שמות שערורי' - ווער און וואו לייגט מען די אלע שמות?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

שמות שערורי' - ווער און וואו לייגט מען די אלע שמות?

תגובהדורך טהור-עיניים » מוצ"ש אפריל 12, 2014 11:19 pm

די פארגאנגענע וואך דאנערשטאג האט דער פאליציי טשיף פון און אוו העווערסטראו (אין געגענט פון מאנסי) געלאזט רופן אפאר עסקנים פון מאנסי און געפרעגט וואס ער קען טאן אז ער איז אראפגערופן געווארן דורך א ביזנעס אייגענטימער אין זיין טאון אז מען האט ביי אים אין א ליידיגען לאט וואס ער האט, אראפגעדאמפט צוויי גאנצע טראקס מיט שמות!!!

די עסקנים האבן געארבעט צוזאמען מיט דעם פאליציי שעף געוואר צו ווערן ווער דער גנב רויבער איז, פרייטאג האב איך געהערט אז מען ווייסט שוין, איך האב נישט געהערט קיין נאמען, איך האב נאר געהערט אז ער האט עטליכע טראקס אויפצוקלייבן שמות, איינס פון זיינע טראקס שטייען ביי לי און ראדני אין וויליאמסבורג, אזוי האט מען מיר געזאגט.

עס איז וויכטיג פארן ציבור דאס צו וויסן, און איך וויל דא געבן א שטיקל הסבר איבער דעם ענין פון שמות.

לעגאל טאר מען נישט באגראבן קיין שמות. עס איז נישט דא אזא מין זאך ווי באגראבן שמות לעגאל נאר אין א לעגאלן לענדפיל. אויב כאפט מען איינעם באגראבן שמות באקומט ער א קנס פון מינימום צען אלפים, און ווענדנדיג זיך אין וואס און וויפיל ער האט באגראבן קען דער קנס זיין כמה פעמים אזויפיל. די די. אי. סי. (דעפארטמענט אוו ענווייראמענטאל קאנסערוועישאן) האט די יוריסדיקציע איבער דעם און זיי לאזן דאס נישט צו. אויב איינער וויל קענען באגראבן שמות לעגאל דארף ער באקומען א לענדפיל פערמיט פון די די. אי. סי. און פאקטיש גיבן זיי נישט מער קיין פערמיטס פאר נייע לענדפילס.

ע"כ איז וויכטיג צו וויסן אז די וואס באגראבן באמת די שמות נעמען אויף זיך א ריזיקע און עס איז נישט קיין גרינגע זאך, דעריבער איז דאס א פעלד וואס אסאך שווינדלער כאפן זיך צו דערצו. מען נעמט א צוואנציג דרייסיג דאללער פאר פעקל שמות און מען דאמפט עס אפ ערגעץ ווי און געגאנגען ווייטער.

יעדער מוז וויסן אז עס איז אויף זיין אחריות, אויב ער לאזט איבער שמות ביי א טראק דארף ער וויסן ווער עס גיט די השגחה, און אנרופן יענעם רב זיכער מאכן אז ער גיט טאקע די השגחה, און מברר זיין ביי דעם רב אז ער קען דעם שמות סוחר און ער ווייסט ווי עס ווערט באגראבן און ער נעמט אחריות אויף דעם, אן דעם טאר מען נישט איבערגעבן שמות פאר א טראק, ספעציעל ווען יענער בעט א ביליגן פרייז.

דאס איז נישט די איינציגסטע מעשה וואס איך ווייס. בעיני ראיתי ביי מיינס א באקאנטן אין הויז, יענער האט געהאט א הויז וואס ער האט געוואלט איבערבויען און פארקויפן, דערווייל האט ער געהאט פראבלעמען און דער הויז איז געשטאנען ליידיג א תקופה, איין שיינעם טאג קומט ער אריין אהין און טרעפט דארט עטליכע צענדליגער באקסעס שמות. איך האב שוין מיטגעהאלטן אסאך אזעלכע מעשיות. איך זאג עס איבער און איבער ווייל עס איז זייער א ערנסטע זאך, מען מוז דאס נעמען זייער ערנסט. און אז דער ציבור וועט עס טאקע נעמען ערנסט און נאכגיין צו דער סוחר איז ערליך, וועט מען צוביסלעך אויסראטן די שווינדלער.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
דניאל
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 20, 2013 10:02 pm

תגובהדורך דניאל » מוצ"ש אפריל 12, 2014 11:28 pm

פארגאנגענע וואך ביי די שמות
צוגעלייגטע
SSSSSSSSSSSSSSSSSSSSSSSSSSSSSSSSSSSSSSSSSSSSSS.JPG

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4281
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מוצ"ש אפריל 12, 2014 11:31 pm

אוי, א פארווייטאגטע נושא.

