נייעס און באריכטן ל"ג בעומר תשע"ד

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

נייעס און באריכטן ל"ג בעומר תשע"ד

תגובהדורך מחותן » דינסטאג מאי 13, 2014 11:27 am

יהדות החרדות גרייט זיך מיט א געבויהענקייט צו גרויסען טאג ל"ג בעומר וואס געפאלט אויס קימענדיגען מוצאי שב"ק הבעל"ט.

ווי א טאג גייט פארביי ווערן די היגע בתי מדרשים ליידיגער און ליידיגער, היי יאר פארט א גרויסע ציבור וואס מען האט שוין נישט געזען יארען, שוין וואכען וואס איז נישט דא צו באקימען קיין געהעריגע טיקעטס קיין טיקעטס קיין אר"י צילוב די איבערפלוס פון מענטשן וואס פאר היי יאר, פאר מער איבער די מאנגעל אין טיקעסט און אכסניות זעט דא אין דעם אשכול.

היי יאר האט די מדינה איינגעפירט א נייע זאך אז זיי גייען אפשפארען פאר פריוואטע קארס אלע וועגן וואס פירען צי מירון שוין פון עטליכע מייל ווייט און נאר באסעס וועלן ערמעגליכט ווערן צוציקימען צו מירון, זיי טיען דאס וויבאלד די לעצטערע יארען איז געווען א געפערליכע טראפיק אנציקימען אריין אין ארויס פון מירון, זיי זאגען אז זיי האבן צוגעגרייט 1500 באסערס אפוציפרען דעם ציבור קיין מירון, אבער די פרומע חה"כ באשולדיגען אז דאס איז ווייט נישט גענוג וופיל באסעס מען דארף האבן פאר אזא ריזיגע ציבור, עס ווערט ערווארטעט אנגעפילטע באסעס און אויסגעווענליכע שווערע אומשטענדען אנצוקימען און אהייצוגיין פון מירון, זיי - די פרומע חה"כ באשלדיגען אז די מדינה האט נישט קיין אינטערעסע אין מירן וויבאלד נאר חרדים באניצען זיך דערמיט, און אלמלא חילונים וואטן ווען געגאנגען קיין מירון וואלט מען שוין לאנג געבויט ריזגע שאסייען און פארקינג לאטס צו קענענן אויפנעמען דעם ריזיגען ציבור, און דאס איז פארט אז די מדינה לייסט פון מירון שווערע מיליאנען און טוריזם אינקאם,

אין מירון גופא גרייט מען זיך אויפצינעמען דעם ציבור, מיט עסן ומשקעות און אלעס ארום,
כדי צו פארמיידען חילול שבת האט מען היי יאר אויך אפשטיפט מיט עטליכע שעה די הדלקה די ערשטע נאכט.

לויט באריכטען אויף די איזרעלישע וועבזייטליך האט היי יאר די מדינה די ערשטע מאל צוגעשטעלט און באצאלט די פארענטשעס פאר די תו"א הדלקה איינזענדיג די ריזיגע ציבור וואס דאס שלעפט און אז דאס איז א צענטראלע חלק פון ל"ג בעומר פינקט ווי די הדקה די ערשטע נאכט, די שמחה און די הלהבות ביי די תו"א הדלקה איז פול מער און שענער ווי די ערשטע נאכט הדלקה, א שאד עס צו פארפאסען.

כמידי שנה בשנה מאכען די קלענערע חסידות עקסטערע קלענערע הדלקות במשך דעם טאג, יעדע רבי האט זיך שוין זיין חזקה אויף די שעה און פלאטץ פון זיין הדלקה, די הדלקה פון הגרי"מ שעכטער שליט"א ציעט פון יאר צו יאר א גרעסערע ציבור פון די היימישע אידן, מען קען זאגען אז די דערהויבענקייט וואס מען שפירט דארט איז עפעס א יחיד במינו וואס מען זעט שווער ערגעץ אנדערש, איך האב עס שוין עטליכע מיטגעהאלטען דער איד דערהייבט באמת דעם ציבור, ער פראוועט אויפן פלאטץ פון תוא"י בערך 3 - 4 אזייגער.
__

