יעך וואלט נישט געלייגט קיין דאללער דארט, זיי האבן גארנישט דעליווערט שוין פאר ווייסעך ווי לאנג.

אלענפאלס, עס זענען דא שטארקע חסידים פון איי בי עם, זייער קלאוד ביזנעס האט א פאטענציאל.

--
עס קען זיך ענדיגן ווי דזשי עם

מיינסט מן הסתם זשי אי.

זשי עם איז לענד''ת גאר א גוטע אינוועסטמענט אינעם לאנגען טערמין
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2082
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 5:56 pm

איך צייל מיך פון די חסידים און איך גיי אריין טאקע מיט פדיונות.

בנוגע דזשי אי, גערעכט מיי מיסטעיק. דזשי עם שטייט פארהעלטנמעסיג גוט, און האט א בעסערע פיוטשער אויב טראמפ וועט סוקסידן מיט זיינע טרעיד גאעלס.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 5:57 pm

אלענפאלס, איך נעם נישט קיין אחריות אויף מיינע סטאק פיקס, אבער די S&P פאנד איז ברייט אנגענומען אלץ א פארזיכערטע אין גרינגע אינוועסטמענט. פיל בעסער ווי לייף אינשורענס!
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 6:05 pm

זשי עם טרעיד דיעלס איז נוגע טשיינע באלד מער ווי קאנאדע. (מעקסיקא איז שוין ערלעדיגט)

זשי עם שטייט זייער גוט אין די וועלטס גרעסטע קאר מארקעט: טשיינע

- זיי האלטן זייער ווייט מיט בעטערי קארס, א MUST פאר טשיינע
- זייערע ברענדס זענען אנגענומען מיט א גונסטיגע בליק ביי די כינעזער קאנסומערס

--
זשי עם האלט זייער זייער ווייט אינעם סעלף דרייווינג געביט, אין בכלל אין אלע פראנטן אויפן טעכנאלאגישן געביט (מן הסתם די בעסטע נאך טעסלע).
זייערע קארס זענען גאר גוט, נישט ווי אמאל!
די סי אי או איז גאר גוט
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2082
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 6:11 pm

ביי די וועי, דזשי עם האט היינט ריקאלד 1.2 מיליאן קארס
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 6:18 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:זשי עם טרעיד דיעלס איז נוגע טשיינע באלד מער ווי קאנאדע. (מעקסיקא איז שוין ערלעדיגט)

זשי עם שטייט זייער גוט אין די וועלטס גרעסטע קאר מארקעט: טשיינע

- זיי האלטן זייער ווייט מיט בעטערי קארס, א MUST פאר טשיינע
- זייערע ברענדס זענען אנגענומען מיט א גונסטיגע בליק ביי די כינעזער קאנסומערס

--
זשי עם האלט זייער זייער ווייט אינעם סעלף דרייווינג געביט, אין בכלל אין אלע פראנטן אויפן טעכנאלאגישן געביט (מן הסתם די בעסטע נאך טעסלע).
זייערע קארס זענען גאר גוט, נישט ווי אמאל!
די סי אי או איז גאר גוט

ווייל דזשי עם איז א גוטע קאמפעני.
אויב אזוי פארוואס בלאקירט טשיינע אזא גוטע פראדוקט?.. און פארוואס פלייצן האנדא אדעסיס די וויליאמסבורגע גאסן ענדערש ווי סובורבענס און טאוקיאו?..

און איינוועגס שמייסעך יאפאן אויך, אבער דאס איז די פוינט. די ארגימענט וואס די מאכסט איז נישט קיין תירוץ צו בלאקירן אונזערע פרעדוקטן.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2082
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 6:36 pm

די אדיסיס און סיענעס זענען פשוט פראקטיש פאר אונזערע משפחות, און אפילו אין די ליין כאפט זיך דזשי עם מיט ביי זייער דאדזש און קרייסלער ברענדס.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 6:43 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:זשי עם טרעיד דיעלס איז נוגע טשיינע באלד מער ווי קאנאדע. (מעקסיקא איז שוין ערלעדיגט)

זשי עם שטייט זייער גוט אין די וועלטס גרעסטע קאר מארקעט: טשיינע

- זיי האלטן זייער ווייט מיט בעטערי קארס, א MUST פאר טשיינע
- זייערע ברענדס זענען אנגענומען מיט א גונסטיגע בליק ביי די כינעזער קאנסומערס

--
זשי עם האלט זייער זייער ווייט אינעם סעלף דרייווינג געביט, אין בכלל אין אלע פראנטן אויפן טעכנאלאגישן געביט (מן הסתם די בעסטע נאך טעסלע).
זייערע קארס זענען גאר גוט, נישט ווי אמאל!
די סי אי או איז גאר גוט

ווייל דזשי עם איז א גוטע קאמפעני.
אויב אזוי פארוואס בלאקירט טשיינע אזא גוטע פראדוקט?.. און פארוואס פלייצן האנדא אדעסיס די וויליאמסבורגע גאסן ענדערש ווי סובורבענס און טאוקיאו?..

און איינוועגס שמייסעך יאפאן אויך, אבער דאס איז די פוינט. די ארגימענט וואס די מאכסט איז נישט קיין תירוץ צו בלאקירן אונזערע פרעדוקטן.