לכאורה איז א הכשר צעטל אויך נישט גענוג, ווייל די זיופים אין דעם איז גאר אסאך. אנדערש ווי ביי א געשעפט וואס די געשעפט איז קבוע אויף איין פלאץ איז שווער צו פעלשן, משא"כ א טרעקל וואס היינט איז עס דא און מארגן דארט.

די עצה איז לכאורה ווי טהור'ל זאגט, אליין אנרופן דעם בעל מכשיר.

נאך אן עצה איז, איבערגעבן דוקא פאר פלעצער מטעם א קהלה, אויף דעם קען מען זיך פארלאזן.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » מוצ"ש אפריל 12, 2014 11:39 pm

פאריאר איז אויך געווען אזא מעשה מיט א הכשר וואס יענער האט געהאט. דער בעל מכשיר האט עפעס מסביר געווען אויך קל מבשר איך געדענק שוין נישט וואס

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11978
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מוצ"ש אפריל 12, 2014 11:44 pm

קענסט אראפנעמען די יאר סטעמפ פונעם קעפל.. יעדעס יאר אן קיין אויסנאם איז דא אזאנע מעשיות. כ'ווייס נישט פארוואס מ'האט נאך גארנישט געטון דערצו.

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4281
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מוצ"ש אפריל 12, 2014 11:44 pm

private האט געשריבן:פאריאר איז אויך געווען אזא מעשה מיט א הכשר וואס יענער האט געהאט. דער בעל מכשיר האט עפעס מסביר געווען אויך קל מבשר איך געדענק שוין נישט וואס

איך געדענק גראדע יא, אז כ'האב נישט פארשטאנען...
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4652
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מוצ"ש אפריל 12, 2014 11:46 pm

געלעגער האט געשריבן:קענסט אראפנעמען די יאר סטעמפ פונעם קעפל.. יעדעס יאר אן קיין אויסנאם איז דא אזאנע מעשיות. כ'ווייס נישט פארוואס מ'האט נאך גארנישט געטון דערצו.

מ'קען מאכן איעדעס יאר אן עקסטערע אשכול, ווארום יעדעס יאר טוישט זיך די מעשה.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » מוצ"ש אפריל 12, 2014 11:46 pm

לוי יצחק האט געשריבן:
private האט געשריבן:פאריאר איז אויך געווען אזא מעשה מיט א הכשר וואס יענער האט געהאט. דער בעל מכשיר האט עפעס מסביר געווען אויך קל מבשר איך געדענק שוין נישט וואס

איך געדענק גראדע יא, אז כ'האב נישט פארשטאנען...

יא יא דעס מיין איך

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » זונטאג אפריל 13, 2014 12:16 am

די טראקס מיטן סאנטוב לעיקוואד הכשר איז פארלעסליך?

אוועטאר
יונהלע
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 21, 2013 12:21 am

תגובהדורך יונהלע » זונטאג אפריל 13, 2014 5:12 am

פארוואס דארף מען ווארטן ביז פסח און זיך שלעפן ביז א טראק וואס זיי וועלן עס ווארפן אין גארביטש???
כ'מיין ס'איז צייט צו מאכן אן אייגענע סוסטעם פאר שמות ספעציעל פאר אייוועלט מעמבער'ס...
ווער עס איז א מעמבער דא וועט קענען ברענגען זיין שמות צו די נענסטע גארביטש-קען נעבן זיין הויז פריי פון אפצאל !!
אזא פנים האט נעבעך אלע טראק'ס וואס נעמען שמות...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24612
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אפריל 13, 2014 8:45 am

שוין געוועזן אזעלכע מעשיות פאר 30 יאר צוריק, די זעלבע שפיל מיט אנדערע שפילערס.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 879
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובהדורך green sunday » זונטאג אפריל 13, 2014 5:10 pm

גראדע איז יא דא איינער מיט א הכשר אין אפסטעיט

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » זונטאג אפריל 13, 2014 6:26 pm

בעצם, מעיקר הלכה ברויכן רוב שמות וואס מ'טראגט צו די טרעקלעך בכלל נישט קיין ספעציעלע גניזה.
מ'קען עס רואיג לייגן אין מיסט בדרך כבוד. (פארמאכט אין א זעקל וכדו').
כך שמעתי מפי מורה הוראה מובהק.

און דער פאקט ווייזט, אז ווען מ'לייגט עס אליין איז עס מער כבוד ווי ווען מ'איז "מחמיר" עס צו טראגן צו א מאן דהוא וואס בעט געלט דערפאר.

אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » זונטאג אפריל 13, 2014 8:33 pm

green sunday האט געשריבן:גראדע איז יא דא איינער מיט א הכשר אין אפסטעיט

למעשה האבן אים די פאליציי געמאכט עס געבן פאר בית גניזה עולם.