אזוי אויך אין אמעריקע גרייט מען זיך צו די גרויסע הדלקה וואס ווערט אנגעפירט מידי שנה בשנה אין קר"י, און עס שלעפט א ריזיגען מעגא ציבור וואס קימען מיטהאלטען די געהויבגענע מעמד, די ערענסטקייט און די דערהויבענקייט און די שמחה וואס מען שפירט דא אין קר"י ביים הדלקה איז אויך מורא'דיג.
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום דינסטאג מאי 13, 2014 4:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

צופרידן
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 11, 2013 12:21 pm

תגובהדורך צופרידן » דינסטאג מאי 13, 2014 12:03 pm

מחותן האט געשריבן:לויט באריכטען אויף די איזרעלישע וועבזייטליך האט היי יאר די מדינה די ערשטע מאל צוגעשטעלט און באצאלט די פארענטשעס פאר די תו"א הדלקה איינזענדיג די ריזיגע ציבור וואס דאס שלעפט און אז דאס איז א צענטראלע חלק פון ל"ג בעומר פינקט ווי די הדלקה די ערשטע נאכט, די שמחה און די הלהבות ביי די תו"א הדלקה איז פול מער און שענער ווי די ערשטע נאכט הדלקה, א שאד עס צו פארפאסען.

פריעריגע יאר, האט איין פארענטשע אויפן דאך פון די מערה איינגעפאלן, דערפאר האבן זיי היי יאר באשלאסן נישט לאזן אויפשטעלן קיין פארענטשעס, נאר זיי אליינס וועלן אויפשטעלן אלע פארענטשעס. און נישט נאר פאר תו"א, נאר פאר אלע הדלקות ווי באיאן א.ד.ג.

תו"א אבער, נישט וועלנדיג נהנה זיין פון די מדינה, האבן זיי לויט די עצה פון די רבנים חברי הבד"צ שליט"א דאס אפגעדונגען פון די מדינה, און באצאלן דערפאר א שיין ביסל געלט, אזוי וועלן זיי קענען פראווען די שמחה אויף אן אויסגעהאלטנעם וועג.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דינסטאג מאי 13, 2014 1:10 pm

תולדות אהרן רבי גייט פליען מיט אן העליקאפטער פון ירושלים קיין מירון. היינט האבן די נייעס אגענטורן געמאלדןאז דער רבי האט אנגעבאטן פאר זיין ברודער דער תולדות אברהם יצחק רבי ער זאל מיטפארן מיט אים קיין מירון.

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » דינסטאג מאי 13, 2014 2:13 pm

ער באצאלט פארן ברודער די פלייט? וואס הייסט געאפערט? ער קען נישט די וועג?
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מאי 13, 2014 2:25 pm

אויפריכטיג האט געשריבן:תולדות אהרן רבי גייט פליען מיט אן העליקאפטער פון ירושלים קיין מירון. היינט האבן די נייעס אגענטורן געמאלדןאז דער רבי האט אנגעבאטן פאר זיין ברודער דער תולדות אברהם יצחק רבי ער זאל מיטפארן מיט אים קיין מירון.

וועט זיין א "געהויבענע" נסיעה קיין מירון הייסט דאס

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14202
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג מאי 13, 2014 2:31 pm

מיללער האט געשריבן:וועט זיין א "געהויבענע" נסיעה קיין מירון הייסט דאס

;l;p-

דרייסטקייט
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 12:31 pm
לאקאציע: אינמיטן א דרייסטע אקט...

תגובהדורך דרייסטקייט » דינסטאג מאי 13, 2014 2:37 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:וועט זיין א "געהויבענע" נסיעה קיין מירון הייסט דאס

;l;p-


WOW. אשרי הדור אשר זכה לכך. מורא'דיג. זייער אינטרעסאנט.

