עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אמת אז סיז נישט גוט, אבער דאס מאל קעמענעס פארשטיין...

אוודאי איז די מארקעט איין שטיק שפעקילאציעס, למעשה איזעס אפעציעל גע'בעיסד אויף א קאמפאני... א מענטש קויפט שעירס פון א קאמפאני, ער האפט אז די וועליא פון די קאמפאני זאל ארויפגיין און ער וועט פארדינען פראפיט...

ביז היינט אויב א קאמפאני האט פארדינט מיליאן דאללער, איז געבליבן בלויז 650 טויזענט נעט, ווייל די גאווערמענט האט אוועקגענומען 35 פראצענט, יעצט מיט די נייע טעקס בילל נעמען זיי נאר אוועק 20 פראצענט, דאס מיינט אז די קאמפאני בלייבט מיט 800 טויזענט... קומט אויס אז די וועליא פון די קאמפאני איז ארויף פון 650 צו 800, דאס איז ארום 25 פראצענט... סאו אן גארנישט טוהן איז די מארקעט מער ווערד מיט 25 פראצענט ווי פארן טעקס קאט...

חוץ מזה, איז ערווארטעד אז די ביזנעס גייט ריאינוועסטן און פארדינען נאך מער און אפילו אויב גייען זיי נישט ריאינוועסטן, גייען זיי ווארשיינליך צוריקקויפן שעירס... עכ"פ, וויזוי סאל נאר זיין איז יעדע שעיר סאך מער ווערד געווארן אן גארנישט טוהן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

כ'פארשטיי נישט, ווען כאפצעם האט געשריבן טענקס אבאמא נאכדעם וואס די סטאק מארקעט איז ארויף האט אים יעדער באפאלן. איך שרייב די זעלבע, און מ'איגנארירט עס. למה נגרע? פארוואס קען איך נישט באקומען די זעלבע אטענשאן?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: קומט אויס אז די וועליא פון די קאמפאני איז ארויף פון 650 צו 800, דאס איז ארום 25 פראצענט...


די מיינסט שארט טערם
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

זאכליך האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט, ווען כאפצעם האט געשריבן טענקס אבאמא נאכדעם וואס די סטאק מארקעט איז ארויף האט אים יעדער באפאלן. איך שרייב די זעלבע, און מ'איגנארירט עס. למה נגרע? פארוואס קען איך נישט באקומען די זעלבע אטענשאן?

אלע באונעס׳ס וואס ארבעטער באקומען יעצט איז לויט כאפצעם אויך טענקס אבאמא, אבער די טעקס ביל איז ״ברעקעלעך״. - פאלאוסי
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

הצדיק האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן: קומט אויס אז די וועליא פון די קאמפאני איז ארויף פון 650 צו 800, דאס איז ארום 25 פראצענט...


די מיינסט שארט טערם

איינער גייט דאס מארגן אוועק נעמען?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך עגרי צו וויכי, אויב קאמפעניס וואס צאלן 35% איז ווערט געווען 23,000 מעגן נאך קאמפעניס וואס צאלן 21% זיין ווערט 26,000 און אפילו מער.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

הצדיק האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן: קומט אויס אז די וועליא פון די קאמפאני איז ארויף פון 650 צו 800, דאס איז ארום 25 פראצענט...


די מיינסט שארט טערם



איך מיין 25 פראצענט! וואו קומט אריין שארט טוירם אדער לאנג טוירם? די וועליא פון פראפיט ביי די גרויסע קאמפאני איז ארויף מיט 25 פראצענט! פינטעלע!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

@KolHaolam: WASHINGTON: Apple will invest $350 billion in US economy over 5 years, will create 20,000 new jobs and a new campus, thanks to Trump tax reform....
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

די יונייטעד סטעיטס GDP איז אין 2017 געוואקסן מיט %2.3.

אין 2016 איז עס געוואקסן מיט %1.5, אין 2015 מיט %2.9, אין 2014 מיט %2.4.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

כאפצעם האט געשריבן:די יונייטעד סטעיטס GDP איז אין 2017 געוואקסן מיט %2.3.

אין 2016 איז עס געוואקסן מיט %1.5, אין 2015 מיט %2.9.

