בלאט 3 פון 3

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 5:43 pm
דורך נשמה
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
צייטליך האט געשריבן:די אפציעלע פאליסי פון די הנהלה איז אז מ'זאל קיינמאל נישט טוישן קאלירן

אזוי גאר? ואנכי לא ידעתי...

דאס מיינט אז איך טוה פארלעצן א תקנה מיטן שרייבן אינעם וועטער אשכול מיטן בלויען קאליר?

יעצט טו עס מיט מער שמחה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 5:51 pm
דורך נשמה
חסיד נלהב האט געשריבן בנוגע אראפברענגן טרוקענע נייעס אדער נייעס מיט תוספות.
מיין דיעה איז אז אנהייב יעדע נייעס זאל מען שרייבן בס"ד.
און בכלל ווען מ'גייט אדורך א טיר זאל מען קושן די מזוזה.

נאר יעדער פארשטייט אז ווען מ'רעדט פון א זאך מיינט מען נאר בס"ד...
ווען מ'שטעלט אראפ נייעס אפילו טריקן איז אויך אזוי דער כלל
אבער אדרבה אז איינער פילט צו שרייבן

די מערדער פון מנחם שטארק הי"ד (נוסח קול מבשר)
אדער די מערדער די רשעים די אכזריים די... פון הרב מנחם שטארק וואס איז נעבעך א יוד אומגעקומען אזוי טראגיש ווייל מ'דארף תשובה טון און ס'א ווינק פון הימל האט מען איינגעזעצט אין לעבנסלענגליכער טורמע...
מ'קען שרייבן יעדערער לפי ההרגשים אויף די מינוט...
אויב פילט מען זיך שולדיג פארן פארשפעטיגן סוף זמן קר"ש, און מ'וויל עס מתקן זיין מיט אביסל קאכן אין יודישקייט אויך גוט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 5:52 pm
דורך שנאפס
ביי יעדעם מיינט הרגשים עפעס אנדערש, דו מיינסט הרגשים זיך אליינס מעורר צו זיין, משא"כ איינער וואס וויל נוצן זיינע הרגשים מעורר צו זיין (אדער צו טשעפען) אנדערע

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 6:00 pm
דורך אסותא
מיט די קאלירן געדאנק וועט עס אויסזען הערך אזוי:

די מערדער די רשעים די אכזריים די... פון הרב מנחם שטארק וואס איז נעבעך א יוד אומגעקומען אזוי טראגיש ווייל מ'דארף תשובה טון און ס'א ווינק פון הימל האט מען איינגעזעצט אין לעבנסלענגליכער טורמע...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 6:04 pm
דורך משנה מקום
חחח

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 6:07 pm
דורך שנאפס
גוט גוט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 6:12 pm
דורך נשמה
ס'זייער גוט אזוי מחי' ניין?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 11:04 pm
דורך לכאורה
צייטליך האט געשריבן:דער ריינער אמת איז אז געלעגער איז גערעכט מיט זיין פוינט. דער פארום איז לעבעדיג און בליעהט ב"ה. מ'פארגעסט צומאל נייעס, און בעיקר ווערן נייעס באהאלטן אין גרויסע אשכולות. אבער וויבאלד די סייט איז א "פארום" און נישט קיין סייט ווי ס'דא באצאלטע שרייבער און מעלדן נייעס, דעריבער איז דאס אויסגעשטעלט ווי א שמועס אין מקוה (נאר מיט די שטרומפ אנגעטוען) און יעדער רעדט און נייעס קומען אריין שטאפל-ווייז.

העי, ספיעק פאר יורסעלף. וואס ווייסטו?

פארשלאג: מאכן א נייעס סובפארום

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 01, 2014 1:56 pm
דורך ניק ניק
היינט אונדערפרי האב איך געזען א נייעס, נישט גענוג גרויס צו עפענען אן אשכול דערוועגן, איז ווי קוקט מען צו איינער האט עס שוין געשריבן, אויב נישט ווי באריכט מען עס?

