בלאט 4 פון 7

געשריבן: זונטאג מאי 18, 2014 4:10 pm
דורך מצב כללי
יישר כח תהלים.

געשריבן: זונטאג מאי 18, 2014 4:31 pm
דורך מחותן
תהילים איד. שוואכע מעשות, בילדער און קליפס קענענן נישט איבער געבן די הרגשים און די דערהויבענקייט פון די נעכטיגע נאכט, און ניטאמאל נעמט עס אריין די ריזיגע ציבור משתתפים.

און די סקודנע וואס די מוזיק נעמט זיך זינעגן די לעבעדיגע ניגון "לכבוד התנא אלוקי" האבן זיך די מאסען מענטשן געטוישט פון התעוררות און דביקות צו א שמחה של מצווה און די גאנצע גאס האט זיך גענימען שאקלען און טאנצען יעדער מיט זיינע הייליגע מחשבות צו האבן עפעס א חלק מיט רבי שמעון. עס איז עפעס וואס איז שווער איבערצושפילען אויף א קליפ.. אזוי האט דער עולם געטאנצען אן אויפהער. דערנאך איז געקימען די ריקודן אין ביהמ"ד ווי די 12 שטאקיגע פארענטשעס האבן אויפגעציטערט די גענצע ביהמ"ד, עס איז געווען א נאכט פון איין קייט פון התערורת שמחה און דביקות צו השי"ת.

היי יאר איז געווען אזא מעגא ציבור אזוינס וואס מען האט נאך נישט געזען.. מען האט זיך אויסגעשפרייט פון אלע זייטען און איבעראל איז געעוען געשטיפט.

געשריבן: זונטאג מאי 18, 2014 4:35 pm
דורך מצב כללי
מחותן האט געשריבן:תהילים איד, שוואכע מעשות. בילדער און קליפס קענענן נישט איבער געבן די הרגשים און די דערהויבענקייט פון די נעכטיגע נאכט,


אמת, אבער עס איז יא גוט איבערצוזעהן אביסל אויפצושפילן די הרגישים פון אזא געהויבענע נאכט, תהלים ברענג נאך קליפס און בילדער.

עס איז מיר געווען אינטערעסאנט צו זעהן ווי אפילו יונגעלייט וואס באלאנגען צו די בעסערע קלאס האבן נישט געשוינט זייערע בגדים זיך צו פארשוויצן לכבוד התנא אלוקי, מען זעהט אז די אור פון ר' שמעון שיינט אריין אין יעדעם.

געשריבן: זונטאג מאי 18, 2014 4:43 pm
דורך יאנקעלע קליגער
זאל איך שרייבן מיינע הרגשים ? צו שווער! סייווי האט שוין מחותן ארויסגברענגט און קורצע ווערטער וואס ס'ליגט יעדן אויפן הארץ
אזויפיל קען איך צולייגן איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אין מירון ממילא קען איך נישט זאגן צו ס'איז מער פון דארט אדער ווייניגער אדער די זעלבע, אבער דאס איז איינמאל זיכער אז וויפיל ס'איז מעגליך צו מאכן א מצב אינדערויסן פון מירון איז עס געווען ביי א קלימאקס,

געשריבן: זונטאג מאי 18, 2014 4:48 pm
דורך בעל דעת
מחותן האט געשריבן:תהילים איד. שוואכע מעשות, בילדער און קליפס קענענן נישט איבער געבן די הרגשים און די דערהויבענקייט פון די נעכטיגע נאכט, און ניטאמאל נעמט עס אריין די ריזיגע ציבור משתתפים.

און די סקודנע וואס די מוזיק נעמט זיך זינעגן די לעבעדיגע ניגון "לכבוד התנא אלוקי" האבן זיך די מאסען מענטשן געטוישט פון התעוררות און דביקות צו א שמחה של מצווה און די גאנצע גאס האט זיך גענימען שאקלען און טאנצען יעדער מיט זיינע הייליגע מחשבות צו האבן עפעס א חלק מיט רבי שמעון. עס איז עפעס וואס איז שווער איבערצושפילען אויף א קליפ.. אזוי האט דער עולם געטאנצען אן אויפהער. דערנאך איז געקימען די ריקודן אין ביהמ"ד ווי די 12 שטאקיגע פארענטשעס האבן אויפגעציטערט די גענצע ביהמ"ד, עס איז געווען א נאכט פון איין קייט פון התערורת שמחה און דביקות צו השי"ת.

