עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2714
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג נובעמבער 06, 2018 1:52 am

טרעקן די פונקטליכע עמאונטס וואס זיי קויפן פון וועם און וויפיל זיי צאלן פער שטיקל?!
Innocent until proven Republican

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג נובעמבער 06, 2018 8:35 am

געריבענער סוחר האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:ער קען למשל פארלאנגען אז אלע סעללערס פון די-און-די ברענד זאלן מוזן אריינשיקן רעסיטס פון זייער האלסעילער כדי צו קענען פארקויפן (כלומר'שט צוליב זיכערהייט...), און א צייט שפעטער וועט עמעזאן אליין פונקט אנהייבן פארקויפן די סחורה... (מעשה שהי')

איך האב פאר דיר נייעס אז ס'רוב קען מען טרעקן זייער האלסעילערס.... (מעשה שהי')

סאו דאס בארעכטיגט שוין אפילו ווען מ'קען נישט טרעקן?
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: ביים פארהאנדלונגס טיש

תגובהדורך געריבענער סוחר » דינסטאג נובעמבער 06, 2018 9:49 am

הענדימען האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:ער קען למשל פארלאנגען אז אלע סעללערס פון די-און-די ברענד זאלן מוזן אריינשיקן רעסיטס פון זייער האלסעילער כדי צו קענען פארקויפן (כלומר'שט צוליב זיכערהייט...), און א צייט שפעטער וועט עמעזאן אליין פונקט אנהייבן פארקויפן די סחורה... (מעשה שהי')

איך האב פאר דיר נייעס אז ס'רוב קען מען טרעקן זייער האלסעילערס.... (מעשה שהי')

סאו דאס בארעכטיגט שוין אפילו ווען מ'קען נישט טרעקן?

איך האב גארנישט בארעכטיגט, איך האב ס''ה געזאגט אז רוב קען מען עניוועי טרעקן.
און די גרויסע וואס מען קען נישט איז ווייל זיי האבן אליין וועירהאוסעס אין טשיינע, און אויב בעט מען זיי רעסיטס געבן זיי זייער אייגענע רעסיטס כאילו זיי אליין סופלייען עס. (עניוועי ספארדרייט שוין די אשכול.)
....To win a negotiation you have to show you're willing to walk away

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך נובעמבער 07, 2018 8:42 pm

וואל סטריט דזשורנאל ווייסט צו באריכטן איבער פלענער פון גוגל צו פארברייטערן איר ניו יארקער לאקאל וואס וועט ברענגען ארום 12 טויזענט פרישע דזשאבס.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 10:13 am

היינט קומט פאר א מיטינג אינעם פעד, ווי זיי וועלן ארויס געבן א סטעיטמענט וואס זענען די פלענער איבער ווייטער העכערן די אינטערעסט ראטעס.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 2:02 pm

פעד וועט לאזן די אינטערעסט ראטעס אימגעטוישט.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 9:21 am

די עקאנאמיע איז געוואקסן אינעם דריטן קווארטאל אויף א יערליכע ראטע פון 3.5 %

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 9:23 am

די נומערן זענען איצט געווארן פון פריש גערעכנט און די רעזולטאט איז 3.5 אזוי ווי באריכטעט ביים ערשטן ציילונג
די נומער ווערט באצייכנט ווי גענוג שטארק אין ריכטונג פון ענדיגן דעם יאר מיט די אדמיניסטראציעס האפענונג פאר א 3% וואוקס טראץ וואס עס איז שוואכער ווי די 4.2% אין צווייטן קווארטאל

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 9:24 am

די נומער איז שטארק זינט עקאנאמיסטן אין אלגעמיין ערווארטן א 2% וואוקס

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 9:28 am

אויפן פערטן קווארטאל ערווארטן עקאנאמיסטן א 2.5% וואוקס

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 9:32 am

די היבשע שווואכקייט פונעם דריטן קווארטאל קומט איז נישט פון פירמעס אינוועסטירן אין נייע עקוויפמענט וועלכע איז גראדע געשטיגן נאר צוליב שוואכערע קאנסומער ספענדונג און עקספארט וועלכע האט געזעהן א באדייטנדע טויש נאך וואס די טאריפס פון כינע זענען אריין אין קראפט
עקספארטירער האבן זיך געיאגט אפצוליפערן ריזיגע קוואנטומס סוי בונדלעך קיין כינע אין יולי למספרם וועלכע האט שטארק ארויפגעטריבן צו GDP נומערן און איצט ווען עס איז געקומען צו אן אפשטעל ווערט עס רעפלעקטירט אין די דריטע קווארטאל ציפערן

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 9:34 am

קוקנדיג בלויז אויף קאנסומער ספענדינג איז זי געשטיגן אויף א 3.6 % ראטע אין פארגלייך צו 4.0 % ראטע אין פריערדיגן קווארטאל

