שמות שערורי' - ווער און וואו לייגט מען די אלע שמות?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18223
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 11:07 pm

פרוזדור האט געשריבן:להוי ידוע אז די אויבערשטע בילד ווי מגראבט אויס צו באערדיגן שמות, איז ביי בית גניזה עולם אין ליבערטי וואס שטייט בהשגחת התאחדות הרבנים און נאך חשובע דיינים ווי ביידע סאטמארע קהילות געבן זייערע שמות.

זיכער דערין?

אוועטאר
פרוזדור
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 06, 2014 9:25 pm

תגובהדורך פרוזדור » זונטאג מארטש 29, 2015 5:10 pm

**שמות לגניזה תשע"ה. אינוועסטיגעיטיוו רעפארט ספעציעל פאר אייוועלט**

די לעצטע פאר טעג האב איך מיך שטארק אריינגעלייגט אין די גאנצע שמות אינדוסטרי. געוואר צו ווערן וואס גייט דארט פאר. ווער מאכט געלט. ווער טוט וואס. ווער זענען די בעלי בתים. ווער געט די השגחות. וואס איז מיט פערמיטס. פארוואס ווערט עס נישט מער מסודר וכדו. כהאב גערעדט מיט צענדליגער מענטשן, געקאלט און געליינט און איך גיי אלעס דא מיטיילן מיטן חשובן צבור. סאיז דא עטליכע חלקים צו באשרייבן קודם די חלק הלכה וואס איז יא שמות און וואס נישט און וויאזוי און ווי מען דארף גונז זיין. חלק ב' איז די חלק פון דינא דמלכותא ווי שטרענג זיי זענען אין די ענינים בעיקר וועגן די טינט וואס זיי באטראכטן אלץ טאקסיק. און די שווערע שטראפן וואס זיי האבן שוין בעבר ארויפגעלייגט אויף אומלעגאלע שמות דאמפערס. אויך איז דא די חלק היסטאריע וויאזוי מען פלעגט עס צו טאן ביז היינט ומה נשתנה די לעצטע פאר יאר. דערנאך איז דא דער חלק המסחר ווער זענען די שפילער. און מיט די לעצטע חלק וויל איך טאקע אנהייבן. ועוד חזון למועד צו די אנדערע ענינים.


סדא היינט 5 שמות קאמפעניס וואס טוען שמות לגניזה און זיי האבן די היימישע יודישע מארקעט.
1. לעיקוואד שמות לגניזה הרב אהרן טאפלין
2. בית גניזה. הרב יוסף שווארטץ
3. סקווירא שמות. הרב זאבי לונגער
קרית יואל שמות. הרב שלום יוסף לעווינגער
4. פינטער ספרים סטאר. הרב יענקל פינטער.
שלום שמות. אין ב"פ
5. פליי-ביי שמות טרעקעלעך.



**** לעיקוואד שמות הרב אהרן טאפלין.
אין לעיקוואד איז דא מערערע שמות קאלעקטארס אבער איינע פון די גרעסטע איז רבי אהרן. די אנדערע ווי הרב טרעסס און הרב וואקסמאן און נאך צענדליגע זענען שוין מער ווייניגער זיינע תלמידים. דער יוד פארמאגט א ריזיגע געניצטע-ספרים ביזנעס. ספרים וואס ער נעמט פון די שמות און פארקויפט עס ווייטער. ער אטעמט שמות שוין צענדליגע יארן ער האט א באנדע חברה אונטער זיך ער לויפט ארום איבעראל קאלעקטן. רובא דרובא שמות פון אלע היימישע געגענטער אינקלאדעד ביידע סאטמערס קומען אן צו אים. זיין הויפט פארבריק איז אין לעיקוואד ווי ער פארקויפט די גענוצטע ספרים וואס ער קאלעקט פון די שמות. ער פארט אבער אויך ארום פארקויפן זיינע סחורה אין אנדערע יודישע געגענטער. איר קענט גוגלען א באשרייבונג איבער אים אין די ניו יארק טיימס און נאך עפעס א נישט יודישע צייטונג. ער האט שוין לאנג א הכשר פון הרב פר"מ מסאנטוב שליט"א. און לעצטענס אויך פון וועד הכשרות פון וומ"ס סאטמארע ביד"צ. ווען מרופט דעם סאנטובער רב איבער שמות שיקט ער דיך צו א האט ליין. אויפן האט-ליין טוט עמעצער אדרעסן די לעצטיגע שמות סקאנדאלן וואס עמי מעגעזין מיט דוב הייקינד האבן אנדעקט און פאר מער אינפארמאציע זאגט ער גיי קוק אין המודיע ערגעץ אלול תשע"ד דארטן שטייט אז אלע רבנים זענען געקומען צו די החלטה אז דאס טראגן שמות צום לענדפיל איז זייער אויסגעהאלטן. און אויך די בי"ד פון סאטמאר און די בי"ד פון קרוין הייטס שטימט צו דערצו. און אלעס איז כשר וישר הונדערט פראצענט. ע"כ.