ס׳איז א ראוליקאסטער
2.4 - 2014
1.7 - 2013
2.2 - 2012
1.6 - 2011
2.5 - 2010
2.7- - 2009
0.3- - 2008
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

שיינע ספין! מ'רעכענט אריין די ערשטע קווארטער פאר טראמפ און שוין! וואו איז די טענקס אבאמא העשטעג?

די פערטע קווארטער איז דיסעפוינטינג! נישט ווייל סיז מורא'דיג שוואך, נאר ס'וואלט געדארפט זיין בעסער! אבער די טרעיד דעפעציט הרג'ט'עס... שטייצעך אז די נאמבער גייט נאך ווערן עדזשאסטעד, אבער טראמפ מוז זאפארט זיך נעמען צו טרעיד!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

וויפיל איזעס אן די ערשטע קוואדער?
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:שיינע ספין! מ'רעכענט אריין די ערשטע קווארטער פאר טראמפ און שוין! וואו איז די טענקס אבאמא העשטעג?

די פערטע קווארטער איז דיסעפוינטינג! נישט ווייל סיז מורא'דיג שוואך, נאר ס'וואלט געדארפט זיין בעסער! אבער די טרעיד דעפעציט הרג'ט'עס... שטייצעך אז די נאמבער גייט נאך ווערן עדזשאסטעד, אבער טראמפ מוז זאפארט זיך נעמען צו טרעיד!



פאר דיעם האט ער געמאכט די סאלער/ וואשמאשין, טעריף?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:וויפיל איזעס אן די ערשטע קוואדער?



ארום 3 פראצענט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

הצדיק האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:שיינע ספין! מ'רעכענט אריין די ערשטע קווארטער פאר טראמפ און שוין! וואו איז די טענקס אבאמא העשטעג?

די פערטע קווארטער איז דיסעפוינטינג! נישט ווייל סיז מורא'דיג שוואך, נאר ס'וואלט געדארפט זיין בעסער! אבער די טרעיד דעפעציט הרג'ט'עס... שטייצעך אז די נאמבער גייט נאך ווערן עדזשאסטעד, אבער טראמפ מוז זאפארט זיך נעמען צו טרעיד!



פאר דיעם האט ער געמאכט די סאלער/ וואשמאשין, טעריף?



קען זיין, איך קלער ער האט פשוט געוואלט ברענגען אפאר לענדער צום טיש...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:קען זיין, איך קלער ער האט פשוט געוואלט ברענגען אפאר לענדער צום טיש..


כינעזישע סאולער-פאנעל פירמע וועט אויפבויען לאקאל אין אמעריקע

מיט א וואך נאך דעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן וועגן זיין פלאן ארויפשטעלן ספעציעלע אימפארט-שטייערן אויף סאולער-פראדוקטן, האט א כינעזישע פירמע וואס פראדוצירט די זאכן געמאלדן אז זי וועט אויפשטעלן א פעקטארי אין די פאראייניגטע שטאטן.

'דזשינקאָ-סאָולער' האט נעכטן מאנטאג אנאנסירט די החלטה, וועגן אויפשטעלן א פיליאלע פון דער פירמע אין די פאראייניגטע שטאטן, וואו די פראדוקטן וואס זענען באטראפן געווארן פון טראמפ'ס טאריפס וועלן פראדוצירט ווערן.

טראץ דעם וואס 'דזשינקא-סאולער' האט עס נישט קלאר מודה געווען, האט אבער א סטעיטמענט פון דער פירמע געגעבן א קלארע אנצוהערעניש אז די החלטה איז די רעזולטאט פון טראמפ'ס באשלוס.

קרעדיט פיינע נייעס
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

WOW!!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

די ADP איז דא מיט א גינסטיגע שאצונג אויף יאנעווער דזשאבס ריפארט... סיז אבער וויכטיג צו געדענקן אז זיי זענען געווען שרעקליך אףף לעצטע חודש...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:קען זיין, איך קלער ער האט פשוט געוואלט ברענגען אפאר לענדער צום טיש


איך הער אז עס קומט נאך טעריף דער איז פיינע נייעס
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:די ADP איז דא מיט א גינסטיגע שאצונג אויף יאנעווער דזשאבס ריפארט... סיז אבער וויכטיג צו געדענקן אז זיי זענען געווען שרעקליך אףף לעצטע חודש...