איז דאס עפעס וואס די חסידים שטעלן צו, אדער מער א שטאטישע זאך?
שפרינג אריין מיט א דרייסטקייט! דערשרעק דיך נישט!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג מאי 13, 2014 4:19 pm

ס'איז עדווערטייזד אז פאר 6-7 הונדערט טאללער קען מען האבן א העליקאפטער רייזע פון ירושלים קיין מירון.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג מאי 13, 2014 4:26 pm

די נייע פארענטשעס. גראדע קוקט עס אויך אסאסאך בעסער ווי ביז היינט.
צוגעלייגטע
IMG-20140506-WA076.jpg
IMG-20140506-WA075.jpg
IMG-20140506-WA074.jpg
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג מאי 13, 2014 4:27 pm

די מודעה פון די משטרה איבער די טראפיק אנווייזונגען ל"ג בעומר.
צוגעלייגטע
IMG-20140507-WA040.jpg
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

צופרידן
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 11, 2013 12:21 pm

תגובהדורך צופרידן » דינסטאג מאי 13, 2014 5:45 pm

אויפריכטיג האט געשריבן:היינט האבן די נייעס אגענטורן געמאלדן אז דער רבי האט אנגעבאטן פאר זיין ברודער דער תולדות אברהם יצחק רבי ער זאל מיטפארן מיט אים קיין מירון.

לא דובים ולא יער, פיינע געבעקס פון א לץ!

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » מיטוואך מאי 14, 2014 2:44 pm

א מודעה פון ק"ק תולדות אהרן.
צוגעלייגטע
הדלקה.png

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2588
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מיטוואך מאי 14, 2014 2:51 pm

;
מיללער האט געשריבן:
אויפריכטיג האט געשריבן:תולדות אהרן רבי גייט פליען מיט אן העליקאפטער פון ירושלים קיין מירון. היינט האבן די נייעס אגענטורן געמאלדןאז דער רבי האט אנגעבאטן פאר זיין ברודער דער תולדות אברהם יצחק רבי ער זאל מיטפארן מיט אים קיין מירון.

וועט זיין א "געהויבענע" נסיעה קיין מירון הייסט דאס

;l;p- ;l;p- ;l;p-
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1096
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » מיטוואך מאי 14, 2014 4:28 pm

וואס איז סדר היום אין מירון?
וועט זיין ווי מען קען עס זעהן לייוו?

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

קוויטלעך קיין מירון אויף ל"ג בעומר

תגובהדורך מר. גרין » מיטוואך מאי 14, 2014 4:56 pm

ל"ג בעומר איז א צייט וואס א יעדער שפירט זיך נאנט מיט רבי שמעון בר יוחאי, און א יעדער וויל זיך אויסבעטן אלעס וואב ער דארף.
עס איז אן אינטערסאנטע זאך אנצומערקען אז אין מירון איז פון די איינציגסטע פלעצער וואו אלע קומען מתפלל זיין צו זאל עס זיין ליטווישת חסידישץ ספרדישעת און אפילו פרייער אידן צוגלייך.

טאקע דערפאר זעהט מען און דילעצטע טעג א פלייץ פון אדוועקטייזמענטס פון פארשידענע ארגענעזאציעס וואס טראגן אן די סערוויס פון מתפלל זיין אין מירון.
די אשכול איז געווידמעט פאר אלע סארט פלעצער ווי מען קען שיקען קוויטלעך קיין מירון.

דא האט איר עטליכע:
http://www.rashbi.org/
http://yeshuosrashbi.com/segula.html

http://www.hidabrootchannel.org/lag-bom ... dium=email

אוועטאר
Copy Paste
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 19, 2014 1:38 pm

תגובהדורך Copy Paste » מיטוואך מאי 14, 2014 5:01 pm

דעפרעסט האט געשריבן:א מודעה פון ק"ק תולדות אהרן.


מ'האט אריינגעברענגט די גרעסטע עסקנים פון גאנץ ארץ ישראל און פארארבעט מעשים און אלע הויכע פענסטערס פון די רעגירונג און ענדליך נאך גרויס מיה און פלאג איז געלונגען צו "באצאלן" פאר די רעגירונג וואס זיי האבן געמאכט!!
פון ק\פ...

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מיטוואך מאי 14, 2014 5:07 pm

Copy Paste האט געשריבן:
דעפרעסט האט געשריבן:א מודעה פון ק"ק תולדות אהרן.


