עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12355
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג ינואר 31, 2020 2:07 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:98.5 האט מען אריינגעלאזט אין עליס איילענד.

יא, נאכן גוט אונטערזוכן.

די קאמפעניס האבן אויך אונטערזוכט אין אייראפע, ווייל די צוריק געשיקטע איז געווען אויף זייער קאסטן.

אויב מען מאכט אזא סיסטעם, בין איך גרייט אויף א וואנט פון צוויי טויזנט מייל.



דו ביסט שוין מיט טראמפ נאכאמאל?

ער זאגט די זעלבע, ער זאגט עס נאר אביסל אנדערש... ער זאגט לאמער בויען א וואנט, אפשטעלן די איליגעילס, און לאמער אביסל אויסקלארן לעגאלע אימיגרעישן, לאמער סטאפן די אלע סטופיד ראפעל פראגראמען וכד'... לאמער פאוקעסן אויף פראדאקטיוו מענטשן, מענטשן וואס קענען פראדוסן...

כאב געוואוסט אז ווי נאר סאנדערס ווערט די נאמעני ביסטו אויף טראמפ'ס זייט...


איך זאג פארקערט, קודם עפן אויף די פלאדגעיטס און לאז אריין אנלימיטעד.

נאכדעם אינטרעסירט מיר שוין נישט וואס דו טוסט מיט א וואנט.
קאראנעוויירוס איז היפש מער טויטליך ווי די פלו פאר דעם וואס ווערט אנגעשטעקט, און היפש מער קאנטעידזשעס ווי איבאלע.

טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » פרייטאג ינואר 31, 2020 9:46 am

shimon7323 האט געשריבן:דא איז דער רעדע פון עקאנאמיע, געלט און די קאסע פון דער רעגירונג איז נישט און דער עקאנאמיע, אזוי פארשטיי איך.


אוואו דען איז עס? קיין איין דאלאר ליגט נישט פארשפארט אין די רעגירונגס קאסע, אדרבא, זיי האבן נאך אסאך מער געלט אינדרויסן פון וויפיל זיי האבן בכלל...
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » פרייטאג ינואר 31, 2020 9:52 am

shimon7323 האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:דיין צווייטע טשארט ברענגט שטארק ארויס דעם ענין אז מען דארף האבן א באפעלקערונג וואוקס אנצוהאלטן א עכט שטארקע עקאנאמיע.



יאיא מען דארף זיין פרא לייף.


כ'האב נישט געוואוסט אז ענק ווילן א פרא-לייף רעזשים ווי מ'גייט צווינגען מענטשן צו האבן קינדער?
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג ינואר 31, 2020 10:24 am

Goodmorning האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:קינדער און נאטורליכע וואוקס איז טאקע זייער וויכטיג, וועגן דעם איז דא קינדער געלט אין ליבעראלע לענדער.

אבער עס נעמט בערך 20 יאר זײ זאלן אריינגיין אין די ווארק פארס, אימיגראנטן גייען תיכף אריין.

אין די ליבעראלע לענדער וואס מען געבט קינדער געלט איז מען נישט פראו לייף.

אבער ווען איך בין אין קאנאדא לעצטנס, זע איך פיל מער גוים מיט אפאר קינדער, זעט אויס אז די רואיגקייט פון פינאנציעלע שטיצע יעדע חודש, פרייע בעיביסיטינג פאר יעדע קינד, צוויי יאר אנעמפלוימענט בענעפיטן נאכן געבורט, פרייע אינשורענס פאר מאמע און קינד, און געשמאקע סקאלערשיפ פאליסיס פאר קאלעדזש קאסטן העלפט ארויס. איך האב נישט געטשעקט הארטע נומער, אבער איך זע אז די אידן דארט האבן זיכער הנאה פון די אלע זאכן...

דו ווילסט רעדן פון אידן, אדער פון די אלגעמיינע באפעלקערונג?
קאנספיראציע אין לשה"ק הייסט מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

איך ווייס אז דו האלטסט אנדערש...

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2293
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג ינואר 31, 2020 10:35 am

פעיק נוז האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:קינדער און נאטורליכע וואוקס איז טאקע זייער וויכטיג, וועגן דעם איז דא קינדער געלט אין ליבעראלע לענדער.

אבער עס נעמט בערך 20 יאר זײ זאלן אריינגיין אין די ווארק פארס, אימיגראנטן גייען תיכף אריין.