היי יאר איז געווען אזא מעגא ציבור אזוינס וואס מען האט נאך נישט געזען.. מען האט זיך אויסגעשפרייט פון אלע זייטען און איבעראל איז געעוען געשטיפט.


איך בין נישט דארט געווען (עס איז מיר פשוט זייער שווער דאס פארן מוצ"ש) אבער וואלסט מיר געקענט אויס משל'ן בערך? איז דאס ווי 6טע הקפה שמח"ת באטאג , אדער מער ווי דער וכן צדיקים ראש השנה?

געשריבן: זונטאג מאי 18, 2014 4:49 pm
דורך זאכליך
סארא צאמשטעל, 6טע הקפה מיט ובכן צדיקים...

געשריבן: זונטאג מאי 18, 2014 4:51 pm
דורך מחותן
בעל דעת האט געשריבן:איך בין נישט דארט געווען (עס איז מיר פשוט זייער שווער דאס פארן מוצ"ש) אבער וואלסט מיר געקענט אויס משל'ן בערך? איז דאס ווי 6טע הקפה שמח"ת באטאג , אדער מער ווי דער וכן צדיקים ראש השנה?


נישט דאס און נישט דאס, עס איז מער ענדליך צו א מעמד הדלקה ל"ג בעומר און קר"י, עס האט חלקים פון שמח"ת ביי די זעקסטע הקפה, און עס האט חלקים פון ובכן צדיקים, עס האט אלעס..

געשריבן: זונטאג מאי 18, 2014 4:55 pm
דורך להתחדד
מספר חאלאקעס במוסדות סאטמאר מהר״א ברחבי ניו יארק

קרית יואל 33 - כמנין ל"ג
וויליאמסבורג 27 -כמנין ז"ך
בארא פארק 13 - כמנין אח"ד
מאנסי 5
קעיה"ר
ויזכה לראות רב נחת עד ביאת גוא"צ ומלכינו בראשינו במהרה בימינו אמן.

געשריבן: זונטאג מאי 18, 2014 5:42 pm
דורך חסיד נלהב
בילדער פון הדלקה בקר''י

http://www.jdn.co.il/news/350402

געשריבן: זונטאג מאי 18, 2014 5:50 pm
דורך זאכליך
די קעפל אויף jdn.

קרוב למאה אלף איש השתתפו במעמד ההדלקה לכבוד רשב”י שהתקיים בקרית יואל במונורו בראשות כ”ק מרן אדמו”ר מסאטמאר שליט”א • רבבות חסידי סאטמאר נהרו עוד מלפני שבת לשהות בצל הקודש ולהשתתף בהדלקה • עם צאת השבת הגיעו אלפי חסידים נוספים ועוד אלפים מהישובים הסמוכים להשתתף בהדלקה הגדולה • אחרי המעמד גזז האדמו”ר מסאטמאר את שערות צעירי הצאן שהגיעו לגיל החאלאקה • אלפים השתתפו גם בשולחן הטהור לכבוד רבי שמעון בר יוחאי

געשריבן: זונטאג מאי 18, 2014 5:52 pm
דורך זאכליך
חאלאקע איז געווען פארן הדלקה.
ס'געווען א לחיים נישט קיין טיש.

געשריבן: זונטאג מאי 18, 2014 6:17 pm
דורך פאטאקי08
דער תהילים איד האט געשריבן:
חסיד אמיתי האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:געווען עפעס אויסערגעווענליך נעכטן אין קר"י


יא יא, געלויבט השי"ת, אלפים אידן האבן זיך משמח געווען אינאיינעם בהילולא דבר יוחאי!