האב איך פארשאפט סיי דעם סקאנדאלישן עמי באשרייבונג און סיי די המודיע שטיקל. אין המודיע שטייט בקיצור אז היות סאיז נישטא קיין ברירה ווייל מטאר ע"פ חוקי המדינה נישט באגראבן קיין שמות דעריבער איז ערלויבט צו טראגן די שמות צו א לענדפיל קיין בעטלעהעם פענסילוועניע און אזוי טוט מען שוין צענדליגע יארן און אלעס איז העכסט מסודר און ער פליקט אריין פאר עמי און פאר הייקינד וואס האבן אנדעקט דעם סוד פון לענדפיל אז זיי האקן בלויז אין קאפ.

ווען די פרובירסט צו באקומען אביסל מער אינפארמעישאן פון סאנטובער רב איבער זיין הכשר קענט איר קלאפן א וואנט. אני הקטן און אויך אנדערע האבן גערופן צענדליגער מאל ואין קול ואין עונה אלעס שיקט צוריק צום דערמאנטן המודיע האט ליין. אויב זענט איר מצליח צו רעדן מיט אים ביטע פרעגט אים וואס ער זאגט צום סקאנדאל און אויף וואס ער בויט זיין היתר צו נעמן שמות לכתחילה צום לענדפיל.

דערציילט א יוד אז ער האט געוואלט פרעגן פרטים טיבער שמות ביים ראב"ד שליט"א פון סאטמאר האט מען אים געשיקט צו הרה"ג זלמן לייב פילעפ שליט"א פרעגט ער אים צו זיין בי"ד ערלויבט דאס שיקן שמות צו א לענדפיל און וואס טוט זיך מיט תשמישי קדושה און לויט די אויפדעקונג פון עדים מיט בילדער און ווידיאו טוט מען די שמות צוטרעטן בבזיון נורא האט דער דיין אויפגעשפרינגן און געזאגט דאס איז דאך הארבע איסורים דאורייתא און אז סאטמאר בי"ד גיבט נישט קיין שום השגחה אויף קיין שום שמות טראק. איי סאיז מפורסם. ער ווייסט נישט. טרעפט ער הרה"ג רבי שלמה לייב וויינבערגער שליט"א האט ער אויך גארנישט געוויסט פון קיין שמות צוזאגן, נאר האט אים געשיקט צו הרה"ג רבי ישי ליבערמאן שליט"א אויך א דיין אין זייער ביד"צ. רבי ישי שליט"א האט אים געזאגט יא די שמות ווערט געפירט צום לענדפיל שוין צענדליגער יארן און סאיז פיין אויסגעארבעט להלכה ווייל היות דער סדר דארט אין לענדפיל איז אז זיי גיסן ארויף עטליכע אינטשעס זאמד יעדע נאכט ממילא איז די גארבעדש וואס מען גיסט דעם נעקסטן טאג ארויף אויף די שמות שוין באטראכט ווי אן עקסטערע שטיק סאיז נישט מצרף. און לגבי תפלין און מזוזות דארף מען טאקע שרייבן אויפן באקס אז מען זאל וויסן זיך צו באגיין מער בכבוד. און לגבי אויספאפן מענטשן וואס חלומען נישט אז זייערע שמות קומט אן אין גארבעדש זאגט ער אז סאיז נישט דא וואס חושש צו זיין. איי וואס איז א נפקא מיני פון פלאצירן שמות אין מיין אייגענער גארבעדש ביזן טראגן צום טראק. דאס זאלט איר פרעגט אייער דיין.




*** בית גניזה. הרב יוסף שווארטץ
רבי יוסף. אדער יאסי שווארטץ. אדער דער פראגער ראש ישיבה שליט"א. האט זיך איין צופרי מיט עטליכע יאר צוריק אויפגעוועקט מיט א חלום אז ער גייט מאכן ארדענונג מיט די שמות. ער מיט עטליכע פון זיינע תלמידים גייען מייסד זיין א בית גניזה כמו די קיירא גניזה. בויען מערות. באגראבן. אוועקלייגן אד"ג. א פלאץ ווי שמות קאלעקטארס און קהילות זאלן קענען אוועקלייגן זייערע שמות. מען גייט קויפן א גרויסן שטח ערגעצוואו. שאפן פערמיטס. שאפן השגחות. בקיצור סגייט ווערן ארדענונג. וכך הוה ער האט זיך אריינגעווארפן אין די עבודה אבער ער האט גאר שנעל איינגעזעהן אז ער ווייסט נישט בחייכון וביומיכון ואס טוט זיך אין די ביזנעס און אז סגייט נישט אזוי גרינג ווי געפלאנט. די בילדער פון אויבן ווי ער באגראבט שמות איז ממש פון לעצטענס, סאיז אים בכלל נישט געווען קיין גרינגע רייזע.

