נייע סקאנדאל: VA שפיטעלער באהאלטען ליסטעס צו פארדעקן דילעיס!

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

נייע סקאנדאל: VA שפיטעלער באהאלטען ליסטעס צו פארדעקן דילעיס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

(אויסגעהריט איז מען, אריין מיט א ריפארט!)

שוין יאר וואס מען פארפירט אז די ספעציעלע שפיטאל סיסטעם פאר מיליטערישע וועטעראנען פון די אמעריקאנער מיליטער איז אין א שלעכטע צושטאנד. דאס פראבלעמען זענען פון עטליכע פרעספעקטיווען.

די "ספעציעלע שפיטאל סיסטעם" איז איינע פון די בענעפיטן וואס א ריטייערטע מיליטערמאן האט, אז ער באקומען אומזינסט העלטקעיר, אין ספעציעל דעזעגנירטע שפיטעלער.

איינס פון די גאר שלעכטע פראבלעמען אין די VA שפיטערלער (VA איז ר"ת "וועטערענס אפפערס) איז די לאנגע צייט וואס די וועטערענס דארפן ווארטן צו באקומען אן אפוינטמענט צו זעהן דעם דאקטער. צימאל לאנגע חדשים און אפי' ביז קרוב צו א יאר, צו זעהן א דאקטער ווען מען האט א ערענסטע זאך, וואס ווייזט אויף א מעגליכע גאר ערענסטע פראבלעם. די וואלט ליסטעס זענען אזוי לאנג, אז וועטעראנען טענה'ן אז אסאך פון זיי זענען שוין געשטארבן, אדער געהאט לאנג טערמינענדע שאדן, ווייל זיי ווערן נישט קער גענומען בייצייטענס.

עס איז שוין אזא לאנג טערמענענדע פראבלעם, אז באראק אבאמא האט שוין קאמפיינט אויף די אישא ווען ער איז געלאפן די ערשטע מאל פאר פרעזידענט.

אין נאוועמבער פון יאר 13', האט סי-ען-ען געהאט א "עקספאלסיווע" ריפארט, אז צענדליגער וועטעראנען זענען שוין פאקטיש געשטארבן ווארטענדיג אויף קעיר. און אז אזויפיל ווי 7000 וועטעראנען זענען אויף די "בעק לאג" ליסטע צו זעהן די דאקטורים, און דאס איז נאר אין געציילטע אזעלעכע פאסלעטיס. און סי-ען-ען האט יעמאלט געהאט דוקיומענטען וואס האבן באשטעטיגט אז די VA ווייסט פון די פראבלעמען. צווישען די דוקיומענטען זענען געווען פעלער צוריק פון יאר 11' און ווייטער, און גארנישט איז געטאן געווארן.

די קאמיטי אין קאנגרעס אויף וועטערענס אפערס האט שוין אפי' אויפגעשטעלט א וועבזייטל ווי מען קען מעלדען די פראבלעמען, אבער למעשה האט די VA גארנישט געטאן.

אין יאנואר פון יאר 14' האט סי-ען-ען, ווידער געהאט א ריפארט איבער די פראבלעם, און די נומערן זענען שוין געווען העכער. דעמאלט האבן שוין 82 וועטעראנען געהאלטן אויפן וועד צום טויט און 19 שוין געהאט געשטארבן צוליעב די דילעי אין קעיר, וואס זיי באקומען.

פאריגע חודש אפריל, האט סי-ען-ען געבראכען א פרישע קנייטש אין דעם סקאנדאל.

קודם האט די ארטיקל פארציילט אז אין איין פאסילעטי אין פיניקס אריזאנע אליין, זענען שוין 40 וועטעראנען געגאנגען צו זייער טויט, ווארטענדיג אויף זייער דאקטער. אבער דאס איז נישט געווען די עיקר נייעס.

די עיקר נייעס איז געווען אז די שפיטאן אין אריזאנע האט "געקאכט די ביכער" צו פארדעקען די לאנגע ווארט ליסטע.

לויטן געזעץ דארף א יעדע וועטעראן באקומען אן אפוינטמענט צווישען 14 און 30 טאג, פון ווען ער רופט אריין. דאס ווערט איבערגעקוקט און נאכגעגאנגען דורך די VA באמטע.

