בלאט 1 פון 2

רעקארד רענט אין ניי וויליאמסבורג

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2014 8:44 pm
דורך יוםטובערליך
בס"ד,

אט איז די פרישע נייעס פון קרעינס אויף א רעקארד ריעל עסטעיט דעוועלאפמענט אין בושוויק, בעסער באקאנט אלס ניי וויליאמסבורג, ביי דיקאלב ממש א שפאן אוועק פון יהדות החרדית.

רענט פאר 2 בעדרום גויאישע דירה הייבט זיך אן ביי 2,900.

רבותי, הייבט פוס. גייט קיין אורוגוואי, פילי, דענווער, יוסטאן, לעיקוואוד, באסטאן, ווער ווייסט. אבער וויליאמסבורג גייט אויפ'ן ריעל סטעיט לייטער קיין פארק עוועניו, מאנהעטן.

רבותי הייבט פוס.

רבותי הייבט פוס.

רבותי הייבט פוס.

ענקערע זיידעס און באבעס זענען אנגעקומען קיין אמעריקע מיט גארנישט אויסער די קליידונג אויפ'ן לייב. עס איז צייט צו קומען קיין ניי-וואטעווער מיט אביסל מער ווי דאס, אבער געלאפן.

ד' ירחם

A group of investors recently paid $58 million for a newly built, 127-unit luxury apartment building in Bushwick, marking another milestone in the evolution of the Brooklyn neighborhood.

The investor, whose identity was not immediately clear, closed last week on Colony 1209, a five-story building at 1209 Dekalb Ave. between Bushwick and Evergreen avenues. Leasing at the property is expected to begin later this month.

“People have been talking about Bushwick for a very long time, but something like this has never happened,” said David Maundrell, founder and president of Aptsandlofts.com, which is handling the leasing and marketing at the upscale rental, which he billed as the largest in the neighborhood.

Read Property Group snapped up the then undeveloped site barely two years ago in a foreclosure auction. The previous owner fell into financial difficulty only after it had won necessary approvals for a plan to build condos at the site. Read Property simply switched the apartments to rentals and went ahead with the existing blueprints. Construction was completed late last year, and Read flipped the property before a single unit had even been leased.

The trade is indicative of the confidence industry experts see in Bushwick, according to Ofer Cohen, founder and president of Brooklyn-based real estate brokerage firm TerraCRG.

“There is a lot of upside here,” he said. “And I think the pricing they got speaks to the fact people really believe there is room for rents to grow.”

Those rents start at $1,800 for a studio, $2,000 for a one-bedroom and $2,900 for a two-bedroom, according to Aptsandlofts.com. It will also get any prospective renter access to a host of amenities like a gym, screening room and a gaming lounge, not often associated with the gritty landscape of Bushwick.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2014 9:20 pm
דורך נשמה
רבותי לויפטס קיין בלומעבורג (לעמינגוויל) רבותי רבותי רבותי...
הייבטס פיס און לויפטס דארט, צו יענע מייל אויך א מייל ווילעדזשעל, צו יענע פלאץ,די חברה דארט פלאנען נאך אינגרויסן, טראץ די אלע שטרויכלונגען וואס שטייט זיי אין וועג. רבותי זאגט מיר א יוד אז זיין חבר וואס וואוינט אין בלומענבורג האט איהם געזאגט.
זאלסט וויסן יעדן טאג וואס איך זאג
אחינו בני ישראל...היושבים בצרה ובשביה. האב איך אינזין די יודן וואס וואוינען אין וויליאמסבורג.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2014 10:09 pm
דורך הורוויץ
למען האמת און כדי שלא ליתן פתחון פה פאר געוויסע הארצלאזע דעוועלאפערס אז די מארקעט איז אזוי הויעך ממילא "מוזן" זיי העכערן די פרייזן ביי אנ"ש (דערנאך וועט מען זיין א שיינע יוד און זיך פיקטשערן ווי מ'טיילט גרויסע צדקות פאר לימוד התורה...), ס'איז טאקע הימל שרייענדע פרייזן און טאקע היבש נאענט צו ווליאמסבורג אבער נישט ממש אזוי נאענט צו ווארפן אזא שרעק..

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2014 12:08 am
דורך בני יששכר
...rezoned for .... with the promise of building a shul.. and affordable housing, once the zoning was approved, they simply changed the plans to high luxury apartments.....
http://www.brownstoner.com/blog/2014/04 ... -revealed/

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2014 5:37 am
דורך עירמאנט'ער
בני יששכר האט געשריבן:...rezoned for .... with the promise of building a shul.. and affordable housing, once the zoning was approved, they simply changed the plans to high luxury apartments.....
http://www.brownstoner.com/blog/2014/04 ... -revealed/

אונטון פין די לינק זעה איך א עד פין צוויי בעדרום פאר 3100
סאו מא קול הרעש
???

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2014 8:48 am
דורך farshlufen

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2014 9:07 am
דורך בני יששכר
מען וואונט נאך נישט ביי Kent in flushing ?

