עקאנאמישע נייעס און נאטיצען
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- פאראינטערסירט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4332
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am
צל עובר האט געשריבן:איך געדענק נאך בימי אבאמע, ווען מען האט געדארפט האבן בערך 150 טויזנט דזשאבס א חודש פאר די נאטורליכע וואוקס, לעצטענס פלעגט זיין 130 טויזנט, און דא זעה איך ברענגט מען אז עס שוין ביי 100 טויזנט.
https://www.frbsf.org/economic-research ... is-normal/
דאס איז געשריבן געווארן נאך אין אקטאבער 2016 דורך די פעדעראלע רעזערוו באנק אין סאן פראנציסקא.
לויט זיי דארף מען האבן צווישן 50,000 און 110,000 דזשאבס יעדער חודש צו אפמאכן פאר די נאטורליכע וואוקס.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
צל עובר האט געשריבן:איך געדענק נאך בימי אבאמע, ווען מען האט געדארפט האבן בערך 150 טויזנט דזשאבס א חודש פאר די נאטורליכע וואוקס, לעצטענס פלעגט זיין 130 טויזנט, און דא זעה איך ברענגט מען אז עס שוין ביי 100 טויזנט.
איך געדענק א יוסי געשטעטנער אנאליז ערגעץ אינמיטן 2012 וואו ער האט אנאליזירט אז אבאמא מוטשעט זיך ווייל די עקאנאמיע גליטשט זיך מעליך צוריק אין רעסעסיע, און בתוך הדברים האט ער דערמאנט אז פאר די נאטורליכע וואוקס אליינס דארף מען בערך 250-300 טויזענט דזשאבס יעדן חודש.
- טשאדעלע באדעלע
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9090
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
- לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.
כ'האב עס איבערגעהערט וזה לשונו (קול מבשר 3-8-74#):
דזשאבס אין די חדשים פון מארטש און אפריל, די פארלאפענע צוויי חדשים, יעצט האלט מען אין למספרם מאי (2012), מארטש און אפריל די צוויי חדשים איז די דזשאב פיקטשור אין אמעריקע געווען אסאך שוואכער בערך 120,000 דזשאבס א חודש, דאס איז פיל פיל ווייניגער ווי די מינימום 250,000 א חודש דזשאבס וואס מ'דארף האבן צו האבן א שטיקל נארמאלע עקאנאמי, א שטיקל נארמאלע דזשאבס מארקעט, און בכלל. און כ"ש אז מ'האט פארלוירן אזויפיל מיליאנען דזשאבס אין די רעסעשאן אין די פיינענשעל קרייסיס, דארפסטו האבן 300,000 350,000 דזשאבס יעדע חודש צו קענען נאכקומען די פארלאנג. סאו אין די לעצטע צוויי חדשים איז די דזשאב וואוקס אין אמעריקע "האלב" ווי די מינימום וואס מ'דארף האבן אין פרידנס צייטן אדער בעסער געזאגט "א דריטל" וויפיל מ'דארף האבן יעצט ווען מ'האלט אינמיטן א רעקאווערי, סאו אויפ'ן דזשאבס פראנט האבן זיך זאכן זייער שטארק אפגעשוואכט. עכ"ל.
-
מ'דארף דערמאנען וואס ער ווייזט אייביג אן אז מ'דארף עס פארגלייכן צו די גרויסקייט פון די פאפולעישאן, 250,000 אין 2012 איז אזויווי איבער 260,000 אין 2019...
און @טשאדעלע, ער רעדט פון 250,000 אלס די מינימום וואס מ'דארף האבן אין "פרידנס צייטן"!
-
און אגב, כ'האב נאכגעקוקט פון וואס ער רעדט, און גראדע זענען אין די חדשים פון מארטש און אפריל פון 2012 צוגעקומען נאנט צו 170,000 דזשאבס א חודש (קען זיין אז ס'איז געווען רעוויזשענס), אבער נאכמער אינטרעסאנט איז אז ווען ער זאל ווען קוקן אויף די לעצטע 3 חדשים (וואס מ'טוט געווענליך) וואלט עס געווען ביי 190,000 א חודש!
פאקטיש איז צוגעקומען 348,000 דזשאבס אין יאנוואר 2012 (און איך געדענק נישט זיין אנאליז אז ס'קומען צו גענוג דזשאבס אפילו לשיטתיה), 233,000 דזשאבס אין פעברואר 2012, און 264,000 דזשאבס אין מארטש 2012... נאר אזויווי גראדע אפריל איז געווען איין שוואכע חודש פון נאר 72,000 דזשאבס (וואס כידוע מיינט איין חודש גארנישט), פארוואס נישט דרייען א קאפ דעם עולם אז "די לעצטע צוויי חדשים איז די דזשאב פיקטשור אין אמעריקע געווען אסאך שוואכער"...
-
אגב דאגב, די ענדגיליטיגע סך הכל פאר 2012 איז געווען 180,000 דזשאבס א חודש.