אזוי ווי דאס אויסצופירן איז זייער שווער, האט די שפיטאל אין אריזאנע געטראפן א וועג "ארום"! ווען א וועטעראן האט אריין גערופען, איז ער טאקע ארויף אויף א ליסטע, אבער א "סיקרעט" ליסטע, איינס וואס איז נישט אריין אין די עמטליכע קומפיטער. נאר 14 טאג פאר די אפונטמענט איז ענדליך געווארן געסקעזשאועלט, איז עס אריין אין די עמטליכע קומפיוטער! און ווען עס איז געווארן איבערגעקוקט פון די באמטע, האט עס אויסגעזעהן 100 פראצענט גוט!

דעמאלס האט פרעזידענט אבאמא עמטליך געזאגט אז מיר האבן געזען די ריפארט, און מיט האבן געפענט אן אינוועסטעגעשאן אזוי ווי מיר האבן געהערט דערפון. איי עס איז דאך שוין ריפאררטעד פון סי-ען-ען 6 חדשים, אבער אבאמא האט הערשט געהערט דערפון אין אפריל פון דאס איר.

אין מאי 5 איז געבראכען געווארן די נייעס אז א VA שפיטאל אין קאלעראדא האט געטאן די זעלבע!

מאי 7 זענען צוגעקומען נאך צוויי שפיטעלער אין טעקסעס. אויך געקאכט די ביכער אויסצוזעהן ווי די 14-30 טעג וואלט ליסטע געזעץ, ווערט אויסגעפירט.

שוין נאך די ערשטע ריפארט אין אריזאנע האבן ריפאבליקאנער אנגעהויבן צו פארפירן אז גענעראל "עריק שענסעקי" די סעקרעטערי פאר וועטרענס אפערס, געשטעלט דורך פרעזידענט אבאמא זאל רעזעגנירן, און יעצט איז שוין די פארלאנגען געווארן העכער און העכער, און די דעמאקראטישע פאליטיקאנטען אין שפיץ פון הערי ריעד, האבן זיך אנגענומען פאר שענסעקי.

מאי 8 האט די קאמיטע פאר וועטערענס אפערס אין קאנגרעס געשיקט א סופינע פאר שענסעקי אויפצוטרעטען און ענטפערן די פראגעס ארום די וואקסענדע "באהאלטענע ווארט ליסטע" סאנדאל.

אזוי ווי די סופינע איז ארויס, האט שענסעקי גלייך פארלאנגט פון זיין דעפארטמענט צו זאפארט מאכען א "פנים צו פנים" אינוועסטיגעשאן אין יעדע איינציגע פון די VA שפיטעלער.

מאי 10 קומט א ריפארט דאס מאל פון סי-בי-עס איבער א 5'טע שפיטאל דאסמאל אין וויאמינג מיט זעלבען סיסטעם פון באהאלטען די ליסטעס. א ארבייטער אין יענע שפיטאל איז געווארן ארויסגעווארפן, און א אינוועסטעגעשאן איז געפענט געווארן. אין יענע זעלבע ריפארט האט סי-בי-עס געזאגט, אז די VA האט שוין אין דיסעמבער פון 13' - 6 חדשים - געוויסט פון די קלאגע איבער א באהאלטענע ליסטע, און גארנישט געטאן!

מאי 13 - פאריגע וואך דינסטאג - איז געקומען א 6'טע שפיטאל צו די ליסטע, דאס מאל אין נארט קערעליינע. צוויי ארבייטער זענען געווארן ארויסגעשטעלט. די פראבלעם איז געפונען געווארן טאקע אין א אינוועסטעגעשאן וואס די VA האט אויסגעפירט צוליעב די פריערדיגע אויפדעקונגען.

אלע פארשטערקערטע פארלאנגען פאר שענסעקי צו אפטרעטען פון אמט, זענען נאך אלס צוריק געוויזען געווארן. ער דארף אבער אויפטרעטען פאר קאנגרעס אים מאי 15 - פאריגע וואך דאנערשטאג -.

ווי זייגער ארבייט איז די נעקסטע טאג - מאי 14 - צוגעקומען א שפיטאל אין אילינויס מיט די זעלבע סארט סודות ליסטע, - עס איז ווידער געווען סי-בי-עס וואס האט געברענגט די נייעס - ברעגענדיג די פאסילעטיס מיט אזא סארט אויפגעדעקטע ליסטע צו 7.

און דא איז ען-בי-סי אין זעלבען טאג געקומען מיט נאך א באמבע! לויט א אימעיל וואס זיי האבן דערווישט, האט שוין די VA געוויסט פון די פאלטשע ליסטעס אין מארטש פון 13'!! 15 חדשים צוריק!! א יאר מיט דריי חדשים, און איינגענומען א פתח שין!