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2014 9:36 am
דורך חיים צבי

בערך 10 גאסן ווייט פון די היינטיגע גרעניץ גאסן Pulaski cor. Tompkins.

בני יששכר:
דו מיינסט אפשר בראדוועי ביי פלאשינג?

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2014 11:40 am
דורך שמעלקא טויב
כ'האב מורא ס'איז א קול קורא במדבר, די היימישע צייטונגן דארפ'ן זיך נעמען שטורמען!

רבותי, די אידן וואס האבן זיך די לעצטערע יארן געצויגן קיין קרית יואל זאגן אז זיי זענען געווארן נייע מענטשן, נעה, געווארן מענטשן בכלל!

כאפט אייך ארויס אויף א זומער וועט איר אליין זעהן.

גייט קיין בלומינבערג אדער סיי ווי, ס'מוז זיך אויפהערן, מ'ברעכט אונטער!

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2014 11:41 am
דורך שמעלקא טויב
אינגאנצן פארגעסן צו באמערקן: אזא סארט נייעס דארף מען טרעפן אין אונזערע צייטונגן און גוט גוט באשריבן!

ישר כח ר' יו"טערליך

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2014 11:47 am
דורך שוועמל
אויב אין די 'גרעטש' בנין פארקויפט זיך א פוס פאר $1100, מעג מען בעטן אזויפול רענט.
משוגע זענען די וואס צאלן.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2014 11:50 am
דורך farshlufen

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2014 1:00 pm
דורך צייטליך
ר' יו"ט עהרליך. עס איז טאקע שרעקעדיגע נומערן, אבער פארן אלגעמיינעם וויליאמסבורגער אינגערמאן איז דאס בכלל נישט אינטערסאנט. מ'איז געהעריג צוגעוואוינט צו די נומערן. - ליידער!

אבער אויב רעדסטו שוין פון גויאישע אפארטמענטס, דאן גיב א קוק אסאך נענטער, ממש עטליכע פיס פון אונזער געגענט, אריבער דעם בריק, ביי ווייט און קענט און די נידעריגע סאוט גאסן, דארט האסטו דירות העלפט די סייז פאר דאפעלט די געלט.

מיר לעבן אין די טייערעסטע געגענט נאך מאנהעטן.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2014 2:27 pm
דורך שוועמל
צייטליך האט געשריבן:מיר לעבן אין די טייערעסטע געגענט נאך מאנהעטן.

נישט אזוי זיכער, מענהעטן קען זיין איז ביליגער

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2014 3:18 pm
דורך מחותן
עס איז דא נאך איין זאך וואס קען אונז ארויסטרייבען פון וומסב"ג, מען זאל אנהייבען פארקויפן דירות/הייזערפאר ארטיסטען מער אין געגענט..
א יעדער איד וואס האט נאר א דריי שטאקיגע הויז אין וומסב"ג זאל ארויסלייגען אויפן מארקעט פאר די טייערסטע פרייז וואס איז נאר מעגליך, און עס פראבירען צו פארקויפן דייקא פארן גוי,

יעדער זאל זיך אליינס מאכען א אייגענע חשבון.... ווער זאגט אז נאר 4 - 5 דעוועלעפערס מעגן רייך ווערן אויפן חשבון הציבור דורוך פארקויפן דירות פאר אידן און זיי אויסנאגען די דם התמצות??

חייך קודמין.. לאמיר אהייבען מעלקן דעם גוי אנשטאט מעלקן דעם איד.. ווער עס האט נאר א הייזקע סיי ווי אין וומסב"ג זאל עס מארקעטען פארן גוי און אים מעלקען ווי מער, גלייכצייטיג ווער ער זוכה זיין אין די גרויסע מצווה פון פדיון שבוים דורוך אויסלייזען אזויפיל אידן פון וומסב"ג געטאו.. און עס וועט זיין שכרו בעוה"ז דורוך באקימען א בעסערע פרייז...

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2014 3:29 pm
דורך SPUSMN
“There is a lot of upside here,” he said. “And I think the pricing they got speaks to the fact people really believe there is room for rents to grow.”

מענטשען גלייבען אז רענטס גייען וואקסען, א סאך אפסייד זעהן זיי.

מיר שטייען אפסייד דאון, שטייען אויפען קאפ.

ווער וויל קויפען מיין דירה? מיר בעהטען נאר 600 דאלער א סקווער פיס (כמעט האלב ווי גרעטש, און איז נאך אין צענטער). נאר געאייניגט פאר דער וואס הייבט נישט פיס.

