עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 4:20 pm

פארוואס די טראסק? קען איינער ערקלערן?
לויעל בינעך צום אייבערשטן און כ'געהער צום פארטיי הנקרא פאקטן. (קרעדיט: כאפצעם)

צוקער וואסער
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 4:28 pm

אינטרעסט רעיט.

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1170
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 5:14 pm

אויב וועט דאס ווייטער אזוי אנגיין וועט די פעד מוזןערנסט איבערקלערן זייער לעצטיגע ראטע העכערונגען.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2242
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 5:24 pm

פארוואס ? די פעד טוט דאס טאקע אביסל אפצושטעלן. איינע פון די גרעסטע פראבלעמען היינט איז אז ווען עס שפרינגט סיי ארויף און סיי אראפ גייט עס מיט היבש גרויסע נומערן.
די פעד קוקט בעיקר אויפן עס ענד פי און דאס מאכט אויס סאך מער אין זייערע דעסישנס ווי דעם דאו אדער נעסדעק

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1389
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 5:25 pm

די פעד שרעקט זיך נישט פאר מארקעט תנועות. אין די פריע 80'גער יארן האט די פעד'ס פאול וואלקער ארויפגעריקט ראטעס ביזן הימל כדי צו באקעמפן אינפלאציע.

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2560
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 5:33 pm

פרעזידענט טראמפ רייסט שוין ארונטער די פעד זאגנדיג אז זיי זענען ממש משוגע געווארן

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 5:34 pm

עס איז יעצט נידעריגער פאר 2018?
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2895
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 5:37 pm

וואסערע שייכות האט די רעיט הייק מיט די סטאק מארקעט?

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1170
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 5:41 pm

אינפלאציע האלט יעצט גאנץ נידריג און די פעדס העכערונג איז נאר געווען אלס שרעק פונעם פיוטשער.
איה״נ א קורצע תקופה פון טראסקען וועט נאכנישט זיי מאכן איבערטראכטן, פארדעם האב איך געשריבן: אויב וועט דאס ווייטער אנגיין אזוי.
ווען געלט ווערט צו טייער הייבט זיך עס אן ביי די בענק אז מענטשן נעמען ארויס ווייניגער לאונס וכו (וואס ביי די וועי עקספערטן קראצן זיך די קעפ פארוואס מען זעט נישט אז די בענק זאלן כאטש פארדינען פון די העכערונגען) און דאן גייט עס אריבער צו אנדערע פראדוקטן און אינדוסטריס, עס קען ווערן א סכנה צו די גאנצע עקאאנעמי.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

יואל שרייבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 5:41 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:מען רעדט שוין א שטיק צייט איבער די עפעקט וואס ראבאטס מיט ארטיפישעל אינטעליגענץ וועט האבן אויף די עקענאמיע בכלליות און אויף זשאב מארקעט בפרטיות.

דאס יאר 18' למספרם האט מען שוין אנגעהויבן זען די ערשטע צייכענעס פון די נייע AI וועלט, עמעזאון האט שוין געפענט געשעפטן אן קאשירערס מיט ערווארטונגען פאר 3000 אזוינע געשעפטן אום תש''20, וואלמארט האט ארויסגעלייגט ראבאטס צו קלינען זייער פלארס און צו סקרינען זייערע שעלף'ס פאר רי'סטאקינגס, גוגל און אובער פירן אן מיט א טעקסי ביזנעס אן קיין דרייווערס.
.

גראדע אויף סעלף דרייווינג קארס , וואס איז געווען ערווארטעט אז עס וועט די שנעלסטע אויסמאכן, האט זיך לעצטענס היבש אראפגערוקט די ערווארטונגען.

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

I

תגובהדורך אברך » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 5:46 pm

צל עובר האט געשריבן:עס איז יעצט נידעריגער פאר 2018?