מאי 15 איז שענסעקי און נאך א באמטער - ראבערט פעטזעל, אונטער סעקרעטערי פאר וועטערענס אפערס די צווייטע העכסטע באמטער אין די VA - אויפגעטרעטען אין קאנגרעס. שענסעקי איז אפגעקומען מיט רחמנות, בעיקר ווייל פעטזעל האט געגעבן א נארישע ענטפער צו די פראגע אויב אזא באמטער וואס קאכט די ביכער דארף פארלירן זיין פאסטען, און ער האט גענטפער מיט עפעס א "עם עם עם כ'ווייס נישט"! זענען אלע קוילן געפלויגן זיין וועג, און שענסעקי איז ארויס מיטן לעבן. אויך האבן אנדערע געטאנה'ט אז שענסעקי איז נישט די פראבלעם, אז ער וועט גיין וועט די פראבלעם נישט ווערן געסאלווד, נאר די VA דארף ווערן רעפארמירט.

אין די זעלבע צייט ווי שענסעקי איז געווען אין קאנגרעס איז צוגעקומען א אכטע שפחטאל צום ליסטע! דאס מאל אין פלארידא. כאטש זיי האבן געטענה'ט אז עס איז נישט אזא דארט ליסט נאר א ליסט וועמען מען דארף פשוט צוריק רופען בלא בלא בלא.

ענדליך פאריגע וואך פרייטאג - מאי 16 - האט די ערשטע קאפ "גערוילט" - ווי מען רופט עס - "אונטער סעקרעטערי פאר וועטערענס אפערס" "ראבערט פעטזעל" האט רעזעגנירט.

דא האלט מען. די ריפאבליקאנער שרייען ווייטער פאר שענסעקיס קאפ. ונזכה ונחי' ונראה!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

זייער אינטערעסאנט יעדע שערורי' דא אין אמעריקא גייט אזוי אויב מ'כאפט עפעס א פראבלעם מוז דער הויפט פליען אפגעזען צו דאס איז געווען דער גורם אדער ס'וועט בכלל העלפן, ס'זעהט עפעס אויס ווי מ'וויל דערמיט פליזן די פלאטשיגע יענקי'ס.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

יישר כח לכתחילה פארן אינטערסאנטן דעטאלירטן באריכט!

דערמאנט מיר פון יענעם וואס האט אריינגערופן צום דאקטאר מאכן אן אפוינטמענט און דער דאקטאר זאגט אים אז די פריעסטע אפוינטמענט וואס ער קען אים געבן איז אין פיר חדשים ארום. שרייט דער פאציענט: "דאקטאר! ביז פיר חדשים ארום קען איך שוין חלילה נישט לעבן" זאגט אים דער דאקטאר " זארג נישט, דו קענסט אלעמאל קענסלען דעם אפוינטמענט"...
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

און שיר פארגעסן שכח חילי פאר דיין דעטאלירטן באריכט.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
עמרם יודא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 26, 2014 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמרם יודא »

א גרויסע שכח חילי
איך פארשטיי נישט וואס גייט דא פאר זיי קענען נישט גיין צי געהעריגע שפעטלער?
גיי אריין דא אין בית ישראל ביז א שעה זעסטו א דאקטער
לעצט פארראכטן דורך עמרם יודא אום זונטאג מאי 18, 2014 3:57 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בנחיים_שמואלסאן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנחיים_שמואלסאן »

שכוח לכתחילה, אין א זייטיגן נאטיץ, די גאנצע העלט קעיר סיסטעם קען חלילה אנקומען אהין, אויב גייט עס ווייטער די וועג
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

יישר כח פאר די קלארע באריכט, לכתחילה שבלכתחילה!

עטליכע הערות:
1. פעטזעל האט שוין ממילא געדארפט רעזיגנירן. ס'שוין געמאלדן געווארן אין סעפ. פאראיאר אז היי יאר זומער גייט ער. ממילא איז זיין רעזיגנאציע א שטיק ליצנות, רויעך צו פארבלענדן די אויגן און פארדרייען דעם קאפ.
2. אבאמא'ס אינפארמאציע מיניסטער דזשעי קארני זאגט אז ס'בלויז דא אן אנדייטונג פון א סקאנדאל. נאך איין מזל ער זאגט נישט "פאוני סקאנדאל." אפשר לאזט ער איבער דעם כיבוד פאר זיין אויבערהאר? :wink:
"You're saying there's a suggestion that something terrible happened in Phoenix, and that's under investigation; all we know is its a suggestion," White House press secretary Jay Carney told ABC's Jonathan Karl while defending Veterans Affairs Secretary Eric Shinseki during Friday's press briefing. "We should just accept allegations as true without investigating them?"