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » זונטאג אפריל 13, 2014 9:35 pm

די נושא פון שמות איז עפעס אפנארמאל, יאר נאך יאר שרייען די עסקנים מ'זאל נישט געבן פאר די אלע ציגאנערס וואס דינגען זיך בודשעט טראקס אין לאזן איבער די שמות מיטן טראק אינאיינעם.
און ווינדער... א יעדער יאר האבן די חברה ביזנעס...
די גמרא זאגט לאו עכברא גנב אלא חורא, פארוואס געבן זיי מענטשן שמות פאר גוט געלט??

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18223
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג אפריל 13, 2014 10:47 pm

בילדער האט געשריבן:
green sunday האט געשריבן:גראדע איז יא דא איינער מיט א הכשר אין אפסטעיט

למעשה האבן אים די פאליציי געמאכט עס געבן פאר בית גניזה עולם.

ער האט יא וואו צו לייגן?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18223
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג אפריל 13, 2014 10:48 pm

מר. גרין האט געשריבן:די נושא פון שמות איז עפעס אפנארמאל, יאר נאך יאר שרייען די עסקנים מ'זאל נישט געבן פאר די אלע ציגאנערס וואס דינגען זיך בודשעט טראקס אין לאזן איבער די שמות מיטן טראק אינאיינעם.
און ווינדער... א יעדער יאר האבן די חברה ביזנעס...
די גמרא זאגט לאו עכברא גנב אלא חורא, פארוואס געבן זיי מענטשן שמות פאר גוט געלט??

כ'פארשטיי נישט, די בגדים געבן זיי פאר ריסייקלינג [וופיל זיי יאגן נאך], שמות קענען זיי דאך ווען אויך געבן פאר ריסייקלינג אנשטאטס סתם אזוי ווארפן אין מיסט?

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11598
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג אפריל 13, 2014 11:58 pm

מיר קוקט אויס ווי שמות חברה טוהן אזוי
זיי בעטן פינעף דאלער א זעקל שמות
75 פראצענט דערפון קען רואיג גיין אין מיסט בדרך כבוד
די איבעריגע 15 פראצענט רעסייקלען זיי
אלץ נאך פסח וועסטו טרעפן חברה פארקויפן אלטע ספרים פאר שפאט ביליג
קוק גוט נאך די פנים'ער צו זיי זענען דיר באקאנט פון ערגעץ
די איבעריגע עכטע שמות וואס מען דארף גונז זיין איז ממש א קליינער פראצענט...

אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » מאנטאג אפריל 14, 2014 1:06 am

green sunday האט געשריבן:גראדע איז יא דא איינער מיט א הכשר אין אפסטעיט

למעשה האבן אים די פאליציי געמאכט עס געבן פאר בית גניזה עולם.

אוועטאר
פרוזדור
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 06, 2014 9:25 pm

תגובהדורך פרוזדור » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 8:49 am

זייער אינטערסאנט אז דא שרייט יעדער אז מען קען בשו"א נישט באגראבן קיין שמות און די שטאט וועט קיינמאל נישט געבען קיין פערמיטס דעריבער זענען די שמות קאלעקטארס געווען בארעכטיגט צו נעמען שמות און אוועקווארפן רח"ל און היינט זעה איך בילדער ווי א היימישע שמות קאמפעני אין מאנטיסעלאו גראבט א ריזיגע לאך מקבר צו זיין שמות בפומבי. סתם אינטערסאנט

אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

תגובהדורך קהלס נאר » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 9:00 am

פרוזדור האט געשריבן:זייער אינטערסאנט אז דא שרייט יעדער אז מען קען בשו"א נישט באגראבן קיין שמות און די שטאט וועט קיינמאל נישט געבען קיין פערמיטס דעריבער זענען די שמות קאלעקטארס געווען בארעכטיגט צו נעמען שמות און אוועקווארפן רח"ל און היינט זעה איך בילדער ווי א היימישע שמות קאמפעני אין מאנטיסעלאו גראבט א ריזיגע לאך מקבר צו זיין שמות בפומבי. סתם אינטערסאנט

ברינג ארויף די בילדער ביטע
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎

אוועטאר
פרוזדור
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 06, 2014 9:25 pm

תגובהדורך פרוזדור » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 9:08 am

.
צוגעלייגטע
Genizah Nizen 2015.jpg
Yesterday in Monticello

נחוניא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3131
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

קבורת שמות כדת וכדין

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 9:42 am

כתב הכשר פון סקווירא בית דין
צוגעלייגטע
LOC Sheimos 5775.jpg

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18223
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 11:06 am

אינטערסאנט, געזעהן 2 אנדערע הסכמות אויף איינעם וואס איז מוחזק און גייט ווייטער אן מיט זיין חוזק....

אוועטאר
פרוזדור
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 06, 2014 9:25 pm

תגובהדורך פרוזדור » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 9:07 pm

להוי ידוע אז די אויבערשטע בילד ווי מגראבט אויס צו באערדיגן שמות, איז ביי בית גניזה עולם אין ליבערטי וואס שטייט בהשגחת התאחדות הרבנים און נאך חשובע דיינים ווי ביידע סאטמארע קהילות געבן זייערע שמות.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”