בלאט 1 פון 2
פליענדע שטערנס
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 9:11 am
דורך ק.נ.א. וועטער
היינט נאכט וועט זיין די מעגליכקייט צו זעהן פליענדע שטערנס אין די נוי יארקע אומגעגנט.
די בעסטע שאנס עס צו זעהן וועט זיין פון 10:00 ביינאכט און ווייטער אויב ס'וועט האפענטליך נישט זיין פארוואלקענט (אויב זעהט מען עס דארף מען מאכן א ברכה עושה מעשה בראשית).
ליינט דא א אויספירליכע באריכט
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 9:19 am
דורך ענדע צדיק!
שוין ב"ה געמאכט די ברכה אמאל דערויף דא אין קרית יואל, מען דארף זיין אין א טונקעלע פלאץ נישט נעבן א סטריט לייט
זייער אינטערסאנט!
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 9:29 am
דורך שאהן הענניטי
פרובירט צו ליינען דעם לינק מברויך זיין בהבנט מיט די טערמינען ממילא האב איך נישט פארשטאנען.
אפשר קען אייניר שרייבן א שטיקל באריכט אויף אידיש?
קשיא נומער איינס איז פליענדע שטערנס און פאלנדיגע שטערנס די זעלבע זאך?
איז דאס עפעס וואס מקען פארקעסטן?
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 9:31 am
דורך ק.נ.א. וועטער
שאהן הענניטי האט געשריבן:אפשר קען אייניר שרייבן א שטיקל באריכט אויף אידיש?
ווארט אויף
חילי, איך גלייב אז ער וועט קענען אהערשטעלן א מאסיוון ארטיקל איבער דעם נושא.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 9:35 am
דורך שאהן הענניטי
איך האב שוין געזעהן א שטערן פאלען מער ווי איינמאל, כקען נישט זאגן סיז געווען אינטערסאנט וויל סגעשעהט אין א ספליט סעקאנד.
מסתם איז דאס צווי באזונדערע זאכען
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 10:13 am
דורך מטעמים
אין ניו יארק סיטי זעהט מען נישט קיין שטערנ'ס.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 10:29 am
דורך סביב העולם
אפשר קומט עס אין ליכט פון די אסיפת מחנכים
ומצדיקי הרבים כ"כוכבים" אלו מלמדי תינוקות
________________
וועלן מיר אם ירצה השם שטיין אויפן טאראסע מיט א פארגרעסערונג גלאז צו באבאכטן דעם נוי יארקער האריזאנט און אירע הימלען
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 10:33 am
דורך מטעמים
אין איך פון ווינדאו איה.
א טעראסע איז לוקסוס ביינונז אין וויליאמס.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 10:37 am
דורך פער בריסטאו
לויט ווי עס קיקט יעצט אויס וועט לכאורה נישט זיין קיין קלארע הימל היינט נאכט.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 10:42 am
דורך ק.נ.א. וועטער
פער בריסטאו האט געשריבן:לויט ווי עס קיקט יעצט אויס וועט לכאורה נישט זיין קיין קלארע הימל היינט נאכט.
וועט ווארשיינליך יא זיין מעגליך צו זעהן, ספעציעל פון ארום 12:00 און ווייטער.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 12:08 pm
דורך לכתחילה אריבער
סביב העולם האט געשריבן:אפשר קומט עס אין ליכט פון די אסיפת מחנכים
ומצדיקי הרבים כ"כוכבים" אלו מלמדי תינוקות
________________
וועלן מיר אם ירצה השם שטיין אויפן טאראסע מיט א פארגרעסערונג גלאז צו באבאכטן דעם נוי יארקער האריזאנט און אירע הימלען
האסט מן הסתם נישט געמיינט ערענסט נאר ארויסצוברענגען די פונקט, אבער כ'מיין אויב זעהט מען עס נאר מיט א "פארגרעסערונג גלאז" (נעמליך א טעלעסקאופ) - דענק איך פון די קאממעט אין ניו יארק עטליכע יאר צוריק - אז מען קען נישט מאכען א ברכה.
מען קען עס "אויפזיכען" מיטן גלאז, אבער צו מאכען א ברכה דארף מען עס זעהן מיט די אויגן.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 12:12 pm
דורך פרוביר אויך
לכתחילה אריבער האט געשריבן:סביב העולם האט געשריבן:
וועלן מיר אם ירצה השם שטיין אויפן טאראסע מיט א פארגרעסערונג גלאז צו באבאכטן דעם נוי יארקער האריזאנט און אירע הימלען
האסט מן הסתם נישט געמיינט ערענסט נאר ארויסצוברענגען די פונקט, אבער כ'מיין אויב זעהט מען עס נאר מיט א "פארגרעסערונג גלאז" (נעמליך א טעלעסקאופ) - דענק איך פון די קאממעט אין ניו יארק עטליכע יאר צוריק - אז מען קען נישט מאכען א ברכה.
מען קען עס "אויפזיכען" מיטן גלאז, אבער צו מאכען א ברכה דארף מען עס זעהן מיט די אויגן.
