העכסטע בריטישע געריכט האט פרייטאג געאורטיילט אין שטיצע פון דרייווער ביי די אובער פירמע.
די רעדע איז איבער א קעיס ווי אובער זאגט אז דרייווער זענען סעלף-עמפלויד ארבעטער -וואס דעריבער זענען זיי נישט בארעכטיגט צו פארשידענע ארבעטער בענעפיטן, אריינגערעכענט מינימום-וועיזש, באצאלטע אורלויב און נאך- פון די אנדערע זייט טענה'ן די דרייווער אז די וועג וויאזוי די פירמע באהאנדעלט זיי צייגט קלאר אז זיי זענען יא איינגעשטעלטע ביי די פירמע אויך אויב אין די קאנטראקט שטייט ארויסגעשריבן אנדערש -און דעריבער בארעכטיגט צו די אלע בענעפיטן.
מיט עטליכע יאר צוריק -אין 2016- האט א ספעציעלע עמפלוימענט געריכט אויסגעהערט די קעיס און געגעבן גערעכט פאר די דרייווער. אובער האט אפעלירט די אורטייל צום סופרים קאורט, וואס האט פרייטאג ארויסגעווארפן די אפיעל און באשטעטיגט די אונטערשטע געריכט אורטייל.
אדוואקאטן אויפ'ן קעיס זאגן אז די אורטייל האט די פאטענציאל אפצוקאסטן פאר די פירמע א סומע פון 12,000 פונט פער דרייווער, פאר בערך 2,000 דרייווער - וואס דאס קומט אויס אזויפיל ווי 24 מיליאן פונט אדער ארום 33.6 מיליאן דאללער.
עקאנאמישע נייעס און נאטיצען
- אלעקסיי דער דריטער
- שר האלפיים
- תגובות: 2220
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Chairlift, Like news, private, purple knish, א מוח, א_נייע_גרינער, ברעחדך קאפ, ווערעצקי, ותיק וחסיד, טשיינע רב, כאפצעם, קילאמעטער, קליינקעפיק, שטארקע חסיד און 47 געסט