עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טוב לב
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

תגובהדורך טוב לב » מאנטאג פאברואר 10, 2020 10:05 am

יואל שרייבער האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:אבער אזויווי דו עקשנ'סט זיך איבערצוזאגן נאכאמאל און נאכאמאל דעם טאלקינג פוינט אז ס'איז א לאנגע עקספענשאן, וועל איך אויך איבערזאגן נאכאמאל פארוואס דאס איז א נארישע טאלקינג פוינט צו נוצן ווען מ'וויל געבן די קרעדיט פאר טראמפ: נאך פאר טראמפ איז אריינגעקומען איז שוין די עקספענשאן געווען א לאנגע,



וואס הייסט א לאנגע עקספענשאן? זיבן יאר איז לענגער ווי געווענליך?


אודאי, זעסט דאך ווי חסידי טראמפ שרייען פון די טאג וואס ער איז אריינגעקומען אז ער באווייזט ניסים יעדן טאג וואס די עקאנאמיע פאלט נישט צוזאם...

אבער ערנסט גערעדט, יא, פון די עלף עקספענשאנ'ס זינט די צווייטע וועלט מלחמה האבן נאר 27% אנגעהאלטן אזוי לאנג ווי זיבן יאר.

ביי וויפיל פון זיי איז געווען זיבן יאר זיראו אינטערעסט רעיטס?

ווער האט זיכער געמאכט אז די אינטרעסט רעיטס זאל זיין אזוי נידריג?

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג פאברואר 10, 2020 11:27 am

איך האב שוין אביסל ארויס די דעמעקראטישע מהלך.

די ערשטע 5 יאר פון אבאמא'ס דשאבלעס ריקאווארי איז בוש שולדיג, טראמפס בומינג דשאב מארקעט איז אבמא'ס קרעדיט.
די באשאפיניג פון אייסיס אינטער אבאמא איז בוש שולדיג, כאפען בין לאדין איז אבאמא'ס קרעדיט.
ראשע מעדלינג אין די עלעקשנס ווען אבאמא איז געווען פרעזידענט איז טראמפ'ס שולד, טראמפ ענדיגען מיטל מזרח מלחמה איז אבאמא'ס קרעדיט.

מיט אזא צוגאנג איז טאקע א וואנדער אז חוץ סענערס און ביידען וויל קיינער ניטאמאל לויפן פאר פרעדידענט,

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3587
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג פאברואר 10, 2020 12:08 pm

ווי עס שיינט קען מען רואיג שטימען פאר טראמפ פאר נאך 4 יאר.

דער געלונגענער אבאמא האט אוועקגעשטעלט אזא מעכטיגע עקאנאמיע, וואס לויט ווי די ליבעראלן זאגן קען עס וואקסן און בליען פאר נאך 5 יאר אונטער טראמפ, סא א דאנק אבאמא קען מען רואיג שטימען פאר טראמפ.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6758
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג פאברואר 10, 2020 12:17 pm

צווייפעל האט געשריבן:ווי עס שיינט קען מען רואיג שטימען פאר טראמפ פאר נאך 4 יאר.

דער געלונגענער אבאמא האט אוועקגעשטעלט אזא מעכטיגע עקאנאמיע, וואס לויט ווי די ליבעראלן זאגן קען עס וואקסן און בליען פאר נאך 5 יאר אונטער טראמפ, סא א דאנק אבאמא קען מען רואיג שטימען פאר טראמפ.


:lol:
לאור המצב..