אין די ליבעראלע לענדער וואס מען געבט קינדער געלט איז מען נישט פראו לייף.

אבער ווען איך בין אין קאנאדא לעצטנס, זע איך פיל מער גוים מיט אפאר קינדער, זעט אויס אז די רואיגקייט פון פינאנציעלע שטיצע יעדע חודש, פרייע בעיביסיטינג פאר יעדע קינד, צוויי יאר אנעמפלוימענט בענעפיטן נאכן געבורט, פרייע אינשורענס פאר מאמע און קינד, און געשמאקע סקאלערשיפ פאליסיס פאר קאלעדזש קאסטן העלפט ארויס. איך האב נישט געטשעקט הארטע נומער, אבער איך זע אז די אידן דארט האבן זיכער הנאה פון די אלע זאכן...

דו ווילסט רעדן פון אידן, אדער פון די אלגעמיינע באפעלקערונג?

גערעדט פון ביידע. איך מיין קאנאדא געט די אלע צוקערלעך ווייל אפילו אזוי האבן זיי א שוואכע באפעלקערונג וואוקס. אמעריקע האלט נאכנישט אזוי זי האט א גרעסערע וואוקס
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג ינואר 31, 2020 11:39 am

אדרבה, זיי געבן צוקערלעך ווייל זיי ווילן אז די באפעלקערונג וואוקס זאל ארויפגיין.
קאנספיראציע אין לשה"ק הייסט מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

איך ווייס אז דו האלטסט אנדערש...

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4000
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג ינואר 31, 2020 12:08 pm

צל עובר האט געשריבן:יעצט זעה איך אז אונטער טראמפ איז עס אביסל נידעריגער ווי בײ אבאמא אבער נאך אלץ איבער א מיליאן.

און בײ נאמבער איז יאסי גערעכט אז עס איז קיינמאל געווען מער.

הגם ביי די פיעק יארן, פון 1900 ביז 1920 איז עס געווען ביידע דעקעידס אינאיינעם קרוב צו 700 טויזנט א יאר, פון 1900 ביז 1910 745 טויזנט אין עוורידזש, און פון 1910 ביז 1920 634 טויזנט אין עוורידזש, עס איז אבער געווען יארן ווען מען האט אריינגעלאזט איבער א מיליאן, ווען אמעריקע האט געהאט אונטער א פערטל ביז אונטער א דריטל אזויפיל מענטשן ווי היינט, אין 1900 איז בלויז געווען 76 מיליאן, אין 1920 איז בלויז געווען 106 מיליאן.

בד"וו די מערסטע "לעגאלע" אימיגראנטן קומען פון מעקסיקא. איבער 150 טויזנט א יאר.

דו לאזט בדוקא אויס די יארן בשעת און נאך די צווייטע וועלט מלחמה ווען אמעריקע אונטער דעם דעמאקראטישן רוזעוועלט ימ"ש האט קוים אריינגעלאזט 40 טויזנט מענטשן א יאר...

אונטער די רעפאבליקאנע פרעזידענט בוש איז לעגאלע אימיגראציע שטארק געשטיגן און עס האט דערגרייכט איבער א מיליאן, און עס האט אנגעהאלטען במשך אבאמא און טראמפ'ס טערמינען.

https://www.dhs.gov/immigration-statist ... 018/table1
צוגעלייגטע
Screenshot_20200131-115927~2.png
Screenshot_20200131-115927~2.png (103.62 KiB) געזעהן 1284 מאל
Screenshot_20200131-115940~3.png
Screenshot_20200131-115940~3.png (52.21 KiB) געזעהן 1284 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12355
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג ינואר 31, 2020 3:48 pm

ישר כח@פאראינטרעסירט פארן ברענגן, ביטע ברענג דאס גאנצע.

איך שרייב קלאר אז איך שרייב וועגן די פיעק יארן. איך האב שוין בעבר געשריבן דא אויף אייוועלט קעגן דעם אמעריקע פירסט אייסעלעשעניסט וועם א האלאקאסט סורווייווער האט אנגערופן די וואך ווען מען האט אפגעצייכנט 75 יאר פון באפרייען אוישוויץ, ימח שמו.

גראדע איז אבער אימיגראציע בעיקר טייט געווארן אין 1921 און אין 1924, די סיבה איז געווען ווייל די זינעפאובס האבן מורא געהאט אז אידן פון מזרח אייראפע און להבדיל איטאליענער מיט איירישע וכדומה, וועלן ווערן צו סאך, אדער אז זיי וועלן צונעמען דזשאבס.