איך מיין אז די רעדסט נישט צי מיר, איך האב געמאכט א ארגומענט אז עס לוינט צו קויפן זשי עם סטאק.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 6:45 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:[quote="דערבארומדיג'ער".]
אויב ווילסטו נישט ליינען אלע עצות און כללים, טו עס אויפן פשוטן אופן

-אינוועסט אין א פאנד וואס איז באזירט אויפן S&P
- שפיל זיך גארנישט ארום, גיי אן קיין חכמות, נאר לייג אריין יעדן חודש וויפיל עס איז דיר מעגליך אוועקצולייגן פאר אינוועסמענט, מארקעטס טראסקענען, מארקעטס שפרינגען. איגנאריר עס, יעדן חודש לייג אריין דיין געלט
- די ביליגסטע פלאץ לכאורה צו קויפן סטאקס (אדער פאנדס) איז לכאורה ביי די נייע סערוויס פון טשעיס באנק גערופן YOU INVEST, עס ארבעט צוזאמען מיט די רעגולאר טשעיס אנליין באנק אקאונט
[/quote][/quote]


שיינע נקודות.

לגבי די ביליגסטע פלאץ צו אינוועסטן, אויב אינוועסט מען א איינמאליגע סומע איז דיין דערמאנטע בראוקערעדש א גוטע אפציע, אבער אויב וויל מען אריינלייגן א קליינע סומע פעריאדיקלי איז א ראבא עדווייזער בעסער.

https://www.betterment.com/start-invest ... eMQAvD_BwE
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 6:48 pm

דאזש און קרייסלער האט גארנישט מיט זשי עם.

--
אברך, האסט שוין געזען פרייזן פון די נייע טשעיס סערוויס?
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 7:05 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:דאזש און קרייסלער האט גארנישט מיט זשי עם.

--
אברך, האסט שוין געזען פרייזן פון די נייע טשעיס סערוויס?


יאך האב געזען זייער קאממישען סטרוקטור, אבער אויב קען מען נישט קויפן קיין פרעקטינאלע שערס דאן מוזטו אינוועסטן פונקט די סומע ווי די סטאק האלט דאן, (spy is 290 today ) וואס איז נישט פראקטיש, ווי אויך ברויך מען יעדעס מאל עקסטער מאכן די טראנזאקציע מעניולי.

משא'כ א ראבא עדווייזער שטעלסט אים איינמאל אן וויפיל געלט דו ווילסט אריינלייגן יעדע וואך /חודש און לאזט עס לויפן פאר יארן אן אויפהייבן א פינגער.
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 7:37 pm

איך האב נישט געזען פרייזן פון ראבא אדווייזארס.

ביי שוואב קען מען האבן א S&P פאנד חודשליך אריינלייגן געלט אנגעשטעלטערהייט, אן אריינלייגן א פינגער, בחנם!

ביי טשעיס איז די ערשטע הינדערט סטאק טרעידס בחינם, דערנאך $2.50. אויב האט מען א טשעיס פרימיום באנק אקאונט זענען אלע סטאק טרעידס בחינם (פרימיום האט נאך מעלות, טשעק ביכער בחינם, ועוד)
איך גלייב אז ביי טשעיס קען מען אויך האבן אויטאמאטישע טרעידס, און זייערע פאנדס זענען אויך בחינם. כמעט זיכער אבער נאכנישט אויספראבירט
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

rogers
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 12:46 pm

תגובהדורך rogers » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 7:48 pm

איז ווערט אריינלייגען קליין געלט? לאמיר זאגן א הונדערטער א וואך?

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 7:59 pm

rogers האט געשריבן:איז ווערט אריינלייגען קליין געלט? לאמיר זאגן א הונדערטער א וואך?


אודאי איז עס ווערט, איך רעדט שוין נישט פון 100$ א וואך, אפילו $10 א וואך מיט די צייט זאמלט זיך עס אן, ווען מען מאכט די חשבונות ווערט מען שאקירט ווי די קאמפאונד אינטערעסט מאכט פון קליין געלט גרעסערע נומערן איבער לענגערע צייט פירידעס.

ועיין כאן.

viewtopic.php?f=26&t=28668
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 8:08 pm

אברך האט געשריבן:
rogers האט געשריבן:איז ווערט אריינלייגען קליין געלט? לאמיר זאגן א הונדערטער א וואך?


אודאי איז עס ווערט, איך רעדט שוין נישט פון 100$ א וואך, אפילו $10 א וואך מיט די צייט זאמלט זיך עס אן, ווען מען מאכט די חשבונות ווערט מען שאקירט ווי די קאמפאונד אינטערעסט מאכט פון קליין געלט גרעסערע נומערן איבער לענגערע צייט פירידעס.

ועיין כאן.

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=26&t=28668


קענסט ברענגען ביטע א chart וואס ווייזט וויפיל מקען פארדינען לאורך זמן?
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 8:31 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:
אברך האט געשריבן:
rogers האט געשריבן:איז ווערט אריינלייגען קליין געלט? לאמיר זאגן א הונדערטער א וואך?


אודאי איז עס ווערט, איך רעדט שוין נישט פון 100$ א וואך, אפילו $10 א וואך מיט די צייט זאמלט זיך עס אן, ווען מען מאכט די חשבונות ווערט מען שאקירט ווי די קאמפאונד אינטערעסט מאכט פון קליין געלט גרעסערע נומערן איבער לענגערע צייט פירידעס.

ועיין כאן.

viewtopic.php?f=26&t=28668


קענסט ברענגען ביטע א chart וואס ווייזט וויפיל מקען פארדינען לאורך זמן?


דא

https://en.m.wikipedia.org/wiki/S%26P_500_Index

קענסטו זעהן די עס ענד פי'ס לאנג טערם פערפארמענס (קוק אונטן ביי מארקעט סטאטיסטיקס)

דא

http://www.moneychimp.com/calculator/co ... ulator.htm

קענסטו אליינס אויסרעכענען וויפיל דו קענסט מאכן, לייג אריין 9% אינטערעסט.
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 23 געסט