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2925
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מאנטאג פאברואר 17, 2020 1:55 pm

Pier 1 Imports Inc. has filed for bankruptcy with plans to sell the company, less than two months after the troubled home-decor retailer said it planned to close up to 450 stores and cut costs to slow down its cash burn.
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2925
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » דינסטאג פאברואר 18, 2020 6:16 pm

Groupon וועט מער נישט פארקויפן קיין פראדוקטן אויף זייער וועבסייט

https://www.forbes.com/sites/laurendebt ... c8db0b709d

(גרויסע בראך פאר פיל היימישע אידן)
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2298
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג פאברואר 18, 2020 7:26 pm

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:Groupon וועט מער נישט פארקויפן קיין פראדוקטן אויף זייער וועבסייט

https://www.forbes.com/sites/laurendebt ... c8db0b709d

(גרויסע בראך פאר פיל היימישע אידן)

דער עולם האט שוין לעצטנס געקרעכצט אז זייערע סעילס האבן דיקליינד. איי געסס זייער דידזשיטאל מארקעטינג בודזשעט איז געווען צו סאך, האבן זיי געשניטן, האבן זיי דערלייגט טרעפיק/ סעילס, מוזן זיי פארמאכן.

דאס וועט לכאורה נאכפאלגן מיט נאך אפאר.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2925
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מיטוואך פאברואר 19, 2020 11:40 am

צולייגער האט געשריבן:דער עולם האט שוין לעצטנס געקרעכצט אז זייערע סעילס האבן דיקליינד. איי געסס זייער דידזשיטאל מארקעטינג בודזשעט איז געווען צו סאך, האבן זיי געשניטן, האבן זיי דערלייגט טרעפיק/ סעילס, מוזן זיי פארמאכן.

דאס וועט לכאורה נאכפאלגן מיט נאך אפאר.

דאס איז איין שטארקע נקודה אז זייער דידזשיטאל מארקעטינג בודזשעט איז געווען צו סאך, אבער די עומק דערפון איז אז פלעש סייטס האבן נישט קיין גיטע טרעק אויף repeat customers, ווייל נאך אלעם איז דער קאסטומער נאר געקומען צוליב ער האט געזעהן אז זיי האבן א דיעל יעצט אויף ביליגע פידשאמעס, מארגן ווען ער זיכט פידשאמעס גייט ער ווייטער צו עמעזאן, ווייל דארט פארקויפט מען פידשאמעס, סא זייער סייט קען נישט לעבן אן ביליאנען אין דידשיטעל מארקעטינג, וואס ברעגנט די קאסטומער אויף די איין סעיל, מארגן מוז ער זיכן פרישע קאסטומערס.

אויך די עצם געדאנק פון פלעש סעיל וועבסייטס אויפן וועג אראפ, ווייל די גאנצע געדאנק פון פלעש סעילס האט שוין היינט סאך ווייניגער פשט, אמאל האבן ברענד נעימס דאמינירט די מארקעט, און זיי האבן זיך געלאזט באצאלן טבין ותקלין, איז געקומען גרופאן אפגעקויפט זייער ענד אוו סיזאן סטאק און געמאכט א גרויסע סעיל, אדער זיי האבן אריינגעברענגט א אפפ-ברענד און פראקלאמירט א ריזיגע סעיל, אבער ווי מער עמעזאן איז געווארן אויפגעכאפט איז פרייזן געפאלן, און אפפ-ברענדס זענען געווארן שטארק דארט, אלץ ווייניגער האט מען געדארפט גרופאן, און אלץ מער האט גרופאן געמוזט אראפלאזן זייערע פראפיט מארדשין'ס.

און זיי זענען נישט די ערשטע פלעש סייט צו גיין געבראכן, no more rack המכונה טשאקסי איז שוין לאנג אינטער געגאנגן.

אינטערסאנט אז גוגל האט גע'אפערט 6 ביליאן דאלער צו קויפן גרופאן צען יאר צוריק, און גרופאן האט אפגעווארפן די דיעל.
https://www.cnbc.com/id/40440375
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אביסל טיפער
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm

תגובהדורך אביסל טיפער » מיטוואך פאברואר 19, 2020 12:05 pm

אויב קוקט מען אויף גרופאנס סעיל פרייזן ווי 50% 60% 70% אף. צי אנדערע איקאמערס פרייזן זענען זיי רוב מאל נישט געווען ביליגער מען קען טרעפן זייער זעלבע דיסקאונט פרייזן ווי 50 60 70 פראצענט אראפ אויף אנדערע פלעצער אגאנץ יאהר די מעין זאך וואס איך האב געניצט איז געווען לאקאלע דיעלס ווי קאר ריפעיר!
תורה איז די בעסטע סחורה

