עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20711
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 10:24 am

הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

טעאריע וואס לעבט
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 10:53 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
כווייס נישט אלעס האט געשריבן:ביזט גערעכט, דאס האט נישט דירעקט מיט טראמפ, סאיז א לאנג טערם דיסעסטאר וואס ווערט ערגער, און לאו דווקא טראמפ צו נאר די רעפובליקאנער, מען קען באשולדיגן דעמעקראטן מיט סענעטאר ליבערמאן בראש פארן שטערן אבאמא'ס ארגינעלע העלט קעיר פלאן.

מ'האט נישט פארלוירן די דאקטער, מען האט קיינמאל נישט געהאט עקסעס צו די דאקטורים און מעדיצינען, די פרינץ פון סאדיע, די קעניגען פון שפאניע, און די פילינטראפ פון יאפאן
האבן אלע צוטריט צו די טאפ דאקטורים און אמעריקא, ווייל זיי האבן די געלט צו באצאלן, וואס האט די עווריטש מענטש אז די בעסטע דאקטורים זענען זיינע שכנים אויב ער קען זיך עס נישט עפארדען ?

אמעריקא איז די נומבער 1 עקאנעמי ווייל זי האט די מיטל קלאס, אויב די מיטל קלאס שרינקט און די אינקאם גייט צו באצאלן די רויבערישע העלט אינשורענס & מעדיצין, גייט מען ווייניגער צום דאקטער אלס רעזולטאט שטארבען די גוים שנעלער.


צוריק צו די סאבדזשעקט, אויב איז די נאמבער וואן עקאנעמי צוליב די מיטל קלאסס, פארוואס איזעס נישט געווען פאראיאר און פאר צוויי יאר צוריק נאמבער וואן?

וועלעך מוזן זאגן אז דו האסט נישט פארשטאנען בכלל פון וואס די רעדע איז... די רעדע איז וועלעכע לאנד איז די מאוסט קאמפעטעטיוו פאר ביזנעס, יעדע לאנד האט מעלות און חסרונות, קאמפעטעטיוו מיינט אז ווען א ביזנעס דארף מאכן א דעסיזשן צו ער זאל אינוועסטן אין טשיינע, קאנאדא, בראזיל אדער ענגלאנד, קאמפיט אמעריקא מיט זיי...

אמעריקא האט א שטארקע דיסעדווענטידזש מיט לעיבער קאסט קעגן טשיינע און אנדערע לענדער וואס צאלן פעניס פאר די ארבייטער, אבער אמעריקא איז נאכאלץ קאמפעטעטיוו ווייל זי האט א רייכע קאסטומער בעיס וכד'... האט אבער אבאמא איינגעפיהרט שווערע ביזנעס רעגולעישענס, און אינאיינעם מיט די הויעכע טעקס ראטעס איז אמעריקא נישט געווען מער קאמפעטעטיוו... יעצט ווען טראמפ האט גענידערט די טעקס ראטעס אויף ביזנעסער, און געשניטן די קאסטן צו טוהן ביזנעס, דורכן שניידן רעגולאציעס, איז אמעריקא צוריק קאמפעטעטיוו, און איז יעצט די נאמבער וואן לאנד צו טוהן ביזנעס!!!


סתם פאר די רעקארד:
אין 2012 האט אמעריקע גערענקט נומער זיבן און אין 2016 האט שוין אמעריקע גערענקט נומער דריי... סאו נעקסט טיים ווען דו ווילסט מסביר זיין פארוואס זינט טראמפ איז דא איז אמעריקע צוריק קאמפעטעטיוו מאך זיכער אז די רענקינג האט טאקע אנגעהויבן ארויפצוגיין שנעלער זינט טראמפ איז דא...
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20711
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 11:29 am

איך האב געזעהן די רענקינגס, אבער נאמבער איינס איז אונטער אבאמא קיינמאל נישט געווען!

סיז מיר בכלל א חידוש ווען מ'קוקט יא אויף ארומיגע פאקטארן - למשל פון וואו מ'קוקט, און ווען נישט... ווען מ'רעדט פון צוברענגען דזשאבס אדער סטאק מארקעט הערן די דעמעקראטן נישט אויף צו זינגן אז סאצעך אנגעפאנגן און סיז געווען העכער... איי ווען דו קוקסט פון א רעסעשן איזעס פשוט, און סיז גאר ווייניג... הו קעירס?! יעצט אבער דארף מען צוריקקומען פון וואו מ'קומט...