עס איז העכער, דא האב איך געלייגט א טשארט.

viewtopic.php?f=6&t=5523&p=1773504#p1773504
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 5:46 pm

ישר כח.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2242
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 5:47 pm

די שייכות פון די צוויי

שטארקע דירעקטע אימפעקט:
בענקינג/מארטגעגדזש/פיינענס סעקטאר
ריעל עסטעיט סעקטאר
גאר שטארקע אימפעקט: קאנסטראקשן סעקטאר
שטארקע עקאנאמישע אימפעקט: קאנסומער פראדוקטן וואס ווערן שטארק אפעקטירט דורך פיינענסינג למשל קארס און מעידזשאר אפלייענסעס
דזשענעראל אימפעקט: פרעשור אויף ביזנעסער צוליב העכערע פיינענסינג אויסגאבן

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2560
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 5:47 pm

אלערט: פרעזידענטליכע תורה שרייבער זאל בעסער באצייטנס ארויסשניידן פונעם טעלעפראמטער ביים היינט נאכטיגן פענסעלוועניע ראלי די זאץ: "די סטאק מארקעט איז אפ לייק נעווער ביפאר"

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2242
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 5:51 pm

זיי קענען שרייבן טהי רעיטס אר אפ לייק נעווער ביפאר. דער עולם גייט סייווי אפלאדירן.

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 6:14 pm

הכל הבל האט געשריבן:אלערט: פרעזידענטליכע תורה שרייבער זאל בעסער באצייטנס ארויסשניידן פונעם טעלעפראמטער ביים היינט נאכטיגן פענסעלוועניע ראלי די זאץ: "די סטאק מארקעט איז אפ לייק נעווער ביפאר"

Gevald Geshrigen האט געשריבן:זיי קענען שרייבן טהי רעיטס אר אפ לייק נעווער ביפאר. דער עולם גייט סייווי אפלאדירן.


;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
טיילטס ענק.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1170
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 10:42 pm

לויט ווי עס זעט יעצט אויס וועט די דאו זיך עפענען מארגן מיט אזא 3-4 הונדערט פונקטן אראפ
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1170
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 8:38 am

אינפלאציע באריכט פון די cpi ווייזט אז קאנסומער פרייזן זענען געוואקסן אין סעפטעמבער 0.1% דאס איז בעסער ווי די 0.2% ערווארטעט.
מארקעטס וועלן זיך לכאורה עפענען אביסל בעסער ווי נעכטן ערווארטעט.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:56 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:אינפלאציע באריכט פון די cpi ווייזט אז קאנסומער פרייזן זענען געוואקסן אין סעפטעמבער 0.1% דאס איז בעסער ווי די 0.2% ערווארטעט.
מארקעטס וועלן זיך לכאורה עפענען אביסל בעסער ווי נעכטן ערווארטעט.

דערווייל האט זיך די מארקעט אנגעהויבן טיילווייז העכער.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

טעאריע וואס לעבט
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 1:29 pm

מטעמים האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:אינטער אבאמא איז געוועהן א שוואכע זשאב מארקעט ווערסעס די ערהוילינג פון פריהערדיגע רעסעשאנס און קאנסידערינג די פאפולעישאן היינט ווערסעס 1980׳ס און 1990׳ס איז ער א טאטאלע דורעכפאל מיטען ספענדען א טריליאן דאלער.


סתם פאר די רעקארד, דורכאויס די 1980׳ס און 1990׳ס זענען צוגעקומען 74 דזשאבס פאר יעדע הונדערט מענטשן וואס זענען צוגעקומען צו די באפעלקערונג, דורכאויס די "שוואכע" ערהוילונג פון אבאמא זענען צוגעקומען 99 דזשאבס פאר יעדע הונדערט מענטשן וואס זענען צוגעקומען צו די באפעלקערונג.

אנטשולדיגט איר האט גענימען א זייטיג געסל ווען עס איז דא א מעין ראוד.