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2298
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך פאברואר 19, 2020 12:38 pm

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:דער עולם האט שוין לעצטנס געקרעכצט אז זייערע סעילס האבן דיקליינד. איי געסס זייער דידזשיטאל מארקעטינג בודזשעט איז געווען צו סאך, האבן זיי געשניטן, האבן זיי דערלייגט טרעפיק/ סעילס, מוזן זיי פארמאכן.

דאס וועט לכאורה נאכפאלגן מיט נאך אפאר.

דאס איז איין שטארקע נקודה אז זייער דידזשיטאל מארקעטינג בודזשעט איז געווען צו סאך, אבער די עומק דערפון איז אז פלעש סייטס האבן נישט קיין גיטע טרעק אויף repeat customers, ווייל נאך אלעם איז דער קאסטומער נאר געקומען צוליב ער האט געזעהן אז זיי האבן א דיעל יעצט אויף ביליגע פידשאמעס, מארגן ווען ער זיכט פידשאמעס גייט ער ווייטער צו עמעזאן, ווייל דארט פארקויפט מען פידשאמעס, סא זייער סייט קען נישט לעבן אן ביליאנען אין דידשיטעל מארקעטינג, וואס ברעגנט די קאסטומער אויף די איין סעיל, מארגן מוז ער זיכן פרישע קאסטומערס.

אויך די עצם געדאנק פון פלעש סעיל וועבסייטס אויפן וועג אראפ, ווייל די גאנצע געדאנק פון פלעש סעילס האט שוין היינט סאך ווייניגער פשט, אמאל האבן ברענד נעימס דאמינירט די מארקעט, און זיי האבן זיך געלאזט באצאלן טבין ותקלין, איז געקומען גרופאן אפגעקויפט זייער ענד אוו סיזאן סטאק און געמאכט א גרויסע סעיל, אדער זיי האבן אריינגעברענגט א אפפ-ברענד און פראקלאמירט א ריזיגע סעיל, אבער ווי מער עמעזאן איז געווארן אויפגעכאפט איז פרייזן געפאלן, און אפפ-ברענדס זענען געווארן שטארק דארט, אלץ ווייניגער האט מען געדארפט גרופאן, און אלץ מער האט גרופאן געמוזט אראפלאזן זייערע פראפיט מארדשין'ס.

און זיי זענען נישט די ערשטע פלעש סייט צו גיין געבראכן, no more rack המכונה טשאקסי איז שוין לאנג אינטער געגאנגן.

אינטערסאנט אז גוגל האט גע'אפערט 6 ביליאן דאלער צו קויפן גרופאן צען יאר צוריק, און גרופאן האט אפגעווארפן די דיעל.
https://www.cnbc.com/id/40440375


ייש"כ פארן צוצייכענען.

עס איז אבער קלאר אז 1) די אוועררעיטינג פון - לכה"פ - פירמעס וואס מאכן נישט קיין פראפיט איז היבש נאנט צו א טראגישע ענדע, דאס קען פאראורזאכן א ערנסטע שאק כוואליע איבער דעם עקאנאמישן מארקעט, וועלכע איז פארפלייצט מיט טויזנטער אזוינע פירמעס, מיט הונדערטער ביליאנען אינוועסטירט.
2) די דיזשיטל מארקעטינג הייפ איז היבש איבערגעהיצט, און די ריטורנ'ס וואס זי זאגט צו פאר פירמעס זענען היבש ווייניגער ווי די זעלבסט געקרוינטע גורו'ס זענען מבטיח מיט באק ציינער.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2925
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » דינסטאג פאברואר 25, 2020 6:31 pm

במקום שאין וויכטיג-מאכער...

