עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 2:45 pm

די יעצטיגע שאצונג פונעם פעד אויפן GDP פון 2018 איז א וואוקס פון 3.1% דאס איז א דראסטישע העכערונג פון זייער שאצונג אנהויב יאר אויף 2.5%
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 4:04 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:אויב וועלן זיי טאקע העכערן די אינטערעסט ראטע, קען מען ערווארטן א שטיקל טראסק אין די מארקעטס.

וכך הוה
תיכף נאך די נייעס האט זיך עס אביסל געהויבן נאכפאלגנדיג די פאסיטיווע אויסקוק פונעם פעד
דאן האבן די בענק סטאקס אנגעהויבן פאלן מיטשלעפנדיג מיט זיך די מארקעטס.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 8:55 am

דריטע און לעצטע אפשאצונג אויפן GDP פונעם צווייטן קווארטל באשטעטיגט אז עס איז געווען א וואוקס פון 4.2%.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3089
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 9:24 am

דריטע און לעצטע אפשאצונג באשטעטיגט אז נאך פונדערהיים איז לעצטענס פון די העכסטע רענקינג נייעס ברענגער דא אויפ'ן וועלטעל.

א גרויסן דאנק און קיפ איט אפ!
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6197
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 6:45 pm

יאצמעך האט געשריבן:דריטע און לעצטע אפשאצונג באשטעטיגט אז נאך פונדערהיים איז לעצטענס פון די העכסטע רענקינג נייעס ברענגער דא אויפ'ן וועלטעל.

א גרויסן דאנק און קיפ איט אפ!
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 9:28 pm

יאצמעך האט געשריבן:דריטע און לעצטע אפשאצונג באשטעטיגט אז נאך פונדערהיים איז לעצטענס פון די העכסטע רענקינג נייעס ברענגער דא אויפ'ן וועלטעל.

א גרויסן דאנק און קיפ איט אפ!
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 10:16 pm

א דאנק פאר אלע באדאנקערס, מיי פרעשור! (סארי, פלעזשור)
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

אינקאם אינקעוואלעטי ביי סטעיט

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 12:05 am

טראמפס אמעריקא
צוגעלייגטע
inequality.jpg
inequality.jpg (161.87 KiB) געזעהן 904 מאל

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 12:15 am

וואס הייסט טראמפ'ס וואס האט זיך געטוישט און מיט וויפעל

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 12:23 am

דזשאבלעס קלעימס פון פארגאנגענע וואך איז אביסל ארויף צו 214K
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 12:33 am

אינקאם אינעקוואליטי האט אנגעהויבן סקיי ראקעטן זינט אבאמא האט איבערגענומען און א.ג. ערהוילט די עקאנעמי
אנדערש ווי עקספעקטעד נאך א רעסעשן אז אינקאם זאל זיך מער אויסגראדן
פאקט, רוב מיליאנערן אויף וואל סטריט האבן ״פארדינט״ פערזענליך און רייכער געווארן פון די רעסעשן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 12:36 am

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:וואס הייסט טראמפ'ס וואס האט זיך געטוישט און מיט וויפעל

טראמפס אמעריקא מיינט אז פאר ביליאנערן אזוי ווי טראמפ גייט גוט.
צו דיין שאלה וואס האט זיך געטוישט?

דאס האט זיך שוין אנגעהויבן אסאך פאר טראמפס צייטן, שילדיגע קענסטו פוינטען צו רעיגען, בוש, און די טראמפ אדמיניסטרעישענס וואס האבן ארומגעטוישט די טעקס קאוד און ריווארדען געלט אנשטאט ארבעט, די טעקס ברעקיטס גייט פאר קעפיטאל געינס , און אנדערע וועגן צו מרוויח זיין די עשירים אנשטאט די מיטל -קלאס ארבעטער , קענסט אויך געבן
אביסל קרעדיט צו די פאקט אז רעיגען האט ענג געמאכט פאר די יוניוואנס וואס האט זיכער נישט געהאלפן צו די יעצטיגע מצב.

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 12:48 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:אינקאם אינעקוואליטי האט אנגעהויבן סקיי ראקעטן זינט אבאמא האט איבערגענומען און א.ג. ערהוילט די עקאנעמי
אנדערש ווי עקספעקטעד נאך א רעסעשן אז אינקאם זאל זיך מער אויסגראדן
פאקט, רוב מיליאנערן אויף וואל סטריט האבן ״פארדינט״ פערזענליך און רייכער געווארן פון די רעסעשן.