נאכדעם איז געווען די גרעיט דעפרעשן, האט מען אוודאי נישט אריינגעלאזט ווייל מען האט זיך איינגערעדט אז זיי וועלן צונעמען דזשאבס. נאכדעם די קריג.
קאראנעוויירוס איז היפש מער טויטליך ווי די פלו פאר דעם וואס ווערט אנגעשטעקט, און היפש מער קאנטעידזשעס ווי איבאלע.

טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » פרייטאג ינואר 31, 2020 4:04 pm

Goodmorning האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:קינדער און נאטורליכע וואוקס איז טאקע זייער וויכטיג, וועגן דעם איז דא קינדער געלט אין ליבעראלע לענדער.

אבער עס נעמט בערך 20 יאר זײ זאלן אריינגיין אין די ווארק פארס, אימיגראנטן גייען תיכף אריין.

אין די ליבעראלע לענדער וואס מען געבט קינדער געלט איז מען נישט פראו לייף.

אבער ווען איך בין אין קאנאדא לעצטנס, זע איך פיל מער גוים מיט אפאר קינדער, זעט אויס אז די רואיגקייט פון פינאנציעלע שטיצע יעדע חודש, פרייע בעיביסיטינג פאר יעדע קינד, צוויי יאר אנעמפלוימענט בענעפיטן נאכן געבורט, פרייע אינשורענס פאר מאמע און קינד, און געשמאקע סקאלערשיפ פאליסיס פאר קאלעדזש קאסטן העלפט ארויס. איך האב נישט געטשעקט הארטע נומער, אבער איך זע אז די אידן דארט האבן זיכער הנאה פון די אלע זאכן...

דו ווילסט רעדן פון אידן, אדער פון די אלגעמיינע באפעלקערונג?

גערעדט פון ביידע. איך מיין קאנאדא געט די אלע צוקערלעך ווייל אפילו אזוי האבן זיי א שוואכע באפעלקערונג וואוקס. אמעריקע האלט נאכנישט אזוי זי האט א גרעסערע וואוקס


גראדע נישט. קאנאדא'ס וואוקס איז לעצטענס 1.4% א יאר, אמעריקע'ס איז ביי אונטער א האלבע פארצענט.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג פאברואר 03, 2020 3:44 pm

און וואס איז די מעין דרייווער פון קאנאדע'ס וואוקס? צו מיינסטו אז דאס איז די נאטורליכע באפעלקערונג וואוקס, ניין זאג איך דיר, בערך 82% פון די פאפולאציע וואוקס פון קאנאדע קומט פון אינטערנאציאנאלע אימיגראנטן.

אין די צייט וואס אין אמעריקע איז בערך 60% פון די פאפולאציע וואוקס דורך נאטורליכע וואוקס.
קאנספיראציע אין לשה"ק הייסט מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

איך ווייס אז דו האלטסט אנדערש...

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4000
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 11:59 pm

די ADP שאצט אז אין פארגאנגענעם יאנואר איז צוגעקומען 291,000 דזשאבס אין די פריוואטע סעקטאר. דאס איז מיט כמעט דאפעלט מער ווי די ארום 150 טויזנט דזשאבס וואס די אנאליסטן האבן ערווארטעט.

אוודאי דארף מען געדענקען אז די רעגירונג נומבערס (וואס גייט ארויסקומען מארגן אינדערפרי) זענען זייער אסאך מאל היבש אנדערש ווי די ADP.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג פאברואר 07, 2020 12:34 am

עפ"ר ווען ADP זאגט גוטע נאמבערס איז די גאווערמענט נאמבערס שוואך, ווען ADP האט שוואכע האט די גאווערמענט גוטע... אבער דאכצעך פאריגע חודש זענען זיי יא געווען גאנץ גוט!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג פאברואר 07, 2020 8:32 am

אין יונואר למספרם זענען צוגעקומען 225 טויזנט דזשאבס
ארבעטסלאזע ראטע ביי3.6% ארויף פון 3.5%
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום פרייטאג פאברואר 07, 2020 8:42 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג פאברואר 07, 2020 8:34 am

נאוועמבער למספרם ארויפגערוקט מיט 5 טויזנט צו 261 למספרם און דעצמבער למספרם איז ארויף מיט 2 טויזנט צו 147 טויזנט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג פאברואר 07, 2020 8:35 am