אגב, סיז שווערער צו דזשאמפן פון 3 צו 1 ווי פון 5 צו 3...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1624
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 11:32 am

אז דו ברענגסט, ברענג שוין די גאנצע.
2018–2019 - 1
2017–2018 - 2
2016–2017 - 3
2015–2016 - 3
2014–2015 - 3
2013–2014 - 5
2012–2013 - 7
2011–2012 - 5
2010–2011 - 4
2009–2010 - 2
2008–2009 - 1
2007–2008 - 1
2006–2007 - 6
2005–2006 - 1
2004–2005 - 2
2003–2004 - 2

#וויכי האקט

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 1:28 pm

יאסי געשטעטנער מאכט זייער א גוטע סך הכל פון די GDP נאמבערס:
(@YossiGestetner)
The economy was 3.03% larger in 2018Q3 compared to 2017Q3 2.86% larger in 2018Q2 compared to 2017Q2 2.56% larger in 2018Q1 compared to 2017Q1 2.47% larger in 2017Q4 compared to 2016Q4 2.33% larger in 2017Q3 compared to 2016Q3 2.11% larger in 2017Q2 compared to 2016Q2

טעאריע וואס לעבט
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 1:32 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך האב געזעהן די רענקינגס, אבער נאמבער איינס איז אונטער אבאמא קיינמאל נישט געווען!


איך ווייס אז דו האסט עס געזעהן, אבער געשריבן האסטו
וויכטיג מאכער האט געשריבן:האט אבער אבאמא איינגעפיהרט שווערע ביזנעס רעגולעישענס, און אינאיינעם מיט די הויעכע טעקס ראטעס איז אמעריקא נישט געווען מער קאמפעטעטיוו... יעצט ווען טראמפ האט גענידערט די טעקס ראטעס אויף ביזנעסער, און געשניטן די קאסטן צו טוהן ביזנעס, דורכן שניידן רעגולאציעס, איז אמעריקא צוריק קאמפעטעטיוו

טראצדעם וואס דו האסט אליינס געזעהן אז ס'איז געגאנגען פון זיבן צו דריי אין פיר יאר (א פונקט א יאר - אזויווי אין די לעצטע צוויי יאר) אין די זעלבע צייט וואס אבאמא האט איינגעפיהרט שווערע ביזנעס רעגולעישענס, און ס'איז געווען הויכע טעקס ראטעס...
לעצט פאראכטן דורך טעאריע וואס לעבט אום זונטאג אוקטובער 28, 2018 10:41 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 2:30 pm

ווייס איך נישט וואס @וויכטיג מאכער רעדט.
די סטאק מארקעט איז דאן נאכאמאל היינט 400 פוינטס,
די גאנצע פארדינסט פון די דאו פאר 2018 איז אפגעווישט .

דזשי די פי רעפארט פון היינט איז געפאלן כמעט 20% פון לעצטע קוואטער .

ריעל אננפלוימענט איז ארויף צו 7.5 פראצענט

געווענליך ווען זאכן גייען אזוי שלעכט פיילט טראמפ פאר בענקראפסי... :P
לעצט פאראכטן דורך כווייס נישט אלעס אום פרייטאג אוקטובער 26, 2018 3:14 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6662
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 2:39 pm

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:ווייס איך נישט וואס @וויכטיג מאכער רעדט.
די סטאק מארקעט איז דאן נאכאמאל היינט 400 פוינטס,
די גאנצע פארדינסט פון די דאו פאר 2018 איז אפגעווישט .

דזשי די פי רעפארט פון היינט איז געפאלן כמעט 20% פון לעצטע קוואטער .

אננפלוימענט איז ארויף צו 7.5 פראצענט

געווענליך ווען זאכן גייען אזוי שלעכט פיילט טראמפ פאר בענקראפסי... :P

דו מישט דא פאקטן מיט פיקציע, ביטע אויסקלארן וואס דו ווילסט זאגן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5954
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 3:02 pm

רט צל
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2850
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 3:53 pm

ער ווייסט נישט אלעס.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מוצ"ש אוקטובער 27, 2018 9:52 pm

נאך שוואכע באריכטן אויפן לעצטן קווארטל, איז עמעזאן סטאק שטארק געפאלן פרייטאג, אין מארקעט קעפ איז עס געפאלן איבער 200 ביליאן (!) אין איין טאג, פאלנדיג עטוואס אינטער מייקראסאפט אין מארקעט קעפ.