עטליכע שעה נאך די א.ג. 'suggestion' האט פעטזעל רעזיגנירט.
3. פאקס ניוז באריכטעט וועגן נאך 'וויסל-בלאוערס' וואס זענען אפיר געקומען, און כדרכם פון רעגירונג אגענטורן אונטער די אבאמא אדמיניסטראציע, האט מען זיי פארשיקט... נישט קיין סיביר. ס'איז פארט נישט די סאוויעטן פארבאנד. ביז דערווייל עכ"פ...
לעצט פארראכטן דורך יודל מענדלזאהן אום זונטאג מאי 18, 2014 4:24 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

בנחיים_שמואלסאן האט געשריבן:שכוח לכתחילה, אין א זייטיגן נאטיץ, די גאנצע העלט קעיר סיסטעם קען חלילה אנקומען אהין, אויב גייט עס ווייטער די וועג

פשיטא! אזוי קוקט עס אויס ווען די רעגירונג פירט אן מיט העלט קעיר. :cry:
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

עמרם יודא האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס גייט דא פאר זיי קענען נישט גיין צי געהעריגע שפעטלער?
גיי אריין דא אין בית ישראל ביז א שעה זעסטו א דאקטער

לכתחילה אריבער האט געשריבן: די "ספעציעלע שפיטאל סיסטעם" איז איינע פון די בענעפיטן וואס א ריטייערטע מיליטערמאן האט, אז ער באקומען אומזינסט העלטקעיר, אין ספעציעל דעזעגנירטע שפיטעלער.
עמרם יודא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 26, 2014 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמרם יודא »

ידיד האט געשריבן:
עמרם יודא האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס גייט דא פאר זיי קענען נישט גיין צי געהעריגע שפעטלער?
גיי אריין דא אין בית ישראל ביז א שעה זעסטו א דאקטער

לכתחילה אריבער האט געשריבן: די "ספעציעלע שפיטאל סיסטעם" איז איינע פון די בענעפיטן וואס א ריטייערטע מיליטערמאן האט, אז ער באקומען אומזינסט העלטקעיר, אין ספעציעל דעזעגנירטע שפיטעלער.

נישט פארענפערט!!!!!
איך מיין אז א שפיטעל מיז אנעמען יעדע פאציענט נישט קיין חילוק צי ער האט יא אינשארענס אדער נישט ,
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

זיי מוזן טאקע אננעמען, אבער נאכדעם קענען זיי שיקן א פעטן ביל.

אגב, נוץ נישט אויס סתם אזוי אלע "!!!!!", לאז איבער עפעס פאר אן אנדערן אויך.
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

אזוי געשעהט ווען חילי שרייבט אן ארטיקעל, און יודל לייגט ארויך די ספרינקעלס ... קיפ אן פארווארד.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5443
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

ש'כח לכתחילה זייער קלאר אז יוזשוועל
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

maybeeynot האט געשריבן:ש'כח לכתחילה זייער קלאר אז יוזשוועל
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ווי אייביג, לכתחילה מיטן גאנצן קלארקייט!

וואס איז טאקע די סיבה אז זאכן נעמען אזוי לאנג דארט אין די שפיטעלער? נישטא גענוג סטעף?
אוועטאר
בנחיים_שמואלסאן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנחיים_שמואלסאן »

וואס איז פשט בכלל פון אזא סיסטעם? היימישע שפיטעלער פאר וועטעראנען, פארוואס קען מען נישט באצאלן גוטע העלט אינשורענס פאליסי און פטור אן עסק? יעדער וועט זיין צופרידן, און די רעגירונג וועט ווייניגער קאפ וויי טראגן
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

בנחיים_שמואלסאן האט געשריבן:וואס איז פשט בכלל פון אזא סיסטעם? היימישע שפיטעלער פאר וועטעראנען, פארוואס קען מען נישט באצאלן גוטע העלט אינשורענס פאליסי און פטור אן עסק? יעדער וועט זיין צופרידן, און די רעגירונג וועט ווייניגער קאפ וויי טראגן



וואס? דו ווילסט פרייוועטייזן א גאווערמענט פראגראם? דו ווייסט וויפיל יוניאן מיטגלידער ס'גייען פארלירן דזשאבס? דו מוזט זיין א ריפאבליקאנער אכזר!!! דו ווילסט טשעפענען מיט די וועטעראןס... (כאף אז דו כאפסט די פוינט...)