גלייך אנפאנג אנפאנג איז כמעט יעדער מיטגעשטאנען מיט אים. ער האט אפגעקויפט א שטח אין ליבערטי און אומגלויבלעך באקריגן זיין ערשטע פערמיט צו באגראבן עטליכע קאנטעינערס מיט שמות. ער האט געשאפן גוטע השגחות די התאחדות מיט די או יו. זיך איינגעקויפט טרעילארס. אבער תיכף דערנאך האט ער געהאט אפאר געזונטע דורכפעלער. היות ער איז געגאנגן אפען מיט זיין פלאן האבן די שכנים אין ליבערטי אנגעהויבן צו קעמפן און די טאון האט אים דינייד א פערמיט צו באגראבן עכ"ז וואס ער האט באקומען ערלויבעניש פון די סטעיט. האט ער אנגעהויבן צו וואנדערן מיט עטליכע קאנטעינארס מיט שמות. שפעטער האט ער אפגעקויפט זיין פראפערטי אין קייעמישא לעיק בלויז צו האלטן די טרעילארס ביזן באגראבן און וויבאלד סאיז דאך אין צענטער פון מאנטיסעלאו פלעגען מענטשן קומען באזוכען און געהאט טענות פארוואס ער באגראבט נישט די שמות. סהאט נישט גוט געשמעקט. די יודישע שכנים האט עס אויך נישט געשמעקט אז ער גייט דא מאכן א שמות פעקטארי. אזוי האט ער זיך ארומגעפלאגט.

ווען מען רופט התאחדות אדער ביי די או יו זענען זיי זייער פראוד פון רבי יוסף'ס שטארקייט בשעת יעדער האט געשריגן אז סוועט קיינמאל נישט פאסירן און ער האט גענוג וואס שטייען אים אין וועג האט ער אבער נישט אויפגעגעבן זיין חלום. ער קויפט שטחים ער שאפט פערמיטס. אויף זייער וועב זייטעל זעהט מען פונקטלעך וואס זיי טוען באגלייט מיט בילדער. זייער בעל מכשיר הרה"ג רבי הלל וויינבערגער שליט"א און הרה"ג ראביי יורעוועל שליטא זאגן אז זיי קומען כסדר באזוכען דעם פלאץ. זייער עיקר אויפגאבע איז צו האלטן אן אויג אויף די טרעילארס ביז סווערט באגראבן. אויך האט ער זיך פארשאפט א גאר שטארקע סימפאטיקער מר. דוב הייקינד וואס שטייט אים צוהילף ובפרט מיט פערמיט ענינים. מיט א יאר צוריק האט ער געקויפט א שטח געאייגענט פאר שמות אן קיין שום פראבלעמען. היינט פארמאגט ער אלע נויטיגע פערמיטס. און די יאר טאקע באגראבט ער שוין אין גרויסן. למעשה קוקט אויס ווי ער האט עס אדורכגעבראכן. אויף די פראגע ווער סגיט אים אלץ שמות זאגט מיר דער ארבייטער. דער ראש ישיבה דערציילט נישט די פרטים סאיז העכסט קאנפידענשאל איר קענט רופן אייער קהילה אויסצוגעפינען.



*** סקווירא קעמפ הרב זאבי לונגער
סקווירא איז נאך כמעט די איינציגסטע קהילה וואס טוט באגראבן זייערע שמות ביי זיך אין קעמפ אזוי ווי אלע גרעסערע קהילות פלעגן טאן ביז 20 יאר צוריק. א שטיק צייט נאך פסח טוט מען ביי איינע פון זייערע קעמפס אויפגראבן און מען באגראבט די שמות. היות זיי האבן א ריזיגע שטח זענען זיי נישט מקפיד אז זיי וועלן נאך דארפן דאס פלאץ. און לגבי א פערמיט פון די שטאט זענען זיי נישט חושש ער זאגט אז ספעלט נישט אויס וועגן סטאטוסקווא ווילאנג סגייט גייט עס. די גאנצע ארבעט ווערט געפירט דורך רבי זאב וואס איז ערלויבט צו פארדינען א פראפיט. די וועג וויאזוי זיי נעמן צוזאם איז אביסל אינטערסאנט ער דינגט אזעלעכע גארבעדש קאנטעינארס און ער לייגט אריין ריזיגע בעגס דערנאך פארמאכט מען עס און אזוי ווערט עס גאנצערהייט באגראבן. די סקווירא שמות טרעפט מען אין סקווירא שטעטעל און אויך אין אנדערע פלעצער ווי ב"פ און מאנרא ווי טראקס זאגן אז זיי פארמאגן די סקווירא הכשר.

זיי האבן א הכשר פון זייער בי"ד ובראשם הרה"ג רבי אהרן גאלדמינצער שליט"א. ווען מען פרעגט אים דעריבער זאגט ער אונזער בי"ד גיט דעם הכשר אויסדריקלעך נאר אויף שמות פון סקווירא שטעטעל און אלעס ווערט געטאן כדת וכדין עצהיו"ט. אבער מיר נעמן נישט קיין שום אחריות פאר אנדערע פלעצער. און ער איז מסביר אז סאיז פשוט נישט מעגליך צו האלטן חשבון אויף יעדען טרעקעל וואס ווען וואו ער טוט.