(עמעזאן איז געווען ביז יעצט די פראנט ראנער צו גרייכן א טריליאן אין מארקעט קעפ נאך עפל, האלטנדיג שוין ביי 970 ביליאן)

סי אי או בעזאס, די רייכסטע מאן אים דער וועלט, האט פרייטאג פארלוירן 14 ביליאן דאלער.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2715
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג אוקטובער 28, 2018 10:33 am

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך האב געזעהן די רענקינגס, אבער נאמבער איינס איז אונטער אבאמא קיינמאל נישט געווען!


איך ווייס אז דו האסט עס געזעהן, אבער געשריבן האסטו
וויכטיג מאכער האט געשריבן:האט אבער אבאמא איינגעפיהרט שווערע ביזנעס רעגולעישענס, און אינאיינעם מיט די הויעכע טעקס ראטעס איז אמעריקא נישט געווען מער קאמפעטעטיוו... יעצט ווען טראמפ האט גענידערט די טעקס ראטעס אויף ביזנעסער, און געשניטן די קאסטן צו טוהן ביזנעס, דורכן שניידן רעגולאציעס, איז אמעריקא צוריק קאמפעטעטיוו

טראצדעם וואס דו האסט אליינס געזעהן אז ס'איז געגאנגען פון פינף צו דריי אין פיר יאר (א פונקט א יאר - אזויווי אין די לעצטע צוויי יאר) אין די זעלבע צייט וואס אבאמא האט איינגעפיהרט שווערע ביזנעס רעגולעישענס, און ס'איז געווען הויכע טעקס ראטעס...


געגאנגען פון פינף צו דריי אין פיר יאר? הממ... לאמיר כאפן א בליק אויף די ציפערן:
מונאוויטש האט געשריבן:2018–2019 - 1
2017–2018 - 2
2016–2017 - 3
2015–2016 - 3
2014–2015 - 3
2013–2014 - 5
2012–2013 - 7
2011–2012 - 5
2010–2011 - 4
2009–2010 - 2
2008–2009 - 1
2007–2008 - 1
2006–2007 - 6
2005–2006 - 1
2004–2005 - 2
2003–2004 - 2

דו מוזט לכאורה רעדן פון די יארן 2011 ביז 2015, ווען עס איז ארויף פון פינף צו זיבן, צוריק צו פינף, און הערשט דערנאך אראפ צו דריי.
וואס זאגסטו? אבאמא האט דאן איינגעשטעלט שווערע ביזנעס רעגולעישאנס און הויכע טעקסעס? שטימט.

חוץ מזה איגנארירסטע די פאקט אז די לעצטע יארן אונטער אבאמא - פון ווען די עקאנאמיע איז שוין געווען גוט און סטאביל כלשון די געשוואוירענע אבאמא שטיצער - איז עס געבליבן פלאך ביי דריי, און נאר אונטער טראמפ האט עס אנגעהויבן ארויפגיין, טאקע מיט א פונקט א יאר, ביז'ן אנקומען צום ערשטן ארט.
Innocent until proven Republican

טעאריע וואס לעבט
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » זונטאג אוקטובער 28, 2018 11:04 am

Think and Thank האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך האב געזעהן די רענקינגס, אבער נאמבער איינס איז אונטער אבאמא קיינמאל נישט געווען!


איך ווייס אז דו האסט עס געזעהן, אבער געשריבן האסטו
וויכטיג מאכער האט געשריבן:האט אבער אבאמא איינגעפיהרט שווערע ביזנעס רעגולעישענס, און אינאיינעם מיט די הויעכע טעקס ראטעס איז אמעריקא נישט געווען מער קאמפעטעטיוו... יעצט ווען טראמפ האט גענידערט די טעקס ראטעס אויף ביזנעסער, און געשניטן די קאסטן צו טוהן ביזנעס, דורכן שניידן רעגולאציעס, איז אמעריקא צוריק קאמפעטעטיוו

טראצדעם וואס דו האסט אליינס געזעהן אז ס'איז געגאנגען פון פינף צו דריי אין פיר יאר (א פונקט א יאר - אזויווי אין די לעצטע צוויי יאר) אין די זעלבע צייט וואס אבאמא האט איינגעפיהרט שווערע ביזנעס רעגולעישענס, און ס'איז געווען הויכע טעקס ראטעס...