ווי זאגט נאר יענער... נישטא בעסערס ווי א חילו ריפארט מיט ספרינקלס פון יודל!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

וואס וועט מען טון מיט זייער בילדינג אויף פירסט עוועניו ?
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

געלעגער האט געשריבן:ווי אייביג, לכתחילה מיטן גאנצן קלארקייט!

kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

איז עס מעגליך אז די חברה האבן געצילט דא אויף רעפובליקאנער געשטימטע סטעיטס? לויט חשבון איז דא מער שפיטעלער אין רויטע סטעיטס ווי אין אנדערע סטעיטס

איך טראכט אז אפשר ווילן זיי אז די רעפובליקאנער סאלדאטן זאלן אויסשטארבן
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ישר כח פאר אלע באדאנקער.

עס איז באוויסט געווארן נאך א סיבה - אפשר די עיקר סיבה - פארוואס מען האט געקאכט די ביכער. זייט יאר 11' האט מען איינגעפירט א נייע סיסטעם, אז אויב באקומען א געוויסע פראצענט וועטעראנען א אפוינטמענט אין 14 טעג - און נישט ביז 30 - באקומען די חברה א באונעס!

עס איז דערווישט געווארן א אימעיל, וואס שרייבט ארויס אז מען מוז קאכען די ביכער וויי מען וויל נישט ארויף גיין אויף די "שלעכטע קינד" ליסטע ביי די גרויסע חברה, וואס ווערן ברויגז אויב זיי באקומען נישט די באונעס!

אגב כ'האב פארגעסען צו שרייבן - אנדערע באבן שוין דערמאנט - דאס איז טיפיקל ווי אזוי א ביראקרעסי סיסטעם קוקט אויס! און מיר קענען ערווארטן ענדליך צו דעם אין די נייע העלטקעיר. א שטייגער ווי מיר ווארטן שוין היינט פאר א דענטיסט צומאל וואכען און חדשים, און די מענטשן אין ענגלאנד פאר די אלגעמיינע דאקטורים.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30732
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

בנחיים_שמואלסאן האט געשריבן:וואס איז פשט בכלל פון אזא סיסטעם? היימישע שפיטעלער פאר וועטעראנען, פארוואס קען מען נישט באצאלן גוטע העלט אינשורענס פאליסי און פטור אן עסק? יעדער וועט זיין צופרידן, און די רעגירונג וועט ווייניגער קאפ וויי טראגן

לכאורה איז ארגינעל דער געדאנק אז זיי באקומען שנעלערע סערוויס ווי אונז פשוטי עם, אוןן דאס וואלט נישט געווען מיטן באצאלן העלט-קעיר פאלעסיס פאר זיי.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פארגעסען צוצולייגן.

שענסעקי זאגט, אז סיי ער און סיי אבאמא זענען געפערליך אויפגעברויזט!!

מען האט גלייך געשיקט א שליח מיוחד צו די באגרעבענישן פון די טויטע וועטעראנען איבערצוגעבן. מען ווארט צו הערן פון זיי צו זיי נעמען עס אן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
עמרם יודא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 26, 2014 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמרם יודא »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:פארגעסען צוצולייגן.

שענסעקי זאגט, אז סיי ער און סיי אבאמא זענען געפערליך אויפגעברויזט!!

מען האט גלייך געשיקט א שליח מיוחד צו די באגרעבענישן פון די טויטע וועטעראנען איבערצוגעבן. מען ווארט צו הערן פון זיי צו זיי נעמען עס אן.

כמעט אזוי ווי די צפון קאריע פירער קים-דזשאנג-אאן איז שרעקליך אויפגעברויזט נאך דעם וואס א בנין וואס מען האט געהאלטן אינמיטען בויען און א פאר הינדרעט מענטשען האבן שוין געוואנט דארטן איז ציזאמגעפאלען,
ממש זיי גייען שוין נישט קענען אן גיין מיט זייער סדר היום,
צפון קאריע פירער מיט ווארפען מענטשען צי די כלבים
און אובמה מיט שפילען גאלף,
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ווי זאגט נאר יענער... נישטא בעסערס ווי א חילו ריפארט מיט ספרינקלס פון יודל!
רבינו שאג בקול גדול וגו'
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”