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 9:38 am

אימפארטן זענען געשטיגן מער ווי ערווארטעט אין די צייט וואס עקספארט איז שארף געפאלן פארברייטערנדיג די האנדלס דעפיציט

די אורזאך צו די פארמערטע אימפארט ווערט טיילווייז צוגעשריבן צו דאס וואס מערערע ביזנעסער האבן געוואלט אריינכאפן פילע פראדוקטן אימפארטירט פון כינע בעפאר די ספעציפישע פראדוקטן זענען געפאלן אונטער טאריפס שפעטער אינעם דריטן קווארטאל

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 9:40 am

ביזנעס ספענדינג אויף עקוויפמענט איז געשטיגן אבער אנשטאט 4.0% ווי אין די ערשטע שאצונג איז זי איצט געווארן ארפגערוקט צו 3.5%
עס ווערט צוגעשריבן צו די העכערע קאסטן צו אימפארטירן די מאשינעריע צוליב אמעריקאס טאריפס און האט אפעקטירט פירמעס ווי קערעפילער און פארד און נאך

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3796
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 6:13 pm

די צוויי ריזיגע קאמפעניס עפל און עמעזאן האבן אנגעהויבן געשפרעכן איבער סיינען א קאנטראקט אין וואס עפל גייט פארקויפן זייערע פראדוקטן פאר עמעזאן ״דיירעקט״.

ווער ס׳איז עוסק אין די ענינים ווייסט, ווען עימיצער וויל פארקויפן סיי וואספארא גוט גייענדע אויף עמעזאן קען ער עס אליין נאכמאכן און אריינברענגען פון טשיינע. אויפבויען זיין אייגענע ברענד אויף עמעזאן און מאכן געלט. (זאגצעך זייער גרינג און קורץ..)

נאכדעם איז פארהאן א שטאפל העכער. מ׳פארקויפט טייערערע פראדאקט׳ס, למשל.. קעמרע׳ס פון טייערע קאמפעני׳ס, גוטע ברענד׳ס, פאר ביליגער ווי אויף די אלגעמיינע מארקעט.

איי וויזוי באקומסטו דעם פראדוקט פאר אזוי ביליג? איז פארהאן אזאך וואס הייסט ״גרעי מארקעט״. ד״ה, למשל, מ׳קויפט א סטאק פון קעמערא׳ס אין אויסלאנד (ווי אויפן אמעריקאנע דאלער קומט עס אויב ביליגער) מ׳אימפארטירט עס אהער דא ווי מ׳פארקויפט עס ווייטער. (ס׳איז אן אריכות׳דיגע שמועס. נישט געאייגענט דא). פארוואס ס׳הייסט ״גרעי מארקעט״ איז, ווייל ס׳איז נישט נישט אויסגעהאלטן צו איינקויפן האל-סעיל אויף אזא אויפן, אבער אויך נישט כשר. [עכ״פ אויפן שטאנדפונקט מצד די מעניפעקטשער׳רעס].

אזא שטיק למשל קען נישט געטאן ווערן מיט די פראדוקטן פון די ריזן פירמע ״קענאן״. ווייל קענאן האט א קאנטראקט מיט עמעזאן, זיי פארקויפן פאר עמעזאן דיירעקט. ד״ה, ווען די קויפסט א קענאן קעמערא אויף עמעזאן קענסטו זיין פארזיכערט אז ס׳איז נישט קיין סתם נאכגעמאכטע מעשה, ווייל קענאן, סינס זיי האבן א קאנטראקט מיט עמעזאן קענען זיי פארלאנגען אויב זעהן זיי א קאמפעני וואס איז נישט זייער אוטארעזירטע דילער עמעזאן זאל אים פארהאקן.

אויך קענען זיי דיטעקטן די נישט א.ג. ליגאלע פארקויפער, ווייל קענאן האטעך זייערע רולס ווי נידריג מ׳קען אראפגיין מיט די פרייז אויף יעדע פראדוקט (B&H מיינעך האט די בעטסטע קאנטראקט מיט זיי). איז אויב זעהט עמעזאן אז עימיצער פארקויפט א קענעאן קעמערא׳ס פאר ביליגער ווי זיי, איז טייטש אז ס׳מיז זיין אז דער פארקויפער נעמט זיינע סחורה אויפן גרעי מארקעט, און עמעזאן האקט יענעם אראפ.

די עפל פראדוקטן [גאר גוט גייענדע פראדוקטן אויף עמעזאן] איז אויף עמעזאן גענצליך אומקאנטראלירטבאר. ווייל פאר עפל האט ביז יעצט נישט געפאסט צו סיינען א קאנטראקט מיט עמעזאן [נישט ממש אזוי אבער בערך אזוי], איז ווער ס׳האט נאר געהאט צוטריט צו עפל פראדאקט׳ס אויפן גרעי׳ן מארקעט האט געקענט מאכן א לעבן.