מחותן לעבען, מיר האבען נישט קיין רעכט צו חרוב מאכען די געגענט אפילו אויב מען זאל באקומען פונעם ארטיסט צעהן מאל די פרייז.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2014 3:34 pm
דורך מאנ-יימער
מחותן האט געשריבן:עס איז דא נאך איין זאך וואס קען אונז ארויסטרייבען פון וומסב"ג, מען זאל אנהייבען פארקויפן דירות/הייזערפאר ארטיסטען מער אין געגענט..
א יעדער איד וואס האט נאר א דריי שטאקיגע הויז אין וומסב"ג זאל ארויסלייגען אויפן מארקעט פאר די טייערסטע פרייז וואס איז נאר מעגליך, און עס פראבירען צו פארקויפן דייקא פארן גוי,

מיין פרעדיקשאן איז אז דאס גייט טאקע געשען, נישט אויף איינמאל און נישט אינמיטן וויליאמסבורג, אבער ס'וועט זיך אנהויבן ביי די סאוט געגענט און אזוי וועט זיך עס פארשפרייטן אריין אין ווילי, ביי די סאוטס ווערט עס ערגער און ערגער, ציהט זיך ארוי, מאנסטער בנינים פאר ארטיסטן איינס נאכן צווייטן אז ס'איז א שאלה פון צייט ווען די דארטיגע איינוואוינער וועלן אנהייבן צו פארקויפן זייערע הייזער און זיך אוועקציען.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2014 3:34 pm
דורך מחותן
SPUSMN האט געשריבן: מחותן לעבען, מיר האבען נישט קיין רעכט צו חרוב מאכען די געגענט אפילו אויב מען זאל באקומען פונעם ארטיסט צעהן מאל די פרייז.


וואס הייסט מיר האבן נישט קיין רעכט? די רעכט איז נאר עקסלוסיוו פאר אפאר רייכע אידן און אפאר דעוועלעפערס? פארוואס האט נישט יעדער די זעלבע רעכטן פון וואס די דעוועלעפערס האבן??

אונזער צוקניפט איז אויפן וואגשאל וויבאלד די געגענט איז נאך נישט חרוב.. עס איז נישט דא קיין לעכעל אפילו פאר א רפואה.. פון די יעצטיגע מצב געניסען נאר די גאר רייכע און די אלט געזעצענע, משא"כ דער עוועריטיש יונגערמאן גייט חרוב..

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2014 3:38 pm
דורך SPUSMN
די וואס האבען עס שוין געטוהן זענען עתיד ליתן את הדין. איך וויל נישט רייך ווערען אויפען חשבון פון כלל ישראל. די וואס האבען חרוב געמאכט וויליאמסבורג, ווייס איך פון איינעם וואס האט פארלוירען זיין פארמעגען, א צווייטער וואס איז קראנק. יש דין ויש דיין.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2014 3:45 pm
דורך מאנ-יימער
SPUSMN האט געשריבן:די וואס האבען עס שוין געטוהן זענען עתיד ליתן את הדין. איך וויל נישט רייך ווערען אויפען חשבון פון כלל ישראל. די וואס האבען חרוב געמאכט וויליאמסבורג, ווייס איך פון איינעם וואס האט פארלוירען זיין פארמעגען, א צווייטער וואס איז קראנק. יש דין ויש דיין.

ווארט צו אפאר יאר וועט עס מער נישט זיין אויפן חשבון פון כלל ישראל.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2014 3:50 pm
דורך SPUSMN
די אלטע לייט וועלען קיינמאל נישט ארויס מופען, אזוי ווי אין בראנקס, בראנזוויל, און קראון הייטס.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2014 3:52 pm
דורך מאנ-יימער
אהא, מיינט דאס אז איר בלייבט דא.., טא וואס עפעס פארקויפן אייער הייזקע?...

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2014 3:56 pm
דורך מחותן
SPUSMN האט געשריבן:די אלטע לייט וועלען קיינמאל נישט ארויס מופען, אזוי ווי אין בראנקס, בראנזוויל, און קראון הייטס.


זיי קענענן דארט בלייבען, וועם שטערט עס? עס איז די יוגענט וואס גייט חרוב נישט די אלטע לייט,
און עס איז די אלטע לייט וואס זענענן זיך באגאנגען די חורבן מיט די יוגענט מיט זיי שטיפען צו בלייבען אינטערן פארטוך... בשעת רוב אלטע זענענן געווען מסדור מיט אויסגעצאלטע הייזער.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2014 4:02 pm
דורך SPUSMN
מאנ-יימער האט געשריבן:אהא, מיינט דאס אז איר בלייבט דא.., טא וואס עפעס פארקויפן אייער הייזקע?...

ווייל איך האב נישט א הייזקע, נאר א דירה.

איך פארקויף די מינוט מיין ווייב איז מסכים, נישט קיין נפקא מינה ווי אלט איך בין.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2014 10:03 pm
דורך AHA
מחותן, לו יהא סיז אלס אמת וואס איר זאגט, וואלט נאכאלס געוועהן ראטזאם אז איר זאלט נידערן די וואליום פונעם מייק אביסעל.

איר האט היינט צאמגעשריגען אין צופיעל אשכולות וועגן געלט זאכען,בארואיגט אייך עס וועט נאך קימען גיטע צייטען האט נישט קיין הארץ וויי.