אויף א יערליכע ראטע איז געהאלט געשטיגן מיט 3.1%

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג פאברואר 07, 2020 8:37 am

מען האט גלייכצייטיג איבערגעמאכט די ציפערן פארן פארלאפענעם למספרם יאר

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג פאברואר 07, 2020 8:41 am

אויב פארשטיי איך גוט ווייזן די איבערגעמאכטע ציפערן אז פאר גאנץ 2019 למספרם איז צוגעקומען 12 טויזנט דזשאבס ווייניגער ווי ארגינעל באריכטעט

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4000
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג פאברואר 07, 2020 10:24 am

הכל הבל האט געשריבן:אין יונואר למספרם זענען צוגעקומען 225 טויזנט דזשאבס
ארבעטסלאזע ראטע ביי3.6% ארויף פון 3.5%

דאס איז גאר שטארקע נומערן פאר זיך אליינס.
און עס איז נאך שטערקער וויבאלד עס איז סאאאך מער ווי די ערווארטונגן פון ארום 150-165 טויזנט דזשאבס.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4000
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג פאברואר 07, 2020 10:26 am

הכל הבל האט געשריבן:אויב פארשטיי איך גוט ווייזן די איבערגעמאכטע ציפערן אז פאר גאנץ 2019 למספרם איז צוגעקומען 12 טויזנט דזשאבס ווייניגער ווי ארגינעל באריכטעט

יא. פאר 2019 האט מען איבערגעמאכט די נומערן אויף אראפ מיט בלויז 12 טויזנט דזשאבס.
אבער פאר 2018 האט מען איבערגעמאכט די נומערן אויף אראפ מיט גאנצע 365 טויזנט דזשאבס!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4000
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג פאברואר 07, 2020 12:24 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אויב פארשטיי איך גוט ווייזן די איבערגעמאכטע ציפערן אז פאר גאנץ 2019 למספרם איז צוגעקומען 12 טויזנט דזשאבס ווייניגער ווי ארגינעל באריכטעט

יא. פאר 2019 האט מען איבערגעמאכט די נומערן אויף אראפ מיט בלויז 12 טויזנט דזשאבס.
אבער פאר 2018 האט מען איבערגעמאכט די נומערן אויף אראפ מיט גאנצע 365 טויזנט דזשאבס!


הכל הבל האט מיר מעורר געווען אז דאס אז מ'האט געשניטן די נומערן פון דזשאבס צוגעקומען אין 2018 מיט 365,000 קען מען אבער אויסטייטשן גוט פאר 2019!

די עקאנאמיסטן האבן כסדר געגעבן אנצוהערן אז די עוורעדזש צוגעקומענע דזשאבס פער חודש אין יארע 2019 איז היבש אסאך שוואכער ווי די עוורעדזש פער חודש אין יאר 2018.

אבער מיט די יעצטיגע איבערגעמאכטע נומערן אויף אראפ, באדייט דאס אז די עוורעדזש אין 2019 איז שוין נישט אזויפיל שוואכער ווי 2018.

די עוורעדזש פער חודש אין 2018 איז געווען 223,000 אבער לויט די נייע נומבערס איז עס ביי 193,000
די עוורעדזש פער חודש אין 2019 איז געווען 175,000 אבער לויט די נייע נומבערס איז עס ביי 174,000
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג פאברואר 07, 2020 1:00 pm