ס׳איז פארהאן אסאך מענטשן וואס מאכן שיין פרנסה אויף עמעזאן דורך די עפל סחורה, יעצט אבער אז עפל גייט מעגליך פארקויפן און סיינען א דיעל מיט עמעזאן גייט זיך דאס ענדיגן.
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום מיטוואך נובעמבער 28, 2018 6:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 654
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 6:18 pm

שכח זייער קלאר ארויסגעברענגט, אפילו די קליינע ווערטער

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5883
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג דעצמבער 07, 2018 10:25 am

נאוועמבער דזשאבס רעפארט.

דזשאבס ערווארטעט: 190-199 טוינזט
דזשאבס צוגעלייגט: 155 טויזנט

אנאימפלוימענט פארבליבן ביי 3.7% נידריגסטע ציפער זינט 1969

איבערגעמאכטע ציפערן פון די לעצטע צוויי חדשים האט אראפגעריקט יענע רעפארטס מיט 12 טויזנט דשאבס.

יערליכע וועידש וואקס פארבליבן די זעלבע ווי פאריגע חודש ביי 3.1% העכסטע ציפער זינט 2009

עכטע אנאימפלוימענט עטוואס ארויף פון 7.4% צו 7.6%

אנאימפלוימענט ביי שווארצע ווידער אראפ צו רעקארד נידריגע 5.9% - די זעלבע ציפער ווי דעם פארלאפענעם מארטש.

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג דעצמבער 09, 2018 1:07 am

געשטעטנער אויף 117 האט זיך געהאט געוואונדערט אויף די הויכע שאצונגען.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2714
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 3:56 am

ווייס איך כאטש אז איינער הערט אויס 1-1-7 נאך אזויפיל ארבעט וואס ער לייגט אריין עס צו שטופן...
Innocent until proven Republican

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 11:28 am

נישט יעדן טאג, אבער אסאך מאל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 2:17 pm

Think and Thank האט געשריבן:ער קען למשל פארלאנגען אז אלע סעללערס פון די-און-די ברענד זאלן מוזן אריינשיקן רעסיטס פון זייער האלסעילער כדי צו קענען פארקויפן (כלומר'שט צוליב זיכערהייט...), און א צייט שפעטער וועט עמעזאן אליין פונקט אנהייבן פארקויפן די סחורה... (מעשה שהי')

דאס איז די שטערקסטע טענה וואס איך האב געהערט אנטקעגן עמעזאון וואס קען לכאורה האבן לעגאלע קאנסעקווענצן אויב זאל עס אמאל קומען און געריכט.

ולהוי ידוע אז דאס איז סוף מעשה במחשבה תחילה, די פלאן פון די גאנצע מארקעטפלעיס ביזנעס איז געווען אז מען וועט לאזן טירד פארטי סעללערס גיין אין קאמפעטישן מיט עמעזאון בכוונה אז מען וועט געוואר ווערן די מהלך פון קאמפעטישאנ'ס און מען וועט עס נאכקאפירן!

אזוי פארציילט א אנגענומענע ביאגראפיע בוך פון בעזאוס און עמעזאון:
That fall, Amazon announced a new initiative called Marketplace. The effort started
with used books. Other sellers of books were invited to advertise their wares directly within a box on Amazon’s own book pages. Customers got to choose whether to purchase the item from Amazon itself or from a third-party seller. If they chose the
latter, either because the seller had a lower price or because the product was out of stock at Amazon, the company would lose the sale but collect a small commission. “Jeff was super clear from the beginning,
[ says Neil Roseman- “If somebody else can sell it cheaper than us, we should let them and figure out how they are able to do it"
[/quote-]

זע באריכות אין די לינק בלאט 90, (דאס איז א -גניבה'דיגער- בחינם'דיגער לינק פונעם פאפולערן בוך THE EVERYTHING STORE)
https://prachititalathi.files.wordpress ... amazon.pdf

אוועטאר
וועקסלער
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:10 pm

ענגלישע פונט

תגובהדורך וועקסלער » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 2:37 pm

די פונט איז געפאלן בערך 3-2 סענט
בילד

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 6:03 pm



פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 7:09 pm

ס'ארא מאדנע קאמפאריצאן דאס איז.
פון פעברעאר 2001 - ווען בוש 43 איז אריין אינעם אוואלישן ביורא - ביז היצטערט, זענען פארגעקומען בלויז 3 עקענאמישע פאלס?

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 7:32 pm

ניין, נאר יענס איז געווען די ערגסטע אויסקוק פאר א יאר שפעטער - קעגן די מצב בו בזמן - ביז היינט.

איך וואונדער זיך נאר אויף פאקס אז זיי מאכן נישט די אבוויעס פוינט, אז טאקע ווייל די מצב בומט ברוך השם, האלט מען אז קעגן די בומינג מצב וועט א יאר ארום זיין אביסל שוואכער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אהבת השם, אויפן שפיץ גאפל, אזוי וויל איך, בעל דמיון, ויכתב, יאנקעל פעדראטשיק, מה ידידות, משמש, נודניק, צד תמות און 77 געסט