קרית יואל.
די לעצטע פאר יאר ווערן אלע שמות פון די קרית יואלע קהילות אויך נטמן אין סקווירא קעפמ. די קרית יואל פראדשעקט ווערט אנגעפירט דורך העסקן החשוב הרב שלום יוסף לעווינגער. דער אייגענטימער פון די קאנטעינער קאמפעני וועמען סקווירא האט אויפגענומען צו טראגן זייערע שמות. אנשי קרית יואל טראסטן אים ער איז א נארמאלער מענטש און באליבט ביי יעדען.

אין זיינע עדס שטייט נישט וועמענס השגחה ער פארמאגט. אויף די שאלה צום סקווירא דיין שליט"א צו ער גיט אויף דעם זיין הכשר זאגט ער אויסדריקלעך ניין. נו ווער יא ער ווייסט נישט. ווען מען פרעגט ביי די אפיס פון די קהילות זאגן זיי אז ער פארמאגט זיך זיין אייגענעם הכשר. ווען מען פרעגט אן ארבייטער ביי די טראק זאגט ער אז סשטייט בהשגחת וועד הכשרות פון קרית יואל. ווען מפרעגט הרה"ג רבי ברוך טייטעלבוים שליט"א יושב ראש וועד הכשרות זאגט ער אז זיי געבן נישט קיין שום הכשר אויף קיין שום שמות קאמפעני. אן אנדערע ארבייטער זאגט אז סגייט צו בית גניזה. בית גניזה גיט נישט ארויס ווער סברענגט שמות סאיז קאנפידענשאל. תיקו.



**** פינטערס
שוין יארן לאנג וואס די פינטער ספרים סטאר אויף די פערצענטע עוו אין ב"פ קאלעקט שמות. זיי זענען די איינציגסטע וואס טוען עס אויך דורכאויס דאס גאנצע יאר דעריבער פארמאגן זיי שטענדיגע גרויסע אקאונטס. זיין טאטע ע"ה איז געווען א חשובער רב. זיי טוען אויך ארויסנעמן די גוטע ספרים און פארקויפן עס און פון דעם באשטייט די פינטערס ספרים געשעפט. למעשה האט ער נישט קין מקום לגניזה נאר ער זוכט ארום פאר וועם מקען עס געבן. פינטער גייט שוין צוריק אזויפיל יאר איז זייער אינטערסאנט צו הערן פון אים די היסטאריע פון שמות. ער פלעגט נאך טראגן שמות פאר ר' מענדעל אילעניק אין וואדרידש. איינע פון די אלד טיימערס אין די שמות אינדוסטרי. אויך איז ער א גרויסער מבין אויף אלטע ספרים און נישט איינמאל האט ער ארויסדערווישט פון די שמות בעגס שיינע מציאות ווי איר קענט זעהן אין געשעפט.

ער פארמאגט נישט קיין אייגענעם הכשר ער פארלאזט זיך אויף די קאמפעני וואס נעמט צוזאם די שמות און געווענליך איז עס טאקע די פירמע פון הרב אהרן טאפלין.

אויך איז דא אין ב"פ איינער א לעיקוואדער יוד הרב שלום וואס טוט שוין צענדליגע יארן אין די ביזנעס און אויך ער האט א כתב פון סאנטובער רב הרב פר"מ שליט"א פאר הרב טאפלין אז ער מאכט זיכער אז די שמות קומט אן צום לענדפיל אין בעטלעהעם פענסילוועניע צווישן טויזענטער טאן גארבעדש און אלעס כדת וכדין.


*** פליי-ביי שמות קטלעקטארס
דאס זענען די בחורים בדרך כלל אזעלעכע וואס פלעגן ארבעטן פאר שמות קאמפעניס. און זיי האבן שוין צוגעזעהן מיט די אייגענע אויגן אז רוב שמות ווערט ממילא געפירט אין מיסט. מאכן זיי זיך א חשבון פארוואס ארבעטן פאר יענעם. לאמיר זיך דינגן א טרעקעל. רעכענען 25 טולער א זעקל און מאכן א זעקס זיבן טויזענט דאלער א בין הזמנים. נישט שלעכט. אבער אסאך פון די ווערן שוין גרידי און ווילן אפילו נישט צאלן די טויזענטער וואס קאסט עס צו דאמפן אין לענדפיל און זיי פטרן עס ערגעץ אין מאנטיסעלאו אדער אין מאנסי און טאקע זיי זענען די וואס מאכן נייעס יעדען ערב פסח אז מען האט געטראפן א פרישן געדאמפטן טראק און סווערט לעבעדיג. אויך בריען זיי זיך געווענליך אפ ווייל זיי כאפן זיך נישט אז די הוצאות ווערט שנעל גאר גרויס. די טראק. די ארבייטער. די פרעשער אז סקומט ערב פסח ווערט ער ממש פארלוירן. עכ"ז קומען יעדעס יאר צו פרישע בחורימליך וואס שפרינגן אריין דערינען. וחוזר חלילה. פאליציי. .הייקינד. בית גניזה. ווארענונג. פאלעטישאנס. יאר יערליך.