געגאנגען פון פינף צו דריי אין פיר יאר? הממ... לאמיר כאפן א בליק אויף די ציפערן:
מונאוויטש האט געשריבן:2018–2019 - 1
2017–2018 - 2
2016–2017 - 3
2015–2016 - 3
2014–2015 - 3
2013–2014 - 5
2012–2013 - 7
2011–2012 - 5
2010–2011 - 4
2009–2010 - 2
2008–2009 - 1
2007–2008 - 1
2006–2007 - 6
2005–2006 - 1
2004–2005 - 2
2003–2004 - 2

דו מוזט לכאורה רעדן פון די יארן 2011 ביז 2015, ווען עס איז ארויף פון פינף צו זיבן, צוריק צו פינף, און הערשט דערנאך אראפ צו דריי.
וואס זאגסטו? אבאמא האט דאן איינגעשטעלט שווערע ביזנעס רעגולעישאנס און הויכע טעקסעס? שטימט.

חוץ מזה איגנארירסטע די פאקט אז די לעצטע יארן אונטער אבאמא - פון ווען די עקאנאמיע איז שוין געווען גוט און סטאביל כלשון די געשוואוירענע אבאמא שטיצער - איז עס געבליבן פלאך ביי דריי, און נאר אונטער טראמפ האט עס אנגעהויבן ארויפגיין, טאקע מיט א פונקט א יאר, ביז'ן אנקומען צום ערשטן ארט.


כ'האב געמיינט פון זיבן צו דריי (שוין פארראכטן) וואס איז פיר פונקטן - א פונקט א יאר, ס'איז נישט אזוי שווער עס צו טרעפן ס'איז די פיר יאר גלייך פאר טראמפ איז אריינגעקומען.

אין אבאמא'ס לעצטע צוויי יאר איז עס טאקע געווען פלייך אבער דו איגנארירסט די פאקט אז אין די צוויי יאר בעפאר איז עס ארויף מיט צוויי פונקטן א יאר... למען האמת איז עס נישט קיין מהלך צו קלייבן פון וועלכע יארן צו רעדן (און איך בעט דיר טוה עס אויך נישט) און וועגן דעם האב איך טאקע נישט געשריבן אז ס'איז ארויף "פיר פונקטן אין צוויי יאר" נאר בלויז "פיר פונקטן אין פיר יאר", וואס דאס נעמט אריין די לעצטע פיר יאר פון אבאמא אריינגערעכנט די לעצטע צוויי ווען ס'איז געווען פלייך, און אין עווריטש איז עס ארויף א פונקט א יאר אין די דאזיגע יארן (וואס דאס נעמט אריין אלע יארן זינט ס'האט אנגעהויבן צוריק ארויפצוגיין).
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2715
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג אוקטובער 28, 2018 11:10 am

בקיצור, דו ביסט מחליט וועלכע יארן מ'מעג קלויבן און וועלכע נישט. איך בין מחליט צו קלויבן אנדערש - די טרענד פון סוף אבאמא יארן קעגן די טרענד אונטער טראמפ.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1624
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג אוקטובער 28, 2018 12:58 pm

נאך א וויכטיגע נקודה וואס מען ברויך האלטן פאר די אויגן. די גלאבעל קאמפּעטעטיוו אינדעקס רענק איז אן אינדעקס וואס פארגלייכט די קאמפּעטעטיוו סקאור פון אלע לענדער, און מען שטעלט זיי אויס אין א כראנאלאגישן שורה. ווען מען פארגלייכט איין יאר צום צווייטן, קען מען אבער נישט קוקען בלויז אויף די ראַנג (ערשטע, צווייטע, וכו'); אמאל פּאַסירט אז די סקאור פאַלט, אבער מען שטייגט פאָרט אין ראנג ווייל די אנדערע מדינות זענען נאך ארגער! און די זעלבע פארקערט. א מדינה קען שטייגן אין קאמפּעטעטיוונעס, אבער איר ראַנג וועט פאלן ווייל די קאמפיטינג לענדער זענען מער געשטיגן.

(דערמאנט מיר די וויץ אז ווען די אמעריקאנער האבן געווינען אן אלימפישן פארמעסט אקעגן די סאוויעטן, האט די רוסישע פעיק נוס געמאלדן אז רוסלאנד איז אריינגעקומען נומער 2 און אמעריקע איז אריינגעקומען איין בעפאר די לעצטע...)