די dow jones איז געפאלען 879 פוינטס 3.15%

נעכטן איז די dow jones געפאלען מיט 1030 פוינטס 3.5%
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6355
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג פאברואר 25, 2020 8:05 pm

עצה טובה, האלטס ענקער סחורה ביי די העכסטע פרייז מעגליך, יעצט איז די צייט פאר הויעכע פראפיטען אויף יעדע פראדוקט וואס קומט פון טשיינע, איך האב נישט קיין צייט מסביר צו זיין, סחורה איז יעצט זייער טייער צו באקומען און גייט לכאורה נישט ווערן צופיהל גרינגער פאר די קומענדיגע פיר וואכען.

לאזט ענק קאסטען די טייערסטע פרייזען מעגליך, עס איז צייט צו מאכען געלט.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דינסטאג פאברואר 25, 2020 8:11 pm

Price gouging
is illegal.

איך ווייס נישט צי דאס גייט אויך ארויף אויף מאנטלעך און שוך אדער נאר אויף לעבנסוויכטיגע באדערפענישן.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2298
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג פאברואר 25, 2020 8:22 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:Price gouging is illegal.

אויך אויב די פרייזן זענען בס"ה געווען מתחילה ארטיפישעלי נידריג, ווערנדיג געטריבן דורך עמעזאן וועלכע טרעט בשופי אויף אנטי טראסט רעגולאציעס מיט א גראדן רוקן וקומה זקופה, זייט ביי זייט מיט כינעזער וועלכע האבן נישט דאס מינדעסטע מאטיוו צו מיעטן געזונטע ROI נומערן? ווער רעדט נאך ווען די צוויי מלאכי חבלה קאמפיעטן איינער קעגן צווייטן, ברענגענדיג די מארדזשינס צו אן אבסורד נידריגן שטאפל?
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אביסל טיפער
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm

תגובהדורך אביסל טיפער » דינסטאג פאברואר 25, 2020 11:34 pm

.
תורה איז די בעסטע סחורה

אביסל טיפער
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm

תגובהדורך אביסל טיפער » דינסטאג פאברואר 25, 2020 11:39 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:אמת, ער האט א מעכטיגע עקאנאמיע.

אבער פארוואס מוז ער ליגנערן - אויך ביי די סטעיט אף דע יוניאן - אז ער האט געטוישט די קאורס פון די עקאנאמיע פון אראפגיין צו ארויפגיין?

דאס איז א גראבע ליגענט, וועגן דעם ווייזט מען אן אויף די קלארע פאקטן אז סוף ימי אבאמע איז עס נאך אזוי ארויפגעגאנגען ווי יעצט.



סארי אבער סיז זייער שווער זיך צו טענהן מיט א מענטש וואס זעהט ווייס דארט ווי איך זעה שווארץ, דו זעהסט טראמפ אלס דיקטאטור וכד'... אבער כעלל טרייען איין מאל ארויסצוברענגען די פוינט, יא יא, ניין ניין...

ווער ס' געדענקט וויזוי סאט אויסגעקוקט 2016, יעדער איז געווען ביזי אז ווען טראמפ געווינט גייט די עקאנעמי אראפגיין, אין פאקט, סיז נאכניש געווען קיין דעקעיד אן קיין רעסעשן, סיניש געווען וואס ס'זאל טרייבן די עקאנעמי ווייטער... סאו סאצעך גרינג פרעדיקטעד אז די סטאק מארקעט גייט קראכן און ס'גייט זיין א רעסעשן...

טראמפ האט געטוהן געוויסע זאכן און די זאכן האבן געהאלפן אז סאל נישט זיין קיין רעסעשן! סאו זיין פוינט איז, די עקאנעמי איז געווען ערווארטעד צו קראכן, און איך האבעס געסעיווד...


אודאי האבן מענטשן אונטערגעשאצט די פעסטע יסודות אויף וואס אבאמא האט ארויפגעבויט די עקאנאמיע, דאס איז דאך וואס די מידיא האט געהאלטן אין איין האמערן (און דאס האט געברענגט מיליאנען צו מיינען אז די ישועה קען נאר קומען פון די שטאט'ס מעשוגענער).