ע"כ דא האט איר בקיצור נמרץ וואס סגייט היינט פאר אין עולם השמות. לדעתי א חורבן נורא מאוד. אויב איינער האט קשיות אדער מוסף צו זיין ביטע לאזט אייך הערן.

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7469
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג מארטש 29, 2015 5:38 pm

די מעלה פון די ביזנעס איז, אז די איבערקערעניש קומט פאר און די פארנומענסטע צייט פון יאר און קיינער האט נישט קיין צייט זיך אריינצולייגען אונעם ענין.

אבער, ווי ווייט ביזטו אנגעקומען מיט דיינע אינפארמעישאן? 50% 70%? סיז א געפערליכע עולה אפו' סיז נאר אמת לרבוע.
אט אט קומען שוין די ימי הרחמים והסליחות!

אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

תגובהדורך פארפלאנטערט » זונטאג מארטש 29, 2015 5:45 pm

פרוזדור האט געשריבן:קרית יואל.
די לעצטע פאר יאר ווערן אלע שמות פון די קרית יואלע קהילות אויך נטמן אין סקווירא קעפמ. די קרית יואל פראדשעקט ווערט אנגעפירט דורך העסקן החשוב הרב שלום יוסף לעווינגער. דער אייגענטימער פון די קאנטעינער קאמפעני וועמען סקווירא האט אויפגענומען צו טראגן זייערע שמות. אנשי קרית יואל טראסטן אים ער איז א נארמאלער מענטש און באליבט ביי יעדען.
אין זיינע עדס שטייט נישט וועמענס השגחה ער פארמאגט. אויף די שאלה צום סקווירא דיין שליט"א צו ער גיט אויף דעם זיין הכשר זאגט ער אויסדריקלעך ניין. נו ווער יא ער ווייסט נישט. ווען מען פרעגט ביי די אפיס פון די קהילות זאגן זיי אז ער פארמאגט זיך זיין אייגענעם הכשר. ווען מען פרעגט אן ארבייטער ביי די טראק זאגט ער אז סשטייט בהשגחת וועד הכשרות פון קרית יואל. ווען מפרעגט הרה"ג רבי ברוך טייטעלבוים שליט"א יושב ראש וועד הכשרות זאגט ער אז זיי געבן נישט קיין שום הכשר אויף קיין שום שמות קאמפעני. אן אנדערע ארבייטער זאגט אז סגייט צו בית גניזה. בית גניזה גיט נישט ארויס ווער סברענגט שמות סאיז קאנפידענשאל. תיקו.

ר' שלום יוסף לעווינגער האט היי יאר גענומען א השגחה פון ועד הכשרות דקהל יטב לב וויליאמסבורג
צוגעלייגטע
שמות לעווינגער.jpg

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1270
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » זונטאג מארטש 29, 2015 5:57 pm

בס"ד

הרב פרוזדור, ווען איך וואלט געהאט א צייטונג, וואלט איר "אויפ'ן פלאץ" געווארן אויפגענומען אלס טשיף אינוועסטיגעיטיוו שרייבער. דאס וואס איך שריי שוין אזויפיל יארן, "דא" אויף אייוועלט יאמערן זיך די וועלט'ס בעסטע שרייבערס ווי ש"ס אידן אין מאה שערים און גבירים אויף קרעיווען וואלק, און ....

בקיצור, געשריבן אייזן. אבער אגב, איך האב אמאל געגעבן פאר'ן ראש ישיבה אן ארדער פון כמעט דרייסיג גרויסע זעק שמות. אויפגעפיקט בכבוד גדול. מיר וואונטשן אים הצלחה אין די עבודת הקודש.

פרוזדור האט געשריבן:**שמות לגניזה תשע"ה. אינוועסטיגעיטיוו רעפארט ספעציעל פאר אייוועלט**

...אויף די פראגע ווער סגיט אים אלץ שמות זאגט מיר דער ארבייטער. דער ראש ישיבה דערציילט נישט די פרטים סאיז העכסט קאנפידענשאל איר קענט רופן אייער קהילה אויסצוגעפינען...