וואס מיינט א.ג.?
האסט א שטיקל נקודה מיט דעם אז "קען זיין" אז די קרעדיט קריזיס האט צו געגעבן אז נאך די קריזיס האבן זייער אסאך מענטשן אנגעפאנגען צו ריעלייזן זייער פינאנציעלע מצב, כאטשיק סאיז קיינמאל נישט געווען קיין וועידזש גראוט, ווילאנג אלעס איז געגאנגען אויף קרעדיט איז עס געווען גרינגער.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 1:36 am

מאך עס נישט קאמפליצירט, א שטארקע מיטעל קלאס הייסט אז עס איז דא גענוג גוטע זשאבס עוועילעבל, וועידזשעס גייען ארויף, קליינע סטאק אינוועסטמענטס וואקסען מיט העכער 10%.

אביסעל טיפער איז ווען זייערע בעלי בתים זענען באקוועם צו מאכען נייע אינוועסטמענטס און זייערע בעלי בתים זעהען א אינקריעס אין סעילס און אין פראפיטס.

אלע אנדערע נאמבערס זענען טאטעלי אירעלעווענט פאר די מיטעל קלאס ארבייטארער, פארשטייט זיך אז ווען איין אינדאסטרי קראכט האט עס א ריפעל דאון אפעקט אבער זעלטען איז עס אזוי אפעקטירבאר ווי די מארגעדזש קראך אין 2008.

אינטער אבאמא איז געוועהן א שוואכע זשאב מארקעט ווערסעס די ערהוילינג פון פריהערדיגע רעסעשאנס און קאנסידערינג די פאפולעישאן היינט ווערסעס 1980׳ס און 1990׳ס איז ער א טאטאלע דורעכפאל מיטען ספענדען א טריליאן דאלער.

וועידזש וואוקס איז געשטאנען פלאך דורעך אויס זיין גאנצע קאדענץ.
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4333
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 4:16 am

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:וואס הייסט טראמפ'ס וואס האט זיך געטוישט און מיט וויפעל

טראמפס אמעריקא מיינט אז פאר ביליאנערן אזוי ווי טראמפ גייט גוט.
צו דיין שאלה וואס האט זיך געטוישט?

דאס האט זיך שוין אנגעהויבן אסאך פאר טראמפס צייטן, שילדיגע קענסטו פוינטען צו רעיגען, בוש, און די טראמפ אדמיניסטרעישענס וואס האבן ארומגעטוישט די טעקס קאוד און ריווארדען געלט אנשטאט ארבעט, די טעקס ברעקיטס גייט פאר קעפיטאל געינס , און אנדערע וועגן צו מרוויח זיין די עשירים אנשטאט די מיטל -קלאס ארבעטער , קענסט אויך געבן
אביסל קרעדיט צו די פאקט אז רעיגען האט ענג געמאכט פאר די יוניוואנס וואס האט זיכער נישט געהאלפן צו די יעצטיגע מצב.

קענסט בלעימען וועם די ווילסט, אבער אויב ווילסטו קוקן אויף 'פאקטן' איז די מידיען אינקאם אין זיבן פון די אכט יאר פון אבאמא'ס געלונגענע ערהוילונג געווען נידריגער ווי פאר די קראך, בעת וואס די סטאק מארקעט איז געגאנגען העכער און העכער.

אויך איז אינטערעסאנט אז זעקס פון די זיבן שטאטן וואו די רייכע פארדינען די מערסטע זענען קאנסערוואטיווע שטא... אופס, דעמאקראטישע שטאטן, אריינגערעכנט אזעלכע ליבעראלע פעסטונגען ווי קאליפארניע און ניו יארק. דאס ווייזט קלאר אז טראמפ איז שולדיג אין אלעם.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 9:14 am

ווי שוין דערמאנט פריער, מען דארף נאר קוקן אויף הארטע דאטא און זען אז אונטער אבאמא האט אינקאם אינעקוואליטי געוואקסן שנעלער ווי סיי ווען.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 9:22 am

רעפובליקאנער קאנגרעס... וחוזר חלילה..
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21973
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 10:51 am

אלי', לכבודך וועלעך איבערשרייבן די פוינט...

ווען סיז דא א ריפאבליקען פרעזידענט און א ריפאבליקען קאנגרעסס אדער פארקערט, די דעמעקראטן קאנטראללן אלעס, קעמען בלעימען אדער קרעדיטן יענע פארטיי אינגאנצן! ווען ס'איז צוטיילט, מוז מען קוקן אויף די פאלעסיס וואס מ'האט דעמאלטס איינגעפיהרט און לויט דעם דעסיידן...