קען איינער ארויפלייגען א קליפ ביטע

קליפ

(מערכת בחצרות וועט מסתמא האבן נאך בעסער'ס.. דאס איז וואס איך קען געבן לכבוד החברים המבקשים)

קליפ

געשריבן: זונטאג מאי 18, 2014 6:26 pm
דורך דער תהילים איד
א צוזאמגעשטעלטע קליפ וואס נעמט ארום דעם היי יעריגן ל"ג בעומר אין מירון:

דרוקט דא

געשריבן: זונטאג מאי 18, 2014 6:43 pm
דורך חסיד נלהב
ביינאכט מוצאי ל''ג בעומער האט אויפען הר מירון אויסגעבראכען א גרויסע פייער.
56428.jpeg

געשריבן: זונטאג מאי 18, 2014 6:44 pm
דורך פ' לך לך
דרוקט דא פאר א אינטערסאנטע 360 וויא

געשריבן: זונטאג מאי 18, 2014 6:50 pm
דורך דער תהילים איד
פ' לך לך האט געשריבן:דרוקט דא פאר א אינטערסאנטע 360 וויא

הפלא ופלא. נאך קיינמאל געזעהן אזא סארט בילד.

געשריבן: זונטאג מאי 18, 2014 6:57 pm
דורך לכתחילה אריבער
דער תהילים איד האט געשריבן:
פ' לך לך האט געשריבן:דרוקט דא פאר א אינטערסאנטע 360 וויא

הפלא ופלא. נאך קיינמאל געזעהן אזא סארט בילד.

עס איז דא אסאך אזעלעכע בילדער פון פלעצער.

ישר כח פארן ברענגער. אזא בילד איז די איינציגסטע וואס קומט נאנט צו טאקע האבן געווען אויפן פלאץ.

געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2014 12:49 am
דורך מחותן
בילדער פון תו״א הדלקה

געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2014 12:51 am
דורך חסיד נלהב
קרית יואל קען זיך פארמעסטן מיט די כמות פון דעי בילדער, איז נישט דא עפעס שטערקערע בילדער פון די תולדות אהרן'ע פייער.

געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2014 12:58 am
דורך מחותן
נאך בילדער, דאס איז א שיין בילד..
image.jpg


זע די אויבערשטע הויכע פארענטשעס פאר די פרויען
image.jpg

געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2014 7:20 am
דורך מכטי1
איך בין געוועהן נעכטען די ערשטע מאהל בים הדלקה פון תולדות אהרן אין מירון, ס'איז מוראדיג, קודם די שטאטע ניגונים און דערנאך די לעבעדיגע, זאלן מיר האבען געפועילט אלעס גוט'ס...
אויפן וועג פון צפת קיין מירון האט די השגחה עליונה מיך צאמגעטראפען מיט אונזער חשובען אנעים זמירות, זאל ער אויך האבען געפויעלט אלעס גוט'ס!!!

געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2014 8:50 am
דורך רבי הערשל
וואס איז פשט פון די סטיקער אויפן יונגעלס קאפ??
אביסל נערמאלקייט אין טאג פון אזא געהויבענע שמחה!!

געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2014 9:47 am
דורך נאו פראבלעם
דער תהילים איד האט געשריבן:
פ' לך לך האט געשריבן:דרוקט דא פאר א אינטערסאנטע 360 וויא

הפלא ופלא. נאך קיינמאל געזעהן אזא סארט בילד.

פלאי פלאים.. קיינמאל געזעהן אזאנס
וויאזוי ארבעט דאס, סאטעלייט בילד?

געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2014 10:00 am
דורך חברותה
אינמיטן די הדלקה איז אריינגעקומען א ליטפאק אינמיטן די רינג אין אויפגעשטעלט אריזיגע סטענד, איך וואלט געזאגט ארום פינף אין צוואנציג פיס הויעך אין געכאפט די סטייל פיקטשערס, פארשטייט זיך אז מען האט אים אוועקגעשיקט נאך א מינוט, אבער ער האט אריינגעכאפט אפאר גוטע שאטס.

געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2014 10:25 am
דורך green
נאו פראבלעם האט געשריבן:
דער תהילים איד האט געשריבן:
פ' לך לך האט געשריבן:דרוקט דא פאר א אינטערסאנטע 360 וויא

הפלא ופלא. נאך קיינמאל געזעהן אזא סארט בילד.

פלאי פלאים.. קיינמאל געזעהן אזאנס
וויאזוי ארבעט דאס, סאטעלייט בילד?


די זעלבע ווי גוגל מעפס