ייש״כ חילי פאר די ריפארט.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 12:14 pm
דורך מחותן
לכתחילה אריבער האט געשריבן:האסט מן הסתם נישט געמיינט ערענסט נאר ארויסצוברענגען די פונקט, אבער כ'מיין אויב זעהט מען עס נאר מיט א "פארגרעסערונג גלאז" (נעמליך א טעלעסקאופ) - דענק איך פון די קאממעט אין ניו יארק עטליכע יאר צוריק - אז מען קען נישט מאכען א ברכה.
מען קען עס "אויפזיכען" מיטן גלאז, אבער צו מאכען א ברכה דארף מען עס זעהן מיט די אויגן.
קידוש לבנה קען מען מאכען דורוך א גלאז {פליגער העכער די וואלקאענס, שנת..? } אבער די ברכה נישט? מהיכי תיתי?
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 12:27 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
ווי לאנג האלטעס אן? און וואס דארף מען זעהן? פון וועלעכע זייט?
שעכוח
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 12:53 pm
דורך לכתחילה אריבער
מחותן האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:האסט מן הסתם נישט געמיינט ערענסט נאר ארויסצוברענגען די פונקט, אבער כ'מיין אויב זעהט מען עס נאר מיט א "פארגרעסערונג גלאז" (נעמליך א טעלעסקאופ) - דענק איך פון די קאממעט אין ניו יארק עטליכע יאר צוריק - אז מען קען נישט מאכען א ברכה.
מען קען עס "אויפזיכען" מיטן גלאז, אבער צו מאכען א ברכה דארף מען עס זעהן מיט די אויגן.
קידוש לבנה קען מען מאכען דורוך א גלאז {פליגער העכער די וואלקאענס, שנת..? } אבער די ברכה נישט? מהיכי תיתי?
גראדע אינטערעסאנט צו באטאונען אז קאפישער רב זצ"ל האט געהאלטן אז מען קען נישט מאכען קידוש לבנה מיט גלעזער!! ער האט געזאגט אז עס איז ווי ביי די כהן מיטן נגע, וויבאלד עס שטייט "וראה הכהן", אזוי אויך ביי קידוש לבנה.
אפשר אזאך וואס אלגעמיינע מענשטען זעהן מיט די אויגן גרינג - ווי די לבנה - קען מען מיט גלאז אויך. אדער קען דאר זיין כ'פין זיך טועה, די קאממעט איז שוין געווען היפש יארן צוריק.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 1:39 pm
דורך שאהן הענניטי
אפשר קען איינער מסביר זיין וואס מ'רעדט דא? וואס זאל איך עקספעקטן? ווען? וואו?
איך גלייך שטארק אסטראנאמיע, דערפאר וויל איך פארשטיין וואס דא טוט זיך.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 2:49 pm
דורך פאטאקי08
למעשה?
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 5:29 pm
דורך בוידעם
דאס לעצטע מאל וואס איך האב געזעהן פליענדע שטערנ'ס איז געווען ווען מיין מנהל ה' יאריך ימיו ושנותיו האט מיט אנגעפראסקעט, איך געדענק נישט אז איך זאל האבן געמאכט א ברכה דעלמאטס, אויב עפעס, איז עס געווען א טוץ מיט קללות......
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 6:05 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
קומענדיגע שאנס איז די נאכט פון אוגוסט 12 צו אוגוסט 13.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 6:07 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2014 7:52 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:קומענדיגע שאנס איז די נאכט פון אוגוסט 12 צו אוגוסט 13.
קומט אויס דינסטאג נאכט, וועט ווארשיינליך זיין רעגענדיג און פארוואלקענט, זייער שוואכע שאנסן אז מ'זאל עס קענען זעהן.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2014 7:55 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
היינט נאכט וועט מען אבער זעהן א אנדערע אינטערסאנטע גאר זעלטענע זאך, קוקענדיג צו דרום זייט וועט מען זעהן ווי כוכב נוגה און כוכב צדק וועלן זיך צוזאמקומען גאר נאנט.
מ'קען הערן א אינטערוויו אויף קול מבשר ביי די אידישע ווינקל אפטיילונג מיט הרב יוסף פרץ הלוי ביללער שליט"א.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:00 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:קומענדיגע שאנס איז די נאכט פון אוגוסט 12 צו אוגוסט 13.
קומט אויס דינסטאג נאכט, וועט ווארשיינליך זיין רעגענדיג און פארוואלקענט, זייער שוואכע שאנסן אז מ'זאל עס קענען זעהן.
היינט נאכט און אזוי אויך מארגן נאכט איז אבער אויך דא א מעגליכקייט צו זעהן אביסל פליענדע שטערנס.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 7:29 am
דורך ק.נ.א. וועטער
ווער ס'וויל זעהן ווי שטערנס פליען קען גיין צו גוגל'ס הויפט בלאט.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 8:20 am
דורך זאכליך
אריין אין גוגל דודל אשכול...