יעצט ווען איין פארטיי איז אין קאנטראלל פון אלעס, און די צווייטע פארטיי נעמט איבער איין ברענטש, איז די נייע פירערשאפט נישט אין פאוער צו טוהן גארנישט, בלויז אפשטעלן מאמענטום!

סאו אין 04 האבן די ריפאבליקענס געפיהרט די לאנד, ביז 06 האבן די דעמעקראטן איבערגענומען, האצעך די מאמענטום אפגעשטעלט!

אין 08 האבן די דעמעקראטן געווינען, ביז 10 האבן די ריפאבליקענס איבערגענומען די הויז, און אביסל אפגעשטעלט די חרבנות פון די אבאמא אגענדע...

אין 2016 האבן די ריפאבליקענס געוואונען אלעס, די עקאנעמי באאמט! אויב די דעמעקראטן קומען אריין, גייען זיי אפשטעלן די מאמענטום פון די עקאנעמי און זינט מ'האלט שוין אזוי ווייט פון די פריערדיגע רעסעשאן וועט מען ווארשיינליך אריינפאלן אין נאכיינס, אדער אין בעסטן פאל אראפסלויען די יעצטיגע באאם... (הלוואי בינעך ראנג)
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 11:03 am

מטעמים האט געשריבן:אינטער אבאמא איז געוועהן א שוואכע זשאב מארקעט ווערסעס די ערהוילינג פון פריהערדיגע רעסעשאנס און קאנסידערינג די פאפולעישאן היינט ווערסעס 1980׳ס און 1990׳ס איז ער א טאטאלע דורעכפאל מיטען ספענדען א טריליאן דאלער.


סתם פאר די רעקארד, דורכאויס די 1980׳ס און 1990׳ס זענען צוגעקומען 74 דזשאבס פאר יעדע הונדערט מענטשן וואס זענען צוגעקומען צו די באפעלקערונג, דורכאויס די "שוואכע" ערהוילונג פון אבאמא זענען צוגעקומען 99 דזשאבס פאר יעדע הונדערט מענטשן וואס זענען צוגעקומען צו די באפעלקערונג.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8529
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 11:32 am

דאס איז אויך ווייל קינדער זענען היינט ליידער אסאך א קלענערע פראצענט ווי דעמאלטס. אוו נאך ווייניגער פון די וואוקס איז ביי קינדער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 11:34 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אלי', לכבודך וועלעך איבערשרייבן די פוינט...

שיינע אנאליז וויכי!

האסטטך נישט געדארפט מטריח זיין לכבודי, כאב נאר פשוט געמאכט א קיצור פון די קומענדיגע פאר בלאט..
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 11:38 am

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:אינטער אבאמא איז געוועהן א שוואכע זשאב מארקעט ווערסעס די ערהוילינג פון פריהערדיגע רעסעשאנס און קאנסידערינג די פאפולעישאן היינט ווערסעס 1980׳ס און 1990׳ס איז ער א טאטאלע דורעכפאל מיטען ספענדען א טריליאן דאלער.


סתם פאר די רעקארד, דורכאויס די 1980׳ס און 1990׳ס זענען צוגעקומען 74 דזשאבס פאר יעדע הונדערט מענטשן וואס זענען צוגעקומען צו די באפעלקערונג, דורכאויס די "שוואכע" ערהוילונג פון אבאמא זענען צוגעקומען 99 דזשאבס פאר יעדע הונדערט מענטשן וואס זענען צוגעקומען צו די באפעלקערונג.

אנטשולדיגט איר האט גענימען א זייטיג געסל ווען עס איז דא א מעין ראוד.

1980׳ס זעכצן מיליאן זשאבס
1990,ס ניינצען מיליאן זשאבס
אבאמאס יארען - עלף מיליאן זשאבס

וירא הקהל וישפוט
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 11:39 am

נעמענדיג אבאמאס גאנצע קאדענץ איז געווען א נעט לאסט פון דזשאבס.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8529
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 11:55 am

אבאמע רעקאווערי איז זיבן יאר, די 80'ס און 90'ס זענען דאך דעקעידס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8529
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 11:55 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:נעמענדיג אבאמאס גאנצע קאדענץ איז געווען א נעט לאסט פון דזשאבס.

אזוי?
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”