אבער פאקטיש - ווי שלעכט ס'שטייט מיט די נאראטיוו וואס דו ווילסט בויען - איז געווען די אנגענומענע מיינונג ביי רוב עקאנאמיסטן שוין אזוי פרי ווי אין 2015 אז די עקאנאמיע גייט דאסמאל פארן אויף ארויף כאטש ביז 2020...

(און ווען פאליטישע קעגנער פון טראמפ האבן געזאגט אז אונטער זיין פרעזידענטשאפט וועט עס גלייך צוזאמפאלן האסטו דאך יעדער געוואוסט אז ס'איז בלויז א פאליטישע קאמפיין, ווייל עקאנאמיעס לייגן זיך נישט אזוי אין דער ערד פון איין טאג אויפ'ן צווייטן בלויז וועגן איינער איז פרעזידענט...)

אבער אזויווי דו עקשנ'סט זיך איבערצוזאגן נאכאמאל און נאכאמאל דעם טאלקינג פוינט אז ס'איז א לאנגע עקספענשאן, וועל איך אויך איבערזאגן נאכאמאל פארוואס דאס איז א נארישע טאלקינג פוינט צו נוצן ווען מ'וויל געבן די קרעדיט פאר טראמפ: נאך פאר טראמפ איז אריינגעקומען איז שוין די עקספענשאן געווען א לאנגע, אלזא, וויאזוי דו זאלסט עס נאר נישט דרייען האט אבאמא - מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף - אונז צוגעשטעלט א לענגער פון געווענליכע עקספענשאן! און הגם נישט יעדע עקספענשאן וואס האלט אן פאר אכט יאר האלט אן פאר צען יאר, איז אבער נאריש צו זאגן אז ווען נישט טראמפ וואלט ווען די עקספענשאן זיך אפגעשטעלט אזויווי "געווענליך", ווען ס'איז שוין פון אריבער יענע מיילשטיין נאך פאר ער איז דא געווען און ס'האט זיך נישט אפגעשטעלט!

און ווי כ'האב געשריבן, לויט עקאנאמיסטן האט טאקע אזוי געזאלט פאסירן ווי דו קענסט דא זען פון די CBO אום יאנוואר 2015, און דער אויבערשטער זאל טאקע העלפן אויף ווייטער.

נאך יעדע רעסעסיע וואס איז געווען האט נאכגעפאלגט די קומענדיגע פאר יאהר א געזונטע ערהוילונג פון פון מינימום 3.0% א יאהר אין מער.
אבער ביי אבאמא אזויגעריפענע ערהוילונג איז נישט געווען קיין איין יאהר מיט א 3.0% אדער מער וואוקס וואס דאס איז די שוואכסטע ריקאווערי נישט קיין וואונדער עס קען זיך ציען אזוי לאנג אין טראמפ דארף ארבעטן צי פיקסן אבאמאס שוואכע ריקאווערי אין בויען ווייטע
אין אויף דעם טוט ער ברוך השם א גוטע ארבעט
תורה איז די בעסטע סחורה

אוועטאר
דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2519
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך פאברואר 26, 2020 8:32 am

אביסל טיפער האט געשריבן:נאך יעדע רעסעסיע וואס איז געווען האט נאכגעפאלגט די קומענדיגע פאר יאהר א געזונטע ערהוילונג פון פון מינימום 3.0% א יאהר אין מער.
אבער ביי אבאמא אזויגעריפענע ערהוילונג איז נישט געווען קיין איין יאהר מיט א 3.0% אדער מער וואוקס וואס דאס איז די שוואכסטע ריקאווערי נישט קיין וואונדער עס קען זיך ציען אזוי לאנג אין טראמפ דארף ארבעטן צי פיקסן אבאמאס שוואכע ריקאווערי אין בויען ווייטע
אין אויף דעם טוט ער ברוך השם א גוטע ארבעט

און יעצט אביסל טיפער
ווער זאגט אז עס איז גיט ווען עס וואקסט 3.0%, און קראכט נאך 5 יאר, אפשר איז בעסער עס וואקסט ווייניגער און האלט זיך לענגער?