וואטוצעך מיט די מאראקאנער?

פאריאר איז גראדע געווען א שטארקע מאנגל ביי די יאנאווער איז עס גאר גינסטיגע נייעס)
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

כאפצעם א באריכט אויף די זשאבס ריפארט פון January ביטע
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

נייע דזשאבס רעפארט

די עקאנאמיע האט צוגעזען 200,000 דזשאבס דעם פארלאפענעם חודש, העכער ווי די 180,000 - 185,000 דזשאבס וועלכע זענען געווען ערווארטעט

אנאינפלוימענט איז געבליבן פלאך ביי 4.1٪ (נידריגסטע אין 17 יאר) , און די זעלבע מיט די לעיבער פורס ביי 62.7٪ (נידריגסטע זינט 1970)

וועדשעס האבן געהאט א שטארקע חודש ווען עס איז געשטיגן מיט 2.9٪, די שנעלסטע זינט 2009. די וואוקס ווערט אין גרויס טייל צוגעשריבן צו די 18 שטאטן וועלכע האבן געהעכערט די מינימום וועידש דעם פארלאפענעם חודש

איין זאך וועלכע איז געפאלן אין די רעפארט איז די ארבעט'ס שעה'ן פער וואך, וועלכע איז געגאנגען פון 34.5 צו 34.3. אזוי אויך איז די צאל מענטשן וועלכע ארבעטן פארט-טיים אבער זוכן פול-טיים דזשאבס ארויף מיט א משהו פון 8.1٪ צו 8.2٪

די דעצעמבער רעפארט איז געווארן ריווייזד אויף ארויף פון 148,000 צו 160,000

די נאוועמבער רעפארט איז געווארן ריווייזד אויף אראפּ פון 252,000 צו 216,000

אגב די שווארצע אנאינפלוימענט (וועלכע איז לעצטענס געווארן א צענטער נושא נאך וואס טראמפ האט זיך צואמפערט מיט דשעי זי) איז געשטיגן פון 6.8٪ צו 7.7٪
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

שכח יש פארן באריכט.

יש ברירה האט געשריבן:וועדשעס האבן געהאט א שטארקע חודש ווען עס איז געשטיגן מיט 2.9٪, די שנעלסטע זינט 2009. די וואוקס ווערט אין גרויס טייל צוגעשריבן צו די 18 שטאטן וועלכע האבן געהעכערט די מינימום וועידש דעם פארלאפענעם חודש

איין זאך וועלכע איז געפאלן אין די רעפארט איז די ארבעט'ס שעה'ן פער וואך, וועלכע איז געגאנגען פון 34.5 צו 34.3. אזוי אויך איז די צאל מענטשן וועלכע ארבעטן פארט-טיים אבער זוכן פול-טיים דזשאבס ארויף מיט א משהו פון 8.1٪ צו 8.2٪


דיעס גישענט ווען מ'פארסט מינימום וועיזש, מען הייערט מער פארט טיים ארבעטערס
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

@AP: U.S. employers added a robust 200,000 jobs in January, and wages rose at the fastest pace in more than eight years. https://t.co/Dw. (3 h...
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

יש ברירה האט געשריבן:נייע דזשאבס רעפארט


וועדשעס האבן געהאט א שטארקע חודש ווען עס איז געשטיגן מיט 2.9٪, די שנעלסטע זינט 2009. די וואוקס ווערט אין גרויס טייל צוגעשריבן צו די 18 שטאטן וועלכע האבן געהעכערט די מינימום וועידש דעם פארלאפענעם חודש

וואס הייסט אין גרויס טייל? מ'קעניש האבן די פונקטליכע סטאטיסטיקס?

אזוי אויך איז די צאל מענטשן וועלכע ארבעטן פארט-טיים אבער זוכן פול-טיים דזשאבס ארויף מיט א משהו פון 8.1٪ צו 8.2٪

דאס איז א גוטע זאך, ניין?

שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”