ע"כ דא האט איר בקיצור נמרץ וואס סגייט היינט פאר אין עולם השמות. לדעתי א חורבן נורא מאוד. אויב איינער האט קשיות אדער מוסף צו זיין ביטע לאזט אייך הערן.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » זונטאג מארטש 29, 2015 6:28 pm

הערליכע באריכט, הרב פרוזדור.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
שכל הישר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2014 1:28 pm

תגובהדורך שכל הישר » זונטאג מארטש 29, 2015 7:01 pm

פרוזדור האט געשריבן:**שמות לגניזה תשע"ה. אינוועסטיגעיטיוו רעפארט ספעציעל פאר אייוועלט**


סקווירא איז נאך כמעט די איינציגסטע קהילה וואס טוט באגראבן זייערע שמות ביי זיך אין קעמפ אזוי ווי אלע גרעסערע קהילות פלעגן טאן ביז 20 יאר צוריק. א שטיק צייט נאך פסח טוט מען ביי איינע פון זייערע קעמפס אויפגראבן און מען באגראבט די שמות. היות זיי האבן א ריזיגע שטח זענען זיי נישט מקפיד אז זיי וועלן נאך דארפן דאס פלאץ. און לגבי א פערמיט פון די שטאט זענען זיי נישט חושש ער זאגט אז ספעלט נישט אויס וועגן סטאטוסקווא ווילאנג סגייט גייט עס. די גאנצע ארבעט ווערט געפירט דורך רבי זאב וואס איז ערלויבט צו פארדינען א פראפיט. די וועג וויאזוי זיי נעמן צוזאם איז אביסל אינטערסאנט ער דינגט אזעלעכע גארבעדש קאנטעינארס און ער לייגט אריין ריזיגע בעגס דערנאך פארמאכט מען עס און אזוי ווערט עס גאנצערהייט באגראבן. די סקווירא שמות טרעפט מען אין סקווירא שטעטעל און אויך אין אנדערע פלעצער ווי ב"פ און מאנרא ווי טראקס זאגן אז זיי פארמאגן די סקווירא הכשר.

זיי האבן א הכשר פון זייער בי"ד ובראשם הרה"ג רבי אהרן גאלדמינצער שליט"א. ווען מען פרעגט אים דעריבער זאגט ער אונזער בי"ד גיט דעם הכשר אויסדריקלעך נאר אויף שמות פון סקווירא שטעטעל און אלעס ווערט געטאן כדת וכדין עצהיו"ט. אבער מיר נעמן נישט קיין שום אחריות פאר אנדערע פלעצער. און ער איז מסביר אז סאיז פשוט נישט מעגליך צו האלטן חשבון אויף יעדען טרעקעל וואס ווען וואו ער טוט.


טעות
בעלזא טוט אויך אזוי די לעצטע פאהר יאר מיטן הכשר פון הרה"ג ר' אשר עקשטיין שליט"א דומ"ץ בעלזא
זיי האבן 2 לאקאציעס אין בארא פארק וואו מען נעמט צוזאם די שמות און עס ווערט באגראבן אין זייער קעמפ אין וואדרידש אויף אן אפגעזינדערטע שטח

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1270
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » זונטאג מארטש 29, 2015 7:17 pm

בס"ד

שכל הישר האט געשריבן:
פרוזדור האט געשריבן:**שמות לגניזה תשע"ה. אינוועסטיגעיטיוו רעפארט ספעציעל פאר אייוועלט**


סקווירא איז נאך כמעט די איינציגסטע קהילה...


טעות
בעלזא טוט אויך אזוי די לעצטע פאהר יאר מיטן הכשר פון הרה"ג ר' אשר עקשטיין שליט"א דומ"ץ בעלזא
זיי האבן 2 לאקאציעס אין בארא פארק וואו מען נעמט צוזאם די שמות און עס ווערט באגראבן אין זייער קעמפ אין וואדרידש אויף אן אפגעזינדערטע שטח


נו, אדרבה. כה לחי!

דער זכות גייט טאקע פאר ר' יוסף שווארץ שליט"א וואס איז געגאנגען נוקלעאר מיט די וויכטיגע הלכה'דיגע טעמע (מיט עמי און הייקינד) נאך צענדליגער יארן שטילקייט, און פאר אלע קהלות קדושות, עסקנים, וועלכע האבן זיך אריינגעלייגט אין די שווערע עבודה און מתקן זיין די גאנצע ענין כהלכה. און הרב פרוזדור קומט זיך קרעדיט פאר געבן דעם געוואלדיגן אפדעיט כהיום יום. ממנו ומהם תצא תורה ותהילה.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
פרוזדור
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 06, 2014 9:25 pm

תגובהדורך פרוזדור » זונטאג מארטש 29, 2015 7:18 pm

נישט קיין טעות. סיי בעלזא פון בארא פארק און אויך פון מאנסי האבן קלאר געזאגט אז זייערע טראקס ווערן שוין עטליכע יאר געפירט צום בית גניזה טאקע בהשגחת פון זייער דיין הרה"ג רבי אשר עקשטיין שליט"א וואס האלט מיט זייער ווערטשאפט אדער טוט ער זיך פארלאזן אויף די אנדערע בעלי מכשירים דיינים. אליינס צו באגראבן אין קעמפס איז געווארן זייער פראבלעמאטיש מחמת כמה סיבות וואס דעריבער טוט עס מער כמעט קיינער נישט
לעצט פאראכטן דורך פרוזדור אום זונטאג מארטש 29, 2015 7:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11978
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג מארטש 29, 2015 7:20 pm