פאלגנד איז די קאמפּעטעטיוו "סקאור" היסטארי פאר די לעצטיגע יארן. (די מעטאדאלאגיע איז איבערגעמאכט געווארן אין 2018. די רעפארט זאגט אז לפי די נייע מעטאדאלאגיע איז 2017 געווען 84.8)

85.6 - 2018
5.84 - 2017
5.70 - 2016
5.61 - 2015
5.54 - 2014
5.48 - 2013
5.47 - 2012
5.43 - 2011
5.43 - 2010
5.59 - 2009
5.74 - 2008
5.67 - 2007
5.61 - 2006

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 10:56 am

וועידזשעס (וועלכע עקאנאמיסטן רופן: די מיסינג פיעס אין דע עקאנאמי) איז געוואקסן אינעם דריטן קווארטל ביי 3.1% העכסטע אין א יאר צענדליג, היבש העכער ווי עקספערטעד אויף וואל סטריט.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 10:57 am

קאנסומער קאנפידענס געשטיגן צו אן 18 יעריגע הייעך.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
משה11
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 12:28 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:וועידזשעס (וועלכע עקאנאמיסטן רופן: די מיסינג פיעס אין דע עקאנאמי) איז געוואקסן אינעם דריטן קווארטל ביי 3.1% העכסטע אין א יאר צענדליג, היבש העכער ווי עקספערטעד אויף וואל סטריט.
נאך פונדערהיים האט געשריבן:קאנסומער קאנפידענס געשטיגן צו אן 18 יעריגע הייעך.

אפשר לייגסט ארויס א סך הכל פון אלע זאכן וואס זענען געוואקסן און געבראכן א רעקארד זייט טראמפ

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 12:51 pm

דזשענעראל מאטארס מעלדט א שניט אין די קאסטן נאך שטארקע פארדינסט באריכטן אויפן דריטן קווארטאל

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2850
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 1:08 pm

זייער סטאק האט טאקע רעפלעקטירט די נייעס שטייגנדיג מיט קרוב צו צעהן פראצענט.

gm.JPG
gm.JPG (43.09 KiB) געזעהן 423 מאל
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 1:15 pm

דזשאבלעס קלעימס צוריק געפאלן פארגאנגענע וואך צו א 49 יאר שטאפל
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 1:19 pm

אנעמפלאימענט ביי 3.7%
נידריגסטע זינט 1969
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 10:19 pm

ווי שוין ארומגעשמועסט דא עטליכע מאל איז געווען א גרויס ווינדער ביי עקענאמיסטן פארוואס וועיזשעס שטייגן נישט אזוי שטארק ווי עס איז צו ערווארטן ביי אזוינע נידריגע אנעמפלוימענט ראטעס.

היינט אבער האב איך געזען גאר פאזיטיווע באריכטן אין דעם הינזיכט

די לעיבאר דעפארטמענט געט איבער אז וועיזשעס זענען געווען אינעם לעצטן קווארטאל מיט 3.1 פראצענט העכער פונעם דריטן קוואטאל לעצטע יאר.

די די וועיזשעס העכערונג וואס מען האט געזען אינעם לעצטן קווארטאל איז די גרעסטע שפרינג וואס מען האט געהאט אין די לעצטע 10 יאר, זיי זענען עס מסביר אז ארבעטערס פילן זיך שטערקער ביים פארלאנגען א רעיז צוליב די שוועריגקייט צו טרעפן נייע ארבעטער.

הקיצור "זשאבס" האט ענדליך אנגענומען די כללים פון "סופליי אין דימענד"

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 10:31 pm

ADP שאצט אז עס זענען צוגעקומען 227000 זשאבס פאר אקטובער.
ADP זאגט אז גרויסע קאמפאניס האבען געהייערט מער ארבעטערס פראצענטואל ווי די קלענערע קאמפאניס.

אין א זייטיגע נאטיץ.
איך קלער טאקע אז עמעזאון האט געהעכערט וועיזשעס צוליב זייער ערווארטונג פאר א ארבעטער מאנגעל, און נישט צוליב פרעשור פון בערני סענדערס, איינער האט ארויפגעברענגט די געדאנק אין די אשכול און איך האב אים אוועקגעמאכט, איצט טראכט איך אז יענער איז טאקע אפשר יא גערעכט

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 10:37 pm

שקויעך... זייער שיין פון דיר.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider], Google [Bot], א מוח, הקשר, לאנדאנער, קארפענטער און 50 געסט