נישט ריכטיג.
די איבערגעמאכטע ציפערן צייגן איבער פינף הונדערט טויזנט דזשאבס ווייניגער פאר די צוועלף חדשים ביז מערץ 2019. פון אפריל 2018 ביז מערץ 2019 זענען צוגעקומען מיט 514 טויזנט ווייניגער נייע דזשאבס ווי ערשט באריכטעט. דאס איז די גרעסטע רעוויזיע אויף אראפ זינט 2009 און בערך ווי די 501 טויזנט ווייניגער וואס מען האט ערווארטעט. דאס מיינט אז די חודשליכע באריכטן איבער דזשאב וואוקס, וואס קומט ארויס יעדן ערשטן פרייטאג פון די נייע מאנאט למספרם, טוט סיסטעמאטיש איבערשאצן די דזשאבס וואוקס מיט בערך 43,000 א חודש. די זעלבע ברייטע, סיסטעמאטישע איבערשאצן, פון צען טויזנט ביז זיבציג-אכציג טויזנט פער חודש, וואס האט זיך אנגעהויבן אין די ערשטע האלב פון 2018, האלט אן אויך נאך מערץ 2019.
צוגעלייגטע
IMG_20200207_125344.jpg
IMG_20200207_125344.jpg (60.01 KiB) געזעהן 586 מאל
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4000
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג פאברואר 07, 2020 2:29 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:נישט ריכטיג.
די איבערגעמאכטע ציפערן צייגן איבער פינף הונדערט טויזנט דזשאבס ווייניגער פאר די צוועלף חדשים ביז מערץ 2019. פון אפריל 2018 ביז מערץ 2019 זענען צוגעקומען מיט 514 טויזנט ווייניגער נייע דזשאבס ווי ערשט באריכטעט. דאס איז די גרעסטע רעוויזיע אויף אראפ זינט 2009 און בערך ווי די 501 טויזנט ווייניגער וואס מען האט ערווארטעט. דאס מיינט אז די חודשליכע באריכטן איבער דזשאב וואוקס, וואס קומט ארויס יעדן ערשטן פרייטאג פון די נייע מאנאט למספרם, טוט סיסטעמאטיש איבערשאצן די דזשאבס וואוקס מיט בערך 43,000 א חודש. די זעלבע ברייטע, סיסטעמאטישע איבערשאצן, פון צען טויזנט ביז זיבציג-אכציג טויזנט פער חודש, וואס האט זיך אנגעהויבן אין די ערשטע האלב פון 2018, האלט אן אויך נאך מערץ 2019.

מקור? כ'האב אליינס געמאכט די אויבענדערמאנטע חשבון.

זעה די טשארטס, די ערשטע איז פון די Bureau of Labor statistics.
און די צווייטע איז מיין אייגענע טשארט, לויט די נומבערס וואס די רעגירונג האט ארויסגעגעבן בעפאר און די נומבערס איבערגעמאכט.
צוגעלייגטע
Screenshot_20200207-142058~2.png
Screenshot_20200207-142058~2.png (97.8 KiB) געזעהן 538 מאל
Screenshot_20200207-142243~2.png
Screenshot_20200207-142243~2.png (58.52 KiB) געזעהן 538 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12355
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג פאברואר 07, 2020 3:45 pm

דאס מיינט אז די סלאודאון אין דשאבס פער חודש פון אבאמע'ס לעצטע דריי יאר ביז טראמפ'ס ערשטע דריי יאר, איז נאך גרעסער ווי געמיינט.

בד"וו די יעצטיגע רעפארט וואס ווערט אראפגעלייגט אלס גאר גוט, איז בערך ווי די עוורידזש פון אבאמע'ס לעצטע דריי יאר. וואס מען פלעגט בשעתו טענה'ן אז דאס איז שלעכט.
קאראנעוויירוס איז היפש מער טויטליך ווי די פלו פאר דעם וואס ווערט אנגעשטעקט, און היפש מער קאנטעידזשעס ווי איבאלע.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מוצ"ש פאברואר 08, 2020 9:31 pm

אן אריינגיין אין די ספין פון ערשטע דריי יאר ווס לעצטע דריי יאר... דו ווייסט וואס מיינט קאנטעקסט? אויב נישט האמער א מעסיוו סטאטיסטיק...

די אנעמפלוימענט אונטער טראמפ איז די נידעריגסטע אין די היסטארי!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12355
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש פאברואר 08, 2020 9:35 pm

אמת, ער האט א מעכטיגע עקאנאמיע.

אבער פארוואס מוז ער ליגנערן - אויך ביי די סטעיט אף דע יוניאן - אז ער האט געטוישט די קאורס פון די עקאנאמיע פון אראפגיין צו ארויפגיין?

דאס איז א גראבע ליגענט, וועגן דעם ווייזט מען אן אויף די קלארע פאקטן אז סוף ימי אבאמע איז עס נאך אזוי ארויפגעגאנגען ווי יעצט.
קאראנעוויירוס איז היפש מער טויטליך ווי די פלו פאר דעם וואס ווערט אנגעשטעקט, און היפש מער קאנטעידזשעס ווי איבאלע.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אידישע געדאנקען, געדענקט, דברים אלו, לפנות בוקר, סקאראמוטשי, שאבעלע, שמייכל תמיד און 81 געסט