א שיינע ארבעט געמאכט. כ'ווייס נישט וויפיל פון די פונקטן זענען ממש דאס וואס דו שרייבסט אבער דאס אמאל זיכער אז עפעס א מיסעריע קומט פאר ארום די שמות קאלעקציע. יעדעס יאר ווערט כלל ישראל אויפגעשוידערט ווען מ'כאפט איין מאל און נאכאמאל ווי מ'מאכט פורים פון די מענטשהיייט און מ'דאמפט שמות ווי מיסט. אבער פאר עפעס א פארבארגענע סיבה זענען די טרעקלעך דא צוריק יעדעס יאר נאכאמאל און נאכאמאל. איינער שארט דא גאלד און פארפירט כלל ישראל ווער און וואס ווייסט איין באשעפער

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » זונטאג מארטש 29, 2015 7:31 pm

אז מ'רעדט פון שמות, איז אינטערעסאנט אנצומערקן ווי אזוי די מאנטרעאל'ע חברה קדישא באהאלט די שמות.

זיי האבן ביים עק פונעם ביה"ח צוויי בנינים פון ציגל און דארט לייגט מען אריין אלע שמות. איין בנין איז שוין אנגעפולט און דער טיר האט מען פארבויט.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4652
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג מארטש 29, 2015 9:55 pm

מר. הייקינדצהאט היינט געפינען א הויפן מיט פארווארפענע שמות צום מיסט ביי מעקדאנעלד און עוו. עם., פאליציי אינוועסטיגירט און מתעסקים רייניגט דאס אויף.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » זונטאג מארטש 29, 2015 11:00 pm

ווי לייגט עס מסעתקים?

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1181
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » זונטאג מארטש 29, 2015 11:45 pm

פליגל האט געשריבן:מר. הייקינדצהאט היינט געפינען א הויפן מיט פארווארפענע שמות צום מיסט ביי מעקדאנעלד און עוו. עם., פאליציי אינוועסטיגירט און מתעסקים רייניגט דאס אויף.


בילדער.
צוגעלייגטע
IMG-20150329-WA0090.jpg
IMG-20150329-WA0089.jpg

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מארטש 30, 2015 12:05 am

געלעגער האט געשריבן:א שיינע ארבעט געמאכט. כ'ווייס נישט וויפיל פון די פונקטן זענען ממש דאס וואס דו שרייבסט אבער דאס אמאל זיכער אז עפעס א מיסעריע קומט פאר ארום די שמות קאלעקציע. יעדעס יאר ווערט כלל ישראל אויפגעשוידערט ווען מ'כאפט איין מאל און נאכאמאל ווי מ'מאכט פורים פון די מענטשהיייט און מ'דאמפט שמות ווי מיסט. אבער פאר עפעס א פארבארגענע סיבה זענען די טרעקלעך דא צוריק יעדעס יאר נאכאמאל און נאכאמאל. איינער שארט דא גאלד און פארפירט כלל ישראל ווער און וואס ווייסט איין באשעפער

ווי קען מען וויסען צו די אלע זאכען וואס ער שרייבט איז ריכטיג?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » מאנטאג מארטש 30, 2015 7:53 am

זיי מיר מוחל. דער ספעציעלער ריפארט, קוקט אויס מער ווי א פאשקעוויל.

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » מאנטאג מארטש 30, 2015 8:15 am

בס"ד

Iphone האט געשריבן:זיי מיר מוחל. דער ספעציעלער ריפארט, קוקט אויס מער ווי א פאשקעוויל.


זיי מוחל. טייל פון שמות באהאנדלונגען וואס קומען ליידער פאר פאסט טאקע פאר פאשקעווילן. אמת'דיגע שמות פארדינען בעסער, בפרט וויפיל טייער געלט מען צאלט דערפאר.

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3618
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג מארטש 30, 2015 9:19 am

Iphone האט געשריבן:זיי מיר מוחל. דער ספעציעלער ריפארט, קוקט אויס מער ווי א פאשקעוויל.

איך נעם נישט קיין שטעלונג אינעם אויספארשונג, אבער מן יימר אז דיין תגובה [און אויך מיינס] זענען ווייניגער פאשקעוויל קעגן א צווייטן
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
פרוזדור
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 06, 2014 9:25 pm

תגובהדורך פרוזדור » מאנטאג מארטש 30, 2015 10:30 am

שוין האמער זיך פארבינדן מיט מתעסקים. און זיך באדאנקט פאר די נאבעלע ארבעט פון אויפרייניגן צווארפענע שמות וואס א יונגאטש האט אנגעווארפן. אויף די פראגע ווי זיי לייגען עס זאגט מיר די סעקרעטערי אז פראם טיים טו טיים באגראבן זיי א קליין ביסל שמות אין זייערס א שטח אין די קעטסקילס אדער גיבן זיי עס פאר א שמות ארגעניזעישאן. ע"כ.