האב איך געכאפט א בליק אין די נייעס פארום, האב איך געזען אז ס'איז דא צוויי סארט אשכולות.
1. ווען ס'איז דא עפעס א ספעציעלע נייעס, ווי מ'שמועסט אלעס ארום און ארום די געשעניש, אינקלאדעד אפדעיט נאטיצן השקפה געפילן און אזוי ווייטער.
2. איז דא אסאך אשכולות פאר קורצע נייעסלעך און קרישקילעך, איינגעטיילט לויט די שטעט אדער לויט אן אנדערע קאטעגוריע ווי למשל אלע מזל טוב'ס, בד"ה, עקסידענטס, פייער'ס, פאליטיק'ס וכדו'

האב איך א פארשלאג אז אפשר זאל מען נעמען אלע אשכולות פון נאמבער 2 און שטעלן אין א סוב פארום, אזוי אז ס'זאל זיין גרינג צו טרעפן און נישט אראפפארן אונטער א שטראם פון נאמבער 1 אשכולות, איך מיין אז די וועג וועט די עולם באריכטן מער נייעס. עני וואן וויט מי?

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 01, 2014 2:26 pm
דורך להגדיל שמו
יונהלע האט געשריבן:זייער גוט אזוי דארף זיין!! יא מ'דארף אין מען מוז שרייבן מוסר!! דא איז א הייליג פלאץ, אז דו ווילסט סתם פלאדערן נייעס דעמאלטס קענסטו עס טיען אין מקוה... ווילסטוך ארום שלאגען מיט מענטשען קענסטו עס טיען אין בית המדרש אבער דא איז א מקום קדוש...

אוי באשעפער אין הימל... עס קריכט שוין פון די נאז, אייוועלט איז נישט קיין "הייליגע" פלאץ, עס איז אן אויסגעהאלטענע פלאץ, דעטס איט.
סאו נישט יעדע נייעס דארף מען שרייבען די קבלות טובות וואס מען האט זיך מקבל געווען פון די נייעס.
עס איז דא אן אדכול פאר קבלות טובות גיי אריין דארט מיט א פעקעל טישאס און וויין דיך אויס דיין ק"ט
בכלל - איך וועלעכע נעמען אן איקסעמפל- עס איז דא די אשכול וועגען די טעוועלעך אין קרית יואל, און מען טענהט סיך אהער און אהין אויב עס איז נארמאל, און באמבט..... צוריק צי די זעלבע טענהריי צי מען מעג זיין בעסער ווי אינזער עלטערען, עס איז שוין דא אזויפיל אשכולות וואס מען טענהט זיך אויף דעם.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 15, 2014 5:26 pm
דורך שנאפס
ניק ניק האט געשריבן:היינט אונדערפרי האב איך געזען א נייעס, נישט גענוג גרויס צו עפענען אן אשכול דערוועגן, איז ווי קוקט מען צו איינער האט עס שוין געשריבן, אויב נישט ווי באריכט מען עס?

האב איך געכאפט א בליק אין די נייעס פארום, האב איך געזען אז ס'איז דא צוויי סארט אשכולות.
1. ווען ס'איז דא עפעס א ספעציעלע נייעס, ווי מ'שמועסט אלעס ארום און ארום די געשעניש, אינקלאדעד אפדעיט נאטיצן השקפה געפילן און אזוי ווייטער.
2. איז דא אסאך אשכולות פאר קורצע נייעסלעך און קרישקילעך, איינגעטיילט לויט די שטעט אדער לויט אן אנדערע קאטעגוריע ווי למשל אלע מזל טוב'ס, בד"ה, עקסידענטס, פייער'ס, פאליטיק'ס וכדו'

האב איך א פארשלאג אז אפשר זאל מען נעמען אלע אשכולות פון נאמבער 2 און שטעלן אין א סוב פארום, אזוי אז ס'זאל זיין גרינג צו טרעפן און נישט אראפפארן אונטער א שטראם פון נאמבער 1 אשכולות, איך מיין אז די וועג וועט די עולם באריכטן מער נייעס. עני וואן וויט מי?

זיי מסביר וועלכע נייעס וועט באלאנגען אינעם געהעריגן און וועלכע אינעם סוב

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:41 pm
דורך ניק ניק
שנאפס האט געשריבן:

די בלויע קאליר אין די געהערגע פארום און די רויטע אין די סוב פארום. (אין איין ווארט, איז די אשכול איבער א ספעציפישע נייעס, אדער אלע נייעס וואס פיט די קאטיגאריע? אזא סוב פארום וועט העלפן פארמיידן פיל געדאפעלטע פארום'ס וואס איז יעצט דא.)