מ'האט אריינגעברענגט די גרעסטע עסקנים פון גאנץ ארץ ישראל און פארארבעט מעשים און אלע הויכע פענסטערס פון די רעגירונג און ענדליך נאך גרויס מיה און פלאג איז געלונגען צו "באצאלן" פאר די רעגירונג וואס זיי האבן געמאכט!!

ס'איז שטותים והבלים, און ס'איז נישט מעלה ומוריד, אפגעזעהן פאר וועלכע נדבן עפעס א ראש הקהל ברויך געפעלן, ואכמ"ל.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
Copy Paste
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 19, 2014 1:38 pm

תגובהדורך Copy Paste » מיטוואך מאי 14, 2014 5:09 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:
Copy Paste האט געשריבן:
דעפרעסט האט געשריבן:א מודעה פון ק"ק תולדות אהרן.


מ'האט אריינגעברענגט די גרעסטע עסקנים פון גאנץ ארץ ישראל און פארארבעט מעשים און אלע הויכע פענסטערס פון די רעגירונג און ענדליך נאך גרויס מיה און פלאג איז געלונגען צו "באצאלן" פאר די רעגירונג וואס זיי האבן געמאכט!!

ס'איז שטותים והבלים, און ס'איז נישט מעלה ומוריד, אפגעזעהן פאר וועלכע נדבן עפעס א ראש הקהל ברויך געפעלן, ואכמ"ל.


סאיז געווען סארקאסטיש...
פון ק\פ...

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מיטוואך מאי 14, 2014 5:10 pm

הבנתי, והסברתי.

(מ'דארף זיין א איזרעלי זיך נישט צו גרוילן פון די פאלשע חניפה צו געלט-געבער אויף אזא נארישע פארנעם)
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
Copy Paste
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 19, 2014 1:38 pm

תגובהדורך Copy Paste » מיטוואך מאי 14, 2014 5:17 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:(מ'דארף זיין א איזרעלי זיך נישט צו גרוילן פון די פאלשע חניפה צו געלט-געבער אויף אזא נארישע פארנעם)


RT
פון ק\פ...

אוועטאר
נאו פראבלעם
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 23, 2014 12:41 pm
לאקאציע: נישט דאהי

נייעס און באריכטן ל"ג בעומר תשע"ד

תגובהדורך נאו פראבלעם » דאנארשטאג מאי 15, 2014 1:58 pm

פארט איהר קיין מירון? נעמט דאס מיט
נארוואס ערשינען!

קליקט דא
צוגעלייגטע
MPR-00E_renamed.jpg
MPR-00E_renamed.jpg (16.39 KiB) געזעהן 2908 מאל
וואס?? נאו פראבלעם..

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דאנארשטאג מאי 15, 2014 3:20 pm

די גרעסטע הדלקה אין די וועלט,

איי.. די קינדערליך האבן פאן # קנאה
צוגעלייגטע
003.jpg
001.jpg
002.jpg

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » דאנארשטאג מאי 15, 2014 3:21 pm

השי"ת זאל שומר ומציל זיין, איך גלייב אז קיין שום נארמאלע רעגירונג אגענטור וואלט צוגעלאזט אזא מעכטיגע פייער- געביידע געבויעט דורך קינדער.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג מאי 15, 2014 3:24 pm

ס'קוקט אויס לעגאל, אפילו פאר אן אינספעקשאן.. אלע ארבייטער אנגעטוען מיט הארד-העטס, ווי עס פארלאנגט זיך.

ווי עס שיינט איז דאס אן אקטיוויטי צוגעשטעלט דורך א ישיבה.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דאנארשטאג מאי 15, 2014 3:26 pm

א מיטיניג צווישען די אינדשענירען פון די הדלקה..
556655.jpg


__

א בילד פון זייער בנין וואס זיי האבן פאראיאר אהער געשטעלט, זייער הדלקה ווערט אפגעהיטען דורוך צוותי כיבוי אש ואיחוד הצלה, און ווי צייטליך האט געשריבען אז עס איז אפציעיל מטעם הת"ת.
צוגעלייגטע
1010.jpg
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום דאנארשטאג מאי 15, 2014 3:40 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 22 געסט