לגבי מיין ריפארט איז דא וואס פרובירן צו קריכן אויף גראדע ווענט. יא אמת נישט אמת. רבותי. איך האב געשריבן פאקטן מיט נעמען פון חשובע רבנים שליט"א און חשובע עסקנים. איך האב מיך נישט געפוילט און געמאכט מיין ריסערטש. פוילט אייך אויך נישט און ווערט אליינס געוואר. סאיז דאך א הימל געשריי אז סקען זיך נאך אלץ מאכן א באנדיט וואס זאל אנווארפן שמות על חוצות ב"פ און נישט קיין קלענערע ווייגעשריי אז אלע שמות כמעט קומען אן קיין פענסילוועניע צו א לענדפיל צוזאמען מיט אלע אנדערע גארבעדש שומו שמים. אומגלויבלעך.

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2580
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מאנטאג מארטש 30, 2015 10:51 am

Iphone האט געשריבן:זיי מיר מוחל. דער ספעציעלער ריפארט, קוקט אויס מער ווי א פאשקעוויל.


בת היענה סטייל.

אוועטאר
טאטלע
שר האלף
תגובות: 1029
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 10:47 pm

תגובהדורך טאטלע » מאנטאג מארטש 30, 2015 11:03 am

פרוזדור האט געשריבן: סאיז דאך א הימל געשריי אז סקען זיך נאך אלץ מאכן א באנדיט וואס זאל אנווארפן שמות על חוצות ב"פ און נישט קיין קלענערע ווייגעשריי אז אלע שמות כמעט קומען אן קיין פענסילוועניע צו א לענדפיל צוזאמען מיט אלע אנדערע גארבעדש שומו שמים. אומגלויבלעך.

פארוואס צאלט איך געלט ?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18223
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג מארטש 30, 2015 11:18 am

פון מיין זייט קען איך נאר באשטעטיגן אז פרוזדור האט געמאכט א גאר גוטע דזשאב און ניטאמאל אנגעקומען ביז צום סוף פון די אינוועסטיגאציע ס'ליגט נאך אסאך טיפער דערין

אוועטאר
ניקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:21 pm

תגובהדורך ניקעל » מאנטאג מארטש 30, 2015 11:24 am

ממש אומגלויבלך הלוואי איז פרויזדר באריכט נישט אינגאנצן אמת

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12472
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מארטש 30, 2015 11:53 am

איך האב הנאה פון דעם פרוזדור פארן דורכפירן דעם אייגענע אינוועסטיגאציע און אראפלייגן זיין רעפארט דערפון. געוואלדיג!

וואס איך נעם ארויס איז אז די יערליכע שערוריה'ס ווי מ'טרעפט ליידער שמות געדאמפט אויף מעקדאנעלד עוו. אדער אין מאנטיסעלאו און אין מאנסי איז נישט מער ווי א גרופע פארנאכלעסיגטע בחור'ליך - יעדעס יאר אנדערע - וואס זוכן צו מאכן אפאר דאללער און אידן וואס גיבן נישט אובאכט פאר וועמען זיי געבן די שמות זעקלעך פאלן אריין אין זייער פאסקטע. ליידער. ווידעראום די פראבלעם איבער דאס שיקן צום לענדפעילד קוקט מיר אויס ווי א מחלוקת הפוסקים. איך זעה אז דיינים האבן דאס אפען דיפענדעט פאר פרוזדור און רבנים גיבן הכשרים דעראויף. נו, אויף אזאנס וועל איך נישט זאגן אז סיז א חורבן היהודות, ליבערשט א מחלוקת הפוסקים צווישן פארשידענע דיינים זה בכה וזה בכה.

אלזא, איך זעה נישט דער גרויסער פראבלעם אין די שמות אינדעסטרוציע בכלל. מיר אידן קענען ווארשיינליך נישט אפהאלטן וואס פריוואטע בחור'לעך באנדיטן טוען אפ צווישן זיך. מיר קענען פאר זיך אובאכט גיבן אז מ'געט נאר אריין פאר די קהלה אדער די טראק וואס די קהלה שטעלט צו ווי מ'ווייסט אז די קהלה גייט דורך א פארלעסליכע פירמע. אבער די בחור'לעך פאר זיך קענען ווייטער כאפן שמות אויף אנדערע פלעצער און דאס שפעטער דאמפן. ווידעראום להלכה איבער דעם לענדפעילד האב איך שוין געזאגט, זאל יעדער טוען וואס זיין דיין זאגט. אבער א פארבארגענע פראבלעם?? איך זעה עס נישט. סארי.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9195
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג מארטש 30, 2015 11:56 am

אויב ס'איז אזוי ווי פרוזדור שרייבט, ווינדער אך מיך אויף דאס גרויס סבלנות, צווישן די צוויי טעגלאשעס........ וד"ל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Goodmorning, PetalBot, יצחק אייזיק, יש לו מנה און 15 געסט