1980׳ס זעכצן מיליאן זשאבס
1990,ס ניינצען מיליאן זשאבס
אבאמאס יארען - עלף מיליאן זשאבס

וירא הקהל וישפוט


און וויפיל מענטשן זענען צוגעקומען?
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2192
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 1:41 pm

זאגסטעך זייער גוט. טראץ די פיל גרעסערע באפעלקערונג האט ער געשאפן פיל ווייניגער דזשאבס.
Innocent until proven Republican

טעאריע וואס לעבט
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 6:16 pm

קודם כל, כ'האב נישט געזאגט, נאר געפרעגט, און אז קיינער ענטפערט נישט וועל איך עס ענטפערן.

צווישן די יארן 1980 און 2000 זענען צוגעקומען חודש'לעך אן ערך פון 229,000 מענטשן צו די באפעלקרונג, אין די ערשטע אכט יאר פון די איצטיגע רעקאווערי זענען צוגעקומען חודש'לעך אן ערך פון 193,000 מענטשן צו די באפעלקרונג.

צווישן די יארן 1980 און 2000 זענען צוגעקומען חודש'לעך אן ערך פון 170,000 דזשאבס, אין די ערשטע אכט יאר פון די איצטיגע רעקאווערי זענען צוגעקומען חודש'לעך אן ערך פון 162,000 דזשאבס.

איך בעט ענק נישט אויסצומישן "וואוקס פון באפעלקרונג" מיט "גרויסקיייט פון באפעלקרונג", איך האף אז יעדער פארשטייט אז די סכום דזשאבס וואס ס'דארף צוקומען דורכאויס א תקופה איז נישט געוואנדן אין וויפיל מענטשן "ס'וואוינען דארט" נאר ענדערש וויפיל מענטשן "ס'קומען צי דארט".
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2192
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 6:24 pm

אודאי מאכט עס אויס. ווען אנעמפלוימענט שטייט ביי 9-10 פראצענט, כאפט א גרויסע נ''מ וויפיל מענטשן 100٪ איז בנוגע דזשאב קרעישאן. אויב צען פראצענט פון צוואנציג מיליאן מענטשן זענען ארבעטסלאז וועט די צאל דזשאבס וואס קומען צו זיין פיל פיל נידריגער ווי ווען עס איז צען פראצענט פון הונדערט מיליאן.
Innocent until proven Republican

טעאריע וואס לעבט
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 7:00 pm

מ'רעדט פון וויפיל דזשאבס ס'דארפן צוקומען פשוט אז זאכן זאלן בלייבן די זעלבע ווי ס'איז געווען.

ס'דא ערגעץ ווי א געוויסע באריכטער (אין אידיש) וואס פרובירט אייביג ארויסצוברענגען אז אויב דעמאלס און דעמאלס ווען די עקאנאמיע און באפעלקרונג איז געווען 25 יאר קלענער האט געדארפט צוקומען אזויפיל און אזויפיל דזשאבס א יאר פשוט נאכצוקומען די פארלאנג פון נייע מענטשן וואס קומען אריין אין די ארבעטס קראפט, דארף היינט, ווען די עקאנאמיע און באפעלקרונג איז 25 יאר גרעסער צוקומען אזויפיל און אזויפיל דזשאבס א יאר...
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2192
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 7:05 pm

דארף נישט גיין צו א באריכטער ערגעצוואו ווען איך האב געשריבן גענוי די זעלבע זאך איין תגובה פאר דיינס.
די קינדער וואס ווערן היינט געבוירן זענען נישט די וועלכע נעמען די דזשאבס וואס ווערן היינט געבוירן, דעריבער איז אביסל נאריש צו רעכענען די דזשאבס לויט די היינטיגע באפעלקערונג וואוקס. אבער די דיסקאשען איז בכלל געווען (ווי מטעמים שרייבט אין די תגובה וואס דו האסט געקוואוט) אלס ערהוילונג פון רעסעסיע, וואס דאן קומט די וואוקס פון דזשאבס בעיקר דורך די אנעמפלויד וואס האבן פארלוירן דזשאבס, און דארט מאכט אודאי שטארק אויס די סייז פון די באפעלקערונג.
Innocent until proven Republican


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: abeg, אהבת השם, געשמאקער, זזה, יש ברירה, כאפצעם, מאירים און 62 געסט