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2925
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מיטוואך פאברואר 26, 2020 10:42 am

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:במקום שאין וויכטיג-מאכער...

די dow jones איז געפאלען 879 פוינטס 3.15%

נעכטן איז די dow jones געפאלען מיט 1030 פוינטס 3.5%


כאפט זיך צוריק היינט.
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אביסל טיפער
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm

תגובהדורך אביסל טיפער » מיטוואך פאברואר 26, 2020 2:23 pm

דממה דקה האט געשריבן:
אביסל טיפער האט געשריבן:נאך יעדע רעסעסיע וואס איז געווען האט נאכגעפאלגט די קומענדיגע פאר יאהר א געזונטע ערהוילונג פון פון מינימום 3.0% א יאהר אין מער.
אבער ביי אבאמא אזויגעריפענע ערהוילונג איז נישט געווען קיין איין יאהר מיט א 3.0% אדער מער וואוקס וואס דאס איז די שוואכסטע ריקאווערי נישט קיין וואונדער עס קען זיך ציען אזוי לאנג אין טראמפ דארף ארבעטן צי פיקסן אבאמאס שוואכע ריקאווערי אין בויען ווייטע
אין אויף דעם טוט ער ברוך השם א גוטע ארבעט

און יעצט אביסל טיפער
ווער זאגט אז עס איז גיט ווען עס וואקסט 3.0%, און קראכט נאך 5 יאר, אפשר איז בעסער עס וואקסט ווייניגער און האלט זיך לענגער?

עס איז נארמאל עס זאל וואקסן נאך א רעסעסיע שנעל ווייל די GDP דארף זיך צוריק כאפן צי די פאר רעסעסיע שטאפלן
צווייטענס לאמיר זאגן אז די ביסט גערעכט עס איז אפשר גוט אבער אינטערשטע שורה ווייזט עס אז אבאמאס פאליסיס האבן נישט געארבעט ווי עס דארף צי זיין אין די GDP איז געוואקסן זייער שטייט
תורה איז די בעסטע סחורה

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג מארטש 05, 2020 9:43 pm

די ADP האט נעכטן ארויסגעגעבן זייער באריכט איבער די דזשאב מארקעט אין פעברואר, לויט זיי איז צוגעקומען א שטארקע 183,000 דזשאבס אין די פריוואטע סעקטאר.

עקאנאמיסטן האבן ערווארטעט ארום 155,000

אבער ווי מ'דארף אייביג ארויסברענגן קענען די רעגירונג'ס נומערן זיין היבש אנדערש ווי די פון די ADP, ממילא בלייבט נאר איבער צו ווארטן פאר די דזשאב באריכט פון די לעיבער ביורא מארגן 8:30 אינדערפרי.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג מארטש 06, 2020 8:30 am

אין פעברואר למספרם איז צוגעקומען 273 טויזנט דזשאבס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג מארטש 06, 2020 8:31 am

ארבעטסלאזע ראטע אראפ צו 3.5%

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג מארטש 06, 2020 8:32 am

וועידזשעס געשטיגן מיט 3.0% אויף א יערליכע ראטע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג מארטש 06, 2020 8:33 am

ציפערן פאר דעצעמבער למספרם איבערגעמאכט אויף ארויף מיט 37 טויזנט צו 184 טויזנט
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום פרייטאג מארטש 06, 2020 8:34 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג מארטש 06, 2020 8:34 am

ציפערן פאר יונואר למספרם איבערגעמאכט אויף ארויף מיט 48 טויזנט צו 273 טויזנט געוני ווי די ערשטע שאצונג פאר פעברואר למספרם


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], א חסיד, אץ קוצץ, בועז, בלי לחץ, ויכתב, זזה, מאירים, נייגעריגע תלמיד און 73 געסט